האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

לייף אינשורענס
159
28%
ערבים
133
23%
ביידע
159
28%
איך פלאן צו מאכן א פאליסי
86
15%
איך פלאן נישט צו מאכן א פאליסי
36
6%
 
סך הכל שטימען: 573

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אונגארישער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב ביידע. טערם לייף אונשורענס. איך האב אויך ערבים. ערבים איז א מצוה. ווייל נישט איעדער קען אדער מעג האבן לייף אונשורענס.


טורם מעג איעדער האבן. מיס איך עפעס?

לכאורה יא. טורם איז נישט קיין עסעט. אבער פרעג ווער עס ווייסט פאר זיכער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

Kosher Travel האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב ביידע. טערם לייף אונשורענס. איך האב אויך ערבים. ערבים איז א מצוה. ווייל נישט איעדער קען אדער מעג האבן לייף אונשורענס.


טורם מעג איעדער האבן. מיס איך עפעס?

לכאורה יא. טורם איז נישט קיין עסעט. אבער פרעג ווער עס ווייסט פאר זיכער.

טוירם הייסט אין ערגעץ נישט קיין עסעט.

W/L האט געוויסע זאכן ווי מ'רעכנט עס אלס עסעט, אויב האט מען שאלות קען מען עס דיסקאסן מיט'ן אגענט, געווענליך קען מען גרינג מסדר זיין
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

שרייב האט געשריבן:ערבים האט גערופן אז זיי האבן ליידער 16 טויטע פון די קראנא
אין זיי מאכן א סערוועי ווי אזוי מען זאל דאס באצאלן

שמערלער האט געשריבן:יעצט באקומען פון ערבים

During this difficult time, Areivim is responding to the needs of our members who lost loved ones to COVID-19. Due to the high volume of losses, we have convened with our rabbinical and governing board, as per Areivim’ s Terms & Conditions.
The Terms and Conditions (#5) state: “In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.) Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.”
The Rabbinical board has determined that as of now, all eligible families will receive the complete benefit as outlined in the program terms. We will provide further details in the near future.
We pray for the end to this pandemic, and that all of our members and the entire Klal Yisroel be blessed with salvation and good health.

lebediger berel האט געשריבן:איך האב געשטימט נאך 28 א חודש פאר א יאר דאס מיינט 56 די נעקסטע צוועלף חדשים - נא וועלמער זיך פארעכענען מיט רעב מאאסער אויב ח"ו ס'וועט אויספעלן.

זיי גייען טאקע אזוי טוהן
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p= ... 7#p2215164
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

20200621_172330_copy_3024x2268_copy_1512x1134.jpg
20200621_172330_copy_3024x2268_copy_1512x1134.jpg (397.58 KiB) געזען 1618 מאל

הלכה למעשה.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

ווישוואש האט געשריבן:
IMG-20200517-WA0025.jpg


שכויעך פארן אויסקלארן.
זיי האבן מיר טאקע אזוי קאנפירמד אויפן טעלעפאון, אז זיי קוקען נישט אויף לייף אינשורענס אדער קאמפיינס, זיי געבן אויב מען וויל נעמען.

מיינע צוויי סענט, אסאך כולל אינגעלייט האלטן אז היות זיי ברענגען נאכנישט געלט האט נישט קיין זין צו פארזיכערן די אינקאם (וואס זיי ברענגען נישט....).
דערנאך ווען ער איז טשאוקד און נעמט א דזשאב איז אים זייער שווער אראפצוציפען פון זיין אינקאם אויף נאך זיין טויט, בעת ער ווייסט נאך נישט וויאזוי ער גייט האבן חתונה צו מאכן...
און ווען ער הייבט שוין אן עפעס אפצושפארן קלערט ער: ווי איידער צו פארמיידן בזיונות פון א קאמפיין פאר זיינע יתומים ר״ל, וויל ער פריערט אפשפארן אויף חתונה מאכן, צו פארמיידן בזיונות פון זיך און פון זיינע קינדער פון א חתונה קאמפיין... ובפרט מאכט ער א חשבון אז אלס חיוב השתדלות ליגט ״פריער״ דאס ודאי ע״פ דרך הטבע חתונה צומאכן, ווי איידער זיך זארגען אויף׳ן טויט וואס האט ״ווייניגער״ שאנסן ממילא לאזט ער דאס ״דערווייל״ אינגאנצען איבער ביד הממית ומחיה שמשביע לכל חי...
און דערנאך אז ער דערלעבט מיטן אייבירשטענס הילף מאכט ער דאן אויך א פאליסי לויטן דעמאלטסדיגען אביסעל טייערערע רעיט, פאר זיך און ווען מעגליך (און טייל קודם) פאר די בני בית...

