נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

די אנטי רייכלין מעלניק קאמפיין איז אומפראקטיש, קודם כל לויפט חוץ רייכלין מעלניק און דזשעסטין סוויט, א דריטע מענטש, דער האט נישט קיין געהעריגע קאמפיין און האט קנאפע טשאנסען צו געווינען, אבער אז איינער קומט אין ביהמ"ד און פרעגט זיך נישט נאך, זעהט ער נאר אז מען שטימט נישט פאר רייכלין מעלניק, און דאס איז נאר אויב ער ליינט די צעטליך, אויב בליקט ער נאר, זעהט ער אין גרויס 'מאנסי שטימט' דערנאך זעהט ער רייכלין מעלניק, ער גייט צו די שטים בודקע און ער וואוט פאר רייכלין מעלניק, ווייל די צעטליך אין ביהמ"ד איז געשטאנען מאנסי שטימט רייכלין מעלניק.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Waukesha האט געשריבן:לאמיר נישט רעדען אז די אמת'ער פערזערוו ראמאפאו קאנדידאט איז בילל וועבער, וואס לויפט אויף די רעפובליקאנער טיקעט, נישט די דעמעקראטישע טיקעט. ס'איז דאך דא אסאך אחב"י אין ראקלענד וואס זענען רעגיסטריט אלץ רעפובליקאנער, פארוואס איז נישט דא קיין קאמפיין צו גיין שטימען פאר וויינשטיין אויף די רעפובליקאנער פארטיי אין די רעפבוליקאנער פריימערי?

איך פלעג אמאל אויך פרעגן די זעלבע. איך בין מיט די צייט געקומען צו די החלטה אז מיר קענען זיך נישט אלץ פארלאזן און ווארטן אויף עסקנים מיט א קאמפיין. מיר זענען אזוי געספוילט אז מען דארף אונז ברענגען די וואלן מיט א שטורמישן קאמפיין אויף א גאלדענעם טאץ. מיר טארן נישט בלייבן גענצליך אומוויסנד. עס דארף ווערן א פליכט אויף יעדן ראש המשפחה צו מאכן די ביסל ריסוירטש פאר יעדע עלעקשאן, מען מוז אליין וויסן ווי יעדער פאליטישאן שטייט איין. דער צד שכנגד די אנעפלויעט פראגרעסיוון וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג ווייסן פונקטליך גענוי ווען ס'איז די וואלן, ווי ס'איז די לאקאציע און פארוועמען צו שטימען. און לעומת זה דארף זיין א מהלך אין פלאץ, אז מ'זאל ארויסשטעלן א צעטל ביים טיר אין ביהמ"ד, אז יעצט איז דא וואלן, און דאס איז עס. יעדער גייט ארויס שטימען אנשים ונשים.
ריש לקיש
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 15, 2019 11:35 am
לאקאציע: וואסא חילוק ?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריש לקיש »

פליטה גדולה האט געשריבן:
חסידי האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:ק/פ פון וויזניץ טעלעגראם:

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

#מאנסי מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז מוסדות וויזניץ איז אריין אין קאנטראקט אפצוקויפען דאס ריזיגע נייעק קאלעזש קאמפלעקס וואס געפינט זיך אין דער וויליעזש אוו סאוט נייעק, פאר א נייע מקום פאר די ישיבה גדולה אין אונטער א האלבע שעה אומגעגנט פון מאנסי.

דער שטח פארמאגט עטליכע בניינים וואס גייען אריין עטליכע הונדערטער בעטן, און צענדליגער הייזער.

מען רעדט דא פון א ריזן שטח פון איבער 100 עיקער.
און אסאך פון די ליידיגע שטחים האבן residential zoning

עס קומט מעגליך א נייע ישוב....

https://www.lohud.com/story/money/real- ... 3094899001

דא שטייט קלאר אז די קונה האט פארלאנגט זאונינג טוישינגען נאך פאר גיין אין קאטראקט. איך ווייס נאר נישט צו וויזניץ איז דעמאלץ געווען די קונה.


http://southnyack.ny.gov/doc-type/repor ... t-request/

געהערט אז מען רעדט פון 40 שלמים.

