זאל מען מאכן א אידישער פאליטישער אסאסיעשן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

ניין, ס׳איז קעגן די תורה
13
15%
ניין, ס׳איז א נאריש׳ע געדאנק
24
29%
יא, אבער איך וועל נישט אריינצאלען
8
10%
יא, און איך בין גרייט אריינצוצאלען ביז $50 א יאר
12
14%
יא, און איך בין גרייט אריינצוצאלען ביז $100 א יאר
7
8%
יא, און איך בין גרייט אריינצוצאלען $101 אדער מער א יאר
11
13%
מיין אפציע איז נישט דא, שרייב אונטען
9
11%
 
סך הכל שטימען: 84

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

זאל מען מאכן א אידישער פאליטישער אסאסיעשן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

מען רעדט כסדר פון מאכן א חסידישער בלאק וואוט, למעשה ביי די פארגאנגענע וואלן איז געווען היפש א קליינע טורנאוט ווי וויפיל עס וואלט געקענט זיין, עס איז געווען אסאך פראבלעמען פארוואס ס׳איז אזוי געווען, איך מיין אבער אז עס ליגט א גרויסע פראבלעם בשורשו, די קאמפיין ווערט געפירט דורך עסקנים, די עסקנים ארבייטען אויף זייער אייגענע האנט א חלק תחת פיקוח פון רבנים, און א חלק וואס קומען בלויז נעמען הסכמות פון רבנים וואס טיילן זיי נישט איין וואס צו טוהן, איך שיהיה, זיי ארבייטען שווער, באצאלט באקומען זיי דורך די מוסדות און דורך אינוועסטירער וואס דארפ׳ן טובות פון די גאווערמענט, כאטש א גרויס חלק פון די עסקנים מיינען לשם שמים, מוזן זיי אבער דאך צושטעלען צו די וואס באצאלען זיי, דאס מאכט אז א חלק פון די עולם פילט אז די עסקנים מיינען נאר זיך, די מוסדות און די אינוועסטירער (א חלק עסקנים זענען טאקע אזוי), מילא הערשט א קרירות אין די געפיל פון מוזן גיין וואוטען.

דער אמת איז אבער, אז אנפירן מיט א בלאק וואוט קאסט א געוואלד מיט געלט, מען מוז הענגען צעטליך פאר די וואלן, מען מוז צאלן מענטשען וואס זאל אראנדזשירען דעם קאמפיין, דאס איז פאר די וואלן, נאך די וואלן, מוז מען נאך האבן מענטשען וואס זאלן ארבייטען מיט די פאליטישענס וואס מען האט אריינגעוועלט, בעטן פון זיי טובות, זיכער מאכן אז זיי פארגעסען נישט פון די וויילער וועלעכע האבן זיי אריינגעברענגט. מיט דעם אלעם איז דא א שיעור וויפיל טובות מען קען בעטען פון דעם פאליטישען, ער פארטרעט דאך א דיסטריקט וואס באשטייט געווענליך נישט פון בלויז אידן. מילא פעלט זיך אויס אז אן עסקן, אפילו אן עסקן לשם שמים, מוז מאכן א חשבון וואס פאר אן אישוס איז וויכטיג פאר עם אויסצונוצען זיינע טובות, פארשטייט זיך אז אפילו אן עסקן וואס וויל אויפטוהן, וועט פארט מוזן אויך נעמען אין אכט אז איינער האט באצאלט פאר זיין קאמפיין, און איינער באצאלט עם ער זאל קענען ארבייטען א גאנצע טאג אויף צו טוהן, און אן אישו וואס איז זיי נגוע, מוז ער זיי העלפען מער ווי סתם א מענטש.

וואס איז דער לעזונג? מען קען טוהן וואס אנדערע האבן געטוהן אין אזא מצב, מען מאכט א יוניען, וואס מיין איך צו זאגן מיט דעם? עס זאל זיין אן ארגאנזציע, געפירט דורך עסקנים, (קען זען נייע, אדער די גוטע פון די וואס זענען יעצט עסקנים), וואס פשוט׳ע מענטשען זאלן אריינצאלן געלט, לאמיר זאגן $50 אדער $100 א יאר, דאס וועט דעקען די הוצאות פון די בלאק וואוט, די קאסטען פון די עסקנים, און דעם קאמפיין, לכבוד זה וועט דער מענטש קענען אריינזאגן זיין דעה וועלעכע אישוס ער האלט איז וויכטיג צו ארבייטען, יעדער שטיק צייט וועט מען ארויסשיקען א קוועסטשיניער פאר אלע מעמבערס, זאגטס וועלעכע אישוס איז אייך די מערסטע נוגע, און דער יוניען וועט ארבייטען אויף די אישוס וואס באקומען די מערסטע וואוטס, יעדער פאר יאר וועט מען וועלען ווער זאל אנפירן דעם יוניען, וכו׳ א געהעריגע יוניען ווי אנדערע יוניענס. פארשטייט זיך אז א וועד הרבנים דארף שטיין איבער דעם יוניען.

