מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איפה פייביש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איינער ווייסט וואס ס׳איז פארגעקומען מיט פלויאיד אין דעם פאליציי מאן איידער ער האט אים געקייטעלט? וואס איז געשען אנהויב? ער - פלויאיד האט געקישט זיין בעק ציצית?

ער האט איינגעקויפט עפעס מיט א פעקע $20 וואס איז נישט זיכער אויב ער האט אפילו געוויסט אז עס נישט א עכטע........ עס קומט אים טויט שטראף פאר עס.......

ניין אבער א נאר א נארמאלער מענטש לאזט זיך קייטלען, ווערט געפראסעסט אין די פאליציי סטאנציע און גייט אהיים
אבער די שווארצע דארפן דאך ווייזן אז זיי פייפן זיך אן אויף די פאליציי און סאיז געשעהן וואס איז געשעהן

און דעיס איז נישט די ערשטע מאל דאס פאסירט זייט די שווארצע האבן באוויזן אריינצווועהלן א שווארצע פרעזידענט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קרייסלער האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איינער ווייסט וואס ס׳איז פארגעקומען מיט פלויאיד אין דעם פאליציי מאן איידער ער האט אים געקייטעלט? וואס איז געשען אנהויב? ער - פלויאיד האט געקישט זיין בעק ציצית?

ער האט איינגעקויפט עפעס מיט א פעקע $20 וואס איז נישט זיכער אויב ער האט אפילו געוויסט אז עס נישט א עכטע........ עס קומט אים טויט שטראף פאר עס.......

ניין אבער א נאר א נארמאלער מענטש לאזט זיך קייטלען, ווערט געפראסעסט אין די פאליציי סטאנציע און גייט אהיים
אבער די שווארצע דארפן דאך ווייזן אז זיי פייפן זיך אן אויף די פאליציי און סאיז געשעהן וואס איז געשעהן

און דעיס איז נישט די ערשטע מאל דאס פאסירט זייט די שווארצע האבן באוויזן אריינצווועהלן א שווארצע פרעזידענט

לויט ווי ס'דרייט זיך א קליפ, נישט פון אזא מקום וואס מ'קען דא צו-ווייזן האט ער זיך גאנץ שיין געלאזט קייטלען..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

והא ראי׳ אז זיינע פרידליכע פריינט די פרידליכע דעמאנסטרירער זענען אויך נאר דא מיט א ריינע כוונה פון אויסדרוקן אנטריסונג אויף די אומ׳יושר׳דיגע באהאנדלונג וואס מען איז זיך באגאנגן צו אן אומשולדיגער מאן. ווי איינער זאגט איך וואלט עס נישט געטון צו דיר פארוואס טוסטו עס צו מיר.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

עציץ נקוב האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:אטורני גענעראל און אסאך אנדערע זאגן אז רובא דרובא פראטעסטן זענען פרידליך, די ווייעלענס ווערט געפירט און אויסגעפיערט דורך ווייסע סופרעמיסטען און ענדליכע גרופעס וואס קומען פון out of state

Officials Say ‘Outside’ Groups Responsible For Violence At Protests

???

איז דאס א שפיל וואס זיי טרייען צו ווארפען די שולד אויף די שווארצע?

אינטערסאנט איך האב געהאט א פארקערטע מחשבה וואס מאכט מער סענס אז עס איז נישט אמת נאר קיינער איז נישט אינטערעסירט זיך אנצונעמען אויף די ווייסע סופרעמיסטען איז ווען מען וויל אראפ נעמען די שולד פון די צולאזטע שווארצע לייגט מען עס אויף די ווייסע סופרעמיסטען און דאס איז א דאפעלטע עוולה

?So it's your thinking vs. the actual facts
(https://t.co/9ZMEu8kKSs?amp=1)
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

נישט צו גלויבען, א ס'איז נאך דא וואס פארענטעפערען די 2 פיסיגע חיות, אז מ'האט געהארעגט איינעם אין מינעסאטע, גיבט דאס א רעכט צו בארויבען און פלינדערען הונדערטע סטארס לענגאויס דאס לאנד? וואס גיבט א מארד אין יענע עק אמעריקע צו פארברענען און שאדען מאכען הונדערטער מיליאנען דאלער, הייזער בנינים סטארס און פרייוואטע פראפערטי?

