סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מיינע טייערע חברים איך גיי דא ברעכן די נייעס!! האלטס אייך איין די אטעם!

דא! דא, אויף מיין בלאק! איז דא א ריזיגער גראסערי הנקרא סופערמארקעט, און שטייט ליידיג!! לעהר!! הפקר!!

א בלינדע מציאה! א גראסערי וואו דער אלטער בעה"ב האט אינוועסטירט, געשוויצט פאר דעם, און אויפגעבויעט, שטייט אצינד מיט אפענע טויערן, די געלט ביים רעדזשיסטער ליגט שיין אויפגעהויפנט שמייכלענדיגערהייט, וכל מי שרוצה ליטל יבוא ויטל!!!

מיין פריינט, מאך יעצט צו דעם קאמפיוטער און לויף!! איידער איינער כאפט עס שוין אויס!!!

אה, מיינסט אודאי צו פרעגן פארוואס איך בכבודי ובעצמי זיץ נאך אין אפיס? פארוואס איך לויף נישט עס כאפן? דאס איז זייער פארשטענדליך, ווייל אביסל ארויפצוה איז דא א דזשולערי געשעפט, וועלכע איז ווערד אסאך מער ווי דער גראסערי, און איך האב שוין יענץ געכאפט, ממילא לאז איך יעצט איבער פאר א צווייטן עפעס אויך,

איין מינוט, איין מינוט נאר!! נישט זיך שטופן!! כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן! שטייטס אלע אין א גראדע ליין, עס איז דא גענוג פאר יעדעם!!! דער גאנצער שאפינג סענטער דא אין שטאט שטייט ליידיג, נישט נאר דער גראסערי, יעדער קען כאפן א סטאר! אזוי אויך ווערן באריכטעט נאך צענדליגע סטארס ארום דעם שטאט וועלכע שטייען ליידיג וכל הקודם זכה!

אלזא, קודם ווייסט איר שוין אז אייער חבר פופציגער איז אקארשט פארוואנדלט געוארן אין א גביר, אבער לאמיך אייך פארציילן פון וואו איך בין דערגאנגען דעם סוד, און וואס האט טאקע פלוצלינג פאסירט ביי אונז אין שטאט,

ערגעץ צווישן פורים און פסח היי יאר איז אנגעקומען א טראנספארט פון כינע וואס האט געברענגט מיט זיך א גרויסע דאזע פון 'קאראנע', דאס איז עפעס א סארט וויירוס וואס מען האט זייער שטארק זיך געברויכט אבאכט געבן דערפון, ווייל אויב נישט ---- איז נישט!

עכ"פ, אין אנהייב פון דעם אויסברוך האב איך עס נישט גענומען זייער ערנסט, אבער רעדנדיג מיט א חבר מיינער, האט ער מיר ממש באשייגעצט, אז איך בין א מאבד עצמו לדעת, און מענטשן כאפן נישט ווי ערנסט די מצב איז און דער און יענער גרויסער מאכער און קנאקער האט אליינס געזאגט אז מען גייט אויסשטארבן אין די טויזענטערס, עד כדי כך אז ער האט מיר שוין געוואלט באשטעלן א חלקה פאר א קבורת חמור אין ביה"ח…

נו, וויל איך דאך נישט אזוי פריצייטיג איבערלאזן א אלמנה מיט יתומים'לעך, נאכדערצו אין אזא אנגעצויגענע צייט ווי ערב פסח זאלן זיי יעדע יאר האבן יארצייט? נאפס, נישט קיין עסק אזוי! האמיר אנגענומען די שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען, והנה, א באטל פיורעל איז פלאצירט געווארן אין די הויזן טאש (אומאיינגענעם געווען, אבער וואס טוט מען נישט פאר סעיפטי), א מאסקע האט אריינגעפארקט אין מיין רעקל טאש, בעקישע טאש, וועסטל טאש, אין קאר, און איבעראל ווי עס קען אויספעלן (ליגט נאך מן הסתם דארט, ווייל עס איז נישט תופס מקום און שטערט נישט קיינעם), גלאווס זענען איינגעקויפט געווארן (און קיינמאל נישט גענוצט געווארן צוליב די שוויצערישע נאטור דערפון…), און מ'זעמיר מיט די בני בית אריין אין הויז ארעסט!

