ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד
א שטיק צייט צוריק האב איך זיך געמוטשעט מיט די אינטראסאנטע מציאות , זייער אסאך מענטשן צפיעל בחורים (דארט איז עס די מערסטע שכיח) פילן זיך אסאך באקוועמער צי דורך רעדען שוועריקייטן מיט א נאנטען חבר ווי מיט משפחה (ליין טאטע) און לאוו דווקא שווערעקייטן נאר אפילו סתם פילט מען זיך באקוועמער מיט א נאנטן חבר ווי מיט א טאטע נאר די מערסטע פילט מען עס ביי שווערעקייטן אין ציפיעל ביי שווערעקייטן וואס קומט פון די אייגענע טעותים דארטן וועט מען עס האלטען אפי פאר א סוד פון א טאטע אין ענדרשט רעדן צי א חבר (פארשטייט זיך ווען די טאטע ווערט געוואר ווערט ער בייליידיגט, היתכן!? אבער מיר וועלן נישט אריין גיין אין די חלק)

דאס ווייסט יעדע מענטש אז די מענטש וואס גייט גיין פאר אים אין פייער איז זיין טאטע (איך רעד נישט פון די אנגעווייטאגטע) אין יעדער ווייסט אז ווען סקומט א צייט וואס מען האט שוין נישט ווי צו גיין אדער סי צי א גרויסע פעקל קען מען אייביג גיין צום טאטען און מען ווייסט אז די מענטש וואס האט מיר די מערסטע ליב איז מיין טאטע און יעדער ווייסט אז א חבר איז נאר דא ביז א באשטומטע פרייז די נאטנטסטע חבר האט אויך אגרעניץ וויפול מען קען אים אויסניצן דאס איז די פאקט ביי 99.99% חברים (איך זאג נישט הונדערט וועגן דוד ויונתן) אבער ביי רובא דרובא איז עס אזוי, לדוגמא ח''ו ווען איינער פאלט אריין אין א קאמא איז אנפאנג קומען אלע חברים צו זיין בעט צי זיין מיט אים אפי ער איז נישט אויף ווייל די אהבה ארבעט נאך אבער ווי שפעטער עס ווערט אלס ווייניגער קומען חברים, ביי צען יאר איז שוין יעדע חבר לאנג אין א אנדערע באבעל אין קוים וואס ער געדענקט נאך אז ער האט עקזעסטירט (ווי נאנטער אלס לענגער נעמט עס , כמובן) די איינצוגסטע וואס בלייבט קומען איז משפחה און מיט די זעלבע געטריישאפט נישט קיין חילוק ווי לאנג , אין א מענטש ווייסט דאס , איז אויב אזוי וואס איז פשט אין די אויבנדערמאנטע זאכען אז מען גייט אפט ענדרשט צי א חבר ווי א טאטע???

איז איך וויל זאגען וואס איך האב געכאפט פאר א שטוק צייט צוריק. קען זיין אז סאיז דברים פשוטים אבער פאר מיר איז עס געווען א חידוש, איז אזוי סדא צוויי מינע וועגען אין ליב האבען א מענטש, צויי הגדרות אין ליבשאפט ,איינס איז א חבר איינס איז א טאטע

