הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אבד"ק דברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י קר"י - כ"ד סיון תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אבד"ק דברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י קר"י - כ"ד סיון תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ברוך דיין האמת!

אזא מהות, אזא געשטאלט פון א איד איז א גרויסע פארלוסט.

א הצנע לכת, א נחבא אל הכלים, א שטיק פייער פון אינווייניג, און אייז פראסטיק קאלט פון אינדרויסן.

א הערכה וועט נאכפאלגן

הערכה צוגעלייגט.

[align=center]******[/align]

[align=center]כבוד קדושת הגאון הצדיק, חסידא ופרישא, נועם הליכות בחן ובחסד.
מרן רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל
אבדק״ק דברי אמונה
ור״מ במתיבתא תורה ויראה ד׳סאטמאר[/align]

זה השער לה׳ צדיקים יבואו בו:
צו נעמען די ריכטיגע ווערטער און שרייבן אין קורצן דעם מהות איבער דעם גרויסן צדיק וגאון בתורה, גאון וגדול במידות ובמעשים טובים, בענווה ובשפלות רוח, רבי אהרן האבדק״ק ״דברי אמונה״ זצ״ל, וועמען מקען אנרופן אפשר אביסל מיט א אינטערסאנטע אויסדריק א ״צדיק נסתר״ ווייל אפי׳ וואס עס האט יעדער געוויסט ווער דער רב זצ״ל איז, און דאס יראת הכבוד און ריספעקט וואס יעדער אן אויסנאם האט געהאט פארן רב, ווייל יעדער האט דאך דאס געוויסט אז דער רבי ר׳ אהרן איז א בעל מדריגה משכמו ולמעלה, עס האט יעדער געוויסט זייער קלאר אז רבי אהרן איז איינע פון די אנשי השם, א מורם מעם ממש, עכ״ז קלעבט עס אויף זיין וועזן דעם ״צדיק נסתר״ טיטל, ווייל ער האט געהאט א געוואלדיגן חוש מיטן זיך אויסבאהאלטן זיינע מדריגות, זיין השתוקקת צום בורא כל העולמים יעדע מינוט, און בכלל זיינע הליכות בקודש.

זיין שאיפה איז געווען: מען זאל אים פשוט נישט באמערקן! נישט זעהן! נישט אויפפּאסן! אזוי קען ער זיך טון זיין עבודת הקודש אן א שום נגיעות ופניות, און ווי עס זעהט אויס האט דער אויבערשטער ממלא געווען רצון צדיק, דער אויבערשטער האט אים גענטפערט משאלות נפשו, און עריז טאקע כמעט נישט באמערקט געווען. יא! סיז אים געלונגען! ער האט זיך שטענדיג ארויסגעגליטשט פון יעד סארט כבוד, איינערקענונג, און יעדע זאך וואס האט נאר א שייכות צו דעם.

מי שהוא קרוב אליו ישיגהו בּאמתת עצמו:
אבער פארט איז אלץ געווען די ביסל ״כיטרע״ וואס האבן יא געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ, און יא אויפגעפּאסט אז דא נעבן מיר דרייט זיך דאך פאקטיש ארום א איש צדיק קדוש ומורם מעם. איינער וואס שטייט דא אויף אונזער ערד נאר מיט די שיך... אבער זיינע געדאנקען און זיין עבודת הק׳ שוועבן דארט אויבן גאר הויעך, זיי האבן גוט באַאָבּאַכט און צוגעזהן עין בעין אז דער רב זצ״ל ארבייט אויף זיינע מידות און אויף זיינע מדריגות יעדע מינוט - יעדע רגע!

פאר די ״כיטרע באמערק׳ערס״ איז אט דער הויעכער ווידערקול אינעם שטילקייט, און די באהאלטענע/איינגעהאלטענע עבודה געווען בוקע רקיעים!

ווי עס איז באקאנט דער סיפור מיטן גוי ביים טיש פונעם הייליגן קארלינער זי״ע. ווי ער האט זיך צוגעקוקט וווי די חסידים זיצן שעות און קוקן זיך איין אויף זייער רבין וואס זיצט אין א טאטאלער שטילקייט פאר לאנגע שעות. האט ער זיך אויסגעדריקט ״ער האט נאך אזא הויעך קול אין זיין לעבן נישט געהערט״

דעם רב׳ס אפעציעלע פארמאלע טיטל איז געווען ״מגיד שיעור״ אבער ״די פארשטייערס״ מבּין תלמידיו, מעריציו וחסידיו, האבן געוויסט אז רבי אהרן איז קיין מגיד שיעור נישט!!

