כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די סיבה איז גאר א פשוט'ע
די דעמ'ס זענען גאר שטארק פארגלייבט אין זייער אידעלאגיע, און ביי זיי איז היפש גילטיג די כלל אז דער ציל הייליגט אלע מיטלען, במילא איז אזא הפקר פעטרישקע'דיגע וואוטינג גאר א גוטע געלעגענהייט,
אבער די רעפאב'ס וועלכע באשטייען פון אסאך קאנסערוועטיווס וכדו', פאר זיי איז א געלעגענהייט צו פעלשעווען וואהלן נישט קיין ארטיקל,
1 ווייל ס'נישטא געניג פארגלייבטקייט אז מ'זאל קענען אנפירן א געהעריגע ארגענזירטע פעלשעריי (משא"כ ביי די לינקע)
און 2 ווייל זיי זענען נאך 'עפעס' דא פאר זייערע ווירדן, און נישט נאר פאר אידעלאגיע,
דאס איז די סיבה פארוואס די דעמ'ס שטיצן גרינגע אימעגראציע, און פארשווערן די ארבייט פון אינפארסירן אומלעגאלע אימעגראציע, און פאר די זעלבע סיבה זענען זיי קעגן אריינטשעלן די בירגערשאפט פראגע אין דעם צענזוס בויגן (ווי שוין אויסגעשמועסט אז א לעגאלער אימעגראנט האט נישט וואס צו מורא האבן פון שרייבן זיין בירגער סטאטוס, און א אומלעגאלער אימעגראנט, זאל למען ה' נישט אויספילן דעם בויגן), און פאר דעם סיבה ווילן זיי וואס מער הפקר'דיגע וואוטינגס!
יא יא....
איך האב מיך פונקטליך דערלערנט ווי אמת'דיג די קאנסערוואטיוון זענען.. אדער ווי @כוירע זאגט, "איך געדענק ווען איך האב אזוי געמיינט", די קוריאזע בערני סענדערס איז סאאך מער אמת'דיג ווי טעד קרוז, ער הייסט טאקע וואטן פאר קלינטאן אבער דאס מיינט נישט אז ער טוישט זיין אידעאלאגיע, ער האט נאכאלס פיינט קלינטאן, ער הייסט פשוט וואטן פאר זי ווייל ער האט מער פיינט טראמפ.
משא"כ די פאלשע קרוז רוביא פאול וכו', די סעקונדע ער זעעט אז זיין צוקונפט אין די רעפובליקאנער פארטיי איז אייהנגעשטעלט אויב ער איז אקעגן טראמפ, מאכט ער גלייך א 180 יו-טוירן און פארגעסט פון אלעס וואס ער האט געזאגט אין די פריימערי...
דאס הייסט "זיין פאר זייערע אידעאלאגיע"...
#שנייד די קרעפלעך..