קויפן א used קאר

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חנוך האט געשריבן:א 2006 Ford econoline
נאר 50,000 מייל
12 פאסענזשיר
$5500

פאר א אלטע קאר איז כדאי צו קוקן בעיקר אויף קאר ברענדס וואס האבן א גוטע דויערהאפטיגקייט רעקארד, צבש"פToyota, Subaru, Volvo, Honda ועוד. (נאר לשבר את האוזן, נישט ממש נאר דעיע).

אבער למשל פארד און קרייסלער זענען דירעקט נישט קיין ברענדס וואס האלטן לאנג.

ס'איז דא פונקטליכע סטאדיס אויף די reliability פון יעדן קאר אין יעדע יאר וואס ס'איז געמאכט געווארן, געמאכט דורך consumer reports, אבער ס'קאסט געלט זיך איינצושרייבן ביי זיי, אבער אפשר לוינט זיך צו צאלן פאר זיי עס צו קענען באקומען.

ס'מיינט נישט אז מיט יענע קען מען נישט אויך אריינפאלן, אבער מיט א גוטע ברענד זענען דיינע טשענסעס עכ"פ בעסער אז ס'זאל האלטן בעסער און לענגער.
---
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

איך זאג אז איך האב דאס צו פארקויפן, ווער עס איז אינטערעסירט זאל קומען אין אישי.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ס'הערשט דא א שטיקל דור הפלגה. איך רעד פון ליגענערס וואס רעדן איין דעם ליסער אז ער גייט צאלן ווייניגער און יענער שטעלט אויס זיין בודזשעט לויט דעם. נאכדעם שטופט ער אים שוין צו בלייבן. אין בעסטן פאל איז ער עובר אויף יעצנו רע

נעגלוואסער האט געשריבן:אקעי....

ווען מיינע גוים האבן פארלאנגט א רעיז בין איך אויך ארויף מיט די פרייז אבער איך האב יעדן פון מיינע אלטע קאסטומערס געזאגט אז די פרייז איז ארויף און זיי נישט סורפרייזד מיט א העכערע ביל און א הסבר. יעדער איז דא צו מאכן געלט און א סופלייער אדער סערוויס פראוויידער וואס זאגט אז נישט שטיי איך ווייט פון

די פראבלעם איז ווען זיי זאגן מיר נישט וויפיל ס'גייט באמת קאסטן און איך מאך א באשלוס בעיסד אויף זייער ליגענט

ער מוז נישט און זאל נישט דערלייגן קיין געלט אבער ער זאל קיינעם נישט איינרעדן קיין נאמבערס ווייניגער ווי די אמת

נישט אלע דיעלערס זענען אזוי אבער געוויסע זענען יא

נעגלוואסער האט געשריבן:די חילוק איז סערוויס...

100%

ווען איינער וויל נעמען א ליעס און מיינט אז ער גייט טרעפן עפעס א מציאה ערגעץ ווייסעכוואו ערווארט אים א גרויסע סורפרייז. רוב פעני פינטשערס (ח***ם אין לשה"ק) צאלן ארויף צום סוף איבעראל אין לעבן. איך טוה נישט קיין ביזנעס מיט קיין פעני פינטשערס און זאג זיי זייער קלאר. איך קען מיט דיר נישט ארבעטן

בשבילי נברא האט געשריבן:פאר א אלטע קאר איז כדאי צו קוקן בעיקר אויף קאר ברענדס וואס האבן א גוטע דויערהאפטיגקייט רעקארד, צבש"פToyota, Subaru, Volvo, Honda ועוד. (נאר לשבר את האוזן, נישט ממש נאר דעיע).

אבער למשל פארד און קרייסלער זענען דירעקט נישט קיין ברענדס וואס האלטן לאנג.