א מגיד שיעור איז א סארט זאך וואס נארמאל א בחור האלט א ווייטקייט דערפון, און זוכט נישט צו האבן דערמיט קיין סך שייכות... סיז ליבערשט אזאך מיט וואס מען אמפערט/ראנגעלט זיך... און אין בעסטן פאל טוט מען א טובה און מען הערט אויס א שיעור פון אים אויך.

אבער מיטן רב זצ״ל איז עס געווען גאר אן אנדער סארט באגריף פארן תלמיד.... מען האט געשפירט און געטאפּט א רבי א מורה דרך!
נאר מיט זיין אנוועזענהייט האט זיך געשפירט אן השראת השכינה, אצילות, בהירות, כליל המעלות, און אהבה בלי גבולים.

אחר כן יחזק.. לראות המראים ויתנהו אלוקים לחן ולחסד ולרחמים:
נאר צו זעהן דעם רב זצ״ל זיצן אין ביהמ״ד אויף זיין ״סטעידזש״ האט מען געשפירט ווי מען זיצט ביי א גרויסן פארכטיגן רבין מבין השורות און מעטרינקט מיט דארשט נאר זיינע באוועגונגען!

זיצענדיג אינעם גרויסן היכל הישיבה, האט מען זיינע אויגן קיינמאל נישט געזהן ארומוואנדערן אין ערגעץ נישט, ער האט קיינמאל נישט געקוקט ווער פון די תלמידים איז יא דא, ווער עס איז נישט דא. ווער גייט וועט קומט.... גארנישט.! ער איז געווען ערגעץ ווי אין מתיבתא דרקיע....(אנדערש איז געווען ביים פארלערנען וואס ערט געקענט אמאל געבן א פרעג ביסט געווען לעצטענס ביים פארלערנען..? אפי ער האט געוויסט דעם ענטפער פארדעם)

עס האט זיך פאר קיין רגע נישט אפגערוהט אדער אויפגעהויבן פון די דיקע גמרא בלעטער.

דעם רב׳ס פלאץ אינעם היכל הביהמ״ד איז אייביג געווען פול!
צו עס איז געווען א יומא דפגרא, צו א ערב מסיבה, א אחר מסיבה גיסטישע אטמאספערע אין די היכל הישיבה, צו א אסרו חג, ווען דער היכל איז געווענדליך ליידיגער פון די תלמידים, דאס האט קיין סך נישט אויסגעמאכט... דער רב זיצט דארט מיט זיין כמו טריקענעם אומבאוועגליכע איינגעהאלטענעם כח, און זיין קאנצערטרירונג איז טיעף אריין געטון אין די הווית אביי ורבא און אין די סוגיות הש״ס. ער איז דא מבואו ועד צאתו, גרייט צו ענטפערן פארווער עס פרעגט נאר, מיט זיין צהלות פנים וואס רינט ארויס פון יעדן קנייטש אויף זיין איידעלן געזוכט.

קיינמאל קיינמאל האט דער רב זצ״ל נישט צוגערופן א בחור אינעם היכל המתיבתא אויספרעגן, מוסר זאגן, אונטערצוען, מעודד זיין, אדער פארהאלטן.

עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט!!!

זיין צורה הקדושה, מיט זיין גאנצע ענוות חן און מהות ארום, האט געצויגן אזא מין יראת הכבוד פאר די תלמידים, עס האט פאבּרעצירט אזא הערצה אזא כבוד התורה, וואס האט געברענגט א נאטורליכע דרך ארץ, אז ערט קיינמאל נישט געדארפט איינעם פארהאלטן. מען האט זיך ווי געשעמט אין זיין גענגווארג נישט צו טון דעם רצון ה׳.

זיין אויסערארענדליכע פשטות און ענוה וואס איז געווען אויף שטאפּלען וואס האט נישט קיין מעסטער... האט געגעבן דעם תלמיד אזא נאטורליכע שטיפ און א דערמאן... בחור׳ל... פיר דיך ווי עס דארף צו זיין. קוק נאר ווער עס איז דא נעבן דיר.