מנין האב איך געהאט אין מיין אומלעגאלן בונקער שוהל - עפעס מסירת נפש מעג מען דאך האבן, אבער חוץ פון דעם בין איך געווען משוגע וואויל, כבין נישט געגאנגען אין מקוה, כבין נישט געגאנגען ווען מיין שוואגער האט געמאכט א שמחה, כ'בין נישט געגאנגען אין דער ארבעט, און נאך פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען האב איך אונטערגענומען אין ליכט פון די קלארע הוראה אז איך בין נידון למיתה אויב פאלג איך נישט,

און אזוי זעמיר אפגעזעצן און אפגעפלאצט באלד דריי חדשים, ביז דער ירום הודו פון ניו יארק האט אנגעהויבן אראפקומען פון בוים און אנגעהויבן ערלויבן צו עפענען צושטייט, (לכאורה כדי די אויגן זאל נישט בלינד ווערן פון די פלוצלינגדיגע זו שטראלן, נאכן זיצן איזאלירט פאר דריי חדשים),

איך בין דאך אבער א געניטער שפיאן, בינעך געוואר געווארן א סוד, נעמליך דער אנפירער פון דער דזשולערי סטאר, און אזוי אויך דער באלעבאס פון די סופערמארקעט און פון די אלע אנדערע געשעפטן וואס מהאמיר פריער אויסגערעכנט, האבן נישט געקענט עומד נסיון זיין, און טראץ וואס זייי האבן געוואוסט קלאר אז זיי לייגן זיך ממש אין דרערד אריין, זענען זיי - יא - ארויס - פונדערהיים אין קאראנע!!! איך ווייס עס קלאר!! איך האב געהערט פון איינער וואס האט זיי אליינס געזען אפילו אין זייערע סטאר'ס!!

איך בין נישט משיג וואס די חברה האבן געטראכט, כ'מיין געלט איז אלעס??? גייסטיך נעמען דאס לעבן צו קענען האלטן אפן דיין סטאר??? אבער שוין, לאמיר נישט רעדן אויף קיין טויטע,

אלענפאלס, נאך פאר איך האב אפילו געכאפט דעם ערשטן מקוה נאך קאראנע, האב איך קודם געקאלל'ט 'פירסט קאם!' אז איך באקום די דזשולערי סטאר, און אצינד זאג איך אייך אויס דעם סוד איבער די אנדערע סטארס וועלכע די בעלי בתים זענען לכאורה געשטארבן, און גייטס כאפטס אריין פאר די סוד ליעקט ארויס פון צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט!


ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...


הוספה:
היות נישט יעדער ליינט דורך אלע תגובות און קאמענטארן בעפארן מגיב זיין, און אין דעם פאל קען דער אשכול זייער גרינג ווערן א דעבאטע אשכול, צייכן איך דא צו מיין ענטפער תגובה אויף די קריטיק וואס איר האט מעגליך נארוואס געטראכט,

פופציגער האט געשריבן:אוי ווי גוט האט ער געזאגט....
פאר איך האב ארויפגעשטעלט דעם ארטיקל האב איך עס געגעבן צו קוקן פאר א קאלעגע מיינער, און אים געפרעגט אויב אזאנס קען אויפרעגן מענטשן, האט ער מיר געזאגט אז יא, און איך וועל דארפן מסביר זיין מיין נקודה בעסער אין פארעם פון א תגובה נאך די ערשטע אטאקע,

אלזא,

איך בין ליידער אויך געווען פון די באטייליגטע ביי מער ווי איין לויה אלס קרוב, מיין הארץ איז צוריסן און מיין קרעדיט קארד איז געסווייפט פאר די יתומים'לעך נעבעך און פאר די משפחה ארום,

מיין ארטיקל באציהט זיך צו אונזערע וואטסעפפע ברודער וועלכע האבן אונז פארשריגן אלס סועסיידערס פארן דאווענען מיט מנין, און זיך נישט אפגעהאלטן פון אפן בארעדן אונזערע רבנים פאר זייערע החלטות במשך דעם גאנצן תקופה,

ס'זיכער יא וויכטיג געווען דאס זיך היטן, און איך האב זיך אויך שטארק געהיטן, אבער מאנכע האבן עס גענומען צו אן עקסטרעם, אנשטעלנדיג א בילד ווי מיר אלע וועלכע פאלגן די רבנים אן נישט קאומא וועלן חלילה אויסשטארבן אין לויף פון די מגיפה, [אלס ונשמרתם האבן זיי געפילט פאר נויטיג צו באשמוצן רבנים און מסרן זייערע ברודער...]

