אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין די יעצטיגע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס מיט לעבנסוויכטיגע הילף פאר די פאציענטן?

ארענדזש רידזשענאל (נעבן קר"י) ORANGE REGIONAL
5
4%
גאד סעם (נעבן מאנסי) (GOOD SAMARITAN (SUFFERN
1
1%
העקענסעק - HACKENSACK
2
2%
וועסטשעסטער - WESTCHESTER MEDICAL CENTER
2
2%
לענעקס היל - LENOX HILL
25
22%
מאונט סיני - MOUNT SINAI
47
42%
מיימאנעדיס - MAIMONIDES
5
4%
נייעק - NYACK HOSPITAL
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
NYU - HOSPITAL - NYU
3
3%
קאלאמביע - COLUMBIA
14
12%
קארנעל - NEW YORK CORNELL
9
8%
 
סך הכל שטימען: 113

געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ששון האט געשריבן:
אין זייטיגע נאטיץ, מלתא אגב אורחיה קמ"ל, בנוגע שפיטעלער וועלכע אלע זענען געווען געבינדן צו די "דירעקטיווע" פון דעם גובערנאטור פון ניו יארק'ס געזונטהייט מיניסטעריום אז מען זאל פארשיקן אדער נישט אריינלאזן אפילו פאמיליע. זאגט א יונגערמאן אז ער ווייסט פון א חבר - און מען דארף דאס נישט אננעמען אלס תורת לאקשן, מען קען זיך זעלבסט פאראינטערעסירן דערויף - אין די שפראך דארט איז דא ווערטער אז אויב א דאקטאר זאגט אז עס פעלט זיך אויס פארן פאציענט, דאנסמאל מוזן די שפיטאל יא אריינלאזן א פאמיליע אדער העלפער. מעגליך מיט געוויסע תנאים. סלוינט זיך פאראינטערעסירן, ווייל אסאך אסאך פאציענטן זענען נאך אנגעוויזן אויף משפחה הילף. און שפיטאל באאמטע זענען זייער רעליגיעז צום העלטה דעפארטמענט פון נ. י. סטעטס אנווייזונגען. איינער האט פארשפרייט, אז אדוואקאטן וואס קענען זיך אויס אין דעם תחום פון געזונט געזעץ און ווייסן געוויס דעם שפראך פונקטליך, קענען צושיקן פאסט אדער עלעקטרי פאסט פארן' שפיטאל און סי סי'ען אלע נויטיגע אדרעסן מיט'ן דאקטאר'ס פארלאנג אז עס ספעלט זיך אויס - ווען עס פעלט זיך אויס.
בתקוה אז אלע חולים וועלן שוין אויסגעהיילט ווערן מיט'ן גאנצער רפואה כמו שצריך בעזר הבורא רפואות. אמן ואמן.


מהאט שוין כמה פעמים געמאלדן אז מקען רופן פאר הילף איבער דעם אויף 6465803040 און מוועט צוהעלפן מיט די ארבעט פון שאפן א צעטיל און א לויער און אויב סהעלפט נישט קלאפט מען ביי די הויעכע פענסטער
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

גראמער האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:מיימאנעדיס...........
זיי צייכענען זיך אויס צו הארגענען


זיי זענען דאך באוואוסט אלס א שוואכע שפיטאל, אבער מען ברויך קוקן אויף די גוטע זייט אויך אויף די גרויסע חסדים וואס די באשפער טוט, זיי האבן די וואך באפרייט די טויזענסטע קאראנע פאציענט... אז אזא שוואכע שפיטאל האט געהאט איבער טויזענט קאראנע פאציענטן און צוגאב צו די טאג טעגליכע ווירטשאפט האבן זיי לכאורה נישט געקענט עס האנדלן נארמאל.

גראדע קען איך א 85 יעריגע איד וועלכע איז די וואך באפרייט געווארן פון מיימאנעדיס נאכ'ן ליגן דארט א שטיק צייט. חסדי השם כי לא תמנו!

איך קען אויך אידן וואס האב איבערגעלעבט דעם צווייטער וועלט קריג. מעגליך דער 85 יעריגער אויך. אפילו בהסתרה בתוך הסתרה קען דער מפליא לעשות מאכן מ'זאל איבערלעבן.
א שאד נישט יעדער - למשל יואל סאנדל - האט עס איבערגעלעבט.
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטרופס »

וועלכע שפיטעלער לאזן למעשה אריין וויזיטערס נאך די פארארדענונג פונעם גאווערנער?
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

איז דען שייך נישט אריינצולאזן וויזיטארס אויב מען פארארדענט אז מ'זאל יא? זיי פאלגן דאך בלויז אויס אנווייזונגען...
אדרבה זאלן זיך מענטשן דא לאזן הערן אויב א שפיטאל לאזט נישט אריין.
כדאי צוצולייגן אז פון ב. פ. איז געווען א איד וואס האט געטון שאפן אדוואקאטן און אזוי אריינגעזען משפחה צו פאציענטן. האפענטליך דארף מען נישט די אדוואקטן פאר דעם צוועק. בלויז צו מאכן א ויצעקו אויף די אלע נישט באהאנדלונג פון די שפיטעלער, ווצב"ש די וועלכע זענען מיט געלעגער אויסשלאגן (בעד סארס בלע"ז) וואס איבערלעבער האבן אזוי גרויס ווי 7 אינטשעס די ברייט און זיבן אינטשעס די לענג! גענוג גרויס?! דענקט איר אז מען האט די פאציענטן געטוישט פאזיציעס אזוי ווי מען דארף?! אין פרידנס צייטן טוהן זיי עס אסאך מאל נישט! אויב מ'שטייט זיי נישט אויפ'ן קאפ. זאלן זיי עס האבן טון ווען מען איז נישט געווען דארט, און ס'געווען הפקר אן קיין משפחה, אן קיין "אויגן" אן קיין "אחריות".
זאגט מיר א באקאנטער אז זיין משפחה איז געווען אין א שפיטאל, און דארט אין צימער איז געווען א פגר אויפ'ן אנדערן בעט, און די שוויגער זיינער האט געבעטן די שטאב אז מ'זאל ארויסנעמן דעם בר מינן פון צימער . ס'האט גענומען א לאנגע וויילע. און די שוויגער איז געווען אליין, און זי האט גע'פחד'ט. דאס איז בלויז א טפה מן הים פון וואס עס איז פארגעקומען אין די "פרייע מדינה" שפיטעלער.
אסאך אסאך קען געשריבן ווערן איבער די תהו ובוהו און האר אויפשטעלנדע פאקטן וואס האט זיך אפגעשפילט, און וואס מען האט אלץ געטון, אדער 'נישט געטון' אין די וועלט בארומטע נו יארקע שפיטעלער.
איינער האט געזאגט אז זיין משפחה איז געווען אין יעל קאנעטיקוט און דארט איז די מענטשליכע באהאנדלונג געווען אנדערש ווי דא אין נו יארק. כ'ווייס נישט די מעדיצינשע מעגליכקייטן דארטן וכו'.
עטליכע מאל אויב נישט גאר דרינגענד איז ווערד א ווייטערע פלאץ, אוועק פון דעם נו יארקער דזשאנגעל באהאנדלונג. כמובן הכל כפי הענין.
א גוטע טיפ: עס איז גוט צו מאכן א גוטער שייכות מיט די וועלכע קענען די שבילי דשפיטאל וואו מען איז, און אז מ'שמירט גוט אויליג די רעדער הערט מען נישט אזא גרודער כנהוג. פשוט.
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: אין די יעצטיגע שווערע תקופה וועלכע שפיטעלער צייכענען זיך אויס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”