פון ווי נעמט מען אזעלכע נאמבערס?
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ר' יום טוב האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:לאמיר נישט רעדען אז די אמת'ער פערזערוו ראמאפאו קאנדידאט איז בילל וועבער, וואס לויפט אויף די רעפובליקאנער טיקעט, נישט די דעמעקראטישע טיקעט. ס'איז דאך דא אסאך אחב"י אין ראקלענד וואס זענען רעגיסטריט אלץ רעפובליקאנער, פארוואס איז נישט דא קיין קאמפיין צו גיין שטימען פאר וויינשטיין אויף די רעפובליקאנער פארטיי אין די רעפבוליקאנער פריימערי?

איך פלעג אמאל אויך פרעגן די זעלבע. איך בין מיט די צייט געקומען צו די החלטה אז מיר קענען זיך נישט אלץ פארלאזן און ווארטן אויף עסקנים מיט א קאמפיין. מיר זענען אזוי געספוילט אז מען דארף אונז ברענגען די וואלן מיט א שטורמישן קאמפיין אויף א גאלדענעם טאץ. מיר טארן נישט בלייבן גענצליך אומוויסנד. עס דארף ווערן א פליכט אויף יעדן ראש המשפחה צו מאכן די ביסל ריסוירטש פאר יעדע עלעקשאן, מען מוז אליין וויסן ווי יעדער פאליטישאן שטייט איין. דער צד שכנגד די אנעפלויעט פראגרעסיוון וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג ווייסן פונקטליך גענוי ווען ס'איז די וואלן, ווי ס'איז די לאקאציע און פארוועמען צו שטימען. און לעומת זה דארף זיין א מהלך אין פלאץ, אז מ'זאל ארויסשטעלן א צעטל ביים טיר אין ביהמ"ד, אז יעצט איז דא וואלן, און דאס איז עס. יעדער גייט ארויס שטימען אנשים ונשים.


קענסט צוריק קוקן איך האב דא געפאוסט א לענגערע תגובה איבער די קאנדידאטען פאר קאנגרעס און סטעיט סענעט, איך טוה מיין ריסוירטש, ס'איז דא זאכן וואס איך קען נישט וויסן, למשל וועלעכע קאנדידאט האט גוטע באציענגען צו וועלעכע עסקנים, אבער כל מה שידי מגעת טוה איך. אבער איך בין נאר איין ראש משפחה, איך אליין קען נישט געווינען די וואלען.

נאך א נקודה, טאמער ווילסטו אז איך זאל טוען מיין אייגענע ריסירטש, דאן גיי איך וואוטען פאר די קאנדידאט וועם איך פארשטיי גייט זיין די בעסטע פאר מיר. די ווילסט איך זאל טוען ריסירטש, אבער די ווילסט אז איך זאל אויך פאלגען די עסקנים בלינדערהייט, עס גייט נישט אזוי.

למעשה זעה איך אז רייכלין מעלניק שטיצט שטארק די נייע רעגולאציעס איבער חינוך, מילא גיי איך וואוטען אי"ה פאר סוויט, דאס קומט מיר אויס פון מיין ריסירטש.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

טישטוך האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:ר' אברהם פעלבערבוים איז היינט די אדמיניסטרעטאר פון מוסדות מונקאטש מאנסי,
פלעגט זיך אסאך דרייען אין סקולען, דאכט זיך מיר ער איז געוועהן הויז בחור א שטיק צייט

ער איז געווען הויז בחור סיי ביים רבי׳ן ז״ל און סיי ביי להבל״ח דער היינטיגער רבי שליט״א אלס רב אין מאנטריאל.

ריזיגע שמחה......
ברוך ה'.
פעטער שמואל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:וואס איז דער וואך נאכט להולדת הבת / סעודת הודאה וואס איז געווען אדווערטייזט?

ערשטע קינד א היפשע פאר יאר נאכן חתונה

נאך איינער האט באמערקט די טעות "man and momen"?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ר' יום טוב איין קשיא האב איך פאר דיר, וואס וועל איך, אדער אנדערע עמך אידן האבן פון דעם אז די 'עסקנים' גייען געוואונען די וואלן? אז מען וועט בויען נאך גרעסערע בנינים אין מאנסי? אז א פאר דעוועלפערס גייען רייכער ווערען?

