אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

היינט האבן א קאאליציע פון אלע אידישע זוממער קעמפס אין ניו יארק אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט און פארלאנגט א טי אר או צו מעגן עפענען די זוממער קעמפס

די הויפט טענה פון די קלאגע איז באזירט אז א גאווענעאר האט רעכט צו באשטימען געזעצן אויף אלע בירגער צוגלייך אבער האט נישט די רעכט צו זאגן פאר איינעם אז די דארפסט עס נישט פאלגן און אויב טוט ער יא אזוי מיינט דאס אז ער דיסקרעמינירט אקעגן א טייל בירגער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
נאך איינער

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

קרייסלער האט געשריבן:היינט האבן א קאאליציע פון אלע אידישע זוממער קעמפס אין ניו יארק אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט און פארלאנגט א טי אר או צו מעגן עפענען די זוממער קעמפס

די הויפט טענה פון די קלאגע איז באזירט אז א גאווענעאר האט רעכט צו באשטימען געזעצן אויף אלע בירגער צוגלייך אבער האט נישט די רעכט צו זאגן פאר איינעם אז די דארפסט עס נישט פאלגן און אויב טוט ער יא אזוי מיינט דאס אז ער דיסקרעמינירט אקעגן א טייל בירגער

פאר וועם האט ער געזאגט אז מדארף נישט פאלגן?
האק א לעבן
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק א לעבן »

A group of parents and the Association of Jewish Camp Operators are suing Governor Andrew Cuomo over his closure of sleepaway camps this summer during the coronavirus pandemic, arguing the governor’s order violates their constitutional rights of the free exercise of religion and “the fundamental rights of parents to control the religious education and upbringing of their children.”

The lawsuit, filed Thursday in the Northern District of New York federal court, seeks immediate relief from the ban through a temporary restraining order that would likely allow sleepaway camps to open quickly for the summer.

On June 12th, Cuomo officially announced that all sleepaway camps would be closed in the state this summer.

"Sleepaway camps are a much higher level of risk, and after much study and debate and research, our advice in New York State by our health commissioner is the risk is too great to open the summer camps," he said at his June 13th briefing.

At the same news briefing, Dr. Howard Zucker, the state health commissioner, said his recommendation is to keep sleepaway camp was one of his toughest decisions and spoke fondly of his own memories at camp in the Catskills.

"We have to go back and look at this from the facts, and the facts are that this is a congregant setting; there are many children who are together in a bunk; they're sleeping in the same area close by; they're eating in the same common area; they're using a shared bathroom, so social distancing in this situation is just not possible," said Zucker.

An email request to Cuomo’s office for comment on the lawsuit was not immediately answered Thursday.

The lead plaintiff, Brooklyn-based Association of Jewish Camp Operators, said in the lawsuit they are “a consortium of independent Jewish summer camps that have a shared commitment to creating immersive and unique camp environments to instill traditional religious Jewish values to children,” with more than 40,000 Jewish children attending their camps in New York every summer.

The lawsuit argues that Cuomo selectively enforces his COVID-19 executive order for social distancing, notably with the massive protests against police brutality that have sprung up across New York City and the state:

Cuomo “has made a broad First Amendment exception from his COVID-19 orders for First Amendment activities that he favors. In particular, [Cuomo] has created a de facto exemption from his COVID-19 orders for mass demonstrations, explicitly proclaiming agreement with the message invoked by the protestors and actively encouraging the mass gatherings. Defendant has done so even though these mass protests pose greater risks of the transmission of COVID-19 than do Jewish overnight camps.”

In addition, the lawsuit states Cuomo “also has allowed a wide array of similar, secular activities to remain open, such as numerous 'non-essential' businesses and entities, child care services for 'essential' workers, summer day camps, and special education services, provided that such entities follow health-related guidelines issued by the New York Department of Health to prevent the transmission of COVID-19.”

The lawsuit pointedly states the plaintiffs are not opposed to the Black Lives Matter protests but simply want the same respect from government.

The lawsuit's other plaintiffs include Dr. Samuel Werzberger, a pediatrician who practices in New York and New Jersey and “has worked on the front lines during the COVID-19 pandemic, caring for between fifty and one hundred COVID-19 patients each day during the initial weeks of the pandemic. Dr. Werzberger is the father of nine children who range from 18 months to 18 years of age, four of whom he would send to Jewish overnight camps in New York State but for Defendant’s statewide closure,” according to the lawsuit. Another plaintiff is Dr. Ariela Orkaby, a physician at VA Boston Healthcare System who has three kids who would normally attend sleepaway camp in New York, and two other New York parents.

Jewish summer camps have a special place in the community, the lawsuit argues: “Children who attend Jewish overnight camps grow up more connected to the Jewish community and have an increased commitment to religious practice and to the Jewish faith. Overnight camps allow Jewish children to adhere to Jewish practices and education for weeks without withdrawal into the secular world, thereby strengthening their intensity in Jewish values throughout their daily life. The success of Jewish overnight camps is owed to their immersive experience that separates children from the outside world and envelops them in an enclosed, safe society.”

With yeshivas closed since March along with all other New York schools, the plaintiffs say this summer is especially crucial for Jewish summer camps.

“The need for Jewish overnight camps is particularly true this summer, after several months of shutdowns of the yeshiva schools, to provide for the structured Jewish learning and living offered by the Jewish overnight camps,” the lawsuit said.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

קרייסלער האט געשריבן:היינט האבן א קאאליציע פון אלע אידישע זוממער קעמפס אין ניו יארק אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט און פארלאנגט א טי אר או צו מעגן עפענען די זוממער קעמפס

די הויפט טענה פון די קלאגע איז באזירט אז א גאווענעאר האט רעכט צו באשטימען געזעצן אויף אלע בירגער צוגלייך אבער האט נישט די רעכט צו זאגן פאר איינעם אז די דארפסט עס נישט פאלגן און אויב טוט ער יא אזוי מיינט דאס אז ער דיסקרעמינירט אקעגן א טייל בירגער



איך זעה אז די לאוסאוט איז אין די פעדעראל נארדערען קאורט, וואס נעמט אריין אלסטער קאונטי אבער נישט סאליוואן קאונטי, כנראה האלטען די לויערס אז דארט איז דא בעסערע שאנסען, שאלה איז אבער אויב סקומט ארויס א גונסטיגע רולינג צו סאיז מחייב אנדערע קאונטיס, לכאורה יא