די וועג וויאזוי א טאטע האט ליב זיין קינד איז א אינו תליה בדבר (נישט לגמרי נאר רעלעטיו) טייטש: ער האט ליב ''זיין'' קינד נישט קיין חילוק צי ער איז די מינע מענטש וואס ער גלייכט. צי בעצם אזוי סארט מענטש האט ער פיינט עכ''ז ווילאנג ער איז ''מיין'' קינד האב איך אים ליב, אין פאר דעים האט א טאטע ליב זיין קינד פין די רגע וואס ער איז געבוירן אפילו די קינד איז נאך א געהעריגע אינוועליד אין ליגט כאבן דומם האט אים זיין טאטע ליב אינגאנצן אזוי ווי ער האט ליב זיין ערוואקסענע קינדער אין אפילו מער. פשוט ווייל ער איז ''מיין'' קינד יעצט לאמיר זאגען די קינד וואקסט אויף אין ער פילט נישט אן זיין טאטעס חלומות ער איז ממש פארקערט פין וואס זיין טאטע וויל ער זאל זיין נעמט עס נאך אלס נישט אוועק פין די אהבה כמלא נימה ,''אבער'' דעיס וואס ער האט ליב איז ''זיין קינד'' וואס איז פארצאפאל א מענטעלעטי וואס ער האט נישט ליב דהיינו די מענטעלעטי פין זיין קינד האט ער נישט ליב נאר זיין חלק הקינד שבו , מיט מער קלארע ווערטער ער האט ליב זיין קינד כאילו ער איז יעצט געבוירן 'די' אהבה האט ער אבער די אלע זאכען וואס זיין קינד האט דעוועלאפט נאכדעם דהיינו די זייטיגע זאכען זיין ביהעווער זיינע כשרונות אין השקפה דאס האט ער דירעקט נישט ליב ער האט נאר ליב די עצם נישט די ליבושים ארום.

יעצט א חבר איז פונקט פארקערט די עצם מענטש הייבט ער נישט אן ליב צי האבען, ''בעצם'' האבען זיי נישט קיין שייכות, די זאך ווי חברים קומען זיך צוזאם איז דווקה ביי די זאכען וואס דאס קינד האט דיוועלאפט דהיינו ער האט ליב זיין ביהעווער ער האט ליב זיין השקפה וכו ווייל נאר דארט איז די פלאץ ווי חבירים קומען זיך צוזאם , מילא לו יצייר די מענטש גייט אויפאיינמאל טוישן זיין גאנצע מענטעלעטי און ביהעווער גייען אים אלע זיינע חברים אפ לאזען ווייל די איינצוגעסטע פלאץ ווי זיי זענען מחובר איז די מלבישום נישט די עצם
לשבר את האוזן מער מסביר צו זיין די חוליק וואלט איך געזאגט אזא משל, סדא צויי מענטשן איינער גייט משוגע פאר די מעטריעל גאלד דאס איז זיין תאווה און זיין חלום און איינער האט ליב אויסגעשניצטע הערשן דאס איז זיין תאווה אין האבי . יעצט ווען איך גיי אראפשטעלן א אויסגעשניצטע הערש פין גאלד פאר די צויי מענטשן יעצט די ערשטער גייט זיין אויג כאפן די גאלד ער גייט אפילו נישט צולייגן קאפ צי די צורה פין די הערש אין סקען אפילו זיין ער האט דירעקט נישט ליב אזאלכע צורות גייט ער נאך אלץ ליב האבען די גאלד . די צווייטער משאכ גייט זיין קאנצעטרירט אין די שיינע צורה וואס ער זעהט. דאס איז וואס 'ער' זעהט דא אים גייט נישט אן די גאלד ער איז פאר די הערש יעצט אויב גיי איך צישמעלצן די צורת הצבי גייט די צווייטער פארלירן זיין גאנצע אינטערעס דערין משאכ די ערשטער גיט עס נישט אויס מאכען קיין טראפ ער גייט עס ליבן פונקט ווי פריער . והנמשל מובן מאיליו.

יעצט לאמיר נעמען די משל א טריט ווייטער לאמיר זאגען אז די גאלד האט שכל און די גאלד האט זיך אליינס אויסגעשניצט צי א צורה פין א הערש(ס'נאר א משל...) יעצט וואס די גאלד פילט איז אז ער איז א הערש ווייל דאס האט 'ער' געטוען אין דאס איז זיין צורה אין אינדעפעקאציע אבער דאס אז ער איז גאלד צי דעים האט ער דאך גארנישט געטוען דעיס האט גארנישט מיט ''עים'' .