לאמיר נישט מאכן קיין טעות, ס'איז דא עסקנים וואס האבן אן אוזן קושובת פארן ציבור, און זיי העלפען ארויס אידן בעת הצורך, ווען איך האב געהאט א ווייעליטשען, האב איך גערעדט צו צוויי עסקנים, ביידע האבן מיר געזאגט וואס איך האב צו טוהן, און איינער האט מיר געזאגט טוה כך וכך, אויב זיי מאכן פראבלעמען, דאן קום צוריק צו מיר און איך וועל ניצען מיין פראטעקציע, ווען די 2 עסקנים זענען שפעטער געקומען ביי די וואלען און געזאגט שטים פאר קאנדידאט פלוני, בין איך געלויפען שטימען פאר יענעם קאנדידאט, נישט בלויז ווייל די צוויי האבן 'מיר' געהאלפען נאר ווייל ווען איך האב גערעדט צו אנדערע אידן מיט ווייעליטשענס, האבן אלע געזאגט פה אחד אז די צוויי האבן זיי געהאלפען.

אבער ווען עס קומען עסקנים וואס זייער גאנצע טרעק רעקארד איז העלפען דעוועלעפערס און זאגן שטיצט קאנדידאט פלוני, מה לי ולהם? פארוואס זאל איך הערען וואס זיי זאגן? בפרט ווען איך הער זיך צוזאם פון פריוואטע מענטשען אז ווען זיי האבן געהאט ווייעלישענס, האבן די דאזיגע עסקנים זיי נישט געקומען העלפן, אפילו נאך זיך בעטן ביי זיי כמה פעמים.
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

פומפדותא האט געשריבן:א טשארט וואו אזוי יעדע געגנט האט געוואוט פאר סקול בוזשעט.
Ea3WCEDWkAAvvnC.jpeg


ווער זענען די 33 מענטשן אין וויזניץ וואס האבען נישט אבער וואס צו טון מיט זייער געלט אין וואוטען אריין א אינקריעס אין די באדשעד?
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

ארלאנדא האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:א טשארט וואו אזוי יעדע געגנט האט געוואוט פאר סקול בוזשעט.
Ea3WCEDWkAAvvnC.jpeg


ווער זענען די 33 מענטשן אין וויזניץ וואס האבען נישט אבער וואס צו טון מיט זייער געלט אין וואוטען אריין א אינקריעס אין די באדשעד?

און וואו איז גאנץ מאנסי וואס וואוט נישט?... פארוואס האט סקווירא (הילקרעסט) אזוי סאך NO'ס בערך ווי גאנץ מאנסי קאמביינד? מ'איז ביזי שרייען אויף די עסקנים אז זיי מיינען נישט דיין טובה... אבער ווען מ'געט דיר די געלעגנהייט צו וואוטן פאר א זאך וואס איז בלי שום ספוק דיין טובה, און די עסנקנים זוכן נישט אז דו זאלסט שטימען..., זיי רעדן גראדע נישט דערקעגן וויבאלד זיי האבן זיך לעצטע מאל אפגעבריעט... און דו בלייבסט אינדערהיים?.. וועם טוסטו אפ? די עסקנים? ניין!!! די מוסדות? ניין!!! נאר 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך' 'דיך'!

רבותי, שרייט נישט אזוי סאך, בלאזט נישט אזוי סאך... טוט צו די זאך...

אגב איך גיי מיט מיט די עסקנים און איך שטיץ זיי פאל פארס, אבער אויב דו בלאזט אויף זיי, ניץ כאטש דיין קאפ ווען דו קענסט יא...
לעצט פארראכטן דורך נקודהלע אום זונטאג יוני 21, 2020 2:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

ארלאנדא האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:א טשארט וואו אזוי יעדע געגנט האט געוואוט פאר סקול בוזשעט.
Ea3WCEDWkAAvvnC.jpeg


ווער זענען די 33 מענטשן אין וויזניץ וואס האבען נישט אבער וואס צו טון מיט זייער יענעמס געלט אין וואוטען אריין א אינקריעס אין די באדשעד?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך פארמאך מיין מויל פאר איינעם וואס האט טענות אויף עסקנים אבער ער גייט אייביג ארויס וואטען אין די וואלן.