די יוניען קען זיין צוטיילעט, אזוי אז יעדער געגנט וועט האבן זיין חלק, און פאר קליינע וואלען וועט יעדער ארבייטען פאר זיך, און פאר גרויסע וואלן וועט מען ארבייטען צוזאמען.

איידער מען שרייט מיך אן אז יוניענס זענען ליבעראל, הגם אין אלגעמיין איז אזוי, זענען נישט אלע אזוי, קוק דער טשעבערס אוו קאמערס, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך קליינע ביזנעסעס און איז נישט ליבעראל, אזוי אויך וועט די אידישער יוניען זיין, א יוניען וואס שטיצט אידשע אינטערסען און נעמט נישט קיין חלק אין די אלוועלטליכע פאליטיק וואס איז אונז נישט נוגע.
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום זונטאג יוני 28, 2020 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

פארגעסען צו באטאנען אז אויב אויב א מעמבער פון די יוניען וועט האבן א פראבלעם מיט דער שטאט, וועט די יוניען פרובירען צו העלפען ווי ווייט מעגליך.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איך ווייס אז די עולם גלייכט נישט צו ליינען קיין לאנגע תגובות, וועל איך איבערשרייבן די געדאנק בקיצור, זאל מען מאכן אן ארגאניזאציע, וואס די פשוטער המון עם זאל אריינצאלן געלט, צו באצאלן עסקנים צו שתדלן לטובותנו, אזוי וועלען די עסקנים נישט זיין פארפליכטעט צו ארבייטן פאר די פאר עשירים און מוסדות וואס באצאלן זיי? די וואס צאלן וועלן קענען אריינגעבן אישוס וואס זיי ווילן מען זאר ארבייטן אויף, און אויך וועלען וועלכע אישוס זענען די וויכטיגסטע צו ארבייטן אויף.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

כ'האב געטראכט דערוועגן, סוועט הייסן
Orthodox Union?
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר אייננעמען די ארבייטערס פאראיין און עס מאכען מער אידיש געשטימט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ניין

ווייל ס'וועט נאר קאליע מאכן פאר אונז
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיט א רב דערינטער בין איך אינגאנצען אין שטיצע. די געדאנק איז גוט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א יוניען איז פאר ארבעטער
שויתי ה' לנגדי תמיד
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די געדאנק איז זייער גיט.

עס מוז אבער זיין א געוויסע אינדיווידועלע בענעפיט אז מענטשן זאלן וועלן אריינצאלן, אדער א געוויסע התחייבות וואס די יוניאן גייט זיך אננעמען אפי' פאר רעכטן פון אינדיווידועלן אויך, נישט נאר די כלל.

אן אריינצאלן האלט מען ביי א'
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

זאל נאר איינער קוקן אויף די מיאוסע ליגנט העצע וואס דער מאנסיער קאמפיין האט אנגעפירט קעגן א שווארצע פראגראסיווע קאנדידאט (וואס האט קיינמאל קיין פראבלעם מיט אונזער חינוך נישט געהאט, אדרבה די ריפאבליקאנער דארט שיסן העצע וכולי), ווייל אונז זענען דאך הייליגע ווייסע ריפאבליקאנער, און דאס טעם פון מויל פליט ארויס צו האבן סיי וואספארא יוניאן אין חרדישן כלל ישראל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די האסנדע רעפאליקאנער אין ראקלענד שטיצן גראדע דעם פראגרעסיוון קאנגרעס קאנדידאט.

בד"וו, נישט נאר דיסעגרי איך מיט די ערשטע האלב פון דיין חתימה, נאר מיט די צווייטע האלב אויך. ביי די ערשטע איז ביי ביידע דער געדאנק רעפאבליק = נישט דעמאקרעסי.

