דא! דא, אויף מיין בלאק! איז דא א ריזיגער גראסערי הנקרא סופערמארקעט, און שטייט ליידיג!! לעהר!! הפקר!!
א בלינדע מציאה! א גראסערי וואו דער אלטער בעה"ב האט אינוועסטירט, געשוויצט פאר דעם, און אויפגעבויעט, שטייט אצינד מיט אפענע טויערן, די געלט ביים רעדזשיסטער ליגט שיין אויפגעהויפנט שמייכלענדיגערהייט, וכל מי שרוצה ליטל יבוא ויטל!!!
מיין פריינט, מאך יעצט צו דעם קאמפיוטער און לויף!! איידער איינער כאפט עס שוין אויס!!!
אה, מיינסט אודאי צו פרעגן פארוואס איך בכבודי ובעצמי זיץ נאך אין אפיס? פארוואס איך לויף נישט עס כאפן? דאס איז זייער פארשטענדליך, ווייל אביסל ארויפצוה איז דא א דזשולערי געשעפט, וועלכע איז ווערד אסאך מער ווי דער גראסערי, און איך האב שוין יענץ געכאפט, ממילא לאז איך יעצט איבער פאר א צווייטן עפעס אויך,
איין מינוט, איין מינוט נאר!! נישט זיך שטופן!! כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן! שטייטס אלע אין א גראדע ליין, עס איז דא גענוג פאר יעדעם!!! דער גאנצער שאפינג סענטער דא אין שטאט שטייט ליידיג, נישט נאר דער גראסערי, יעדער קען כאפן א סטאר! אזוי אויך ווערן באריכטעט נאך צענדליגע סטארס ארום דעם שטאט וועלכע שטייען ליידיג וכל הקודם זכה!
אלזא, קודם ווייסט איר שוין אז אייער חבר פופציגער איז אקארשט פארוואנדלט געוארן אין א גביר, אבער לאמיך אייך פארציילן פון וואו איך בין דערגאנגען דעם סוד, און וואס האט טאקע פלוצלינג פאסירט ביי אונז אין שטאט,
ערגעץ צווישן פורים און פסח היי יאר איז אנגעקומען א טראנספארט פון כינע וואס האט געברענגט מיט זיך א גרויסע דאזע פון 'קאראנע', דאס איז עפעס א סארט וויירוס וואס מען האט זייער שטארק זיך געברויכט אבאכט געבן דערפון, ווייל אויב נישט ---- איז נישט!
עכ"פ, אין אנהייב פון דעם אויסברוך האב איך עס נישט גענומען זייער ערנסט, אבער רעדנדיג מיט א חבר מיינער, האט ער מיר ממש באשייגעצט, אז איך בין א מאבד עצמו לדעת, און מענטשן כאפן נישט ווי ערנסט די מצב איז און דער און יענער גרויסער מאכער און קנאקער האט אליינס געזאגט אז מען גייט אויסשטארבן אין די טויזענטערס, עד כדי כך אז ער האט מיר שוין געוואלט באשטעלן א חלקה פאר א קבורת חמור אין ביה"ח…
נו, וויל איך דאך נישט אזוי פריצייטיג איבערלאזן א אלמנה מיט יתומים'לעך, נאכדערצו אין אזא אנגעצויגענע צייט ווי ערב פסח זאלן זיי יעדע יאר האבן יארצייט? נאפס, נישט קיין עסק אזוי! האמיר אנגענומען די שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען, והנה, א באטל פיורעל איז פלאצירט געווארן אין די הויזן טאש (אומאיינגענעם געווען, אבער וואס טוט מען נישט פאר סעיפטי), א מאסקע האט אריינגעפארקט אין מיין רעקל טאש, בעקישע טאש, וועסטל טאש, אין קאר, און איבעראל ווי עס קען אויספעלן (ליגט נאך מן הסתם דארט, ווייל עס איז נישט תופס מקום און שטערט נישט קיינעם), גלאווס זענען איינגעקויפט געווארן (און קיינמאל נישט גענוצט געווארן צוליב די שוויצערישע נאטור דערפון…), און מ'זעמיר מיט די בני בית אריין אין הויז ארעסט!