אבער ווען איך הער מענטשן פרעגן וואס גיי איך האבן וואס גיי איך האבן פון וואוטען? וואס פארדין איך? ס'איז וויכטיג? שוין ווייטער וואלען? איך ווייס נישט די תירוץ אויף אלעס, אבער זאלסט מיר קיינמאל מער נישט פרעגן ווי זענען די עסקנים. איך וועל מער נישט הערן קיין: וויאזוי קען אזוינס פאסירן אין 2020?
ווען דו בוסט אין א קופקע ווי מ'בארעדט א פאליטישאן'ס שלימזלות, וויל איך דיר מער נישט הערן ענדיגן די שמועס מיט א קילע ברים "מ'גייט אים ארויסוואטען!".... ווייל דו גייסט נישט! און אויב יא איז עס ווייל דו טוסט מיר א גאנצע טובה.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך פארמאך מיין מויל פאר איינעם וואס האט טענות אויף עסקנים אבער ער גייט אייביג ארויס וואטען אין די וואלן.

אבער ווען איך הער מענטשן פרעגן וואס גיי איך האבן וואס גיי איך האבן פון וואוטען? וואס פארדין איך? ס'איז וויכטיג? שוין ווייטער וואלען? איך ווייס נישט די תירוץ אויף אלעס, אבער זאלסט מיר קיינמאל מער נישט פרעגן ווי זענען די עסקנים. איך וועל מער נישט הערן קיין: וויאזוי קען אזוינס פאסירן אין 2020?
ווען דו בוסט אין א קופקע ווי מ'בארעדט א פאליטישאן'ס שלימזלות, וויל איך דיר מער נישט הערן ענדיגן די שמועס מיט א קילע ברים "מ'גייט אים ארויסוואטען!".... ווייל דו גייסט נישט! און אויב יא איז עס ווייל דו טוסט מיר א גאנצע טובה.


איך גיי אלעמאל וואוטען, אבער די דארפסט פארשטיין אז ס׳איז א 2 way street, איינער וואס פילט אז די עסקנים העלפען עם, און אנדערע מענטשען ווי עם, לויפט שטימען, אבער אז איינער פילט אז די עסקנים העלפען עם נישט, און אז זיי קימערען זיך נישט מיט מענטשען ווי עם, פארוואס זאל ער זיך איבערשטרענגען צו וואוטען?

וואס דארף קומען ערשט? איך ווייס נישט, למעשה זענען דא אסאך מענטשען וואס גייען וואוטען אין ווען זיי דארף׳ן עפעס, פאלן זייערע בקשות אויף טויבע אויערען. איך מיין אז סוף כל סוף שטימט רוב עולם. איך מיין אז אן דעם וואלט נישט עקזיסטירט קיין ׳בלאק וואוט׳.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

עסקנים מאנסי??? ווער זענען זיי? פארשטעקן זיך אונטער צעטלעך בעפאר די וואלן.

איך האב צוויי מאל געדארפט הילף, איר ווייסט ווער עס האט מיר געהאלפן? דוד קארלוטשי (דער וואס לויפט יעצט פאר קאנגרעס)

איך האב אריינגערופען זיין אפיס וואו א צווילע בירגער און באקומען הילף.

איך גיי וואוטען David Carlucci פאר קאנגרעס.
בילד
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Waukesha האט געשריבן:לאמיר נישט רעדען אז די אמת'ער פערזערוו ראמאפאו קאנדידאט איז בילל וועבער, וואס לויפט אויף די רעפובליקאנער טיקעט, נישט די דעמעקראטישע טיקעט. ס'איז דאך דא אסאך אחב"י אין ראקלענד וואס זענען רעגיסטריט אלץ רעפובליקאנער, פארוואס איז נישט דא קיין קאמפיין צו גיין שטימען פאר וויינשטיין אויף די רעפובליקאנער פארטיי אין די רעפבוליקאנער פריימערי?