------------

בנוגע א יוניאן, עס וואלט געווען א געוואלדיגע איידיע, אויב דער עולם וואלט זיך געהאלטן ביים איינשרייבן אין אזא זאך פאר באצאלט.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

Goodmorning האט געשריבן:א יוניען איז פאר ארבעטער

מסכים, האסט א בעסערע נאמען? אויב יא וועל איך טוישן די קעפל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Waukesha האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:א יוניען איז פאר ארבעטער

מסכים, האסט א בעסערע נאמען? אויב יא וועל איך טוישן די קעפל

איך מיין צו זאגן אז לעגאל קען מען עס נישט מאכן, מער אן ארגענאזאציע
שויתי ה' לנגדי תמיד
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

סאיז א געוואלדיגע געדאנק.
אבער איך זעה דערין צוויי פראבלעמען,
איינס, אז דער עולם וועט נישט זיין דערביי, אבער פרובירן שאדט נישט.
צוויי, אז דאס גייט לכאורה אנטקעגן אונזער מסורה פונעם למה תתראו, שטעלטס ענק פאר וואס די געוועב גייט אלץ אנשמירן אויף דאס דזשידעס יוניאן וועלכע דעקט אלע קארופציעס וכו'

און אחרי ככלות הכל אויב א היימישע רב וועט שוין מסכים זיין, האלט דא איינער אז די בילדערס און מוסדות וועלן דאס נישט פארכאפן בפקודות קודש כ"ק אדמור שליט"א (זיי האבן מער געלט צו גיסן ווי אונזער נעבעכדיגע פופציגערס פון די יחידים).. אדער גייען פלוצלינג ערשיינען צעטלעך איבער די שרעקליכע השחתה פון אינשי דלא מעלי וועלכע צעפירן זיך די הענט און רייצן אויף דעם גאהוי און מאכן חרוב אונזערע אינטערעסן (זיי זענען דאך רח"ל "אומאפהענגיק"..).... און מהאלט מיר ביי אלף! ודי.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

@שיעלע, מען רעדט נישט פון געשטעטנער סטייל פעק, פון אראפרייסן און שענדן פאליטישאנס, מען רעדט פון שתדלנות פאר געזעצן וואס וועט העלפן דעם ציבור דיירעקט, די מוסדות נעמען קעיר פון זייערע פראגראמען, אונז דארף מיר געזעצן און פראגראמען וואס וועט העלפן די יחידים.
מער ווי א לאביאונג גרופ, אבער אנשטאט זיין געבעקט פון די מיליאנערן, זאל עס זיין געבעקט פון וואוטער בעיס.
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

שיעלע בהמה האט געשריבן:דאס גייט אנטקעגן אונזער מסורה פונעם למה תתראו, שטעלטס ענק פאר וואס די געוועב גייט אלץ אנשמירן אויף דאס דזשידעס יוניאן וועלכע דעקט אלע קארופציעס וכו'

דאס איז אויך א נארישע געדאנק פאר דער וואס פארשטייט גוט צו פאליטיג.
1. געוויסע אידן לעבן אין אונזער טשולענט טאפ, מיר זענען מעכטיג מיר האבן טויזנטער וכו', אבער לאמיר נישט פארגעסן אז מיר ווערן בטל באלפי אלפים פון די ארומיגע גוים.
2. זיין אין די ספאט-לייט אויף א שטארקע פארנעם איז די ערגסטע זאך פאר אונז, וואס ברענגט צום סוף צרות פון קנאה.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

שארף און קליג האט געשריבן:

לגבי 1, נישט יעדער זאך וואס אונז וויל מיר ארלעדיגען זענען די גוים דערקעגן. למשל שפיטעלער, לגבי 2, ווער רעדט פון שרייען אין דער גאס? ס'איז די זעלבע שתדלנות וואס ווערט שוין געטוהן היינט, נאר אן זיין פארפליכטעט צו די גרויסע עשירים וואס האלטן אויס די ארגענאזאציעס.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

Goodmorning האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:א יוניען איז פאר ארבעטער

מסכים, האסט א בעסערע נאמען? אויב יא וועל איך טוישן די קעפל

איך מיין צו זאגן אז לעגאל קען מען עס נישט מאכן, מער אן ארגענאזאציע

וואס איז די NRA? וואס איז די NAACP? וואס איז די טשעמבערס אוו קאמערס? ACLU? וכהנה וכהנה.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דממה דקה האט געשריבן:@שיעלע, מען רעדט נישט פון געשטעטנער סטייל פעק, פון אראפרייסן און שענדן פאליטישאנס, מען רעדט פון שתדלנות פאר געזעצן וואס וועט העלפן דעם ציבור דיירעקט, די מוסדות נעמען קעיר פון זייערע פראגראמען, אונז דארף מיר געזעצן און פראגראמען וואס וועט העלפן די יחידים.
מער ווי א לאביאונג גרופ, אבער אנשטאט זיין געבעקט פון די מיליאנערן, זאל עס זיין געבעקט פון וואוטער בעיס.

