טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:עס איז הימל און ערד און באונטי איבער די באריכט אז די רוסן האבן באצאלט צו מארדן אמעריקאנע זעלנער

איבער די פאליטיק פון טראמפ'ס יא אדער נישט וויסן און זיין האנדלונג איז שוין אסאך געשריבן געווארן אבער איינע פון די זאכן וואס די ווייסע הויז ברענגט ארויס איז דאס אז עס זענען געווען אומאיינשטימיגקייטן אינערהאלב די שפיאנאזש געמיינדע ווען עס איז געקומען צו באשטעטיגן די באריכטן

ווער עס וויל זיך ווייטער פראסקענען איבער די טעמע איז העפליך פארבעטן עס צו טוהן אין די אשכול ספעציעל דעזיגנירט פאר אט די צוועק אבער דא זענען מיר איצט געקומען בלויז צו פרובירן אביסעלע אויסצוקלארן איבער וואס די אומאיינשטיגקייטן האנדלען זיך

אלעס איז דערווייל בלויז באריכטן אבער דאס איז וואס זיי פארציילן
די סי איי עי איז פעסט ביי זיך אז די רוסן האבן ווירקליך טאקע געגעבן געלט פאר די טאליבאן אומצוברענגן אמעריקאנער אבער די ען עס עי איז סקעפטיש דערוועגן
פארוואס? זיי זאגן אז זיי האבן נישט באוויזן צו באשטעטיגן די שפיאנאזש פון די סי איי עי דורך זייער אייגענע סיגנאל זאמלונג סיסטעם וואס באדייט אז אמעריקא מאנגלט אין א דירעקטע באווייז אז די אפעראציע איז פארבונדן צו די קרעמלין
לויט די ען עס עי וואלט אן אפעראציע פון אזא סענסיטיווע קאליבער געמוזט ווערן קאמיוניקירט מיט מאסקווע דורך אמווייניגסטנס טייל פון די ליניעס איבער וועלכע זיי קענען אויפכאפן
ען עס עי איינגעשטעלט אנטזאגן זיך צו ערקלערן די אונטערלאגע צו זייער קעגנערשאפט צו באשטעטיגן די סי איי עי שפיאנאזש געפינסן אבער אנאליסטן צייגן אן אויף צוויי פונקטן וועלכע העלפט פארשטיין די שטעלונג פון די אגענטור
1) די ען עס עי אפגאניסטאן אפטיילונג האט נישט באוויזן אויפצוכאפן סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן GRU אפיצירן דיסקוסירן אזא פלאן און טראץ וואס די GRU אפיצירן אנגעבליך פארוויקלט אינעם פלאן האבן אפערירט אפגעזונדערט פון די GRU אפטיילונג אין קאבול וואלט פארט נאטורליך פארבליבן עפעס ברעקלעך פון שפורן פון אזעלכע דיסקוסיעס לויט ווי די ען עס עי גלויבט און דערווייל האבן זיי אזאנס נישט אויפגעכאפט
2) די ען עס עי וועלכע אונטערזוכט טעלעפאן רופן, טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס האט נישט אויפגעכאפט קיין קאמיוניקאציע צווישן די GRU סטאנציאנירט אין קאבול און די GRU הויפטקווארטירן אין מאסקווע
זיי צייגן אן אז געוויס איז פוטין זעלבסט געווענליך אויסגעהיטן פון לאזן שפורן אז ער פערזענליך איז פארמישט אין אזעלכע אקטיוויטעטן אבער אזא סענסיטיווע פראיעקט איז זיכער איין וועלכע מוז ווערן אויטאריזירט און רעגלמעסיג באגלייט פון די העכסטע פענסטער און וואלט זיכער אויפגעטריבן עפעס דאטא פון נאכאנאנדע פארבינדונגען פון קאבול קיין מאסקווע
הגם, מען קען צווייפלען אויף די באהויפטונג און שפעקולירן אז דאסמאל זענען די רוסן געווען ספעציעלע פארזיכטיג נישט איבערצולאזן קיין פינגער אפדרוקן און מעגליך זיך באנוצט אויסשליסליך מיט רויע קאמיוניקאציע מעטאדן ווי מענטשליכע שלוחים און מעסעדזשעס צו פארמיידן דאס ווערן אויפגעכאפט אויף סיי וועלכע פלאטפארמע אפן צו די ען עס עי און טאקע דערפאר איז עס בלויז געלונגען פאר די סי איי עי צו דערגיין און טאקע דורך מענטשליכע שפיאנאזש

