חלה לכבוד שבת האט געשריבן:צדק תרדוף האט געשריבן:IMG-20200530-WA0005.jpg
איינפאכער איד האט געשריבן:בד"ה
הגה"צ ר' פנחס חיים רובינפעלד זצ"ל פון וויליאמסבורג בעמח"ס עטרת השלחן, מלפנים מנהל בת"ת דסאטמאר ב.פ.*
הרה"ח ר' יעקב אליעזר מיללער ז"ל - מחשובי חסידי באבוב אין בארא פארק ז"ל*
נפטר ביום א' דיו"ט
*קאראנע
ער האט געדאווענט אין דמשק אליעזר-קיוויאשד
ר' פנחס חיים ז"ל איז געווען באמת א חשובע ת"ח ויר"ש מרבים.
איך געדענק נאך ווען ער איז געווען דער סאטמאר'ע מנהל אין ב.פ., זיינע דרשות מיט א פלאמפייער.
ער פלעגט זאגן שיינע גימטריאות אויף יעדע זאך, כמעט אויף יעדע רש"י פון חומש, אז דאס איז בגמט' (למשל כי תצא למלחמה על אויבך, בגמטי' 'במלחמת הרשות הכתוב מדבר וכו'), אזאלכע מיני האט ער געהאט צענדליגע.
ער איז געווען בכלל זייער א ווארעמע איד.
איבערגעלאזט א הערליך שיין דור ב"ה.
איינער פון די זין זענען הרה"ג ר' יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א פון קרית יואל דער מו"ל פון די ספרים תולדות ייטב לב, און תולדות ישמח משה, לעצטענס איבערגעדריקט דעם ספה"ק תהלה למשה ועוד.
ר' פנחס חיים ז"ל איז אן איידעם ביי הר"ר פישל פריעדמאן ז"ל א גרויסע בנש"ק, אן אייניקל פון ייטל, יש"מ, רבי פנחס מקאריץ וכו'.
יהא זכרו ברוך.