לעצם העניין קוקען די טענות אויס שוואך, זיי טענה'ן אז עס ווייעלעיט די ערשטע אממענדמענט פון רעליגיעזע פרייהייט, כאילו מען קען נישט האלטען רעליגיע אין דעי קעמפ געהעריג

בכלל האט דאך די סופריעם קאורט ארויסגעווארפען אזא סארט קעיס אפאר וואכען צוריק פון עטליכע קירכעס אין קאליפורניע


סעלעקטיוו אינפארסמענט איז אן עוולה פאר זיך אבער געמיינט נישט אז מקען מער נישט מאכען קיין געזעץ/עקזעוועטיוו ארדער אז מטאר נישט גיין אין קעמפ
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די ארגומענטן זענען דירעקט אזוי געשריבן צו געבן פאר קאומא א אויסוועג ער זאל מסכים זיין צו מאכן א אויסנאם נאר פאר אונזערע היימישע קעמפס. אויב קען ער שטילערהייט מסכים זיין אז ביי אונז איז סכנה פילפאכיג ווייניגער צוליב די הערד אימיוניטי אינערהאלב אונזער געמיינדע, נאר ער קען דאך נישט מאכן א געזעץ ספעציעל פאר אונזער עולם (אזוי ווי דער עולם וואלט ווען געוואלט), אויב אבער צווינגט אין דער געריכט צו ענטפערן אויף די - זינלאזע - טענות קען ער זאגן ווייסטו וואס איך געב נאך און טוט'ס וואס עס ווילטס אבער נאר ביי ענק און נישט אלע קעמפס.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

קען מיר עמיצער מסביר זיין וואס די פלאן איז דא?

אויב די העלטה דעפט. זאגט אז ס׳איז לויערט א סכנה - און ס׳טאר נישט זיין אפען. וועט אפילו איין דזשאדזש זאגן אנדערש?

יא מיר אלע ווייסן אז כמעט אלע גיידליינס זענען הוילע שטותים. און האבן גארנישט מיט דאקטעריי.
אבער קיין שום דזשאדזש וועט דאס נישט נאכגעבן.

הלואי בין איך נישט גערעכט.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

טייל פון די שתדלנות וואס איז געטוהן געווארן



https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=115345
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

בועז האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:היינט האבן א קאאליציע פון אלע אידישע זוממער קעמפס אין ניו יארק אריינגעגבן א קלאגע אין געריכט און פארלאנגט א טי אר או צו מעגן עפענען די זוממער קעמפס

די הויפט טענה פון די קלאגע איז באזירט אז א גאווענעאר האט רעכט צו באשטימען געזעצן אויף אלע בירגער צוגלייך אבער האט נישט די רעכט צו זאגן פאר איינעם אז די דארפסט עס נישט פאלגן און אויב טוט ער יא אזוי מיינט דאס אז ער דיסקרעמינירט אקעגן א טייל בירגער



איך זעה אז די לאוסאוט איז אין די פעדעראל נארדערען קאורט, וואס נעמט אריין אלסטער קאונטי אבער נישט סאליוואן קאונטי, כנראה האלטען די לויערס אז דארט איז דא בעסערע שאנסען, שאלה איז אבער אויב סקומט ארויס א גונסטיגע רולינג צו סאיז מחייב אנדערע קאונטיס, לכאורה יא


לעצם העניין קוקען די טענות אויס שוואך, זיי טענה'ן אז עס ווייעלעיט די ערשטע אממענדמענט פון רעליגיעזע פרייהייט, כאילו מען קען נישט האלטען רעליגיע אין דעי קעמפ געהעריג

בכלל האט דאך די סופריעם קאורט ארויסגעווארפען אזא סארט קעיס אפאר וואכען צוריק פון עטליכע קירכעס אין קאליפורניע


סעלעקטיוו אינפארסמענט איז אן עוולה פאר זיך אבער געמיינט נישט אז מקען מער נישט מאכען קיין געזעץ/עקזעוועטיוו ארדער אז מטאר נישט גיין אין קעמפ


לכאורה איינמאל א פעדעראלע ריכטער געט ארויס א פסק איז עס גילטיג פאר׳ן גאנצן לאנד אחוץ אויב נאך א פעדעראלע ריכטער האט אזא קעיס אין פסקנט פארקערט ווי דער ערשטער פסק וואס דעמאלס גייט עס צום אפעלאט געריכט

שנית מסתמא זוכן זיי צו מאכן קאפוויי פאר די סטעיט, על אף ייתכן ס׳שוואכע טענות אזויווי די קאלאפארניע קעיס, אבער אויב באקומען זיי א סטעי אדער א אידזאנקשען וכדו׳ קען דאס זייער מעגליך גיין אהין אין צוריק ביז קעמפ וועט זיין פארטיג ממילא.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

קיסריה האט געשריבן:קען מיר עמיצער מסביר זיין וואס די פלאן איז דא?

אויב די העלטה דעפט. זאגט אז ס׳איז לויערט א סכנה - און ס׳טאר נישט זיין אפען. וועט אפילו איין דזשאדזש זאגן אנדערש?

יא מיר אלע ווייסן אז כמעט אלע גיידליינס זענען הוילע שטותים. און האבן גארנישט מיט דאקטעריי.
אבער קיין שום דזשאדזש וועט דאס נישט נאכגעבן.

הלואי בין איך נישט גערעכט.

אויב קען מען אויפווייזן אין געריכט אז די גיידליינס אינעם יעצטיגען פארמאט און אינ׳ם יעצטיגן מצב טוט טשעפענען מיט קאנסטיטוציניאלע רעכטן קען די גאווענער גארנישט טוהן, איי זעהן מיר אז דיזע טענה האט נישט געארבעט אין אנדערע געריכטן, קען אבער זיין אז ס׳שוין ווייניגער עמירדזענסי אדער קען זיין ווי געשריבן טוט מען דאס צו דרייען א קאפ אין באקומען א סטעי וכדו׳ ביז נאך קעמפ.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

אויך האב עס נישט דורכגעליינט אבער איך האב געהערט אז א חלק פון די טענה איז אז אויב מ'מעג מען פראטעסטירן אהן א מאסק און אהן א סאשעל דיסטענס דארף מען מעגן קעמפ אויך, אולי בינעך זיך טועה.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

explicitly
proclaiming agreement with the message invoked by the protestors and actively encouraging the
mass gatherings. Defendant has done so even though these mass protests pose greater risks of the
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

First Amendment protects as vigorously as it protects the mass
protests, which are safer than the mass protests
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

עני טשענס אז דאס זאל זיך טוישן יעצט נאך פאר קעמפ?? פארוואס זאל זיך א דזשאדזש אריינמישן מיט א עמערזשענסי אינדזשאנקשן אין נעמען "סעיפטי קאנסערנס" אויף זיין פיקל?