עס ווערט באריכטעט אז די שפיאנאזש געמיינדע האט איז אנדעקט ריזיגע געלט טראזאקציעס פון באנק אקאונטס קאנטראלירט דורך די רוסישע שפיאנזש צו אקואטנס פארבונדן מיט די טאליבאן
לויט די טיימס זענען 3 אמעריקאנע מארינען אומגעברענגט געווארן א דאנק די אפעראציע
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פון וועלכע יאר איז די רעדע איז די רעדע ווען דאס איז געשען?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט מעקסיקאס פרעזידענט קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 01, 2020 4:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט ????? קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג

וועם?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט ????? קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג

וועם?

שוין פארראכטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@הכל הבל, עפעס זעה איך אז למעשה איז אפשר די ען עס עי יא מסכים צו די סי איי עי?

זעה די חילוק וואס מען האט געטוישט צווישן די בלויע צו די געלע.

1
1
20200701_162216.jpg (174.48 KiB) געזען 3023 מאל
2
2
20200701_162204.jpg (158.34 KiB) געזען 3023 מאל


ביטע אויסקלארן די זאך.

און ישר כח פאר דיין קלארע נעכטיגע באריכט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עליאט בראודי איז א פראמינענטע פאנדרעיזער און פינאנציר פון רעפובליקאנע צוועקן און האט אריינגעברענגט גרויסע סומעס פארן טראמפ קאמפיין
ווען דאקומענטן פון די אפיס פון מייקל קאהן זענען פארעפנטליכט געווארן האבן זיי געצייגט אז בראודי האט זיך געלאזט קאסטן 1.6 מיליאן דאלער שטיל צו מאכן עימיצער וועלכע האט געסטראשעט ארויסצוקומען מיט פערזענליכע באשולדיגונגען אקעגן פרעזידענט טראמפ
די אויפדעקונג האט זעלבסטפארשטענדליך געעפנט די אפעטיט פאר נייגעריגע איבער די טראמפ האנדלונגען צו דערשנאפן מער אינפארמאציע איבער יענע פארהאנדלונגען אבער נאכמער אזוי ביי אזעלכע וועלכע האבן געהאט אינטערעסן אקעגן בראודי זעלבסט
נו, אין וועמענס אויגן איז בראודי געשטאנען ווי א דארן?
לויט בראודי איז עס קאטאר
א העקעריי וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אויף זיין אימעיל האט אנדעקט אז בראודי וועלכע האט געמאכט גרויסע קאנטראקטן מיט די פאראיינגטע אראבישע עמיראטן אין די פארטיידיגונג אינדוסטריע האט גענוצט זיין צוטריט צום ווייסן הויז צו אדוואקאטירן אין שטימע פון פירער פון די עמיראטן
א גרונטליכע זוך איבער ווער נאך עס זענען געהעקט געווארן דורך די באטרעפנדע העקער גרופע האט געפירט בראודי'ס אדוואקאטן צום אויספיר אז אלע ציען אייניגע שטריכן און אלע זענען געווען אזלעכע וועלכע זענען געשטאנען אין וועג פאר קאטאר
קאטאר און די עמיראטן זענען שוין פון לאנג אויף מעסער שטעך און בראודי זייענדיג פארבונדן מיט די עמיראטן איז געווען אן אויסגעשפראכענע מויל מאכער אקעגן קאטאר און אצינד האט ער אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן קאטאר מיט די באשולדיגונג אז זיי האבן געהעקט זיין אקאונט און גערויבט אימעילס
לויט די אנקלאגע האט קאטאר אויפגענומען א גרופע פון געוועזענע סי איי עי און מיליטערישע עקספערטן אנצופירן מיט די העקעריי
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קול מבשר האט געשריבן:אפעלאט געריכט: 'סיימאן ענד שוסטער' קען פאראויס גיין מיט ארויס געבן א בוך געשריבן דורך א ניס פון פרעזידענט טראמפ
ה' חק"ב פ'
די אפעלאט געריכט האט אפגעלייגט א צענטראלע פראגע אין די קעיס אויב די ניס טוט דערמיט פארלעצן א משפחה אפמאכך געשאפן כמעט 20 יאר צוריק נאך א געראנגל איבער די צוואה פון פרעזידענט טראמפ'ס טאטע פרעד טראמפ, נאר זאגט, אז אפגעזען אויב זי פארלעצט עס אדער נישט, איז די פובלישינג הויז נישט א חלק פון די אפמאך און האט רעכט עס ארויס צו געבן.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334

מן הסתם דא... גלייך נאך די קליפ...
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

יש ברירה האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334

מן הסתם דא... גלייך נאך די קליפ...