משא״כ ״ערבים״ וויל ער שוין פארזיכערן און ארויסהעלפן אידישע אלמנות ויתומים, און ווען סאיז טייט אויך ביי מעשר גייט מען זאמלען פאר יתומים איינמאל א חודש $28 ביי צוויי דריי מנינים. און אין איינוועגס איז ער אריינגע׳נער׳ט געווארן מיט אומזיסטע 50 יעריגע (קליינע) טוירם לייף אינשורענס פאר זיך און פאר די בני בית אויפאמאל...

דיסקלעימער: איך האב עריבים, און א האול לייף פאר מיר, און א טוירם פאר מיין ווייב. אויך רענטערס אינשורענס. אויב איר קענט מאכט אלעס. אבער די ערשטע איז עריבים, וואס קאסט גארנישט, און איז גמילות חסדים וואס איז אוכל פירותיהם בעוה״ז והקרן קיימת לעולם הבא (אפילו אויב מען לעבט עס איבער)!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

Lazy.
זייער שיין מסביר געווען די רעאליסטישע זייט פון די מטבע.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

וואדקע האט געשריבן:Lazy.
זייער שיין מסביר געווען די רעאליסטישע זייט פון די מטבע.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צוקער וואסער האט געשריבן:
וואדקע האט געשריבן:Lazy.
זייער שיין מסביר געווען די רעאליסטישע זייט פון די מטבע.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בד"וו אויפן יעצטיגן קרן יתומים שרעקעדיגן קאמפיין שטייט אז דער טאטע האט געמאכט ערבים, ס'שטייט נישט וועלכער טאטע דייטש אדער בירנהאק. למעשה זע מיר דאך אז אפילו דריי מיליאן איז נישט גענוג לעסאטע, די גאנצע זאך ווערט שרעקעדיג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

איך האב געהערט אז דייטש האט געהאט ערבים.

דא דארף מען כמובן אסאך מער ווי ביי א געווענליכע קעיס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

lebediger berel האט געשריבן:בד"וו אויפן יעצטיגן קרן יתומים שרעקעדיגן קאמפיין שטייט אז דער טאטע האט געמאכט ערבים, ס'שטייט נישט וועלכער טאטע דייטש אדער בירנהאק. למעשה זע מיר דאך אז אפילו דריי מיליאן איז נישט גענוג לעסאטע, די גאנצע זאך ווערט שרעקעדיג


לויט דעם קומט אויס מען האט גערעסט 4! מיליאן דאלער. 3.2 ווי די קאמפיין האלט יעצט + 100 טויזענט פער קינד פין ערבים. מי כעמך ישראל
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

lebediger berel האט געשריבן:בד"וו אויפן יעצטיגן קרן יתומים שרעקעדיגן קאמפיין שטייט אז דער טאטע האט געמאכט ערבים, ס'שטייט נישט וועלכער טאטע דייטש אדער בירנהאק. למעשה זע מיר דאך אז אפילו דריי מיליאן איז נישט גענוג לעסאטע, די גאנצע זאך ווערט שרעקעדיג

דייטש האט געהאט עריבים.

עריבים געט די געלט אויף די חתונה פון די קינדער בשטו"מ, און אויף ביז דעמאלטס דארף מען האבן אויף צום לעבן.

א איד מיט 8-9 קינדער מוז האבן 3.5-4 מיליאן דאלער אינשורענס (אוודאי אויב מ'קען עס עפארדן) על כל צרה שלא תבא אז די משפחה זאל קענען לעבן בדרך כבוד און נישט דארפן אנקומען צו אנדערע מענטשן.

אידן! אינשורענס איז נישט אזוי טייער! און עס זענען נאך דא זייער אסאך ראשי משפחות צווישן היימישן ציבור וואס האבן נישט דאס מינונמום דעקונג! קאנטעקט אייער אינשורענס אגענט און זעהט צו טון השתדלות על כל צרה שלא תבוא

מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאלט האט געשריבן:מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.

האסט דאך צונישט געמאכט די גאנצע מעשה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.

האסט דאך צונישט געמאכט די גאנצע מעשה.


;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

farshlufen האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.

האסט דאך צונישט געמאכט די גאנצע מעשה.

ער מעג נישט העלפן אידן דא?
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

farshlufen האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.