יא, ס'קען זיין גייסט געוואונען די קעיס, אבער נישט פאר די יאר.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

55. On May 25, 2020, a Minneapolis Police Department officer killed George Floyd, a
black man, by pressing his knee on Mr. Floyd’s neck for almost ten minutes, suffocating him. This
killing sparked widespread protests around the United States, including throughout the State, to
raiAse awareness of racial injustice that black individuals suffer.
56. Each day for the past few weeks, tens of thousands of individuals around the State
have gathered in mass demonstrations to protest racial injustice.
57. These protests were flatly contrary to Defendant’s COVID-19 orders, so Defendant
created a de facto exemption from his orders for this First Amendment activity.
58. Defendant agrees with the message of the protestors and has encouraged the mass
demonstrations. For example, on June 1, in response to a question of whether Defendant would
“suggest people not go out and protest” to protect against the transmission of COVID-19,
Defendant declared “[n]o, I think you can prot
5.
60. Defendant professed similarly on June 4 that “I want to thank the protestors who
were mainly peaceful which was smart because they could make their point,” that “I stand with
the protestors in the point that we need meaningful reform,” and that “meaningful change . . . only
happens when the people get fully mobilized and informed. . . .” Id. at 11–12.
61. Defendant has acknowledged that the protests constitute “mass gathering[s] at the
time of COVID,” and that the demonstrations “cause a complication on dealing with the COVID
virus . . . .” Id. at 29, 34.
62. Defendant has recognized publicly that “there’s no social distancing” at these mass
gatherings and that individuals at the protests are “right in [each other’s] face.” Id. at 15.
63. During these mass protests, theaters, which are supposed to remain closed until
Phase Four of the State’s reopening plan, see Exhibit J, have implemented an “Open Your Lobby”
campaign whereby theaters around the State open their premises to protestors for rest, use of WiFi and bathrooms, and provision of water and snacks. See Exhibit K.
64. Defendant has exempted these “mass gathering[s]” of protestors from the State’s
COVID-19
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א דאקטאר האט מיר היינט געזאגט אז עס איז ממש נישט מעגליך צו כאפן די וויירוס אין גאס. די פראטעסטן זענען אין גאס, סא פארוואס ווייניגער סעיף ווי קעמפ?
שויתי ה' לנגדי תמיד
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט שוין פאריגע וואך גע׳פסקט אז די סטעיט איז גערעכט און מ׳קען נישט קומען מיט טענות איבער רעליגיע.

נאר א נס קען פאסירן.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

8ed94250784b48588212a3b4eea35ba6.jpg
8ed94250784b48588212a3b4eea35ba6.jpg (106.24 KiB) געזען 8222 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

קיסריה האט געשריבן:סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט שוין פאריגע וואך גע׳פסקט אז די סטעיט איז גערעכט און מ׳קען נישט קומען מיט טענות איבער רעליגיע.

נאר א נס קען פאסירן.


דאס איז ווען מען צוימט "יעדן".
אין דעם פאל איז אבער אנדערש, ווי עס ווערט אנגעוויזן אין די קלאגע אז ווען טויזנטער מענטשן פראטעסטירן צוזאמען — טייל אָן מאסקעס — וואס ווערט טאלערירט, ווייל... מען קען נישט שטערן קיין פראטעסט.
נו, אויב אזוי פארוואס זענען קעמפס אנדערש ווי דעם?
אויב איז עס א העלט פראבלעם, טאר מען דאך אויך נישט פראטעסטירן.
סיי פראטעסט רעכטן און סיי רעליגיעזע רעכטן זענען אויסגערעכנט אין די קאנסטיטוציע
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

נייעס וואס "די צייטונג" האט נארוואס ארויסגעשיקט דורך אי-מעיל:


אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן אומלעגאלן פארבאט צו עפענען די זומער קעמפּס

אן אנקלאגע איז דאנערשטאג נאכמיטאג אריינגעגעבן געווארן אין פעדעראלן געריכט אין אלבאני (דארט איז הויפטקווארטירט די סטעיט רעגירונג און גאווערנאר קואמא) קעגן דעם פארבאט פון גאווערנאר קאומא צו עפענען די זומער קעמפּס וואו מען נעכטיגט איבערנאכט, נאכדעם ווי ער האט יא ערלויבט צו עפענען "דעי קעמפּס", און ער האט ערלויבט אומגעשטערט די אנגייגענדע מאסן דעמאנסטראציעס איבער די סטעיט.
די איצטיגע אנקלאגע איז געבויט אויף די ערשטע אמענדמענט פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע ווי אויך אויף די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע וואס גאראנטירט רעליגיעזע פרייהייט און פארבאט דיסקרימינאציע צוליב רעליגיע.
עס איז אן ערנסטע אנקלאגע וואס "רעדט ווערטער", און די אדוואקאטן האבן פארלאנגט א שנעלערן פּראצעדור, אז מען זאל שוין באשטימען א פארהער ווייל דער זומער הויבט זיך שוין אן, און מיט יעדע וואך וואס גייט פארביי ווען מען לאזט נישט די קינדער גיין אין קעמפּ, ליידט מען א שאדן וואס קען נישט ערזעצט ווערן.
די אנקלאגע פארנעמט 30 זייטן און דער הויפּט אדוואקאט פאר די אנקלעגער איז אבי שיק, אבער עס איז אויך געווען באטייליגט אין צוגרייטן די אנקלאגע עטליכע אנדערע אדוואקאטן פון די פּראמינענטע אדוואקאטן פירמע מיט וועמען ער איז פארבינדן, ספּעציפיש מיט אדוואקאט פון זייערע אפיסעס אין שיקאגא, אילינאי, און אין אטלאנטא, דזשארדזשיע. עס ליגט א געוואלדיגע ארבעט ביים צונויפשטעלן אזא אנקלאגע, וואס דאס "רעדט ווערטער", עס איז געבויט מיט פעסטע אונטערלאגע פון לעגאלע פּרעצעדענטן, און בעזרת השי"ת קוקט מען ארויס מיט הצלחה.
לויט'ן לעגאלן איינשטעל, דארף באשטימט ווערן א פארהער אויף אנהויב קומענדיגע וואך, ווייל מען דארף דאך אויך געבן א געלעגנהייט פאר די אדוואקאטן וואס פארטרעטן גאווערנאר קאומא צו שטודירן די אנקלאגע און צוגרייטן זייער ענטפער.

