יישר כח אורח הכבוד פארן ברענגן די ענטפער פון סטיוו לעווין, און יא עס טוט באשטעטיגן וואסערע נוכל און שקרן דער איז,
לאמיר אנהייבן ביי דעם
אורח הכבוד האט געשריבן:געזעצליך, אויב ס'איז נישטא קיין בודזשעט יוני 30, פארלירט די קאונסיל די דעה אויפ'ן בודזשעט און עס גייט אריבער צו א קאמיטע פונעם גאווערנאר – יא קאומא, אונזער גוטער חבר, קאמפטראלער, מעיאר, און נאך עטליכע אומערוויילטע מענטשן. זיי וואלטן געשניטן רעכטס און לינקס, און וואלט'ן מסתמא אויך נישט באשטעטיגט די אינטרעסט וועיווער.
דאס איז פשוט שקר, אויב די בודשעט גייט נישט דורך גייט עס נישט צו די סטעיט, נאר עס גייט נאכאמאל די פאריעריגע בודשעט, און עס איז קלאר ארויסגעשריבן אין די
סיטי טשארטער, אבער איז גיט צו האבן א באשטעטיגונג אז אויסער וואס ער איז נישט דא פאר אונזערע אינטערעסן, איז ער אויך א שקרן און מען קען אים נישט גלייבן קיין איין ווארט
יעצט, כדאי עס זאל אנקומען צו די גאווערנאר'ס הענט מוז זיין א גאנצע פשעטל, די סיטי בודשעט זאל נישט זיין געבעלענסד אז עס דעקט זיך נישט, און דאס איז נישט שייך ביז די צווייטע יאר אן א באשטעטיגטע בודשעט, און עס מוז טאקע געלונגען אז די בודשעט איז נישט געווארן געקאווערט, א זאך וואס איז כמעט נישט שייך אין די היינטיגע פינאנציעלע אויסשטעל.
און יעצט דאס וואס ער האט גע'ענטפערט אז:
אורח הכבוד האט געשריבן: די סיטי'ס גרעסטע רעוועניו איז פראפערטי טעקסעס – 18 ביליאן דאלאר. פאר חדשים ברעכט מען זיך ווי אזוי צו דעקן א 6-9 ביליאן דאלאר לאך, און אויב וואלט מען געזאגט אז מ'דארף נישט צאלן קיין אינטרעסט אויב מ'צאלט נישט קיין טעקס, וואלט מען זיך געזען מיט נאך א לאך פון ביליאנען. און דאס איז געווען דער לעצטער טאג ווען דער בודזשעט מוז דורכגיין.
מען רעדט נישט פון סוספענדען פראפערטי טעקס אינגאנצן
(וואס דאס וואלט ער אויך געדארפט טוהן, קל וחומר פון לענדלארדס...) מען רעדט פון "אינטרעסט" אויף פראפערטי טעקס לעיט פעימענט, וואס איז א גניבה און גזילה אלעמאל, און יעצט ביי קאראנע איז נאר בעיסיק מענטשהייט דאס צו אפהאלטן, סא מען רעדט נישט פון ביליאנען דאלארן.
אורח הכבוד האט געשריבן:זאגט ער מיר אז לעווין האט געענטפערט דברים של טעם. ווען מ'וויל עפעס דורכפירן אין סיטי קאונסיל, גיט מען אריין א געזעץ, מ'באארבעט דיינע קאלעגעס און מ'זעט צו ברענגן שטיצע, און דערנאך דרעפט מען א ביל, מ'פארהאנדעלט וכו'. די בודזשעט פארהאנדלונגען גייען אן פאר עטליכע חדשים, און אויב יעגער וואלט געוואלט ברענגן א הנחה פאר פראפערטי טעקסעס, וואלט ער עס ארויפגעברענגט פאר די קאונסיל במשך די הירינגס און בודזשעט פארהאנדלונגען.
יאפ, דברים של טעם, פארוואס האט סטיוו לעווין גארנישט געטוהן דערצו פאר די "לעצטע מיניט"?
אורח הכבוד האט געשריבן:אגב, זאגט מיר יענער אז עס איז שוין יארן וואס די UJO און ר' משה דוד ניעדערמאן פערזענליך און זיינע מיטארבעטער לייג אריין שווערע כוחות צו ארבעטן אויף די פראפערטי טעקסעס, ספעציעל אויף וויליאמסבורגער קאנדאס. זיי האבן דורכגעפירט אנאליזן און רעפארטס אויפצואווייזן די עוולות קעגן די וויליאמסבורגער משפחות. סטיוו לעווין האט א געוואלד געטאן אין דעם נושא, און ער איז געווען ביי א רייע מיטינגען מיט DOF וועגן דעם.
עס איז איצט דא א טעקס קאמישען וואס באטראכט איצט צו רעפארמירן די קאנדא טעקסעס, ס'זאל זיין מער יושר'דיג. סטיוו לעווין איז דארט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע רעדע איבער דעם אומ'יושר.
ואחרון אחרון דא קומט די ווייגעשריי
אידן וועקטס ענק אויף, עס קימט א גירוש אויף אידן אין ברוקלין אויב וועט די פינסטערע פלענער פון 'אנוזער' קאנסילמאן סטיוו לעווין וועט דורכגיין. די קאמיטי איז "נישט" דא צו נידריג מאכן די פראפערטי טעקס פאר קאנדאס, פארקערט זיי ווילן "ארויפשיסן" די פראפערטי טעקס אויף אויף אלטע הייזער מיט 500 פראצענט, אויב וועט זיי געלונגען אראפצונען די קעפ וואס די סטעיט האט ארויפגעלייגט, דאס איז די "יושר" פון וואס סטיוו לעווין רעדט, אויב גיי מיר ווייטער שווייגן איז וויליאמסבורג און גאנץ ברוקלין דערנאך, ליין די אנדערע אשכול
viewtopic.php?p=2100456#p2100456, סטיוו לעווין איז נישט אויף אונזער זייט, און קיין עסקנים שתדלן נישט פאר אונז, דערנאך וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, ווען אונזערע עסקנים וועלן זיך אויפוועקן וועט זיין צו שפעט...