נאר מ'רעדט נישט דא פון קיין מענטשען, איין חי' גלוסט שוין לאנג אויף א גרויסען פלאזמא סקרין, א צווייטער דארף נייע נייקי שיך און א לעוויי זשעקעט פאר זיך און כאפט שוין אויך פאר די נאך אנדערע, און אן אלקאהאל גלייכער פילט זיך אן די הויזען מיט סקאטש, נישט וועגען עפעס א רציחה, גארנישט מיט קיין פלאיד, אלעס פאר איין סיבה, ווייל ער איז א חי', נישט קיין מענטש בכלל, סארי צו זאגען די אמת גלייך און גראד!

ווער ס'פארשטייט עס נישט מוז זיין א שיכור אדער א ליבערעל
לעצט פארראכטן דורך קלוגער אום זונטאג מאי 31, 2020 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קלוגער האט געשריבן: א שיכור אדער א ליבערעל

מאי בינייהו? :lol:
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

קלוגער האט געשריבן:נישט צו גלויבען, א ס'איז נאך דא וואס פארענטעפערען די 2 פיסיגע חיות, אז מ'האט געהארעגט איינעם אין מינעסאטע, גיבט דאס א רעכט צו בארויבען און פלינדערען הונדערטע סטארס לענגאויס דאס לאנד? וואס גיבט א מארד אין יענע עק אמעריקע צו פארברענען און שאדען מאכען הונדערטער מיליאנען דאלער, הייזער בנינים סטארס און פרייוואטע פראפערטי?

נאר מ'רעדט נישט דא פון קיין מענטשען, איין חי' גלוסט שוין לאנג אויף א גרויסען פלאזמא סקרין, א צווייטער דארף נייע נייקי שיך און א לעוויי זשעקעט פאר זיך און כאפט שוין אויך פאר די נאך אנדערע, און אן אלקאהאל גלייכער פילט זיך אן די הויזען מיט סקאטש, נישט וועגען עפעס א רציחה, גארנישט מיט קיין פלאיד, אלעס פאר איין סיבה, ווייל ער איז א חי', נישט קיין מענטש בכלל, סארי צו זאגען די אמת גלייך און גראד!

ווער ס'פארשטייט עס נישט מוז זיין א שיכור אדער א ליבערעל

Or a right idiot
אטעטשמענטס
Screenshot_20200531-103127_Chrome.jpg
Screenshot_20200531-103127_Chrome.jpg (386.34 KiB) געזען 1142 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן: א שיכור אדער א ליבערעל

מאי בינייהו? :lol:

א שיכור קען זיך אויסניכטערן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

קראון הייטס ראיאטען בנשיאות השוטה דינקינס וואס האט געקאסט דריי טעג פחד מוות פאר די יודישע געמיינדע, מיליאנען שאדען, און ליידער די נפש פון יענקעל ראוזענבוים הי"ד איז אויך געווען ווייסע סופרעמעסיסטס?
נאך איינער

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

ממש אזוי האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איינער ווייסט וואס ס׳איז פארגעקומען מיט פלויאיד אין דעם פאליציי מאן איידער ער האט אים געקייטעלט? וואס איז געשען אנהויב? ער - פלויאיד האט געקישט זיין בעק ציצית?

ער האט איינגעקויפט עפעס מיט א פעקע $20 וואס איז נישט זיכער אויב ער האט אפילו געוויסט אז עס נישט א עכטע........ עס קומט אים טויט שטראף פאר עס.......

און ווען די פאליציי האט אים אראפגעהאלטן האט ער זיך לכאורה גלייך זיך אונטערגעגעבן, צוזאמגעלייגט זיינע צוויי הענט... איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש אויף א וואוילע איינשטענדיגע מאן וואס האט בטעות געמאכט א טעות און געגאנגן אייינקויפן מיט פאלשע געלט בטעות.

Wow, דער עולם בויט אויף בנינים ווי אזוי די מעשה איז זיכער געווען, בו בזמן וועסט סאיז דא 2 קלארע ווידעאס פין די גאנצע מעשה ארעסט,
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נאכאמאל. דאס אז די פאליציי נוצט צומאל צופיל מאכט איז א זאך וואס איז פראבלעמאטיש. אבער דא רעדט מען פון קרימינאלן וואס וואלטן נישט געטראכט קיין צוויי איידערן נוצן צופיל קרימינאלע מאכט אויף סיי וועלכע באהערדע עס האלט זיי אפ פון טון קרימינאליטעטן. איז די שאלה מי בראש... סך הכל. שטייצעך אויף אזא פאל מוזן מיר זיך אננעמען פארן פארברעכער ווייל אז נישט קוקן מיר נישט אויס גענוג רחמן און גענוג מענטשליך.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ממש אזוי האט געשריבן:נאכאמאל. דאס אז די פאליציי נוצט צומאל צופיל מאכט איז א זאך וואס איז פראבלעמאטיש. אבער דא רעדט מען פון קרימינאלן וואס וואלטן נישט געטראכט קיין צוויי איידערן נוצן צופיל קרימינאלע מאכט אויף סיי וועלכע באהערדע עס האלט זיי אפ פון טון קרימינאליטעטן. איז די שאלה מי בראש... סך הכל. שטייצעך אויף אזא פאל מוזן מיר זיך אננעמען פארן פארברעכער ווייל אז נישט קוקן מיר נישט אויס גענוג רחמן און גענוג מענטשליך.