די הויכפּונקטן פון די קלאגע

אפיציעל זענען אויסגערעכנט פינף אנקלעגער. דאס ערשטע איז דער פאראיין פון אידישע קעמפּ אנפירער, וואס פארטרעט די צענדליגער אידישע זומער קעמפּס, און לויט ווי עס ווערט ארויסגעברענגט אין די אנקלאגע, איז דא א רעדע פון איבער 40,000 אידישע קינדער וועלכע לעבן אויף אין די קעמפּס אין ניו יארק יעדן זומער.
דערנאך זענען פיר אינדיווידועלע אנקלעגער, עלטערן פון קינדער וואס ווילן שיקן די קינדער אין די ניו יארקער זומער קעמפּס אבער זיי קענען דאס איצט נישט טאן צוליב'ן קאומא פארבאט אויף די קעמפּס.
די ערשטע פון די אינדיווידועלע אנקלעגער איז דאקטאר ווערצבערגער. ער וואוינט אין ניו דזשוירזי אבער ער איז א קינדער דאקטאר מיט פּאציענטן אין ניו יארק און אויך אין ניו דזשוירזי. ער איז אויך דער הויפּט דאקטאר אין אן "אוירדזשענט קעיר" אין ניו דזשוירזי.
ער "האט געארבעט אויפ'ן פראנט" ביי דעם קאוויד-19 פּאנדעמיק, וואס אין די ערשטע וואכן פון דעם קריזיס האט ער באהאנדלט צווישן 50 און 100 קאוויד פּאציענטן יעדן טאג! (דאס ווערט ארויסגעברענגט אנצואווייזן פאר'ן געריכט אז דא רעדט מען פון עמיצן וואס האט "ערשט-האנטיגע" ערפארונג מיט דעם וויירוס און מיט די קראנקע, און ווייסט בעסער ווי די פּאליטישאנס די וויכטיגקייט פון באשיצן מענטשן, און אלס א טאטע פון 9 קינדער, נאכמער די וויכטיגקייט פון באשיצן די קינדער אז מען זאל ח"ו נישט אנגעשטעקט ווערן פון דעם. ממילא אויב ער איז איצט אן אנקלעגער, ער פארלאנגט אז מען זאל עפענען די קעמפּס, קען מען זיכער זיין אז ער איז איבערצייגט אז מען קען זיך געהעריג באווארענען און באשיצן די קינדער אין די פּאר חדשים וואס זיי וועלן זיין אין די קעמפּס, אפילו נאכמער ווי ווען זיי זענען "פריי אויף די גאסן" ווען מען גייט נישט אין קעמפּ.)
דער דאקטאר איז א טאטע פון 9 קינדער בליעה"ר, אין עלטער פון 18 מאנאטן ביז 18 יאר, און ער וואלט געשיקט פיר פון זיי צו אידישע קעמפּס אין ניו יארק, וואס ער קען נישט טאן בלויז צוליב דעם אפּשליסונג פון דעם באשולדיגטן. ("דיפענדענט", איז דער אויסדרוק וואס מען נוצט אויף עמיצן וואס ווערט אנגעקלאגט וואס געווענליך נוצט מען דאס ווארט אויך צו באצייכענען עמיצן וואס ווערט באשולדיגט, אפילו אויף א ציווילע קלאגע, נישט בלויז א קרימינאלע קלאגע.)
די אנדערע דריי אנקלעגער וואס ווערן ספּעציפיש אויסגערעכנט זענען פרויען, מאמעס פון קינדער, (איינע האט א "ספעציעל" קינד) און אויב מען האט זיי ארויסגעשטעלט אלס אנקלעגער איז דאס מיט'ן ציל צו ווייזן די פארשידנארטיגקייט פון די אלע וואס קלאגן און פארלאנגען צו עפענען די קעמפּס.
איין פרוי איז א דאקטאר וואס וואוינט אין מאסאטשוסעטס וואו זי איז אויך א געהילף פּראפעסאר פון מעדיצין אין די בארימטע הארווארד מעדיצינישע שולע. דאקטאר אריעלע ארקאבי האט באהאנדלט צענדליגער קאוויד פּאציענטן אין די לעצטע פּאר מאנאטן. זי איז א מאמע פון דריי קינדער וועמען זי וואלט געשיקט אין די קעמפּס אין ניו יארק, אבער קען דאס נישט טוען ווייל דער "דיפענדענט" האט עס געשלאסן.
איין אנקלעגער איז א מאמע אין ניו יארק וועלכע איז פון די אנפירער פון א פּראגראם וואס העלפט ארויס פאר קינדער וועלכע ליידן אדער זענען פארדעכטיגט אז זיי ליידן מעגליך פון אנטוויקלונג פּראבלעמען אדער דיסעביליטיס. זי וואלט אויך געשיקט צוויי קינדער צו די קעמפּס אין ניו יארק אויב די קעמפּס וואלטן געעפנט געווארן.
די אנדערע ניו יארקער מאמע ארבעט מיט פּאציענטן פאר וועמען מען דארף זארגן פאר זייער וואוילזיין אינדערהיים, אריינגערעכנט די וואס ליידן פון דעם קאוויד וויירוס. זי האט אויך צוויי קינדער וועמען זי וואלט געשיקט אין קעמפּ אבער קען דאס נישט טוען ווייל דער גאווערנאר האט באפוילן צו שליסן.
די אנקלאגע הויבט זיך אן מיט אן אריינפיר, אז עס איז שוין איבער הונדערט יאר וואס די אידישע איבערנאכט קעמפּס האבן צוגעשטעלט א "אידישע ערפארונג" פאר די עלטערן וואס האבן אויסגעקליבן די אידישע קעמפּס פאר זייערע קינדער. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער אין ניו יארק סטעיט געניסן יעדן זומער פון די קעמפּ ערפארונג וואס האלט אן א גאנצן מעת לעת, זיבן טעג אין די וואך, וואס גיט זיי די געלעגנהייט נישט בלויז איינצוהאלטן זייערע רעליגיעזן לעבנסשטייגער נאר ממש דאס מיטצולעבן. עס גיט פאר די קינדער א געפיל פון קולטוראלע אידענטיטעט און פלאנצט איין טראדיציאנאלע רעליגיעזע ווערדן אין אידישע קינדער. זיי דאווענען אינאיינעם דריי תפילות א טאג, טייל פון יעדער טאג איז געווידמעט פאר רעליגיעזע לימודים. זיי מאכן ברכות ביים עסן און טרינקן דורכאויס דעם טאג. זיי האלטן שבת, זיי לערנען איבער אידישע היסטאריע, אידישע מנהגים, א.ד.ג.
(דאס אלעס איז וויכטיג פון א לעגאלן שטאנדפּונקט צו באטאנען "פאר'ן רעקארד", כאטש די הויפּט און די וויכטיגסטע טענה אויף וואס די קלאגע איז געבויט, איז דער קאמף און די בארעכטיגונג פאר רעליגיעזע פרייהייט. ביי אזעלכע קלאגעס איז וויכטיג צו "בויען א רעקארד" נישט בלויז פאר'ן אריגינעלן פארהער-פראצעס, נאר אויך פאר מעגליכע שפעטער'דיגע אפעלאטן, ווען 3 ריכטער וועלן דאס באהאנלדען, און מען קען נישט וויסן וועלכער פונקט וועט דאס בעסטע אויסנעמען ביי וועלכן ריכטער.)
מיט לערנען אידישע ווירדן, זענען די אידישע איבערנאכט קעמפּס געווארן א קריטישער טייל פון די אנטוויקלונג און וואוקס פון די אידישע קאמיוניטי. קינדער וואס באטייליגן זיך אין די אידישע קעמפּס וואקסן אויף מער פארבינדן צו די אידישע קאמיוניטי און האבן א פארגרעסערטע פארפליכטונג צום רעליגיעזן לעבנסשטייגער און צו אידישע רעליגיע. דאס ערלויבט פאר די קינדער צו האלטן זיך ביי זייער אידישקייט און חינוך די אלע וואכן אן אנקערן זיך מיט די סעקולארע וועלט, וואס דורכדעם פארשטארקט דאס זייער פלייס אין אידישע ווירדן דורכאויס זייער טעגליכן לעבן. די הצלחה פון די אידישע קעמפּס קומט צוליב די ערפארונג וואס נעמט ארויס די קינדער פון די דרויסנדיגע וועלט און הילט זיי איין אין א געשלאסענע פארזיכערטע געזעלשאפט. (דער אדוואקאט נוצט מערערע מאל דעם אויסדרוק "אימערסיוו", וואס מען נוצט אויך צ.ב.ש. ביים טובל'ן. דא מיינט עס, אז די קינדער ליגן אינגאנצן אין אידישקייט ווען זיי גייען אין קעמפּ.)
דערנאך רעכנט מען אויס די היסטאריע ווי אזוי גאווערנאר קאומא האט געפירט די סטעיט ביים דערקלערן אן עמוירדזשענסי צושטאנד וואס צוליב דעם האט ער גענומען די מאכט פאר זיך ארויסצוגעבן עקזעקוטיווע פארארדענונגען וואס קען לעגאל האבן פארצוג אויף פארשידענע געזעצן, וואס אזוי פירט זיך אין אן עמוירדזשענסי פאל, אז מען מוז אמאל סוספּענדירן די געווענליכע געזעצן.
יוני 12, האט גאווערנאר קאומא דערקלערט אז אלע איבערנאכט קעמפּס וועלן בלייבן געשלאסן אויפ'ן איצטיגן זומער, און האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר אידישע איבערנאכט קעמפּס טראץ דעם פאקט אז ביי די קעמפּס איז די רעדע פון פונדאמענטאלע רעליגיעזע פראגעס צו וואס מען איז בארעכטיגט.
אין קאנטראסט האט דער באשולדיגטער יא געמאכט א ברייטע ערשטע אמענדמענט אויסנאם פון זיינע קאוויד-19 פארארדענונגען פאר די ערשטע אמענדמענט אקטיוויטעטן וואס ער שטיצט יא. ספּעציפיש, ער האט געשאפן א פאקטישן פּטור פאר די מאסן דעמאנסטראציעס, פון די סטעיט'ס צוימונגען אז מען טאר זיך נישט פארזאמלען. ער האט קלאר דערקלערט איינשטימונג מיט'ן מעסעדזש וואס קומט פון די פּראטעסטירער און ער האט אקטיוו ערמוטיגט די מאסן פארזאמלונגען. דער באשולדיגטער האט עס געטוען כאטש די דאזיגע מאסן פּראטעסטן שטעלן צו א גרעסערע ריזיקע אז מען זאל זיך איבערנעמען קאוויד 19, ווי ביי אידישע קעמפּס.