דאס אלעס איז געווען אפי׳ דער רב האט ווי דערמאנט ניטאמאל אויפגעהויבן זיינע אויגן די גאנצע צייט.

אמרה הנפש: עבר הבינותי מאמרך והקשבתי לכל:
ביים רב זצ״ל האסטו געקענט צו גיין פרעגן א טייטש אין א פשוטע שטיקל גמרא, א פשט אין א רש״י, א פארשטאנד אין א קשיא אין א תוס׳, א ביאור אין א ראשון, און א סברא אין אן אחרון, זיין ענטפאנגן דעם שואל איז געווען אזוי אייניג מיט די זעלבע קורות רוח אז א אידיש קינד וויל פארשטיין תורה הק׳.

יעדער סארט בחור איז געווען ביי אים אייניג ממש!!
צו א בנש״ק, צו א בעל בתיש קינד, א בחור א חריף, א בינוני, און אזוי דערינטער, סנישט געווען דעיס זאך דאס איז מיין כתה די באלאנגסט שוין צו יענעמס כתה. ער׳ט נישט געוויסט אז עס איז דא בכלל אזא באגריף ווי ״מיין כתה״ ״יענעמס כתה״ דער בחור איז פון מיין כתה, יענער בחור שוין נישט.. ביי אים האבן אלע קרוב צו טויזענט בחורי חמד געטראגן דעם זעלבן וועליא.

ער האט געזהן פאר זיינע אויגן איין זאך. א אידיש קינד וואס איז נפשו חשקו בתורה.

והוא ספר תורת חובת הלבבות:
די מוסר שמוסן.... אוי די מוסר שמוסען...

אריינגענדיג צום שיעור וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די לויטערע דברי חכמה מוסר והשקפה, איז מען עמטליך ארויס פון דעם טאקסיק עולם הזה וועלט׳ל און ווי אריין אין דעם עולם שכולו טוב וועלט׳ל.

אבער... דארט האט דער רב זצ״ל שטענדיג געהאט א גרויסן דורכפאל....

נעמליך; ער האט זיך נישט געקענט געהעריג אויסבאהאלטן, כיס בתוך כיס כאוות נפשו הטהורה, ווי אין די דרויסענדיקע גשם׳דיקער וועלט...

דער אווירה דארט אינווייניג איז פון די זאכן וואס מען קען נישט עכט באשרייבן, סיז געווען איין שטיק רוחניות, זך, צך, נקי, ונקיון הנפש... רוחניות איז א זאך וואס מקען נאר שפירן..! ס׳נישטא דער וועג איר אראפצוגעבן מיט דעם בעסטען פעדער.

בעתן פארלערנען די שיעור המוסר האט מען געטאפּט אין די לופט... מען האט פשוט געטאַפּט אלוקית מיט די גשמיותדיגע הענט... ווען פון זיין הייליג מויל גיסט זיך נופך ספּיר ויהלום דימאנד שטיינער פון אמתע דברי אלוקים חיים מוסר והשקפה, יהדות, ממאס טפילות און איינגערעדע הנאות עולם הזה. אבער אלעס איז עס געזאגט געווארן מיט אזא סארט ווארימקייט, רואיגקייט, מיט זיין בעטענדיגע טאָן... אוי אוי... סוואוורעמט זיך דאס הארץ נאכאמאל נאר דערמאנענדיג די לופט בעתן פארלערנען.

אלא ביכלת החכם הרחום וחנון המרחם על בריותיו:
דער רב איז געציזן אזוי אומבאוועגליך, מיט די הענט אויף צוריק אונטערן בענקל, און פון זיין הייליג מויל האט זיך געגאסן דברי כיבושין דברי מסור, דברי חכמה, סיז געווען א קאמבּאנאציע פון שארפע מוסר פּארציעס, אבער מיט אזעלכע פאטערליכע געבעטן צו די תלמידים, און מיט א זעלטענע מתיקות וואס גייט געווענדליך נישט צוזאמען מיט דברי מוסר, נאר ביי אזא צדיק נשגב וואס אהבת ישראל ברענט אין אים ווי א ברענעדיגער פאַקל..!