מנין האב איך געהאט אין מיין אומלעגאלן בונקער שוהל - עפעס מסירת נפש מעג מען דאך האבן, אבער חוץ פון דעם בין איך געווען משוגע וואויל, כבין נישט געגאנגען אין מקוה, כבין נישט געגאנגען ווען מיין שוואגער האט געמאכט א שמחה, כ'בין נישט געגאנגען אין דער ארבעט, און נאך פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען האב איך אונטערגענומען אין ליכט פון די קלארע הוראה אז איך בין נידון למיתה אויב פאלג איך נישט,
און אזוי זעמיר אפגעזעצן און אפגעפלאצט באלד דריי חדשים, ביז דער ירום הודו פון ניו יארק האט אנגעהויבן אראפקומען פון בוים און אנגעהויבן ערלויבן צו עפענען צושטייט, (לכאורה כדי די אויגן זאל נישט בלינד ווערן פון די פלוצלינגדיגע זו שטראלן, נאכן זיצן איזאלירט פאר דריי חדשים),
איך בין דאך אבער א געניטער שפיאן, בינעך געוואר געווארן א סוד, נעמליך דער אנפירער פון דער דזשולערי סטאר, און אזוי אויך דער באלעבאס פון די סופערמארקעט און פון די אלע אנדערע געשעפטן וואס מהאמיר פריער אויסגערעכנט, האבן נישט געקענט עומד נסיון זיין, און טראץ וואס זייי האבן געוואוסט קלאר אז זיי לייגן זיך ממש אין דרערד אריין, זענען זיי - יא - ארויס - פונדערהיים אין קאראנע!!! איך ווייס עס קלאר!! איך האב געהערט פון איינער וואס האט זיי אליינס געזען אפילו אין זייערע סטאר'ס!!
איך בין נישט משיג וואס די חברה האבן געטראכט, כ'מיין געלט איז אלעס??? גייסטיך נעמען דאס לעבן צו קענען האלטן אפן דיין סטאר??? אבער שוין, לאמיר נישט רעדן אויף קיין טויטע,
אלענפאלס, נאך פאר איך האב אפילו געכאפט דעם ערשטן מקוה נאך קאראנע, האב איך קודם געקאלל'ט 'פירסט קאם!' אז איך באקום די דזשולערי סטאר, און אצינד זאג איך אייך אויס דעם סוד איבער די אנדערע סטארס וועלכע די בעלי בתים זענען לכאורה געשטארבן, און גייטס כאפטס אריין פאר די סוד ליעקט ארויס פון צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט!
ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...
הוספה:
היות נישט יעדער ליינט דורך אלע תגובות און קאמענטארן בעפארן מגיב זיין, און אין דעם פאל קען דער אשכול זייער גרינג ווערן א דעבאטע אשכול, צייכן איך דא צו מיין ענטפער תגובה אויף די קריטיק וואס איר האט מעגליך נארוואס געטראכט,
פופציגער האט געשריבן:אוי ווי גוט האט ער געזאגט....
פאר איך האב ארויפגעשטעלט דעם ארטיקל האב איך עס געגעבן צו קוקן פאר א קאלעגע מיינער, און אים געפרעגט אויב אזאנס קען אויפרעגן מענטשן, האט ער מיר געזאגט אז יא, און איך וועל דארפן מסביר זיין מיין נקודה בעסער אין פארעם פון א תגובה נאך די ערשטע אטאקע,
אלזא,
איך בין ליידער אויך געווען פון די באטייליגטע ביי מער ווי איין לויה אלס קרוב, מיין הארץ איז צוריסן און מיין קרעדיט קארד איז געסווייפט פאר די יתומים'לעך נעבעך און פאר די משפחה ארום,
מיין ארטיקל באציהט זיך צו אונזערע וואטסעפפע ברודער וועלכע האבן אונז פארשריגן אלס סועסיידערס פארן דאווענען מיט מנין, און זיך נישט אפגעהאלטן פון אפן בארעדן אונזערע רבנים פאר זייערע החלטות במשך דעם גאנצן תקופה,
ס'זיכער יא וויכטיג געווען דאס זיך היטן, און איך האב זיך אויך שטארק געהיטן, אבער מאנכע האבן עס גענומען צו אן עקסטרעם, אנשטעלנדיג א בילד ווי מיר אלע וועלכע פאלגן די רבנים אן נישט קאומא וועלן חלילה אויסשטארבן אין לויף פון די מגיפה, [אלס ונשמרתם האבן זיי געפילט פאר נויטיג צו באשמוצן רבנים און מסרן זייערע ברודער...]
כהאף ס'פארשטענדליך, יעצט ליין איבער דעם ארטיקל רואיגערהייט....