איר רעדט לגבי דעם געשטארבענעם? פון וואנט נעמט איר דאס?
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך קוק די גאנצע זאך בכלל נישט אן ווי א שווארצע ווס.ווייסע קונפליקט, ביי מיר איז דאס קרימינאלן קעגן לאו ענפארסמענט. ס׳האט גארנישט צוטון מיט וועלכע קאליר הויט מען באזיסט, סהאט צוטאן מיט דעם פרא אדם וואס גלוסט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן - עכ״פ אויף וויפיל עס קומט אים צוניץ, אבער נישט ווען מען פירט זיך צוריק אויף צו אים געזעצלאז, דאן איז דאס א שרעקליכע וויי געשריי.

דאס איז די סיבה פארוואס דו זעסט אזויפיל מענטשן ביי די פראטעסטן וואס זענען נישט קאלירטע. עס איז א פערזענליכע מערכה מיט לאו אינפארסמענט דורך מענטשן וואס פארנעמען נישט אוטאריטי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ממש אזוי האט געשריבן:איך קוק די גאנצע זאך בכלל נישט אן ווי א שווארצע ווס.ווייסע קונפליקט, ביי מיר איז דאס קרימינאלן קעגן לאו ענפארסמענט. ס׳האט גארנישט צוטון מיט וועלכע קאליר הויט מען באזיסט, סהאט צוטאן מיט דעם פרא אדם וואס גלוסט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן - עכ״פ אויף וויפיל עס קומט אים צוניץ, אבער נישט ווען מען פירט זיך צוריק אויף צו אים געזעצלאז, דאן איז דאס א שרעקליכע וויי געשריי.

דאס איז די סיבה פארוואס דו זעסט אזויפיל מענטשן ביי די פראטעסטן וואס זענען נישט קאלירטע. עס איז א פערזענליכע מערכה מיט לאו אינפארסמענט דורך מענטשן וואס פארנעמען נישט אוטאריטי.

מסכים. אבער דיינע ווערטער כלפי דעם גע'הרג'עטן כאפ איך עפעס נישט. ווער זאגט דיר ער איז געווען אזא איינער?
נאך איינער

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

ממש אזוי האט געשריבן:נאכאמאל. דאס אז די פאליציי נוצט צומאל צופיל מאכט איז א זאך וואס איז פראבלעמאטיש. אבער דא רעדט מען פון קרימינאלן וואס וואלטן נישט געטראכט קיין צוויי איידערן נוצן צופיל קרימינאלע מאכט אויף סיי וועלכע באהערדע עס האלט זיי אפ פון טון קרימינאליטעטן. איז די שאלה מי בראש... סך הכל. שטייצעך אויף אזא פאל מוזן מיר זיך אננעמען פארן פארברעכער ווייל אז נישט קוקן מיר נישט אויס גענוג רחמן און גענוג מענטשליך.

איך ווייס נישט וואס איר ווילט, ווער סהאט געזען די קליפ עט מודה זיין אז דא איר פארגעקומען א פאלנע מעשה רציחה, אין סאיז נישט דא קיין שום מקום צי בארעכטיגטן די פאליס,

פארשטייט זיך אז דאס פארענטפערט נישט די רייאטן, וואס זענען לאוו דווקא שווארצע, אבער אז איר ווייסט נישט וואס איז פארגעגאנגען, מאכטס נישט קיין מעשיות ווייל איר האט ראסיזם אין קאפ,
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

ממש אזוי האט געשריבן:איך קוק די גאנצע זאך בכלל נישט אן ווי א שווארצע ווס.ווייסע קונפליקט, ביי מיר איז דאס קרימינאלן קעגן לאו ענפארסמענט. ס׳האט גארנישט צוטון מיט וועלכע קאליר הויט מען באזיסט, סהאט צוטאן מיט דעם פרא אדם וואס גלוסט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן - עכ״פ אויף וויפיל עס קומט אים צוניץ, אבער נישט ווען מען פירט זיך צוריק אויף צו אים געזעצלאז, דאן איז דאס א שרעקליכע וויי געשריי.