בעת די מוסר שמוסן האט מען געקענט זעהן ווי זיין לויטער הארץ גייט אויס אז אידישע קינדער זאלן זיין גוט, און זיין איבערגעפלאסענע ליבשאפט וואס מען האט געקענט טאַפּן אין יעדעס ווארט, איז ארויס געקומען צום אויבערפאלך, טראץ זיין שטענדיגע איינגעהאלטנקייט...

ווער פון די תלמידים דענקן דען נישט גענוג מאל, ווען זיין קול האט זיך געהערט מיט א דערשטיקונג פון טרערן, ממש כאדם האומר אשמנו, בגדנו, רעדענדיג פון זיינע מעשים וואס ער ברויך נאך גאר פארעכטן...

כדי שיהיה במקום שמור ומבצר נצור:
אפי דער בחור וואס דברי כיבושין ציהט אים נישט, עס רעד נישט צו אים, עריז נאך פארשפילט מיט מעשה נערות עריז דאך פארט נאך א יונג ביימעלע, א יונגער נפש, אפי׳ אזא איינער איז געלאפן צו שלינגן די דברי אלוקים חיים ביים שיעור המוסר.

פשוט ווייל דעי איידעלע רואיגער שטילע שטימע האט געשניטן מיט שארפע מעסערס, אויף די מקומות וואס איז געווען האקעל... און עס האט געגעבן מזון הנפש, סיפוק החיים, אפי פאר א אומוויסענדער, און אין די זעלבע צייט האט עס ממש בארואיגט, געגלעט, מנחם געווען, געטרייסט..!

עס האט געפענט דעם קאפ, צו א לויטערע וועלט פון עבודת ה׳ צו וואס דער נשמה גליסט.

ותראה בהם פליאה גדלה:
א שטיקל סתירה איז געווען ביי די מוסר שמוסן
ווייל בעצם דער תוכן השיחות איז געווען ממש פשוטע זאכן, דברים של יום יום, אבער דאך איז עס געווען ווי א טיפזיניגער שיעור עיון, מיט א עמקות כבצליל המים.

סימן החכמה הנראה בקביעות התורה והחקים לעבד בהם הבורא:
דער גמרא שיעור עיון פארלערנען קען מען זאגן אין איין ווארט.!

עס האט געהאט דעם תוכן און עמקות, און קלארקייט מיט א אייגן ארטיגן דרך הלימוד, זיך צו פארמעסטן מיט די בארימטע ראשי ישיבות פון די ישיבת ע״ד הליטאית (אני הקטן האב געהאט די מעגליכקייט מדמה צו זיין לערנענדיג אין די אנדערע סארט ישיבות אויך)

חשוב במעלות אותיות המכתב והכתיבה:
דעיס חן פון דעי גאר קליינע געלע ״פּאוסטעד נאטוס״ צעטעליך אויסגעשפרייט אויף די גמרא ווי דער רב זצ״ל האט זיך פארצייכענט און פאשריבן די סוגיות הגמרא, זיינע מוסר געדאנקען און מעשה׳ליך פון צדיקים, מיט די מסודרדיגע פיצינקע אותיות, פארענדיג אויפן וועג פון מאנסי צו קרית יואל, יעדן טאג.

וכבר נאמר, כי מדרגת הטבע מן התורה כמדרגת העבד מאדוניו:
ווער דענקט דען נישט די אפטע ערשיינוג אינמיטן סדר, ווען א ריתחא דאורייתא פלעגט אויסגעברעכן אינמיטן היכל המתיבתא ווען די חשובע רמי הישיבה און מיטן דאן אב״ד ור״מ הישיבה - כ״ק מרן אדמו״ר מהר״א מסאטמאר שליט״א ווי עס האט געקאכט ווי א קאך קעסיל אין די סוגיות הגמרא, מיט טענערייען פון אלע זייטן יעדער מיט זיין מהלך אין די סוגיא, נאכן זיך אויסטענען אן קומען צו אן השוואה האט יעדער אויסגעווארט צו הערן מיט יראת הכבוד וואס האט רבי אהרן צו זאגן אזוי שטילערהייט. ווי דער דאן רב ור״מ הישיבה שליט״א האט אויסגעהערט רבי אהרן׳ס מהלך אין די סוגיא מיט א קורת רוח, און כבוד תלמיד חכם, אבער דעיס גלייכצייטיגע התבטלות פונעם רב זצ״ל צום ראש הישיבה, מען האט געזהן דעם כאפס ואין אני לכל. דאס איז געווען א סצענע פאר זיך.