כהאף ס'פארשטענדליך, יעצט ליין איבער דעם ארטיקל רואיגערהייט....
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום דינסטאג יוני 30, 2020 6:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

עס קוקט מיר אויס אז דער ארטיקל האט פופצי געשריבן אין האנאר פון @שמו ודי וועלכע איז א שטארקע פיפצי פען....

@שמו, פון דעם האסטו מער הנאה פון אלע? הא?

עניוועי, טענקס פיפצי פאר נאך א זיס שטיקל....
לעצט פארראכטן דורך עכט היימיש אום דינסטאג יוני 30, 2020 5:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

איך וועל נישט מאריך זיין דא, היות עס איז סיי ווי נישט נוגע יעצט [אין ניו יארק], און ווי אויך איז דא נישט די פלאץ צו מאכען א נייע צוהיצטע קאראנע אשכול, אבער איין שורה וועל איך יא שרייבען אלס ענטפער אויף די שאלה אין די לעצטע שורה.
איך מיין אז די קינדער פון די נפטרים רייסען זיך נישט פאר געלעכטער, און דאנק טאקע די באשעפער אז דיינע עלטערען און פעטערס (און זיידעס, אויב דו האסט נאך) און קאזינען אא"וו זענען נישט באטראפען געווארען פון די מגיפה.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מיטוואך יולי 01, 2020 7:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אוי ווי גוט האט ער געזאגט....
פאר איך האב ארויפגעשטעלט דעם ארטיקל האב איך עס געגעבן צו קוקן פאר א קאלעגע מיינער, און אים געפרעגט אויב אזאנס קען אויפרעגן מענטשן, האט ער מיר געזאגט אז יא, און איך וועל דארפן מסביר זיין מיין נקודה בעסער אין פארעם פון א תגובה נאך די ערשטע אטאקע,

אלזא,

איך בין ליידער אויך געווען פון די באטייליגטע ביי מער ווי איין לויה אלס קרוב, מיין הארץ איז צוריסן און מיין קרעדיט קארד איז געסווייפט פאר די יתומים'לעך נעבעך און פאר די משפחה ארום,

מיין ארטיקל באציהט זיך צו אונזערע וואטסעפפע ברודער וועלכע האבן אונז פארשריגן אלס סועסיידערס פארן דאווענען מיט מנין, און זיך נישט אפגעהאלטן פון אפן בארעדן אונזערע רבנים פאר זייערע החלטות במשך דעם גאנצן תקופה,

ס'זיכער יא וויכטיג געווען דאס זיך היטן, און איך האב זיך אויך שטארק געהיטן, אבער מאנכע האבן עס גענומען צו אן עקסטרעם, אנשטעלנדיג א בילד ווי מיר אלע וועלכע פאלגן די רבנים אן נישט קאומא וועלן חלילה אויסשטארבן אין לויף פון די מגיפה, [אלס ונשמרתם האבן זיי געפילט פאר נויטיג צו באשמוצן רבנים און מסרן זייערע ברודער...]

כהאף ס'פארשטענדליך, יעצט ליין איבער דעם ארטיקל רואיגערהייט....
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אוי טאטע אין הימל...

#קיינמאל זיך דערלערנען, #קיינמאל זיך דערלערנען

כ'האב נישט צופיל געדולד, אבער בקיצור, יא!! דער וואס האט אנגעזייעט פאניק איז געווען 100000000000000% גערעכט!!