דער באשולדיגטער האט אויך ערלויבט פאר א ברייטע ליסטע פון ענליכע סעקולארע אקטיוויטעטן צו בלייבן אפען אזוי ווי אומצאליגע "נישט-נויטיגע" ביזנעסער און איינהייטן, (דא רעכנט די קלאגע אויס נאך ענליכע זאכן) אויב זיי וועלן אויספאלגן די געזונטהייט פארשריפטן פון די סטעיט העלט דעפּארמענט צו פארמיידן די פארשפּרייטונג פון דעם וויירוס.
עס ווערט באלד באטאנט אז די אנקלאגער קריטיקירן נישט אדער שטעלן נישט קיין קעגנערשאפט צו דעם באשולדיגטנ'ס באהאנדלונג פון די פּראטעסטן אדער פּראטעסטירער אדער אז מען האט זיי גע'פּטר'ט פון די פארזאמלונג צוימונגען. אדרבה, די אנקלעגער ערמוטיגן די רעגירונג'ס רעספּעקט פאר - און נאכקומען - די ערשטע אמענדמענט רעכטן פון פּראטעסטירער טעטיג צו זיין אין פרייע רעדע און פארזאמלונג. די אנקלאגער פארלאנגען בלויז די זעלבע באהאנדלונג פאר אידישע קעמפּס וואס די ערשטע אמענדמענט באשיצט מיט אזויפיל קראפט ווי זי באשיצט די מאסן פּראטעסטן וואס (די קעמפּס) זענען מער פארזיכערט ווי די מאסן פּראטעסטן, און וועלכע וועלן אויספאלגן די אויספירליכע געזונטהייט און פארזיכערונג פּראטאקאלן ענליך צו די וואס די סטעיט האט געלייגט אויף סעקולארע אקטיוויטעטן וואס זענען גלייך צו דעם. דאס איז איבערהויפּט אמת נאכדעם ווי מען האט געשלאסן די ישיבות עטליכע חדשים, וואס צוליב דעם איז נאכמער נויטיג צוצושטעלן דעם אידישן לימודים שטייגער און לעבנסשטייגער וואס קומט פון די אידישע איבערנאכט קעמפּס.
דאס שליסן אלע אידישע קעמפּס דעם זומער פארלעצט די אנקלאגער'ס קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון פרייע אויספירן רעליגיע און די פונדאמענטאלע רעכטן פון עלטערן צו קאנטראלירן דעם רעליגיעזן חינוך און ערציאונג פון זייערע קינדער וואס איז גאראנטירט דורך די ערשטע און פערטע אמענדמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און אויך דורך א פּונקט פון די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע.
צוליב דעם פארלאנגען מיר איצט א באלדיגע יורידישע ערלייכטערונג פון דעם סטעיט פארבאט אויף אלע אידישע קעמפּס וואס זאל קומען דורך א צייטווייליגן באפעל צו צוימען (סוספּענדירן) דעם פארבאט, וואס זאל נאכגעפאלגט ווערן דורך א צייטווייליגע און פּראמענאנטע אפּשטעלונג און אן אורטייל וואס זאל דערקלערן אז די רעגולאציע וואס מען קלאגט איצט איז אומקאנסטיטוציאנאל און איז פּסול (בטל) ווייל עס פארלעצט די קאנסטיטוציאנאלע אנקלעגער פון די אנקלעגער אן קאנסטיטוציאנאלע בארעכטיגונג.
דערנאך רעכנט מען אויס די אלע אנקלעגער וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט און עס גייט אריין אין א לענגערע ליסטע פון די אלע באפעלן וואס זענען געקומען פון גאווערנאר קאומא אין לויף פון דעם פּאנדעמיק, אריינגערעכנט ווי אזוי דער גאווערנאר האט אנגעהויבן צוביסלעך נאכאמאל צו עפענען די סטעיט גייענדיג שטופענווייז. יוני 2 האט דער גאווערנאר געמאלדן אז אנגעהויבן פון יוני 29 וועט מען קענען עפענען די דעי קעמפּס אין די סטעיט.
דערנאך האט זיך אנגעהויבן די מאסן דעמאנסטראציעס וואו דער גאווערנאר האט ערלויבט אוועקצוקוקן פון די פארזאמלונג פארלעצונגען, און האט אפילו ערלויבט פאר געשלאסענע טעאטערס צו עפענען, אריינלאזן די דעמאנסטראנטן ווען זיי ווילן זיך דארט אפּרוען, נוצן א ביה"כ, אדער עסן, אדער סתם-אזוי, און מען האט זיך נישט גערעכנט מיט דעם פארבאט קעגן פארזאמלונגען, און עס ווערט קלאר ארויסגעברענגט עטליכע מאל אין לויף פון די אנקלאגע אז מען שטעלט זיך נישט ארויס קעגן די דעמאנסטראציעס, נאר אדרבה, די זעלבע ערשטע אמענדמענט וואס ערלויבט דעמאנסטראציעס ערלויבט רעליגיע, און אויב דער גאווערנאר האט באשלאסן אז דער ערשטער אמענדמענט האט פארצוג איבער זיינע עקזעקוטיווע פארארדענונגען וואס צוימט די סטעיט צוליב'ן וויירוס, דארף דאס אויך פּונקט אזוי גילטיג זיין אויף דעם פּונקט פון רעליגיעזע פרייהייט, וואס דורכאויס די אנקלאגע ווערט מערערע מאל אויפגעקלערט די וויכטיגקייט פון דעם רעליגיעזן חינוך ווי אזוי עס איז שוין געווען סופּרים קארט אורטיילן אין די פארגאנגענהייט וואס באשטעטיגט די דאזיגע רעכטן פאר עלטערן צוצושטעלן א רעליגיעזן חינוך פאר זייערע קינדער.
איין פאראגראף ברענגט קלאר ארויס די טענה אז קאומא קען נישט קאנסטיטוציאנאל שאפן א פּטור צוליב'ן ערשטן אמענדמענט פאר פּראטעסטירער מיט וועמען ער איז איינשטימיג, וואס אין די זעלבע צייט איגנארירט ער די ערשטע אמענדמענט רעכטן פון די אנקלעגער דורך איינשטעלן אן אבסאלוטן פארבאט אויף אלע איבערנאכט קעמפּס אויב ער מאכט נישט אן ענליכן אויסנאם (פּטור) פאר די קעמפּס וואס זענען באשיצט אונטער דעם ערשטן אמענדמענט, אזוי ווי די אידישע איבערנאכט קעמפּס.
דערנאך קומט א גאנצע אפּטיילונג וואו עס ווערט אויספירליך אויפגעקלערט ווי אזוי מען וועט זיך באווארענען אין די קעמפּס אז די קינדער וועלן זיין אי"ה געזונט און שטארק.
די קעמפּס זענען אין געגנטער אין די סטעיט וואס וועלן שוין דאן זיין אין די דריטע פאזע פונעם עפענונג פּלאן, וואס די סטעיט וויל נישט צושטעלן די זעלבע ערלויבענישן פאר די קעמפּ אפילו אויב זיי נעמען אן זיכערהייט פּראטאקאלן.
די קעמפּס האבן אנגאזשירט דאקטוירים און העלט פּראפעסיאנאלן אויסצוארבעטן די פּראטאקאלן צו פארזיכערן אז די קינדער און שטאב זאלן זיין געזונט און שטארק. מען וועט שטרענג אויסלערנען דעם שטאב און די קעמפּ פירער איבער די ספּעציעלע באווארענונג מיטלען, וואס אין קאנטראסט צו די קעמפּ פּראטאקאלן, האבן די מאסן פּראטעסטן וואס דער באשולדיגטער האט באפרייט פון די פארזאמלונג צוימונגען, נישט איינגעפירט ענליכע שטרענגע מושטירונגען געצילט צו צוימען די פארמיידונג פון דעם וויירוס פאר די מאסן פארזאמלונגען.
אלע קעמפּערס און שטאב וועלן מוזן דורכגיין א טעסט צי זיי האבן אנטיבאדיס, און די וואס האבן נישט וועלן מוזן בלייבן איזאלירט אינדערהיים ביז מען וועט זיי לאזן גיין אין קעמפּ (צו פארזיכערן אז זיי נעמען זיך נישט איבער פון עמיצן דעם וויירוס). קאומא האט נישט איינגעפירט ענליכע טעסט פארלאנגען ביי די וואס זענען געגאנגען צו די מאסן פּראטעסטן.
דאס איז א פּונקט וואס ווערט ארויסגעברענגט יעדעס מאל ווען מען רעכנט אויס די באווארענונגען וואס די קעמפּס וועלן האבן, אויספירנדיג מיט א קאנטראסט אז קאומא האט עס נישט פארלאנגט פון די דעמאנסטראנטן, וואס דאס איז זייער א שווערער פּונקט צו איגנארירן דורכ'ן פעדעראלן ריכטער, און וועט שווער זיין פאר די קאומא אדוואקאטן צו פארענטפערן פארוואס דאס זאל נישט באטראכט ווערן ווי דיסקרימינאציע קעגן די קעמפּס, ווען ביידע פאלן דאך אונטער דעם זעלבן ערשטן אמענדמענט.
מען וועט נישט לאזן גיין אין קעמפ קיינער וואס האט א הויכע-ריזיקע מעדיצינישע היסטאריע, און די וואס זענען 50 יאר אדער עלטער וועלן בלויז מעגן קומען אויב זיי האבן די אנטיבאדיס, באשטעטיגט דורך א לאבאראטאריע.
די אפּטיילונג וואס רעכנט אויס די זיכערהייט באווארענונגען אין די קעמפּס, לויפט פון פּונקט נומער 66 ביז פּונקט נומער 78. אזא דורכדרינגליכע ארבעט איז דא צוגעשטעלט געווארן וואס איז שטארק איינדרוקספול.
דערנאך ווערן פארגעשטעלט די אלע אנקלאגער, וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט, און דאן קומט מען צו תכלית, די טענות און וואס מען פארלאנגט.