אמר המחבר ברוך ה׳ אלוקי ישראל:
ב״ה אז אין די לעצטע תקופה איז ערישנען די גאר חשובע פּאפּולערע ספרים ״אמונה בחרתי״ וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך געטרייע תלמידים חסידים פונעם רב זצ״ל, אפגעשריבן פון א צאל שמוסן און שיחות קודש, וואס דארט קען מען קאָסטן ממש א קליין ביסל פון די דברי אלוקים. אבער עס מוז באטאנט ווערן אז עס האט אבער נישט דעם אווירה ווי פריער דערמאנט וואס איז געווען אין די לופט בשעת מעשה.

מכל מה שזכרנו מעניני האדם מעט מזער מעל ענין:
באמת האט מען ניטאמאל אנגערירט אן אפס קצהו פונעם רב׳ס געשטאלט. דעם אדם גדול בתורה, בחכמה, במידות, וביראה. נאר פטור בלא כלום אי אפשר, כאב נאר פראבירט צו רירן א קליין ביסל פונעם כח המוסר, און דעם הצנע לכת עם ה׳.

צום שלוס: כלל ישראל האט פארלוירן א ריז - אן א ענק שבענקים פון א אויסבאהאלטענער צדיק, אבער אנדערש ווי די אלע סיפורי מעשיות פון די ל״ו צדיקים, וואס דא האט אבער יעדער געוויסט די גאנצע צייט בחייו, אז אדם גדול צדיק ונשגב בתוכינו.

דער רב זצ״ל איז געווען א לעבעדיגער מסור ספר וואס האט שפאצירט אין אונזערע קארידארן. א ספר וואס האט געלאכט מיט א פול מויל - אן א שמייכל, פון אונזער וועלטל דעם עולם השפל, מיט אירע פארנערטקייטן!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום דינסטאג יוני 16, 2020 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי טאטע, מה אומר ומה אדבר, בעוה"ר, מיר זענען נישט ראוי געווען.

מורי ורבי, יעדער וואס האט אים געקאנט וועט מעיד זיין אז כאטש האט ער האט נישט געפיהרט ווי די ברידער איז ער געווען ראוי לאותו איצטלא.

ווי נעמט מען די פשטות און התבטלות, פלעגט פארלערנען אין אונזערע צייטן מוסר פאר א פולע כיתה פון אריבער 100 בחורים, און אין יעדע שורה בלויז געטראפן זיך, וואס ער דארף אלס פארעכטן, געדענק מיר ווי אויך שוואכערע בחורים האבן זיין מוסר שיעור קיינמאל פארפאסט.

די אויגן טרערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הדקלה ביים ברודער מתוא״י שליט״א
אטעטשמענטס
28394416-CCD4-4FEC-AF8E-1CDA84A1D779.jpeg
28394416-CCD4-4FEC-AF8E-1CDA84A1D779.jpeg (176.05 KiB) געזען 4064 מאל
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

זיין אויסטערלישע אמונה פשוטה וואס ער האט ממש געלעבט דערמיט, אויף א הימלישע פארנעם, א ברא כרעא דאבוה
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ברוך דיין האמת: בבית החולים בארה"ב נפטר לבית עולמו הרה"צ רבי אהרן קאהן זצ"ל אב"ד 'דברי אמונה' מונסי אחיהם של האדמו"רים מתולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק ומבקשי אמונה שנפטר לאחר שנדבק בנגיף הקורונה.

רבי אהרן זצ"ל היה מראשוני חולי הקורונה בארה"ב מצבו השתפר כבר ושוב הדרדר הרופאים נלחמו על חייו והוא השיב את נשמתו ליוצרה בגיל 69.

רבי אהרן זצ"ל נולד בירושלים לאביו האדמו"ר רבי אברהם יצחק קאהן זצ"ל מתולדות אהרן בעל ה'דברי אמונה', ולאמו הרבנית יענטא ע"ה. בשמחת הברית נקרא אהרן על שם סבו האדמו"ר בעל ה'שומר אמונים' זצ"ל ועל שם סבו רבי אהרן דוד קאהן זצ"ל.