יעצט די זעלביגע ביי א מענטש די סיבה וואס ער לויפט צי חבירים איז ווייל זיי האבען ליב זיין אישיות זיין געשטעל וואס 'ער' האט געבויט אין וואס ער פילט אז ער איז, אפילו עכט איז זיין עצם נישט זיין געשטעל און צורה ווייל דאס קען זיך טוישען אבער וויבאלד דאס האט די מענשט אליינס געבויט אין מיט דעים אינדעפעצירט ער זיך אלס 'איך' מילא זיין חבר וואס האט 'דאס' ליב אים פילט ער אלס באמת נאנט משא''כ זיין טאטע וואס זיין אהבה איז דירעקט נישט אויף די פוינט נאר אויף זיין עצם 'זיין' וואס אויף דעים האט ער דאך גארנישט געטוען פילט ער זיך נישט אזוי באקוועם מיטן זיין 'זיך' מילא ביי יעדע פלאנטער וואס האט מיט זיין געשטעל און זיין 'זיך' לויפט ער צום חבר וואס זיין אהבה שטעקט טאקע דארט און נישט צום טאטען.

יעצט קומט אויס אז סאיז דא צוויי מינע אהבות איינס איז ווי א טאטע וואס האט ליב די עצם און פאר דעים איז עס טאקע אימבאגרעניצט און בלי שינו אבער די אהבה איז נישט געבינדען צי די אישיות אין די צווייטע איז פונקט פארקערט סאיז אויף די אישיות אין מען פילט מער די אהבה אויף די ''איך'' אבער לכבוד דעים איז עס בעגרעניצט אין ס'אלץ עומד לשינו.

ווען מען פארשטייט שוין דעיס קען מען גיין ווייטער ,סאיז דא א דריטע אהבה וואס איז כולל ביידע אין דאס איז אהבת איש לאישתו די אהבה האט ביידע חלקים אין זיך ווייל די וועג ווי א מאן און א פרוי מאכען אפ חתונה צו האבען איז ווייל זיי האבען ליב די לבושים און געשטעל איינער פון אנדרען דארט איז די פלאץ ווי זיי קומען זיך צוזאם אבער די רגע וואס זיי האבען חתונה ווערט געבוירן א נייע אהבה סווערט געבוירן א אהבה פשוט אלץ דעים אז די ביסט מיין מאן\פרוי וואס דעיס איז א אהבת העצם און פארדעים קען מען זעהן אז ווען איינער האט חתונה אין רח''ל ער ווערט קראנק א טאג נאך זיין חתונה וועט זיין ווייב שטיין צו זיין זייט מיט א אימבאגרעניצטע אהבה אין געטריישאפט פונקט אזויווי א טאטע ווייל די רגע זיי האבען חתונה ווערט עס א אהבת העצם קומט אויס אז די פלאץ ווי די אהבה איז געבוירן איז די זעלבע ווי א חבר אבער פין דעים ווערט געבוירן א פרישע אהבה מיט די שטארקייט פין א טאטע קומט אויס אז די אידיאלסטשע אהבה איז איש ואישתו וויל סאיז כולל ביידע די אהבה איז אויף די 'זיך' און די אהבה מאכט א אהבה אויף די עצם 'זיין'.

נאר סהאט איין חסרון ביחס צי די אהבה פין א טאטע אין דאס איז אז אפילו יעצט איז די אהבה של איש לאישתו א אהבת עצם אין אימבאגרענציט אבער וויבאלד למעשה האט זיך עס אנגעהויבן דורך א אהבה אויף די צורה נישט אויף די עצם מילא וועגן דעים איז אלץ דא א וועג ארויס, סאיז נאכאלץ נישט ווי א חבר וועגן א חבר האט קיינמאל נישט ליב די עצם בעצם משא''כ דא איז יא דא א אהבה של עצם אבער די אהבה של עצם קען מען צי ברעכן, אין די הסבר איז ווייל א טאטע האט ליב ''זיין'' קינד אין דאס בלייבט מקען דאס נישט טוישן אבער די אהבת עצם בין איש לאישתו איז ער האט ליב ''זיין'' ווייב\מאן אפילו ער האט ליב מיט די זעלבע אהבה פין א טאטע אבער די עצם וואס ער האט ליב איז 'זיין' ווייב און ווי באלד ער\זי איז געווארן זיין\איר מאן\ווייב נאר מחמת די צורה אין ביהעווער מילא קען מען טוישן די עצם 'עצם' אפילו אויב ער האט ליב די עצם זיין ווייב נישט קיין חילוק די צורה אבער די רגע וואס די עצם טוישט זיך אין סקען זיך טוישן ווייל סאיז געבויט אויף די צורה וכו , דעמאלס פארלירט ער\זי די גאנצע אהבה ווייל די עצם האט זיך געטוישט ועיין.