דער סך הכל
דער ערשטער פּונקט באשולדיגט אז קאומא'ס באפעל פארלעצט די ערשטע אמענדמענט פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע, ווייל מיט דעם וואס ער האט גע'פּטר'ט די פּראטעסטן וואס וואלטן געדארפט ברענגען גרעסערע זיכערהייט זארגן ווי ביי די קעמפּס, ווייזט דאס אז דער באשולדיגטער זעט ווינציגער ערשטע אמענדמענט ווירדן אין די אידישע קעמפּס ווי ער זעט אין די מאסן פּראטעסטן.
דער פּונקט וואס אדרעסירט די טענה פון די ערשטע אמענדמענט לויפט פון 110 ביז 123.
דערנאך קומט דער צווייטער פּונקט אז עס פארלעצט די 14'טע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע, און דאס לויפט פון פּונקט 124 ביז 130.
אין קורצן, ווערט דא ארויסגעברענגט אז לויט סופּרים קאורט אורטיילן פון 923' און 925', גיט דער אמענדמענט פאר די עלטערן א פונדאמענטאלע באשיצטע רעכט צו קאנטראלירן די ערציאונג און חינוך פון זייערע קינדער.
די דריטע קלאגע איז, אז עס פארלעצט די פריערדערמאנטע צוויי אמענדמענטס ווייל עס שטערט די עלטערן פון זייערע רעכטן צו קאנטראלירן דעם רעליגיעזן חינוך פון זייערע קינדער. דא ווערט ציטירט א סופּרים קאורט אורטייל פון נישט אזוי לאנג צוריק, אין 90'.
די פערטע קלאגע איז, אז עס פארלעצט די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע וואס גאראנטירט די פרייהייט פון רעליגיע אן דיסקרימינאציע, פאר יעדן מענטש.
צוליב דעם פארלאנגט מען אז דאס געריכט זאל ווי אמשנעלסטן אפּשאפן דעם אומקאנסטיטוציאנאלן פארבאט פון גאווערנאר קאומא.
*
עס איז א געוואלדיגע ארבעט וואס מען זעט אין דעם צוזאמשטעל פון די קלאגע, און מיר זענען מתפּלל אז די עסקנים און די אדוואקאטן וואס טוען לטובת אונזערע אידישע קינדער, זאלן מצליח זיין, און מען זאל נאך אינגיכן קענען עפענען די קעמפּס בשעה טובה ומוצלחת, האפענטליך דןרך א פשרה-שליכטונג מיט די סטעיט אינסטאנצן, אז עס זאל אפילו נישט מוזן קומען צו א לענגערן געריכט פראצעדור.