בבחרותו למד וקנה את תורתו בישיבת תולדות אהרן בירושלים, היה קרוב מאוד לאביו ה'דברי אמונה' זצ"ל שחיבבו בצורה מיוחדת, בכל נסיעותיו של אביו זצ"ל לשווייץ היה מתלווה אליו.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו בתו של האדמו"ר רבי שמואל חיים ראובן וואגשאהל מלאנצהוט מונסי זצ"ל והחתונה נערכה בארה"ב.

הגר"א קאהן הקים את קהילת 'דברי אמונה' במונסי שם כיהן כרב הקהילה ורבים שיחרו לפתחו להידבק באור תורתו. במשך שנים שימש כמגיד שיעור בישיבת סאטמר בקרית יואל במונורו.

הוא נודע כתלמיד חכם עצום ושקד על התורה והשפיע תורה וחסידות. בחודשי תשרי היה מגיע לשהות בצלו של אביו האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל בשכונת מאה שערים בירושלים.

בכל שנה ושנה היה מגיע להדלקה בל"ג בעומר אצל האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק במירון עמו היה בקשר קרוב.

זכה והותיר אחריו דור ישרים מבורך, פטירתו התרחשה שעות לפני שמחת האירוסין לנכדו.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי לא ברור האם ארונו יגיע לארץ לקבורה בהר הזיתים שם יש חלקה ונבדקות האפשרויות שיעלה על טיסה.

פטירתו השרתה אבל כבד על חצרות תולדות אהרן ותולדות אברהם יצחק.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

בד"ה,
מורי ורבי אלופי ומידעי!
וואס איז שייך צו שרייבן אויף אזא געהויבענע יוד,

א טיעפע שיעור עיון פאהרלערנען האט געקענט זיין מטובל בחסידות און חיזוק,
ער האט איינמאל אנפאנג זמן פאהגעלעהרנט א שיעור און געפרעגט א שאלה פון די בחורים, און די בחורים האבן געצעגערט צו ענטפערן, רופט ער זיך לאמיר זעהן פון 6 אזייגער אינדערפרי ביז יעצט 10 אזייגער זאל זיך א בחור מאכן א חשבון הנפש וויפיל מאל ער האט זיך שוין מתגבר געווען כארי!, און די קומעדיגע פאר מינוט איז געווען פיל מיט חיזוק,
נאכן שיער יעדן טאג פלעגט ער פרעגן: פון וואס זאל מען רעדן היינט? חיזוק, מוסר, אדער חסידות?
אום צוגעגרייט איז יעדן טאג געווען חדשות.
איין טאג רופט ער מיך צו און ער בעט מיך א ברכות גמרא און זאגט מיר לערן אדורך פרק ה' אין עומדין און איך וויל דיך פאר הערן אין צוויי טעג ארום, צוויי טעג שפעטער האט ער מיך פארהערט איין רש"י ווי רש"י איז מסביר וויאזוי מען דארף זיך שטעלן דאווענען, און דארנאך געגעבן א גאנצע שמועס וויאזוי מען דאווענט פאר'ן אייבערשטען.

א פרייטאג צו נאכטס און זיין קליין ביהמ"ד אין מאנסי ווער עס איז נאר אמאל געווען ביי די באטע עס פלעגן קומען ארום דריי צו פיר יודן יעדע וואך ער פלעגט אנפאנגען צו זינגען נישט קיין חילוק צו איינער איז שוין דארט געווען צו נישט, זיין פנים פלעגט לייכטן מיט א שבת'דיגן גלאנץ, לא פסיק פומיה מחייכה זיין שמייכל א גאנצן צייט ביים זינגען, די דברי תורה און דערנאך זיך אויפשטעלן טאנצן עד כלות,

זיין דאווענען, ער אליינס האט פארציילט אז אין די יונגע יאהרן פלעגט ער זיך אזוי שטארק שאקלען ביים דאווענען אז די פיאות פלעגט ארויגיין אויפן הוט, און די לעצטערע יאהרן ווער עס האט נאר באטראכט ביים דאווענען ווי ער איז געשטאנען כאבן דומם און די צורה האט געפלאקערט פארן אייבערשטען, ווער קען אונז נאך ברענגען אזעלעכע תפילות וואס כלל ישרא' דארף יעצט אזוי וויכטיג?!