דאס איז די סיבה פארוואס דו זעסט אזויפיל מענטשן ביי די פראטעסטן וואס זענען נישט קאלירטע. עס איז א פערזענליכע מערכה מיט לאו אינפארסמענט דורך מענטשן וואס פארנעמען נישט אוטאריטי.

אויב דו קימערסט זיך מיטן ״געזעץ״ ווילסטו אוודאי אז די פאליציי זאל זיך אויך האלטן צום געזעץ כנ״ל.

ליידער איז דאס נישט אזוי, איין פאליציאנט רצחט א מענטש מיט זיין קני, די אנדערע שטייען ארום, זיי זענען נישט מוחה, עס קוקט אויס -כלשונך- ווי פראי אדם וואס ווילן נישט לעבן מיטן געזעץ, א פאליציאנט אין ברוקלין פארט אריין אין פראטעסטירער מיט אונזער קאר, [געדענק! עס איז נישט זיין קאר, ער ארבעט פאר אונז בירגער], מיר קוקט אויס ווי די פאליציי האבן זיך איינגעוואוינט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן, און האלטן דאס נישט ביים טוישן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

איין זאך איז דא זיכער די מידיע האט געטראפען א וועג זיך ארויסצוזעהן פון די גאנצע קאראנע היסטעריע בדרך כבוד....
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בעריש'ל האט געשריבן:א פאליציאנט אין ברוקלין פארט אריין אין פראטעסטירער מיט אונזער קאר, [געדענק! עס איז נישט זיין קאר, ער ארבעט פאר אונז בירגער], מיר קוקט אויס ווי די פאליציי האבן זיך איינגעוואוינט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן, און האלטן דאס נישט ביים טוישן.

איי געס דו האסט נישט געזעהן ווי מ'הרג'ט א געשעפט אייגענטימער פאר'ן פארברעך פון נישט לאזן באראבעווען זיין געשעפט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
נאך איינער

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

הענדימען האט געשריבן:

איך מיין איר מישט ארים, ווייל אין די נייעס איז נאר דא א פארקערטע מעשה,
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך האב נישט געזעהן די ווידעא און איך פלאן נישט צו זעהן אבער פון וואס יעדער וואס האט עס געזען זאגט, קען מען אננעמען אז דא איז פארגעקומען א פשוט'ע מארד

מיין פריוואטע מיינונג? מ'דארף דעם פאליציאנט פראצעסירן שטרענגער ווי סתם א מערדער אויפ'ן גאס. נישט ווייל ס'פעלט אויס צו בארואיגן די געמיטער נאר פשוט ווייל פאליציי דארפן זיך האלטן [און געהאלטן ווערן] צו א העכערע סטאנדארד

יעצט די אלע ליבעראלן קעפ וואס פארשטייען אז די שווארצע זענען נעבעך אונטערדרוקט. איר ווייסט אז די פאליציי ווערט אויך אונטערדרוקט? זיי זענען אראפגעריסן געווארן אפיציעל אונטער אבאמא. יעדע שטיק צייט פארט ארום א ווידעא ווי באווארפט אדער באשפריצט זיי. און דאן האבן זיי נישט קיין שטיצע פון קיינעם פון די גרויסע געפילישע (נישט רחמנות'דיגע ווייל די רחמנות וואס דער באשעפער האט אונז אידן געשאנקען איז עפעס גאר אנדערש) מוילמאכער

אפשר איז דאס די סיבה? דארף מען דאך האבן מיטגעפיל. ניין?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נאך איינער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א פאליציאנט אין ברוקלין פארט אריין אין פראטעסטירער מיט אונזער קאר, [געדענק! עס איז נישט זיין קאר, ער ארבעט פאר אונז בירגער], מיר קוקט אויס ווי די פאליציי האבן זיך איינגעוואוינט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן, און האלטן דאס נישט ביים טוישן.

איי געס דו האסט נישט געזעהן ווי מ'הרג'ט א געשעפט אייגענטימער פאר'ן פארברעך פון נישט לאזן באראבעווען זיין געשעפט

איך מיין איר מישט ארים, ווייל אין די נייעס איז נאר דא א פארקערטע מעשה,

דאס איז דאך דער בראך. פארוואס איז נישט די מידיא אויף מיט דעם?

איך האב געזעהן די ווידעא. ס'א שרעק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ראש לימבא האט געשריבן:
IMG-20200531-WA0028.jpg

קאמענטארן זענען איבריג.

כ'מיין מ'זאל טוישן דאס קעפל פונעם אשכול: וויסקי אומגעברענגט דורך שווארצן מאן...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גרשון האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:
IMG-20200531-WA0028.jpg

קאמענטארן זענען איבריג.