ס'קוקט מיר נישט אויס ווי איר ווייסט וואס די מצב איז געווען פורים צייט!
די עולם האט זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה! געבטס נאר א קוק אינעם קאראנע אשכול דא פורים צייט, און אייערע אויגן וועלן ארויספליען פון פלאץ!

וויזוי ביסטו זיכער אז נישט דיין פארנאכלעסיגקייט האט צוגעהאלפן נאך א פאר קינדער זאלן ווערן יתומים??!!



נ.ב., איך פלאן נישט אריינצוגייען נאכאמאל אינעם אויסגעדראשענעם וויכוח. כ'זאג מיך אפ מיינס, און פערטיג...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

פופציגער, פיין געזאגט!

דארפסט זיך נישט פארענטפערן, אדער דארף מען נישט אדער וועט עס נישט העלפען. די וואס פארשטייען דיר האבען הנאה ווי די ברענגסט ארויס די ווארהייט, און די וואס נישט, נישט. זיי וועלען אלס מיינען אז האסט דעס און יענס פארזעהן און אז זיי ווייסען עפעס וואס דו ווייסט נישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:אוי טאטע אין הימל...

#קיינמאל זיך דערלערנען, #קיינמאל זיך דערלערנען

כ'האב נישט צופיל געדולד, אבער בקיצור, יא!! דער וואס האט אנגעזייעט פאניק איז געווען 100000000000000% גערעכט!!


ס'קוקט מיר נישט אויס ווי איר ווייסט וואס די מצב איז געווען פורים צייט!
די עולם האט זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע מעשה! געבטס נאר א קוק אינעם קאראנע אשכול דא פורים צייט, און אייערע אויגן וועלן ארויספליען פון פלאץ!

וויזוי ביסטו זיכער אז נישט דיין פארנאכלעסיגקייט האט צוגעהאלפן נאך א פאר קינדער זאלן ווערן יתומים??!!



נ.ב., איך פלאן נישט אריינצוגייען נאכאמאל אינעם אויסגעדראשענעם וויכוח. כ'זאג מיך אפ מיינס, און פערטיג...


זעענדיג דיין ווייטאג, שפיר איך נויטיג דיר צוצווייזן, ליין איין תגובה פאר דיינס,

נאכאמאל, איך האב נישט פארנאכלעסיגט און איך האלט נישט אז מען האט געמעגט,

אבער רעדן אויף רבנים און מסרן אידן מיטן אויסרייד אז דער עולם גייט דא אויספייגערן אין די מאסן איז איבערגעטריבן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לשם קאמעדי וויי נאט. אבער דו האסט עס געהאט? קיקט נישט אויס
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

חברה אײנער שרײבט א שײנע הומאריסטישע ארטיקל געב א לאך אדער נישט אין גײ װײטער װאס איז די ערענסטע דעבאטע דא?
שכוח פיפצי זײער הנאה געהאט
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

fiena nieas האט געשריבן:לשם קאמעדי וויי נאט. אבער דו האסט עס געהאט? קיקט נישט אויס


הוי ווי געהאט...

אבער דער חבר מיינער וואס האט מיר געפייניגט פארן דאווענען מיט מנין האט מיר מער געשטערט
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

די האלטס באמת די יודן וואס האבן געמסרט האבן נישט געמיינט די טובה פון די יודישע קאמינוטי?

איך בין זיכער אז יא ווייל בי די פראטעסטן, אדער פארקס, אדער ווען די עראפלאנען זענען געפלויגן העכער ניו יארק און מאסן גוים האבן איגנארירט די סואשעל דיסטענס אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן ביי יודן האבן זיי נישט געמסרט

קען זיין דעס קומט פון זיין א תמימותדיגע ראסיסט און זיי האבן נישט געקערט אז א גוי באקומט די ווייירוס און די יוד האבן זיי געשוינט
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פרוכט בוים האט געשריבן:די האלטס באמת די יודן וואס האבן געמסרט האבן נישט געמיינט די טובה פון די יודישע קאמינוטי?