ער איז דער עיקר צווייפלער אין די אנגענומענע מיינונג אז קאראנע איז א סכנה וכו'
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מען גרייט זיך פאר די גרויסארטיגע 'יולי פיר' פייערונג ביי מאונט ראשמאר, וואו טראמפ וועט זיך באטייליגן.
אטעטשמענטס
IMG_20200703_164301_755.jpg
IMG_20200703_164301_755.jpg (352.47 KiB) געזען 2285 מאל
מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש צווישן מענטשן »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334


איך כ׳גלייב נישט אז ער גייט לויפן פאר אפיס. מיין מיינונג..

זיין מעלה איז (אין מיין מיינונג) אז ער קען גריללן - אין ער גריללט - דעמאקראטן און ריפאבליקאנער צוגלייך, גאנץ לעצטענס האט ער געהאט מייק בראון פון אינדיענא ונוי ער האט אים שטארק אראפגעריסן.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א גרופע פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט אויפן וועג צו מאונט ראשמאר.

לאקאלע פאליציי און נעשינאל גארד אויפן צענע

IMG_20200703_192455.jpg
IMG_20200703_192455.jpg (94.52 KiB) געזען 2163 מאל
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

וואס טוט עס אויף ?
גייט מען זוך שפארן געלט?
אויב יא ווי סאך ?
הצלחה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

היות די דאזיגע אשכול איז פארפארן פון די ארגינעלע רעלסן, טוען מיר שטעלן די נייעס אט דא אהער.

פאליטיקא טוט באריכטן אז אינערהאלב די אדמיניסטרעישאן קומט פאר א גאר ערנסטע אויספארשונג איבער ווער איז דער דאזיגער פארשוין וואס האט געלאזט ארויסרינען דאס אז רוסלאנד צאלט די אפגאנער קעמפער פאר יעדע אמעריקאנע זעלנער וואס ווערט אומגעברענגט.

ווי פאליטיקא פארציילט האט די אדמיניסטראציע שוין אפגעהאלטן אינטערוויו'ס מיט מערערע מענטשן וואס האבן צוטריט צו די קלסיפיצירטע אינפארמאציע, און די אדמיניסטראציע האט שוין א ליסטע פון געציילטע נעמען - ווייניגער פון 10 - וואס האבן עס מעגליך געטוען.

עס מוז אבער ארויסגעברענגט ווערן אז אין די פארגאנגענהייט האט די אדמיניסטאציע שוין מערערע מאל אונטערגענומען אינערליכע אויספארשונגען, זוכענדיג צו טרעפן די וואס האבן געשריבן / ארויסגעליעקט - בכל שם וחניכא דאית לי' - סחורה קעגן די אדמיניסטראציע, א שטייגער ווי ד אפ-עד אינעם ניו יארק טיימס, די פרעזידענט'ס פערזענליכע סקעזשועל און נאך, און אין די מערהייט פעלער האט זיך די אויספארשונג אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז. פאליטיקא ברענגט אבער ארויס, אז אין די יעצטיגע פאל - וואס עס האנדלט זיך פון סענסיטיווע אינפארמאציע - איז מעגליך אז מ'וועט יא וויסן פון די רעזולטאטן פונעם אויספארשונג.

ונזכה ונחי' ונראה....
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך יולי 08, 2020 12:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

מער דיטעילס ביטע, פארוואס? וואסי פשט פון דעם?
סתם זיך צו רייצן?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

מער דיטעילס ביטע, פארוואס? וואסי פשט פון דעם?
סתם זיך צו רייצן?