יעצט איך וואלט אראפ געלייגט אז אהבת איש לאישתו איז נאך עני טיים אזוי גוט ווי אהבת חבר ווייל זייער אהבת עצם איז געבויט אויף די אהבת חבר מילא האבען זיי ליב די אנדערען'ס 'זיך' אין ס'נאך בעסער וויבאלד סקומט ארויס א אהבת עצם וואס איז אימבאגרעניצט אבער קעגן אהבת אביו האט עס חסרון אז די עצם וואס מען האט ליב קען זיך טוישן משא''כ ביי א טאטע.

אין אויב מען מעג זאגען, זאג איך, אז די אהבה ציווישן די יודן אין הד איז טאקע צזאמגעשטעלט ציווישן די צוויי אהבות ווייל ווען די יודן זענען וואיל און ערליך איז עס א אהבה בין איש לאישתו 'עיין שיר השירים' וואס איז א אהבה אויף די היתנהגות און צורה און אבער אויך אימבאגרעניצט אין אהבת עצם אבער ווען ח''ו מאיז נישט אין די מדריגה דעמאלס דארף מען צוקמען צי די טובה של אבינו שבשמים ווייל 'די' אהבה איז זיך קיינמאל נישט משנה אין איז עומד לעולם בלי שינו אין דאס איז די גרעסטע טובה פין הקב''ה צי זיין ליב פאלק אז ער האט אינז ליב א אהבה וואס איז כולל אלע מעלות אין אהבה ווען מען איז ראי איז עס אהבה אויף די צורה אין לבוש און און די זעלבע צייט אימבעגרענח'יצט אי'ון ווען ח''ו די צורה איז נישט גוט איז עס אהבה של אב לבן וואס איז שטענדיג בלי שינו.

'דיסקלעימער'. אוודאי קען א טאטע ליב האבען א אהבה של חבר אין אויך איז שייך אז בין איש לאישתו זאל נאר זיין א אהבת חבר! איך האב נאר געשריבן די נקודה פין די אהבה בין אב לבן אין וויאזוי סקומט צי זיין בין איש לאישתו 'ודוק'

יהו לרצון אמרי פי ויהגון ליבי לפניך הד צורי וגאלי

סארי פאר די ספעלינג מיסטעקס

הארות והערות אקבל ברצון ובהכרת הטוב
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

א שיינע טעאריע, שיין אראפגעלייגט.
מען דארף נאר וויסען אז ברידער וועלען זיך בדר"כ ליב האבען אויך אויב זיי האבען אנדערע מענטאליטעטען און השקפות, וואס דאס הייסט א אהבת העצם, און אעפ"כ וועלען אסאך מענטשען זיך שפירען באקוועמער זיך אויסצורעדען און איבעררעדען זאכען מיט א ברודער ווי מיט די טאטע, וואס דאס ווייזט לכאו' אז עס איז דא א אנדערע סיבה פארוואס מען שפירט זיך נישט אזוי באקוועם מיט די טאטע, אפשר ווייל די טאטע פאדערט זאכען פון די קינד, און דערפאר שפירט ער אביסל א דערווייטערונג, צו פשוט ווייל מען איז נענטער אין עלטער צו די ברידער און חבירים, און דערפאר שפירט מען אז זיי פארשטייען אונז בעסער פון די עלטערען וואס זענען פון א פריערדיגע דור.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ונתבאר בכל זה, כי אהבת הש"י את ישראל היא אהבה יחסית כמלך את עבדיו, וכאב לבנים, וכבעל לאשה, ולהורות שאהבה זו ענין שכלי וקיים בלתי משתנה אמר הכתוב (ירמי' שם, ב) ואהבת עולם אהבתיך". (ספר העקרים, מאמר שלישי, פרק לז עיי"ש דברים נפלאים).
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

גוטע געדאנק! זייער שיין ארויסגעברענגט, א גרויסער יישר כח פארן נעמען די מיה און עס אראפברענגן אין אותיות.