אוי מי יתן לנו תמרתו פון אזא באהאלטענע יוד.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
אמן
החוצם מתוך אבל וצער
הק' פרינדזשעס..
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

ווי/ווען גייט זיין די לויה?
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

קאראנא קאראנע האסט אזויפיל גוטע אידען אוועקגענומען פון אונז

הרה"צ ר' אהרן האסטו נאך אריינגעכאפט צו צונעמען פון אונז אוי ואבוי

שווער צו נעמען די ריכטיגע ווערטער אפצושאצן די ריכטיגע מהות צדקות ופרישות ענות חן שמחת החיים דביקות כל כולו

אזויפיל איז זיכער ר' אהרן וואלט מיט א אריכות ימים פארשיינט אמעריקא מיט נהורא וואס איז ווינציג פארהאן אין אונזער דור

הצדיק אבד לדורו אבד
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

אוי טאטע!!

ר' אהרן איז מער נישטא....

ווי נעמט מען נאך היינט אזעלכע אידן?

א עובד ה' במסירות נפש, מיט אזא פשטות, נחבא אל הכלים, מיט אזא התבטלות צו יעדן אפי' צו אינגע בחורים'לעך.

זיין עבודה ביים דאווענען... מ'האט געדארפט זיין א מבין, ער פלעגט שטיין מיט א קאלטקייט, אבער ווער עס האט געהאט גוטע אויגן האט געקענט באמערקן...

געווען דורכגעווייקט און ספרי חסידות ומוסר, און מיט אזא ליבליכקייט פלעגט ער מוסר'ן די בחורים, עס איז נישט געווען קיין צווייטע ברירה נאר אנצונעמען זיינע ווערטער.

מי יתן לנו תמורותו?
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

דא איז די פלאץ צו רעדן פון די שיינע ספר "אמונה בחרתי"
וואס איז צוזאמען געשטעלט מער ווייניגער פון די שיעורים און ישיבה און נאך,
עס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך די באקאנטע שריפט שטעלער ר' יואל ברי"י כ"ץ ווען ער האט געלערנט אין ישבה ביים רב זצ"ל,
איך געדענק ווען מעו האט עס געשריבן איז די רב ז"ל געשטאנען אויף יעדעס איינציג ווארט און צוגעלייגט און אראפ גענומען, קודם האט ער עס נישט געוואלט ארויסגעבן געבן אבער נאך שטארקע הפצרות האט ער מסכים געווען,
ווען מען קוקט אריין אינעם ספר קען מען עטוואס זעהן וואס די רב ז"ל איז געווען.

עס איז שווער צו שרייבן, נאך בל"נ אין די קומענדיגע טעג.
לעצט פארראכטן דורך פרינדזשעס.. אום דינסטאג יוני 16, 2020 2:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

פרטים לוי'
5:00 מאנסי וואשיינדליך פארנט פון בית מדרשו
7:00 און פארנט פון די ישיבה הק' מתיבתא קרית יואל.
אויפן ווג קיין ארה"ק
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ברוך דיין האמת


מער פון דעם קען מען יעצט נישט שרייבן, די אויגן פינקלען פון טרערן
כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומניחן בבית גנזיו וכו' (די גאנצע גמרא דארט (שבת קה:) קען מען זאגן אויף דעם צדיק נשגב.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אזא פארלוסט, וויי געוואלד.

אזוי גוט ארויסגעברענגט:

רבניש האט געשריבן:א הצנע לכת, א נחבא אל הכלים, א שטיק פייער פון אינווייניג, און אייז פראסטיק קאלט פון אינדרויסן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בד ה א פארלוסט ליידער
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

אין א פאטערליכע ליבלעכע שמועס מיט תלמידים.
אטעטשמענטס
IMG-20200616-WA0006.jpg
IMG-20200616-WA0006.jpg (134.88 KiB) געזען 3352 מאל
IMG-20200616-WA0005.jpg
IMG-20200616-WA0005.jpg (74.57 KiB) געזען 3389 מאל
לעצט פארראכטן דורך מחצה''ק אום דינסטאג יוני 16, 2020 2:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איי איי איי!!
בד"ה מורי ורבי, זיך גאר אסאך געלערנט פון אים אין ישיבה, א לעבעדיגע מוסר ספר געוועזן
איי די זיסע שיעורים וואס ער האט געגעבן, מטובל בדברי מוסר וחסידות, מתוק מדבש
מיר זענען אים אסאך שילדיג!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

תשרי תשפ"א וואלט ער געווארן 69 יאר
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אוי מה היה לנו!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ברוך דיין האמת!
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

בד"ה, ווער זענען די קינדער פונעם רב זצ"ל ??
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ליפשיטץ האט געשריבן:בד"ה, ווער זענען די קינדער פונעם רב זצ"ל ??