יא געווען צעטעלעך דערפאר.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זייט די רבנים אין מאנסי, זאגן נישט וועמען צו שטימען

איז נישטא פארוואס צו גיין שטימען

זייט די עסקנים, האבן פארמאכט די מויל פון די רבנים (שוין איבער 9 יאר), איז די וואלן אין מאנסי א גרויסע קנוניא, אריין גערעכנט דאס שטימען נאו אויף די באדזשעט, אנשטאט צו שטימען אויף צו באקומען וואוטשער'ס אזוי ווי אין שטאט.

אבער שוין

גייט וואוטן, וועמען די עסקנים הייסן, און שפעטער וועט מען מאכן טרעפיק אין מאנסי בערבי ימים טובים (בפרט אויב ס'איז דא דריי טעג יו"ט ר"ה סוכות, און שמח"ת, וועט מען אלעמאל ארבעטן מיטוואך עריו"ט, און נישט אין די דריי טעג יו"ט ושבת, כפי שהיה), און ס'וועט זיין פאטאול"ס איבעראל, און מ'קען צו קיינעם נישט רעדן

און ווען מ'דארף א טובה, וועט מען אליין זיך ווענדן אין אפיס

די עסקנים זענען נאר גוט צו שרייען, אז עד דעי איז א אנטיסעמיט, ווייל ער האט נאכנישט פארמאכט די מוסדות אין ראקלינד קאנטי, (וואס דאס האט אים געצווינגען צו פארשליסן, אפי' ער האט נישט געהאלטן אזוי, כפי שהעיד לפני אדמו"ר חשוב אין ראקלינד קאונטי ששמעתי מפיו),

וכו' וכו', יש הרבה מה להאריך, אבער איך האב מורא אז די עסקנים וועלן ערלעדיגן, אז אנשטאט יעדער זאל מעגן זאגן וואס ער האלט, זאל די תגובה געמעקט ווערן, דעריבער וויל איך נישט שרייבן מער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נאך איינער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

שמו האט געשריבן:זייט די רבנים אין מאנסי, זאגן נישט וועמען צו שטימען

איז נישטא פארוואס צו גיין שטימען

זייט די עסקנים, האבן פארמאכט די מויל פון די רבנים (שוין איבער 9 יאר), איז די וואלן אין מאנסי א גרויסע קנוניא, אריין גערעכנט דאס שטימען נאו אויף די באדזשעט, אנשטאט צו שטימען אויף צו באקומען וואוטשער'ס אזוי ווי אין שטאט.

אבער שוין

גייט וואוטן, וועמען די עסקנים הייסן, און שפעטער וועט מען מאכן טרעפיק אין מאנסי בערבי ימים טובים (בפרט אויב ס'איז דא דריי טעג יו"ט ר"ה סוכות, און שמח"ת, וועט מען אלעמאל ארבעטן מיטוואך עריו"ט, און נישט אין די דריי טעג יו"ט ושבת, כפי שהיה), און ס'וועט זיין פאטאול"ס איבעראל, און מ'קען צו קיינעם נישט רעדן

און ווען מ'דארף א טובה, וועט מען אליין זיך ווענדן אין אפיס

די עסקנים זענען נאר גוט צו שרייען, אז עד דעי איז א אנטיסעמיט, ווייל ער האט נאכנישט פארמאכט די מוסדות אין ראקלינד קאנטי, (וואס דאס האט אים געצווינגען צו פארשליסן, אפי' ער האט נישט געהאלטן אזוי, כפי שהעיד לפני אדמו"ר חשוב אין ראקלינד קאונטי ששמעתי מפיו),

וכו' וכו', יש הרבה מה להאריך, אבער איך האב מורא אז די עסקנים וועלן ערלעדיגן, אז אנשטאט יעדער זאל מעגן זאגן וואס ער האלט, זאל די תגובה געמעקט ווערן, דעריבער וויל איך נישט שרייבן מער.