שיינע חידוש, דאס צאמשטעלן די אהבת עצם און אהבת חבר ביי בין איש לאשתו... נפלא מאוד, איך ווער נתפעל פון דיין כח השכל.
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך מאי 20, 2020 2:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

להודיע האט געשריבן:ונתבאר בכל זה, כי אהבת הש"י את ישראל היא אהבה יחסית כמלך את עבדיו, וכאב לבנים, וכבעל לאשה, ולהורות שאהבה זו ענין שכלי וקיים בלתי משתנה אמר הכתוב (ירמי' שם, ב) ואהבת עולם אהבתיך". (ספר העקרים, מאמר שלישי, פרק לז עיי"ש דברים נפלאים).

ער לייגט שוין צו א דריטע אהבה, כמלך את עבדיו. מ'וואלט געדארפט אפלערנען די נקודה וואס ס'מיינט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דייקן האט געשריבן:א שיינע טעאריע, שיין אראפגעלייגט.
מען דארף נאר וויסען אז ברידער וועלען זיך בדר"כ ליב האבען אויך אויב זיי האבען אנדערע מענטאליטעטען און השקפות, וואס דאס הייסט א אהבת העצם, און אעפ"כ וועלען אסאך מענטשען זיך שפירען באקוועמער זיך אויסצורעדען און איבעררעדען זאכען מיט א ברודער ווי מיט די טאטע, וואס דאס ווייזט לכאו' אז עס איז דא א אנדערע סיבה פארוואס מען שפירט זיך נישט אזוי באקוועם מיט די טאטע,-אפשר ווייל די טאטע פאדערט זאכען פון די קינד, און דערפאר שפירט ער אביסל א דערווייטערונג, צו פשוט ווייל מען איז נענטער אין עלטער צו די ברידער און חבירים, און דערפאר שפירט מען אז זיי פארשטייען אונז בעסער פון די עלטערען וואס זענען פון א פריערדיגע דור.

נארמאל ביי ברודער איז דא מער אהבת חבר ווי ביי א טאטע טאקע ווייל זיי פארשטייען זיך און מהאי טעמא כדאמרת
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

;l;p- ;l;p- הערליך הערליך
ושפתיים יישק

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

אהבה רבה אהבתנו ה' אלקינו.
אהבתי אתכם אמר ה' - בנים אם לה' אלקיכם.
זו חזו בני חביבי!
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

זייער שיינע געדאנקען, איך מיין אז די סיבה פארוואס מענטשן האבן מורא צו רעדן צו א טאטן איז נישט בעצם וויאזוי א טאטע וואלט געדארפט זיין, נאר צוליב דעם ווייל די טאטע איז דאך מחנך דעם קינד כסדר און איז אים מעניש ווען ער טוט עפעס נישט כהוגן, און ער האט עקפעקטעשאנס פון דעם קינד וויאזוי ער זאל זיין, און זייער אסאך מאל קומט אריין זיינע אייגענע נגיעות און ער ווערט אין כעס וכדומה, ממילא פילט דער קינד ווען ער האט עפעס וואס ער מיטשעט זיך, וואס וועט נישט דערפילן זיין טאטנס חלום איבער אים, אז זיין טאטע גייט אים דזשאזשן, ממילא גייט ער צו א חבר.
און אה''נ אז מען האט א געזינטע טאטע וואס קען ארויסווייזן אנקאנדישענעל ליבשאפט צו זיינע קינדער נישט קיין חילוק וואס, וועלן די קינדער זיך יא שפירן אפען צו רעדן סיי וואס.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