האסט דאך צונישט געמאכט די גאנצע מעשה.

אויב רעדט ער צום זאך וואס א חילוק.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

farshlufen האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:מיין אישי קעסטל איז אפן, און איך וועל זיך פרייען צו סערווירן.

האסט דאך צונישט געמאכט די גאנצע מעשה.

אויב איך מאך געלט דערויף איז שוין אינשורענס נישט וויכטיג?

איך הער..
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קאלט האט געשריבן:
עריבים געט די געלט אויף די חתונה פון די קינדער בשטו"מ, און אויף ביז דעמאלטס דארף מען האבן אויף צום לעבן.


ביז דעמאלטס געבן זיי גארנישט??
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

להודות האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:
עריבים געט די געלט אויף די חתונה פון די קינדער בשטו"מ, און אויף ביז דעמאלטס דארף מען האבן אויף צום לעבן.


ביז דעמאלטס געבן זיי גארנישט??

ערבים געט גראד, שוין צען מאל מסביר געווען אויבן פון א פאל וואס כ'האב מיטגעהאלטן פערזענליך
ווענדט זיך וויאזוי דער ועד צוטיילט די געלט, חתונה מאכן ווערט אלץ גענומען אלץ "ערשטע פריאריטעט" און אויב איז עס גרויסע קינדער און מ'רעכנט אז די חתונה קען קאסטן ארום הונדערט אלפים בלייבט נישט איבער פאר אנדערע געברויכן
דעס איז זיכער אז פאר א קאטסטראפישע אינצידענט אזוי ווי איצט איז ערבים נישט גענוג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

lebediger berel האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
קאלט האט געשריבן:
עריבים געט די געלט אויף די חתונה פון די קינדער בשטו"מ, און אויף ביז דעמאלטס דארף מען האבן אויף צום לעבן.


ביז דעמאלטס געבן זיי גארנישט??

ערבים געט גראד, שוין צען מאל מסביר געווען אויבן פון א פאל וואס כ'האב מיטגעהאלטן פערזענליך
ווענדט זיך וויאזוי דער ועד צוטיילט די געלט, חתונה מאכן ווערט אלץ גענומען אלץ "ערשטע פריאריטעט" און אויב איז עס גרויסע קינדער און מ'רעכנט אז די חתונה קען קאסטן ארום הונדערט אלפים בלייבט נישט איבער פאר אנדערע געברויכן
דעס איז זיכער אז פאר א קאטסטראפישע אינצידענט אזוי ווי איצט איז ערבים נישט גענוג

100K בלויז פאר א חתונה? קאם אן זיידי עס איז נישט דיין סטייל צו רעדן אזוי.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פארוואס זאגסטו אזוי, אויב רעדט מען פון עכט בעל בתיש'ע סטיל קינדער און זיי זענען שוין ערוואקסן אז מ'קען נישט רעכענען פאר אינטערעסט, און מ'דארף צאלן פארן יתום יתומה אנגעפאנגען פון "פאר דעם שדכן" א סוט, און אמאל א מומחה צו גיידן (מ'רעדט דאך אז ס'פעלט א טאטע אדער מאמע ל"ע) איז הונדערט אלפים נישט איבערגעטריבן ביז נאך די לעצטע שבת פון נאך די לעצטע שבע ברכות און די עקסטענדעד לעסאן/טעראפי סעשאן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די קרן יתומים פאל וואו איך בין אינוואלווד וואלט איך אנגערופן מיטלמעסיג בעלבתיש סטיל, סאיז געווען איבער פינף און זיבעציג טויזענט צוגעשטעלט ביד רחבה טאקע לויטן היינטיגן סטאנדארד, "נישט ביי יתומים זוכט מען צו אויפקומען מיט כח היחיד פראגראמען" אבער בכלל נישט איבערגעטריבן, כ'מיין סאיז נישט געווען קיין פול קווייער, וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ערבים זאגט אז ווער עס שרייבט זיך יעצט איין דארף צאלן יעדן חודש אויך די עקסטערע 28 דאלער ביז א יאר צייט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

האב איך ערבים דערווייל אבער ס'איז אין פלאן צו מאכן א פאליסי אויך אי"ה ווי נאר די בערזל וועט עס ערלויבן בעז"ה
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

איך האב נאכנישט דורך געליינט דו גאנצע אשכול אבער ווי קען איך זעהן די רוחניותדיגע השקפה לגבי קויפן לייף אינשורענס אין פייער אינשורענס פאר א הויז?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”