בניו בערך
הרה"צ ר' ישראל מענדיל שליט"א (חתן רבי מרדכי דוד כהנא מספינקא ירושלים)
הרה"צ ר' נפתלי שליט"א
הרה"צ ר' משה שליט"א
הרה"צ ר' יואל שליט"א (חתן הרה"צ רבי משה וואלף מייזליש מאוהעל מאנסי שליט"א)
הרה"צ ר' מרדכי שליט"א

איידעמער (בערך)
הרה"צ ר' שמחה בונם רוקח שליט"א (אין יאר פון טאטן דער קאזלאווער)
הרב ר'? (זיווג שני)
הרב שמעון דוב בראנדסדארפער שליט"א (בן רבי יהודה טרייטל שליט"א, בן הגאון הגדול בעל קנה בושם זצ"ל, וחתן הגאון רבי דוד שווימער שליט"א)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:בד"ה, ווער זענען די קינדער פונעם רב זצ"ל ??

בניו בערך
הרה"צ ר' ישראל מענדיל שליט"א (חתן רבי מרדכי דוד כהנא מספינקא ירושלים)
הרה"צ ר' נפתלי שליט"א (חתן רבי יהושע מרדכי וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצוהט)
הרה"צ ר' משה שליט"א (חתן .. אב"ד פאיע שליט"א)
הרה"צ ר' יואל שליט"א (חתן הרה"צ רבי משה וואלף מייזליש מאוהעל מאנסי שליט"א)
הרה"צ ר' מרדכי שליט"א

איידעמער (בערך)
הרה"צ ר' שמחה בונם רוקח שליט"א (אין יאר פון טאטן דער קאזלאווער)
הרב ר'? (זיווג שני)
הרב שמעון דוב בראנדסדארפער שליט"א (בן רבי יהודה טרייטל שליט"א, בן הגאון הגדול בעל קנה בושם זצ"ל, וחתן הגאון רבי דוד שווימער שליט"א)
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

איי! איי! א שטארקע פאלוסט!
יעדער האט געוואוסט מיט אים קען זיך יעדער אויסשמועסן נישט קיין חילוק אין וועלכע ענינים ער האט פארשטאנען צו יעדן בחורל פארגעלערנט טיפזינגע שיעורים אביסל איז שוין אפגעשריבן אין ספר אמונה בחרתי.

יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

עטליכע הונדערט אידן האבן באוויינט ,באגלייט און געטראגן אויפן אקסל אין וויליאמסבורג ביים טשאפל, הרב ר' הירצקא צוויבל האט גערעדט א פאר ווערטער.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אדמו״ר מדברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

פרינדזשעס.. האט געשריבן:דא איז די פלאץ צו רעדן פון די שיינע ספר "אמונה בחרתי"
וואס איז צוזאמען געשטעלט מער ווייניגער פון די שיעורים און ישיבה און נאך,
עס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך די באקאנטע שריפט שטעלער ר' יואל ברי"י כ"ץ ווען ער האט געלערנט אין ישבה ביים רב זצ"ל,
איך געדענק ווען מעו האט עס געשריבן איז די רב ז"ל געשטאנען אויף יעדעס איינציג ווארט און צוגעלייגט און אראפ גענומען, קודם האט ער עס נישט געוואלט ארויסגעבן געבן אבער נאך שטארקע הפצרות האט ער מסכים געווען,
ווען מען קוקט אריין אינעם ספר קען מען עטוואס זעהן וואס די רב ז"ל איז געווען.

עס איז שווער צו שרייבן, נאך בל"נ אין די קומענדיגע טעג.


א באלערנדע אינטערוויא מיט תלמידו הנאמן די שריפט שטעלער ר' יואל כ"ץ
לעצט פארראכטן דורך פרינדזשעס.. אום דינסטאג יוני 16, 2020 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”