וואס טוט זיך האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אדרבה ברענג לינקס פונעם נייעס.
די פיינט פון די מענשהייט (מידיע בלע"ז) באריכט נישט אזעלכע נייעס.
לאמיר דיר עפעס מסביר'ן, די מעשה יעצט האט גארניקס מיט די מידיא. די מעשה אנדערש ווי געווענליכע מעשיות איז געווארן גאר גוט אפגעכאפט מען זייער קלאר געקענט זען א שאו פון די גאנצע הילוך פון דעם 10 מינוטיגן מארד. יעדער וואס האט דאס געזען איז געווארן אויפגעשטורעמט ביז די טיפענישן פון זייער הארץ, נו א ודאי איז געווארן א רעש און א געטומל, עס האט גארנישט מיט די מידיא.
יענע מעשה פון וואס פאלעסיידס רעדט, איז בלויז א באריכט, דאס שטורעמט ווייט נישט אויף דאס הארץ אזוי ווי א מעשה וואס מען זעט צו לייף, און וואס איז נישט געווען סתם דערשאסן, נאר א קאטלבלוטיגע פיינפולע לאנגע טויט!
ענדליך איינער ספעלט שוין מיין נאמען גוט,
סא וואלט געווען א ווידיא וואלט עס יא אויפגעשוידערט?
(יעצט דערמאן איך מיך אז סאיז געווען עפעס אישו מיט די פאליס קאמרע ער האט עס אויסגעלאשען פארדעם, כבין נישט זיכער איך דארף עס איבערקוקען,)
צווייטענס קען זיין סאיז יא געווען א ווידיא על כל פנים עפעס, וועל איך אויך מוזען אריינקוקען אין צירוק קומען
דריטענס אויב די מידיא און דעמאקראטען ווילען נישט מזאל רעדען דערפון אין מאכען א פאליטישע פוט באל דערפון וועט עס נישט זיין נאציאנאלע נייעס, סא דעס האט עס שייכות מיט די מידיא,
אין פערדנס איך האב סתם געשאסען א מעשה סאיז דא 100טע מעשיות א יאר
און רוב רובו פון דיע 100טע מעשיות זענען נישט נאנט צו וואס איז דא געשען, אינקלודינג דאס וואס דו האסט געברענגט.
לאמיך גיין צי באקאנטע מעשיות,
רובי ריזש האסטו שוין געהערט?
וועיקא טעקסעס יא?
יעצט פאר איך גיי אריין אין פרטים וויל איך זאגען אז די סיבות פארוואס סאיז געווען באקאנט איז ווייל קלינטאן איז געווען פרעזידענט אין די רעכטע האבען עס אויפגעשפילט אין סאיז אלעס (כמעט) געווען פאליטיקס,
אבער צום עצם מעשה,
אין וועיקא טעקסעס איז געווען באריכטען פון אויפגעברויזטע שכנים אז א גרופע פלאנט צי באגיין זעלבסמארד,
אין נאך לאנג פארצויגענע פארהאנדלינגען אין אין מיספארשטענדענישען איז אן עי טי עף אגענט דערשאסען געווארען, א פאר טעג שפעטער איז די עי טי עף אין אנדערע פעדעראלע אגענטורען אריינגעגאנגען אין נאך א טראגישע קייט פון נאך מיספארשטענדענישען האבען זיי געמאכט א שחיטה אין צענדליגע קליינע קינדער זענען אויסגעשאסען געווארען, דעי מעשה האט געהאט אסאך ווערסיעס אין קאמיטעען אין סאיז געבליבען אז דע מענטשען אינעווייניג וואלטען ווען געקענט בלייבען לעבען ווען די עי טי עף אין די גאווערמענט ארבעט ווען מער פראפעשענעל
די עי טי עף האט געטענהט אז זיי האבען געמיינט אז די חברה פאנגען אן צי באגיין זעלבסמארד, אבער שפעטער האט זיך די ווערסיע פון די גאווערמענט אביסעל געטוישט, זינט דעמאלט האבען זיך אביסעל געטוישט די רעגולעשאנס אין פראטאקאלען ביי אזאלעכע מעשיות,
איז געווען פראטעסטען? יא וודאי,
דא אין אין דארט איז געווען געוויסע רויטע לאנגע קנאבעל בערד מיט סיינס אנגעלאנט ביי זייער פיקאפ טראק,
איז געווען ראיאטען ? מהאט געפלינדערט געשעפטען? די תירוץ ווייסטו אליינס,
ביי רובי ריזש איז געווען א מעשה וואס איז געווען סאך מער טראגיש,
איינער (נאמען געהיטען אין רעאקציע) איז זיך געגאנגען קיין איידעהו
פאר האום סקולינגסאיז אריינגעקומען א מסירה פין א אינפארמענט,( זיין משפחה איז געווען אויפגערעגט אויף אים פארען אוועק מאפען )
אין צוליב א קייט פון איינרעדענישען אין מיסאינפארמעישען האבען זיי ארום גערינגעלט זיין הויז ווי ער האט געוואוינט אין נאך א לאנג פארצויגענע באלאגערונג האבען די פעדעראלע אגענטורען פארשיקט די מידיא אראפ פון זיין הויז אין טראגיש דערשאסען דורך א סנייפער זיין אומשילדיגע ווייבעל מיט א פיצי קינד (אדער זון)
די קאלטבליטיגע מארד האט זיך ארויס געשטעלט אלטס א פאטאלע טעות און בעסטען פאל, וואס די פעדעראלע אגענטורען זענען געווען שאקירט ווי סהאט אזוינס אפי' געקענט געשען, די חברה דארט האבען געהאט אלע ערליי תירוצים וועלכע זענען תיכף ציפאלען.
דער פארשוין רענדי וויווער איז באפרייט געווארען נאכדעם וואס די ערשטע סאמענס אין ארעסט ווארענט איז ציפאלען קעגען אים אין די פעדעראלע רעגירונג האט אים באצאלט א נישטיגע 10 מיליאן דאלער בימים ההם,
איז געווען פראטעסטען?
מסתמה אין די קרעטשמעס האבען די גראבע מאסעלעס ארויסגעזידעט פון אונטער די וואנצעס צום קלאנג פון קאנטרי מוזיק,
איז געווען ראיאטען? האט מען געשטערט די בריזשעס שפיטעלער געפלינדערט גערויבט?
ניין.
סא לאמיך דיך יא פארציילען עפעס וואס איז יא געווען א צוויי דריי איינצעלע משוגעים האבען אראפגעברענגט די עי טי עף בילדונג אין אקלעהאמע (פון ווי קלינטאן קומט) אלטס נקמה נאך דעי רובי ריזש מעשה,
און איינער אויף איי וועלט איז בייגעפאלען צי זאגען.. דארפסט למעשה פארשטיין זייער אויפברויז?
(געדענק מרעדט דא פון גוים נאך מיליטערי וועטעראנען)
אקעי איי וועלט איז נישט געשטאנען דעמאלטס נאר מהאט גערעדט מיט ביפערס, סא האט איין פאליטישען געמישט א קוגעל אין מיני ביה ארויסגעברענגט די אומשילדיגע מארד?
אך וואס עפעס מהאט פארלאנגט טויט שטראף למען ישמעו ויראו, אויף אלע שונאי ישראל געזאגט, נו שוין כמיין מקען צירוק גיין צי די נייעס