דאס איז די ערשטע אמענדמענט צו די פעדעראלע קאנסטיטוציעס

First Amendment
Congress shall make no law respecting an establishment of religion, or prohibiting the free exercise thereof; or abridging the freedom of speech, or of the press; or the right of the people peaceably to assemble, and to petition the Government for a redress of grievances.

לייכטע אידישע איבערזעצונג:
דער קאנגרעס זאל נישט מאכן קיין שום געזעץ צו רעספּעקטירן דאס שאפן (אן אפיציעלע) רעליגיע אדער פארבאטן דאס פרייע אויספאלגן (וועלכע רעליגיע מען וויל); אדער צוימען די פרייהייט פון רעדע, אדער פון די פּרעסע; אדער די רעכטן פון די מענטשן פרידליך צו פארזאמלען זיך, אדער בעטן פון די רעגירונג צו פארריכטן עוולות.

ווען מען האט געשריבן די קאנסטיטוציע פאר די נייע פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, איז דאס געווען א געניאלער היסטארישער עקספּערימענט אין "רעגירונג דורכ'ן פאלק", אז א מדינה זאל נישט געפירט ווערן דורך א מלך אזוי ווי עס האט זיך געפירט איבער די וועלט. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איז פון די קורצטע אין די וועלט, און איז א געווארן מוסטער פאר אנדערע לענדער, אין די 200 יאר זינט דאן.
עס שטעלט אויף דעם געבוי פון א דעמאקראטישן רעגירונג סיסטעם, אבער מען האט זיך באלד געכאפּט אז מען מוז אויך אדרעסירן געוויסע פונדאמענטאלע רעכטן פאר די מענטשן, האט מען באשטעטיגט די ערשטע צען אמענדמענטס וואס רופט זיך די "ביל אוו רייטס", וואס מיינט די ליסטע פון רעכטן, און עס הויבט זיך אן מיט'ן ערשטן אמענדמענט וואס מיר האבן דא איבערגעגעבן.
שפּעטער דורכאויס די יארן האט מען באשטעטיגט נאך אמענדמענטס, און איינע פון די וויכטיגע אמענדמענטס וואס ווערט אדרעסירט אויך אין די אנקלאגע איז די 14'טע אמענדמענט.