אין פאל פון א קאראנע שפיטעלער גזירה, ערווארט איך אז מיין פארטרעטער זאל איבערקערן אראפרייסן פארשעמען און רייסן שטיקער פון די וועלכע שטייען דערונטער, הבא להרגך השכם להרגו איז געזאגט געווארן לדורות, ניין?
ujo וועלכע גייט מיט די גלות השקפה האט אויכעט געמיינט אז מקען אויפטון אינטערן טיש און בשעת מעשה פארפאסט א דריי טויזנט אידישע לעבנס אזוי מיך נישט דיך נישט..
בקיצור, מיר דארפן א שטארקע פארטרעטערשאפט אבער דער נאמען איד זאל נישט דערמאנט ווערן בפירוש ברבים.

איך האב נישט קיין קלארקייט אין די נושא איך שרייב בסך הכל פרעספעקטיוו.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

[list=][/list]
נא_שכל האט געשריבן:די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועלען די מענטשן אויפהערן אריינצאלן, און דער גאנצע זאך וועט גיין אין דער ערד. וועלן די הויפטן זיי גרייט צו גיין suicide?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

נא_שכל האט געשריבן:די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.

דאס האב איך פריער געשריבן אז די טיפע טאשן וועלן פארכאפן די יוניאן פירערשאפט, ומפטירין כדאתמול.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

Waukesha האט געשריבן:[list=][/list]
נא_שכל האט געשריבן:די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועלען די מענטשן אויפהערן אריינצאלן, און דער גאנצע זאך וועט גיין אין דער ערד. וועלן די הויפטן זיי גרייט צו גיין suicide?

וועט נישט זיין אייגענע וואלען, אויף די פירער'ס?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:[list=][/list]
נא_שכל האט געשריבן:די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועלען די מענטשן אויפהערן אריינצאלן, און דער גאנצע זאך וועט גיין אין דער ערד. וועלן די הויפטן זיי גרייט צו גיין suicide?

וועט נישט זיין אייגענע וואלען, אויף די פירער'ס?

זיי וועלען מאכן א גוטע קאמפיין פאר די וואלן, פונקט אזוי ווי די עסקנים טוען יעצט, און זיי וועלן ווייטער בלייבן אויף זייערע בענקעלך. פארשטייט זיך אז וועל נישט אינגארירן דעם "גאנצען" ציבור מעמעבערס, נאר דער "יחיד" וועט מען פונקט אזוי אנקוקן און איגנארירן ווי יעצט. כנלענ"ד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זאל מען מאכן א אידישער יוניען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נא_שכל האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:[list=][/list]
נא_שכל האט געשריבן:די הויפטן פון די יוניאן וועלן טון וואס ס'געפעלט זיי, און דער יחיד - דער מעמבער וועט ווייטער ווערן איגנארירט, אזוי ווי היסטאריע האט אונז געלערנט ביי אלע אזלעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועלען די מענטשן אויפהערן אריינצאלן, און דער גאנצע זאך וועט גיין אין דער ערד. וועלן די הויפטן זיי גרייט צו גיין suicide?

וועט נישט זיין אייגענע וואלען, אויף די פירער'ס?

זיי וועלען מאכן א גוטע קאמפיין פאר די וואלן, פונקט אזוי ווי די עסקנים טוען יעצט, און זיי וועלן ווייטער בלייבן אויף זייערע בענקעלך. פארשטייט זיך אז וועל נישט אינגארירן דעם "גאנצען" ציבור מעמעבערס, נאר דער "יחיד" וועט מען פונקט אזוי אנקוקן און איגנארירן ווי יעצט. כנלענ"ד.

אויב פילט איר אז איר ווערט נישט פארטרעטען, הערט זיך אויף די פעמענטס נישט אזוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”