א פיינע מענטש האט געשריבן:זייער שיינע געדאנקען, איך מיין אז די סיבה פארוואס מענטשן האבן מורא צו רעדן צו א טאטן איז נישט בעצם וויאזוי א טאטע וואלט געדארפט זיין, נאר צוליב דעם ווייל די טאטע איז דאך מחנך דעם קינד כסדר און איז אים מעניש ווען ער טוט עפעס נישט כהוגן, און ער האט עקפעקטעשאנס פון דעם קינד וויאזוי ער זאל זיין, און זייער אסאך מאל קומט אריין זיינע אייגענע נגיעות און ער ווערט אין כעס וכדומה, ממילא פילט דער קינד ווען ער האט עפעס וואס ער מיטשעט זיך, וואס וועט נישט דערפילן זיין טאטנס חלום איבער אים, אז זיין טאטע גייט אים דזשאזשן, ממילא גייט ער צו א חבר.
און אה''נ אז מען האט א געזינטע טאטע וואס קען ארויסווייזן אנקאנדישענעל ליבשאפט צו זיינע קינדער נישט קיין חילוק וואס, וועלן די קינדער זיך יא שפירן אפען צו רעדן סיי וואס.

סקען זיין! אבער נאך אלץ איז דא די חלק פון אהבת חבר וואס איז נישט דא ביי א טאטע
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הערליך!

(די חלק אז מהאט מורא צו רעדן צו א טאטע, ווער האט מורא? איך נישט. אויב דיין טאטע וועט זיין מיט דיר ווי א חבר וועסטו שוין גארנישט מורא האבן. א טאטע וואס פירט זיך נישט ווי א חבר צו זיין קינד מיין איך ער זאל גיין צו חינוך קלעסעס)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איינס האט געשריבן:הערליך!

(די חלק אז מהאט מורא צו רעדן צו א טאטע, ווער האט מורא? איך נישט. אויב דיין טאטע וועט זיין מיט דיר ווי א חבר וועסטו שוין גארנישט מורא האבן. א טאטע וואס פירט זיך נישט ווי א חבר צו זיין קינד מיין איך ער זאל גיין צו חינוך קלעסעס)

איך האב מער געמיינט די פוינט פון די מינע אהבות
א דאנק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איינס האט געשריבן:הערליך!

(די חלק אז מהאט מורא צו רעדן צו א טאטע, ווער האט מורא? איך נישט. אויב דיין טאטע וועט זיין מיט דיר ווי א חבר וועסטו שוין גארנישט מורא האבן. א טאטע וואס פירט זיך נישט ווי א חבר צו זיין קינד מיין איך ער זאל גיין צו חינוך קלעסעס)

איך וויל נישט פארפארן אבער ווי שטייט אז א טאטע דארף זיין ווי חבר , איך מיין פארקערט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א גאלדענע ארטיקל! כ'דענק נישט זעהן אזוי גוט אראפגעמאלן דעם נושא, בעיקר אהבת השי"ת לישראל איז צום פינטל אמת לאמתו (אגב עיין כאן וואס כ'האב נעכטן געשריבן פון תורת אמת).

בנוגע אהבה בין איש לאשתו, פאדערט זיך א גאר לאנגע דיסקאסיע צי דורכטוהן וואס האסט געשריבן (דיין דיסקלעימער איז פיין), א אמת'ע אהבה בין איש לאשתו קען און דארף זיין מער ווי אהבת אב לבנו, א גוטע רילעישן איז כאהבת עצמו (אשתו כגופו), [נאר אין דעם פאדערט זיך אויך קלארשטעלונג אז אהבת אב לבנו קען זיין שטערקער ווי אהבת אדם לעצמו, ווייל א טאטע קען צימאל ליעב האבן זיין קינד מער ווי דאס קינד האט זיך אליינס ליעב, ועוח"ל]

@איינס א געזינטע קינד איז נישט באקוועם צי רעדן מיט זיין טאטע.

@ניין און יא, אז דו שרייבסט אזוי אינעם אייוועלט פארמעסט בקומסטו מיין שטימע איבער מיין אייגענע ארטיקל!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ווי אזוי האט אונז הקב"ה ליב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זיער שיין געשריבן
;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”