גראדע זענען די פארד ווענס זייער דויעהאפטיג. אפילו די אלטע

די קאמפאני איז נישט אייביג קיין כלל. מיין מעקעניק האט מיר אויסגערעכנט א ליסט פון קארס וואס האבן גאר אסאך פראבלעמען. צווישן זיי געוויסע האנדע קארס (נישט די מיניווען אויב געדענק איך גוט)

געוויסע קארס זענען גאנץ גוט אבער די פארטס זענען אזוי טייער אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו

ווען ממש קיינער האט נישט א געוויסע קאר מיינט נישט אז קיינער כאפט נישט וואסערע מציאות מ'קען אלץ טרעפן נאר ענדערש אז דער עולם ווייסט וואסערע קארס זענען גוט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אפאר יאר צוריק האבעך געזוכט צו קויפן א קאר פאר מיין ארבעטער און געקוקט אויף שעווי עסטראוס האט מיר איינער געזאגט א שטארקע פוינט

די עסטראו האט מען שוין אויפגעהערט צו מאכן פארא שיינע פאר יאר. ווער ס'האט עס וועט עס בשום אופן נישט אויפגעבן. אויב איינער פארקויפט עס יא דארפסטו וויסן פארוואס און טאקע יעדע עסטראו וואס איז געווען פאר סעיל איז נישט ווערט געווען די ריפעירס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אסאך חברים האבן מיך געפרעגט אין אישי שאלות און אדרבה אז איך קען העלפ יודן שפארן געלט און זיין אין בודזשעט יהיה זה אחד מחלקי מכל עומלי! איינע די שמיעסן פוהל איך איז כדי דא צו מיטן עולם זאלן מאל יודן הנאה האבן און קענען שפארן געלט. הרי שלכם לפניכם!
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:צוויי שאלות ביטע.

ביז וויפיל מיין לוינט זיך א סיענע און סזאל נאך קענען ציען עטליכע יאר?
אנגעהויבן פון וועלכע יאר זאל די קאר זיין?

דו און דיינע חברים נאך די עטליכע יאר עס האבן גענוצט און ארויפגעלייגט נאך אסאך מיילעדש קענען ענק נאך פארקויפן די קאר פאר א נארמאלע פראפיט? אדער בלויז פאר קליין געלט?

א סיענע האלט געווענליך ביז 200 טויזענט מייל אן קיין מעהנטענענס. נאכדעם איז שוין פשוט מזל מיין מעקעניק R and D האט שוין געזעהן אזאלכע וואס זאלן האלטן אפי׳ ביז 300 טויזענט מייל אויכעט אן קיין מעהנטענעס.

יעצט ס׳דא אסאך זאכן וואס מען דארף וויסן. קודם כל די מער מייל מען קויפט עס מיט, קאסט עס ביליגער. יעצט ווענט זיך וויפעל מייל מען דארף א יאר.

נאך א זאך די מייל וואס מען קויפט עס מיט זיכט מען ס׳זאל זיין highway miles.

אויכעט פארשטייציך אז די יונגער די קאר איז די בעסער און לענגער זענען די שאנסן ס׳זאל זיך האלטן. געווענליך ווען מען קויפט א 6-7 יאר אלטיגע קען זיך עס גרינגערהייט האלטן פאר ארום 6 יאר אן קיין מענטעהנעטס. איך האלט שוין נאך דאס נאך גיין פאר 6-7 יאר מיט חברים וואס האלטן שוין דארט ב״ה און ס׳לעבט נאך פיין.

חוץ מזה איז דא פשוטע מעהנטענענס וואס א יעדע קאר דארף האבן. ס׳האט נישט צו טוהן א used אדער די שמייליגע ליעס. א יעדע 5 טויזענט מייל דארף מען מאכן א אויל טשענדזש בעסער אז מען מאכט עס א יעדע 4 טויזענט מייל. און בעסער אז מען ניצט די גוטע אויל וואס קאסט ארום 60 דאלער. די חברה מיט די ליעס וואס פייפען דאס אן, מאכן פשוט שאדן פאר די קאר. נאך א זאך איז ברעיקס דארף מען א יעדע פאר יאר נייע. האט ווייטער נישט צו טוהן צו used צו ליעס.

צו פארקויפן קען מען. ווענט זיך וואס מען קויפט און וואס מען פארקויפט. די used איז א מארקעט און ס׳ווענט זיך וויפעל מייל און ווי אלט און אין דעם ווענט זיך די פרייז ס׳האט נישט צו טוהן מיט גארנישט אנדערש. סא אז די קויפסט יעצט לאמיר זאגן א 2018 מיט 50 אלפים מייל פאר 18 טויזענט דאלער (דאס איז בערך די פרייז) און די פארקויפסט עס אין 2025 מיט 80 אלפים מייל, קענסטו מסתמה דעמאלטס באקומען 12 אלפים. בקיצור ס׳איז א מארקעט.