כ'מיין מ'זאל טוישן דאס קעפל פונעם אשכול: וויסקי אומגעברענגט דורך שווארצן מאן...

פארשטייסט נישט? לאמיך דיר מסביר זיין

דו זעהסט דעם שמייכל? איז דאס ווייל ער האלט אז יעצט (אדער נאכ'ן לחיים) גייט די נשמה האבן אן עלי'?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

הענדימען האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א פאליציאנט אין ברוקלין פארט אריין אין פראטעסטירער מיט אונזער קאר, [געדענק! עס איז נישט זיין קאר, ער ארבעט פאר אונז בירגער], מיר קוקט אויס ווי די פאליציי האבן זיך איינגעוואוינט צו לעבן א געזעצלאזער לעבן, און האלטן דאס נישט ביים טוישן.

איי געס דו האסט נישט געזעהן ווי מ'הרג'ט א געשעפט אייגענטימער פאר'ן פארברעך פון נישט לאזן באראבעווען זיין געשעפט

איך האב עס יא געזען, וואס האט דאס א שייכות מיט די געזעצלאזער פאליציי??! יא! עס זענען דא ווילדע חיות, פארברעכער, זייער פלאץ איז אין תפיסה.

זענען מיר אזוי שיכור אז מען קען נישט האבן א מיינונג אן ״נעמען א זייט״?!

אגב דער קרבן איז אין שפיטאל אין א סטאבילע צושטאנד.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פארפאלן, לאו אינפארסמענט האט געזיגט! די פאליציי אין אמעריקע האט געזיגט!

שטייענדיג געציילטע טעג נאך א ברוטאלע מארד אויף א שווארצע מאן דורך א מערדער אין בלויע מונדירן, וועלכע האט אויפגעטרייסלט דאס לאנד פון ברעג צו ברעג, וואס דאס וואלט נאטורליך געברענגט סימאטיע און אויפברויז אויף פאליציי, און דאס האט טאקע פאסירט אין די ערשטע שעות.

אבער ווי וואונדערליך עס הערט זיך האט זיך די מצב איבערגעדרייט קאפויער אין געציילטע טעג, מיליאנען אמעריקאנער זענען סימפטיש מיט די פאליציי, און שימפן פאר אויפברויז אויף די ראיאטן, און פראטעסטירער, פון די נוי יארק'ע אטלנטיק ברעגעס, ביז צו די קאלארפאניע פאסיפיק ברעגעס הערט מען זייער קלאר אמעריקע'ס דעקלעראציע: מיר זענען מיט אונזערע לאו אינפארסמעט אגענטורן.

קאמפיין'ס צו שטיצן אפיצירן טרייבן אויף מיליאנען אין שעות, דאס לאנד איז סימפאטיש צו געזען, צו אונזערע העלדן וועלכע שטעלן איין זייער לעבן צו באשיצן דאס לאנד.

דעמאקראטן און רעפאבליקאנער צוגלייך דריקן אויס שטיצע פאר אונזערע העלדישע אפיצירן אויפן פראנט, און גלייכצייטיג פארשטייען די דעמאקראטן הערשט ווי גליקליך זיי דארפן זיי אז בערני סענדערס איז נישט זייער נאמאנירטער, ווען זיינע 'ווייסע' שטיצער זענען די ראיאטירער.

יא יא, קוקט די בילדער און קליפס, און זעט די אנקעטעס וואס די מידיע מאכט רעדענדיג צו ריאטירער, די שווארצע ביידען - דעמאקראטן זעט מען כמעט נישט, טראץ וואס שווארצע וואלטן געדארפט צו זיין די גרעסטע ראיאטירער, וועמען זעט מען יא? די ווייסע בערניס'טן, און זיי געבן זיך מיט שטאלץ אן אלץ בערני'ס שטיצער.

אמעריקע איז נישט גרייט פאר די פארשאלטענע אידילאגיע פון בערני'ס שטיצער, ביי אמעריקע איז נאך געזעץ העכער אלעס. מאכט זיך אמאל א מערדער א פאליציאנט? נו, זאל מען אים שטראפן, און איינזעצן. אבער אמעריקע שטיצט לאו אינפארסמנענט.

שכוח בערני ליבעראלן! איר האט געגעבען פאר אונזערע לאו אינפארסמענט די שטערקסטע שטיצע און סימפאטיע, מער ווי סיי ווען!

און פארגעסט נישט אז דער ניו יארק סיטי מעיאר איז אויך א בערני שטיצער...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”