ביי קאראנע האט אויסגעקוקט אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט טשיינע צו פארדרייען א קאפ און באהאלטן דעם אמת

נישט פארדעם באצאלט מען זיי

גיימער געוואויר ווערן צי ס'איז אמת
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל מייקל הורוויץ באשולדיגט עף בי איי אגענטן מיטן פארלעצן פעדעראלע עטישע פארשריפטן און עף בי איי פאליסי

לויט די באשולדיגונג האנדלט זיך עס פון 5 סיניאר אגענטן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין א לאו אינפאורסמענט זיכערהייט זיצונג אין בעפארברייטונג צו א גרויסע ספארט שפיל

לויט הורוויץ האבן די 5 אקצעפטירט אן אנבאט פון א ספארט ארגאנאזאציע צו נוצן א טיש אין אן עקסקלוסיוו קלאב אפטיילונג פון איר סטאדיום בעפאר און דורכאויס איר ספארט פארמעסט
די טיש האט געהאט אן אויסקוק צום שפיל פעלד און געווען אין די אפטיילונג ווי די פענס פונעם שפיל האבן זיך ארומגעדרייט

די אגענטן האבן ביי יענעם טיש אפן צום פובליק אפגעהאלטן אן עקזעקוטיוו מענעדזשמענט מיטינג און דיסקוסירט סענסיטיווע לאו אינפארסמענט אינפארמאציע אין די צייט וואס זיי האבן גע'אכל'ט פון א קארב אין די קלאב וועלכע האלט עסן אין די ווערט פון 60 דאלער פער מענטש

לויט זיין באריכט זענען צוויי פון די 5 די הויפטשולדיגע אין די פארלעצונגען און איינער ווערט אויך באשולדיגט אין טרונקען אלקאהאלישע געטראנקן אין לויף פון זיין ארבעט צו פארזיכערן די אוונט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מייקל קאהען צוריק אריינגעשיקט אין טורמע

לויט ווי מען גלויבט קען עס מעגליך זיין פארבונדן מיט זיין זיך ארומדרייען אויף די פריי אן ערלויבעניש און קומט נאך געזעהן ווערן אין א רעסטוראנט
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

זיי גייען זוך שפארן 400 מיליאן דאלער
הצלחה
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

עכט וואלט ווען געדארפט זיין אן אשכול "פאליטישע נייעס און אנעליזען" נו אז עס נישט דא וועל איך עס שרייבען דא.
נעכטן איז די סי אי או פון א גרויסע עסען דיסטריבעטער געווען אין די ווייטהאוז, און געגעבען א רעדע ווי ער האט אויסגעלויבט דעם פרעזידענט. נו עס איז דאך א דעמעקראטיש לאנד, און ער האט נישט אטאקירט קיינעם, איז כאטש עס האט נישט געשמעקט פאר די דעמעקראטען, האבען זיי זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער.
איים סארי וואס האב איך געזאגט?! געגאנגען ווייטער? א בוידעם... בויקאטירן גאויע פוד! אמער ער האט געהאט די חוצפה צו זאגען אז טראמפ איז א גוטע פרעזידענט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

להגדיל שמו האט געשריבן:עכט וואלט ווען געדארפט זיין אן אשכול "פאליטישע נייעס און אנעליזען" נו אז עס נישט דא וועל איך עס שרייבען דא.
נעכטן איז די סי אי או פון א גרויסע עסען דיסטריבעטער געווען אין די ווייטהאוז, און געגעבען א רעדע ווי ער האט אויסגעלויבט דעם פרעזידענט. נו עס איז דאך א דעמעקראטיש לאנד, און ער האט נישט אטאקירט קיינעם, איז כאטש עס האט נישט געשמעקט פאר די דעמעקראטען, האבען זיי זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער.
איים סארי וואס האב איך געזאגט?! געגאנגען ווייטער? א בוידעם... בויקאטירן גאויע פוד! אמער ער האט געהאט די חוצפה צו זאגען אז טראמפ איז א גוטע פרעזידענט.

אזוי גאר? נענסי פעלאסי האט גערופן אים צו בויקאטירן? דזשאו ביידען? טשאק שומער? די dnc? אויב יא איז עס א געפערליכע נידריגקייט.

אבער אויב סתם יונגענטליכע אויף טוויטער האבן גערופן צו בויקאטן, נא, דאס איז א חלק פון פרידיאם אף ספיעטש. דומעגסט רעדן וואס דו ווילסט, און איך מעג פראטעסטירן דיין רעדע.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

AOC איז אויך געניג גוט? אדער דוקא די נעמען וואס דו נעמען וואס דו רעכענסט אויס?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”