שמו האט שוין ב" ה ערהוילט פין די פאניק אטאקעס אז מען מאכט א פאניק פין קאראנע, איז ער נעבעך אריינגעפאלן אין א צווייטע פאניק אטאקע,

געשריבן אינטער רושם פין דיין אגענדע געטריבענע תגובת בהתחלת ימי קאראנע, אין דיין שטימעניש בשעת קאראנע,
לעצט פארראכטן דורך נאך איינער אום זונטאג יוני 21, 2020 6:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמו האט געשריבן:וכו' וכו', יש הרבה מה להאריך, אבער איך האב מורא אז די עסקנים וועלן ערלעדיגן, אז אנשטאט יעדער זאל מעגן זאגן וואס ער האלט, זאל די תגובה געמעקט ווערן, דעריבער וויל איך נישט שרייבן מער.

כאמזאל דו שרייבסט דאס צום סוף, אזוי זעט מען אז עס איז מעגליך אז די עסקנים האבן אזא ווארט אויף די רבנים ווי זיי האבן אויף די הנהלה פון אייוועלט...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

די מעשה איז בערך אזוי, די קאלעדז זיכט א קונה שוין איבער א יאר אנדערטהאלבן, זיי האבען ענדליך געטראפן א פיינע קונה וואס איז לאו דוקא געווען די בעסטע פרייז, אבער אינזינען געהאט די סביבה, און געוואלט באקומען א טשענדז אין די בילדינג יוז, אז מ'זאל קענען פלאצירן רעזידענשעל. אנדעם וואס מ'זאל עפעס טוישען אין איינע פון די בילדינגס. בקיצער א ווין ווין פאר ביידע צדדים, די ווילידז וועט מאכען פראפערטי טעקס (וואס ביז יעצט איז דאס נישט געווען אלץ קאלעדז) און די קונה וועט פארדינען געלט.

למעשה האבן די איינוואוינער געדינגען א לויער זאל פייטען אז מ'זאל נישט נאכגעבן די טשעינדז, און ס'איז נישט געווארען עפראווד. איז די מוכר געגאנגען און פארקויפט פאר וויזניץ, און זיי גייען לכאורה קיין טעקס נישט באצאהלן, און זיי גייען קענען איבער נעמען די גאנצע ווילידז מיט זייערע וואוטס, און די שכנים שימפען און שעלטן, קארמא איז עי ...

פעטער שמואל האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:ק/פ פון וויזניץ טעלעגראם:

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

#מאנסי מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז מוסדות וויזניץ איז אריין אין קאנטראקט אפצוקויפען דאס ריזיגע נייעק קאלעזש קאמפלעקס וואס געפינט זיך אין דער וויליעזש אוו סאוט נייעק, פאר א נייע מקום פאר די ישיבה גדולה אין אונטער א האלבע שעה אומגעגנט פון מאנסי.

דער שטח פארמאגט עטליכע בניינים וואס גייען אריין עטליכע הונדערטער בעטן, און צענדליגער הייזער.

מען רעדט דא פון א ריזן שטח פון איבער 100 עיקער.
און אסאך פון די ליידיגע שטחים האבן residential zoning

עס קומט מעגליך א נייע ישוב....

https://www.lohud.com/story/money/real- ... 3094899001

דא שטייט קלאר אז די קונה האט פארלאנגט זאונינג טוישינגען נאך פאר גיין אין קאטראקט. איך ווייס נאר נישט צו וויזניץ איז דעמאלץ געווען די קונה.
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

איינער מיט מער אינפא וואס גייט פאר ביי Ellish/Fanly???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:איינער מיט מער אינפא וואס גייט פאר ביי Ellish/Fanly???

וואס הייסט זיי מסביר ?
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

עקסידענט
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

פומפדותא האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:וואונדער איך מיר וועלכער אום-געצייטיגט אינגל פירט יעצט די וואלן קאמפיין אין מאנסי.

האט מיר אויך אויפגערעגט ביזן גרונד ווען כ'האב געזען ווי דער אומבאלומפערטער שרייבער פון די בראשור פרובירט צו טרעטן אויף די הינער אויג פון די חסידישע אידן וועלכע זענען יעצט אויפ גערייצט אויף פראגרעסיווע ליבעראלן און ער שרייבט זיין נארישער קאמפיין פאמפלעט אויסגעדרייט מיטן שיסער אויף די 'לינקע' הגם דער וויל דא הייסן אריינשטימען די זעלבע לינקע...