איך בין זיכער אז יא ווייל בי די פראטעסטן, אדער פארקס, אדער ווען די עראפלאנען זענען געפלויגן העכער ניו יארק און מאסן גוים האבן איגנארירט די סואשעל דיסטענס אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן ביי יודן האבן זיי נישט געמסרט

קען זיין דעס קומט פון זיין א תמימותדיגע ראסיסט און זיי האבן נישט געקערט אז א גוי באקומט די ווייירוס און די יוד האבן זיי געשוינט


:lol: :lol: :lol: :lol:
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

פיין האמעריסטיש געשריבן
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פופציגער האט געשריבן:נו, וויל איך דאך נישט אזוי פריצייטיג איבערלאזן א אלמנה מיט יתומים'לעך, נאכדערצו אין אזא אנגעצויגענע צייט ווי ערב פסח זאלן זיי יעדע יאר האבן יארצייט? נאפס, נישט קיין עסק אזוי!

טאקע א טענה......

:lol: :lol: :lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער גוט ארויסגעברענגט וויאזוי (כמעט) יעדער איז אנגעגאנגען מיטן לעבן ווי ס׳איז אים עכט געווען וויכטיג.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

נשמת השכל האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:נו, וויל איך דאך נישט אזוי פריצייטיג איבערלאזן א אלמנה מיט יתומים'לעך, נאכדערצו אין אזא אנגעצויגענע צייט ווי ערב פסח זאלן זיי יעדע יאר האבן יארצייט? נאפס, נישט קיין עסק אזוי!

טאקע א טענה......

:lol: :lol: :lol:

דערמאנט מיר פון לאנגזאם וואס וויל נישט מען זאל אים הענגן אנפאנג וואך ווייל מען דארף דאך אנהייבן די וואך מיט א גוטע זאך...
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

;l;p- ;l;p-
זארג נישט האט געשריבן:פופציגער, פיין געזאגט!

דארפסט זיך נישט פארענטפערן, אדער דארף מען נישט אדער וועט עס נישט העלפען. די וואס פארשטייען דיר האבען הנאה ווי די ברענגסט ארויס די ווארהייט, און די וואס נישט, נישט. זיי וועלען אלס מיינען אז האסט דעס און יענס פארזעהן און אז זיי ווייסען עפעס וואס דו ווייסט נישט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שיינע ארטיקל און גוטע שרייבער. אבער עס זענען טאקע דא אסאך ליידיגע פלעצער אין שול, און אין ביזנעסער,און ביי שבת טוישן, צוליב דיין מהלך המחשבה. אפילו איך האב נאך קיינמאל געהאט וואטסעפפ, האב נישט א סמארטפאון, און אויך אלע וואס איך קען וואס זענען געווען איינגעשפארט.

קיינער האט נישט געזאגט אז יעדער גייט שטארבן חלילה, אבער אז מען קען אומוויסענדיג הרגענען איז נאך אלס אמת.
שויתי ה' לנגדי תמיד
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

כ׳װײס נישט פונקטליך פון װעלכע חבר דו רעדסט, און פארװאס ער האט דיך געפײניגט, אבער װי יעדער נארמאלער מענטש פארשטײט, איז געװען אית מנין ואית מנין..

ס׳איז געװען מנינים װאס זענען געווען אױסגעהאלטן לױט דעת תורה, װי אױך לױט די ראט פון דאקטורים,

אבער אױב ביזטו געװען פון די דאזיגע װאס האבן זיך אױסגעלאכט פון די גאנצע זאך, און געדאװנט צוזאמגעשטופט, שױן נאכדעם װאס ס׳איז קלאר געװארן פאר יעדן בר דעת אז ס׳איז בכלל נישט קײן װיץ, און רובם ככולם רבנים האבן אפיציעל אפגעשפארט, װײל.. די דאקטורים דרײען א קאפ... עסקנים פײניגן די רבנים.. וכו׳ וכו׳ דעי אלע שטותים און קאנספעראציע טעאריעס.. דאן להוי ידוע אז דאס איז בכלל נישט קײן קלוגע/פרומע שריט געװען.. און צו די דאזיגע קען קלאר געזאגט װערן ׳קול דמי אחינו צועקים אליכם מן האדמה׳!

אנטשולדיגט..