Fourteenth Amendment
Section 1
All persons born or naturalized in the United States, and subject to the jurisdiction thereof, are citizens of the United States and of the State wherein they reside. No State shall make or enforce any law which shall abridge the privileges or immunities of citizens of the United States; nor shall any State deprive any person of life, liberty, or property, without due process of law; nor deny to any person within its jurisdiction the equal protection of the laws.

אין לייכטע אידישע איבערזעצונג, ברענגט דאס ארויס אז יעדער וואס איז געבוירן אדער איז געווארן א בירגער אין אמעריקע באקומט בירגערשאפט פון אמעריקע און אויך פון די סטעיט וואו זיי וואוינען און קיין שום סטעיט טאר נישט מאכן אדער אויספירן קיין שום געזעץ וואס זאל צוימען די פּריווילעגיעס אדער באשיצונגען פון אמעריקאנער בירגער. אויך זאל קיין שום סטעיט נישט צונעמען פון קיין שום מענטש דאס לעבן, פרייהייט אדער פּראפּערטי אן א געריכטליכן פּראצעדור, און אויך נישט פארמיידן פון קיין שום מענטש אין איר יוריסדיקציע די גלייכע באשיצונג פון די געזעצן.


Copyright © 2020 , All rights reserved.
www.tzeitung.com
נאך איינער

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

האט מען נישט געבעטן אן עמערדשענסי TRO אויפן גאווערנערס באשלוס? אין ווי לאנג דארף נעמען אז אזא באשלוס זאל באשטעטיקט/אפגעווארפן ווערן?
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

סאטמאר מהרי"י

את אשר יגורנו בא!

מיט גרויס באַדויער, צער און ווייטאָג דאַרפן מיר איינמעלדן פאַר אונזערע צענדליגע טויזנטער עלטערן שיחי׳ די שווערע ווייטאָגליכע בשורה, אַז נאָכ׳ן אַריינלייגן כוחות עצומות און שווערע מיליאנען אנגעהויבן פין אינמיטן פרשת שלח שוין איינצורישן אונזערע קעמפּס אַלס ״דעי קעמפּ״ אַזוי ווי געמאָלדן אָנהויב די היינטיגע וואָך, האָט הנהלת מחנה רב טוב דעם נעכטיגן דאנערשטוג אינדערפרי דערהאַלטן אַן אָפיציעלע קאָרעספּאָנדענץ פון דער אָולסטער קאַונטי רעגירונג — וואָס אַלע אונזערע פיר קעמפּס געפינען זיך צווישן די קאַונטי׳ס גרעניצן — אַלס אַנטוואָרט אויף אונזער ביטע פאַר פּערמיטן פון צו באַניצן דעם קעמפּ און קוואַרטירן אונזערע איינגעשטעלטע אונטער׳ן לעגאַלן סטאַטוס פון TR טעמפּאָרערי רעזידענץ, וואו זיי מעלדן דעם שאָקירנדן באַשלוס

אַז זיי פאַרבאָטן גענצליך צו באַנוצן אונזערע קעמפּס אַלס ״טעמפּאָרערי רעזידענץ״, וואָס טייטש אַז קיין שום שטאַב קען זיך נישט קוואַרטירן דאָרט אויפ׳ן זומער, און אויב מ׳וויל ניצן דאָס פּלאַץ פאַר אַ דעי-קעמפּ קען דאָס נאָר זיין אָן דעם וואָס מ׳זאָל קענען ברענגען די קינדער מיט באָסעס!

דאָס באַדייט אַז אונזער פּלאַן קען ליידער נישט צושטאַנד קומען און ס׳נישטאָ קיין שום מעגליכקייט לעת עתה צו קענען עפענען אונזערע קעמפּס אויפ׳ן זומער, אפילו בלויז נאָר אַלס דעי-קעמפּ.


לויט דעם יעצטיגן מצב, אָן קיין שום אַנדערע אַפּציעס פאַרבליבן בדרך הטבע, וועלן מיר מוזן
עפענען אַלע קלאַסן פאַר די תלמוד תורה דאָהי אין שטאָט
און פאַר די מיידלעך???

וואו עס וועט אי״ה זיין צוגעשטעלט אַלעס על צד היותר טוב, מיט די מלמדים ומנהלים פון אגאנץ יאָר.


צו דער זעלבער צייט טוען מיר האָפן און מיר זענען מתפּלל אויף גונסטיגע רעזולטאַטן פון דעם געריכטליכן אגודת ישראל לאָו-סוט וואָס מיר האָבן אַריינגעגעבן אינאיינעם מיט פילע אַנדערע מוסדות און קעמפּס צו די פעדעראַלע געריכטן
און ווי כ״ק מרן רבינו שליט״א האָט נעכטן ביים עצרת התעוררות אַרויסגעברענגט ליגט אויף יעדן איינעם אַ פליכט צו מרבה זיין בתפלה, השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני מלך קל רם ונשא להעביר את רוע הגזירה, מ׳זאָל יאָ קענען בעז״ה נאָך היי-יאָר עפענען די קעמפּס פאַר אונזערע טויזנטער תלמידים ותלמידות בקדושה ובטהרה.


ביטע פאָלגט נאָך ווייטערדיגע מעלדונגען אָנהויב קומענדיגע וואָך

המצפים לישועת ה׳ קרובה ביחד עם כל הקהל הקודש הזה,

הנהלת הישיבה • הנהלת המחנה
האסט הנאה? געב א לייק
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געהערט בשם א איד וואס איז פארמישט אין די לעגאלע קעיס און איז אן עקספערט אין די יורידישע און געזעצליכע וועלט אז מזאל נישט לייגן צופיל האפענונג אויף א נצחון דורכן געריכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

נאך איינער האט געשריבן:האט מען נישט געבעטן אן עמערדשענסי TRO אויפן גאווערנערס באשלוס? אין ווי לאנג דארף נעמען אז אזא באשלוס זאל באשטעטיקט/אפגעווארפן ווערן?

מען דארף געבן צייט פאר'ן צד שכנגד דאס אפצוענטפעירן
לכאןרה וועט עס אויפגענומען ווערן מאנטאג אדער דינסטאג אין געריכט
מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווענאר קואמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש צווישן מענטשן »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:נייעס וואס "די צייטונג" האט נארוואס ארויסגעשיקט דורך אי-מעיל:




אזוי שיין צולייגן די זאך קען נאר אלבערט.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”