א ריזיגן דאנק

סא די וועג ווי אזוי דו און דיינע חברים קויפן איז א סיעענע פון בערך א צוויי דריי יאר פריער פאר גראב געלט נישט פאר 10 12? איך האב געטראכט צו גיין און די רענדש וואס קען איך באקימען דערפאר?

ניין איך און מיינע חברים קויף מיר א 6-7 יאר אלטיגע פאר ארום 10-12 אלפים. כ׳האב דיר נאר געגעבן א משל אויף די שאלה וועגן עס קענען פארקויפן
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

וואס זאגן די מיבינים?
א 2013 האנדא אדעסי געדרייווד פאר בערך צוויי יאר דורך א זעכציג יעריגע איד מיט 80 טויזענט מייל פאר 10 טויזענט דאלער.
לוינט זיך צו גיין ווייטער?
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

להערה בעלמא 'צו גיין ווייטער?' קען מיינען ביידע זייטן

וויאזוי האלט איר אייער אוינינג אפען אדער פארמאכט?

משוקדים
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פרישע קוגל האט געשריבן:וואס זאגן די מיבינים?
א 2013 האנדא אדעסי געדרייווד פאר בערך צוויי יאר דורך א זעכציג יעריגע איד מיט 80 טויזענט מייל פאר 10 טויזענט דאלער.
לוינט זיך צו גיין ווייטער?

און איידער די צוויי יאר?

די קאר איז דאך 7 יאר אלט.

פאר דעם איד איז נאר געווען איין אונער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:R and D האט שוין געזעהן אזאלכע וואס זאלן האלטן אפי׳ ביז 300 טויזענט מייל אויכעט אן קיין מעהנטענעס.

מיינסט צו זאגן טייערע ריפעירס
די שליסל צו האלטן א קאר לאנג איז גוטע מעינטענענס
און ס'איז ממש נישט מעגליך נישט צו דארפן א ריפעיר דא דארטן

גאלדענע פעדער האט געשריבן:א יעדע 5 טויזענט מייל דארף מען מאכן א אויל טשענדזש

אלטע קארס ספעציעל אמעריקאנע דארפן מער אפט. געוויסע ביי 3,000
אנדערע קענען גיין ביז איבער 10,000
ליין די בוק וואס קומט מיט די קאר

farshlufen האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:וואס זאגן די מיבינים?
א 2013 האנדא אדעסי געדרייווד פאר בערך צוויי יאר דורך א זעכציג יעריגע איד מיט 80 טויזענט מייל פאר 10 טויזענט דאלער.
לוינט זיך צו גיין ווייטער?

און איידער די צוויי יאר?

די קאר איז דאך 7 יאר אלט.

פאר דעם איד איז נאר געווען איין אונער?

א חבר מיינער וואס האט געטוהן נאר לאנג דיסטענס קאר סערוויס האט ארויפגעלייגט בערך 1000 מייל א וואך

איך וואלט געקויפט אזא קאר ווייל אלעס איז הייוועי מייל און ער איז א רואיגע דרייווער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

געזוכט צו קויפן א ווען מיט ספעיס צו מאכן דעליוועריס פאר מיין סטאר איינער מיט אינפא אויף וואס צו קוקן?אווי צו קויפן? קויפן א נייע? א transit connect? דארף פיטן גרויסע חפיצים?
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אפענקייט האט געשריבן:געזוכט צו קויפן א ווען מיט ספעיס צו מאכן דעליוועריס פאר מיין סטאר איינער מיט אינפא אויף וואס צו קוקן?אווי צו קויפן? קויפן א נייע? א transit connect? דארף פיטן גרויסע חפיצים?

וואסערע חפצים?
וועלכע יאר טרענסיט קאנעקט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

ווי איז דא גוטע דיעלס און געגענט פון קרית יואל?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

אפענקייט האט געשריבן:געזוכט צו קויפן א ווען מיט ספעיס צו מאכן דעליוועריס פאר מיין סטאר איינער מיט אינפא אויף וואס צו קוקן?אווי צו קויפן? קויפן א נייע? א transit connect? דארף פיטן גרויסע חפיצים?