(בכלל נישט פארענטפערט די מוסרים ח״ו, שטײצעך אלײנס, נאר דײן חבר װאס האטיך געפײניגט :wink: )

אה און פאר כ׳פאגעס, אזױ האביך זײער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, זשאסט געװאלט ארױסברענגען דעי פױנט
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

נישט חלילה צו פוינטן קיין פינגערס אויף א ספעציפישן יחיד אבער - וואס קומט מיר יעצט אריין אין די מחשבה און איז ממש מענין האשכול - עס איז דא מצה בעקערייען עוועילעבל ביי די קארנער ודו"ק אויך רבנות פאסטנס וכו'
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בכלל, װיט אָל די רעספעקט, כ׳פארשטײ באמת נישט דיין גאנצע גלײכגילטיגקײט דא, הונדערטער אידישע נשמות איז בײ דיר טאקע ממש א ליצנות?? מ׳איז נישט געשטארבן?? מ׳קען זיך אפשר טענעה׳ן צו סאושל דיסטענס האט געהאלפן אדער נישט, אקעי, אבער קומען יעצט לאכן אז ס׳איז גארנישט געװען?? כ׳װײס נישט צו האסט באמערקט, די אלע װאס זענען געװען גרױסע מױל מאכערס פון אנפאנג, האבן זיך פלוצלינג אײנגעמאכט אין זױערן, זײ זענען נישט געװען צום האַבן מער.. װער איז נאך יעצט מכחיש שמש בצהרים??


אה סארי כ׳האב פארגעסן, ס׳האט גארנישט געהאט מיט קאראנע, די דאקטורים האבן זײ פשוט אױסגע׳שחט׳ן.. כ׳װײס נישט װיאזױ ס׳מיר ארױס פון קאפ.. סאו, כ׳האב גארנישט געזאגט
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

לײן איך איבער, זעה איך אז דו סטרעסט כאילו ס׳איז געװען רבנים קעגן להבדיל קאומא, און װאטסעפפ איז געגאנגען פאר קאומא.

סאו דזשאסט פאר די רעקארד, אלל עלאָנג די װעי, ביז אפאר װאכן נאך פסח װען ס׳איז קלאר געװארן אז די סכנה איז ב״ה פאראיבער, זענען רובם ככולם רבנים, און להבדיל אא״ה קאומא, געװען מער װײניגער אױף די זעלבע פעידזש,
און די ״קלוגע/פרומע/אױפגעקלערטע/װאטעװער״ זענען געװען אקעגן דעת תורה + אקעגן דעת הרופאים (װאס זײער דעת האט האפט ע״פ שו״ע) און אוטאמאטיש אקעגן גאװערמענט
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

פופציגער האט געשריבן:מ

ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...


....
[/color][/quote]


מ'קען דן זיין פונקטליך וויפיל מ'האט יא געדארפט אדער נישט געדארפט האלטן שולן אפן, אבער קיין איבערגעטריבענע פאניק איז עס ליידער נישט געווען און הלואי מ'וואלט זיך געקענט "רייסן פאר געלעכטער". אנפארטשענלי איז עס זייער ווייט פון לאכעדיג. מ'זעמיר דורך עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן. מיר האבן פארלוירן אזויפיל נפשות יקרות מסלתה ומשמנה. ייטיב ה' ולא יוסיף ליסרה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רבותי, זייטס נישט צוריקגעשטאנען מיט'ן אלטמאדישן קאראנע-ווירוס, די כינעזער האבן שוין ריליעסט א נייעם מאדעל. ס'וועט צו זיין צו באקומען ביי אלע שמשים און גראסעריס...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

להודיע האט געשריבן:

מ'קען דן זיין פונקטליך וויפיל מ'האט יא געדארפט אדער נישט געדארפט האלטן שולן אפן, אבער קיין איבערגעטריבענע פאניק איז עס ליידער נישט געווען .....



אודאי נישט.
זייט מ'האט אנגעזייעט דעם פאניק, איז שוין קיינער נישט געשטארבן....

דער פאניק צוזאמען מיט קאומאו האבן דאך געראטעוועט גאנץ ניו יארק, פון די נורסינג האומס ביז די וואס האבן נישט געהאט ווער עס זאל זיי אנקוקען אין שפיטאל הי"ד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”