נארישע מענטשן, אז די פאר קאנטראקטארן ווילן בויען און אנזייען מאנסי מיט טראפיק מוזן זיי נוצן די תחבולות דאס צו עררייכן?

א בושה וחרפה!

אום-גלויבליך, געמאכט א גאנצע קאמפיין אז כלומרשט איין פארטיי וויל אונז אינטערברענגען.
איך האב א פאר שאלות צו די היץ קעפ:

איינער ווייסט אפשר וועלכע פארטיי עד-דעי איז אפיליאירט?

איינער ווייסט אפשר וועלכע פארטיי האט ארויס געגעבן די העסליכע אנטיסעמיטישע ווידיאו?

פארוואס זעהט מען מער נישט די פרעזערוו נאמען ביי די שטים בודקעס?

קוקט אויס אז געוויסע מענטשען בתוכינו וואס זייערע פאליטישע אנשויאינגען איז זיי וויכטיגער וואו די טובות הכלל, האבן דיסיידעד אז מען דארף אריבער ברענגען דעם גאנצן ציבור צו איין פארטיי, און זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, היינט האבן זיי ארויסגעגעבן אן עקסטרעמע ווידיאו.
בילד
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

זיי מסביר ווייל איך פארשטיי נישט קיין ווארט
און בכלל בין איך זייער צומישט ביי די יעצטיגע וואלן דא אין מאנסי ווער אנטקעגן וועם פאר וועם? נישט קיין קאמפיין אין בתי מדרשים אזויווי ביז יעצט
עס קוקט אויס ביי די יעצטיגע וואלן גיי איך ערליך מקיים זיין די 'stay home stay safe"...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מען קען ערלעדיגן עס זאל פארקומען וואלן יעדע פאר וואכן? היינט מאכט מען איבער יוניאן ענדליך
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
יליד טאהש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2020 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד טאהש »

קלארשטעלונג
. מיינע ווערטער stay home stay safe האבן נישט געמיינט אראפצורייסן די עסקנים נאר ארויסצוברענגען מיין אומקלארקייט וואס איך בלייב נאך די קאמפיין וואו עס האלט יעצט גיי איך בעזהשי"ת נישט וועלן היות פאליטיק קען איך נישט צו גוט און רבנים זענען נישט ארויסגעקומען געהעריג און איך זע לכאן ולכאן
נאכאמאל עס זענען דא טענות (גראדע און די נושא פון שפיטעלער ווייס איך נישט ביי מיין קרוב איז געווען פון אונזערע מאנסי עסקנים שטארקע הילף) אבער דאס נישט קיין תירוץ
אגב יעצט ביים עוסק זיין מיט גיין תגובה טראכט איך מיר שוין איבער אפשר יא צו גיין וצריך אני לרב בדבר זה
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

יליד טאהש האט געשריבן:קלארשטעלונג
מיינע ווערטער stay home stay safe האבן נישט געמיינט אראפצורייסן די עסקנים נאר ארויסצוברענגען מיין אומקלארקייט וואס איך בלייב נאך די קאמפיין וואו עס האלט יעצט גיי איך בעזהשי"ת נישט וועלן היות פאליטיק קען איך נישט צו גוט און רבנים זענען נישט ארויסגעקומען געהעריג און איך זע לכאן ולכאן
נאכאמאל עס זענען דא טענות (גראדע און די נושא פון שפיטעלער ווייס איך נישט ביי מיין קרוב איז געווען פון אונזערע מאנסי עסקנים שטארקע הילף) אבער דאס נישט קיין תירוץ
אגב יעצט ביים עוסק זיין מיט גיין תגובה טראכט איך מיר שוין איבער אפשר יא צו גיין וצריך אני לרב בדבר זה


וויפיל איך ווייס, איז דזוסין סוויט פאר דעמעקראטישע סטעיט סענעט אינדערסירט דורך אלע עסקנים. אויך וויינבערג אויף די רעפובליקאנער סטעיט סענעט. לגבי די דעמעקראטישע קאנגרעס, האבן א חלק אינדערסירט שלייפער, און א חלק בוכוואלד. מילא פאר סטעיט סענעט קענסטו זיכער וואוטען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”