קוק די ערשטע תשובה אויפן בלאט און פארבינד זיך מיט חנוך
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך זיך א גיטע ביליגע טראסבארע מעקעניק אין געגענט פון קרית יואל
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

Toyota Sienna 2010 123 Thousand miles is a good deal?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

מארגן האט געשריבן:Toyota Sienna 2010 123 Thousand miles is a good deal?

For $4,500

נא ווי זענען די מבינים קומט אריין
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מארגן האט געשריבן:Toyota Sienna 2010 123 Thousand miles is a good deal?

ליינט אדורך מיינע תגובות אין די לעצטע פאר בלעטער דא.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

שכח
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

מארגן האט געשריבן:ווי איז דא גוטע דיעלס און געגענט פון קרית יואל?

?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
צײטען
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:09 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צײטען »

איך זיך צי קױפען א מיני ווען בּיטע לאזט מיך וויסען אױבּ די װײסט אײנער װאס װיל פארקופען
lnd
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 1:59 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lnd »

Re: קויפן א used קאר
תגובהדורך צײטען » מאנטאג יוני 08, 2020 11:50 am

איך זיך צי קױפען א מיני ווען בּיטע לאזט מיך וויסען אױבּ די װײסט אײנער װאס װיל פארקופען

contact me in interesting Thanks
פיגערא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 7:14 pm

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיגערא »

מוכר ספרים האט געשריבן:איינער מיט עקספיריענס לגבי דעם וועבזייטל https://www.drdauto.com/?

איינער מיט עקספיריענס מיט קויפן א used car ביי Plaza Auto Mall?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כהאב גארנישט געליינט ביז אהער אבער רבותי שטייטס אוועק דערפון ווי פון פייער, א ביליגע אייגענע קאר צו אויפהאלטן קאסט אסאך מער ווי א טייערערע ליעס.

(גוטע) מעקעניקס עסן אויף טייערע צייט און אסאך געלט, און בכלל איז א קאר א דיספאוזעבל שטיק בלעך וואס האלט נישט מער ווי פינעף יאר (כרעד פון א גוטע קאנדישאן).

א קאר איז א גאר טייערע שפיעלצייג וואס די ווערד דערפון טראסקעט גאר שנעל און מטרעפט זיך מיט א ווערטלאזע שטיק אייזן .

א 7 טויזנט דאלערדיגע קאר קאסט תיכף ביים קויפן (אין די צוויי חדשים פעריאד) מינימום צען טויזנט אין טאטאל, נאכן צאלן טעקס רעדזשיסטרעישן און מעקעניק קאסטן, און דאס איז שוין חוץ'ן לויפן יעדע שני וחמישי צום מעקעניק פאר מינדערוויכטיגע זאכן ווי א באלב וכדומה (וואס חוצן פרעסן צוואנציגעס רעגלמעסיג פרעסט עס אויכעט טייערע צייט)

מצד שני קאסט א ביליגע ליעס 8 9 טויזנט פאר 3 יאר און דו ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: קויפן א used קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שיעלע בהמה האט געשריבן:כהאב גארנישט געליינט ביז אהער אבער רבותי שטייטס אוועק דערפון ווי פון פייער, א ביליגע אייגענע קאר צו אויפהאלטן קאסט אסאך מער ווי א טייערערע ליעס.

(גוטע) מעקעניקס עסן אויף טייערע צייט און אסאך געלט, און בכלל איז א קאר א דיספאוזעבל שטיק בלעך וואס האלט נישט מער ווי פינעף יאר (כרעד פון א גוטע קאנדישאן).

א קאר איז א גאר טייערע שפיעלצייג וואס די ווערד דערפון טראסקעט גאר שנעל און מטרעפט זיך מיט א ווערטלאזע שטיק אייזן .

א 7 טויזנט דאלערדיגע קאר קאסט תיכף ביים קויפן (אין די צוויי חדשים פעריאד) מינימום צען טויזנט אין טאטאל, נאכן צאלן טעקס רעדזשיסטרעישן און מעקעניק קאסטן, און דאס איז שוין חוץ'ן לויפן יעדע שני וחמישי צום מעקעניק פאר מינדערוויכטיגע זאכן ווי א באלב וכדומה (וואס חוצן פרעסן צוואנציגעס רעגלמעסיג פרעסט עס אויכעט טייערע צייט)

מצד שני קאסט א ביליגע ליעס 8 9 טויזנט פאר 3 יאר און דו ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן.

קום אראפ....
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”