דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לאור דעם תגובה, וויל איך עפענען דעם אשכול:
לכאורה האט געשריבן:מיין הכרת הטוב צו טראמפ גייט זיין דורכ'ן אים ארויסוואוטן אין נאוועמבער אי"ה

איך בין נייגעריג אויב עס איז אויסגעהאלטן על פי דעת תורה צו שטימען קעגן אן אמטירענדער פרעזידענט וואס האט געזוכט צו טון טובות פאר אידן, ווי רובאשקין און די פירסט סטעפ עקט וואס האט באפרייט פילע היימישע אידן.

אלס כבוד למלכות האט מען אלעמאל געהייסן שטימען פאר אמטירנדע קאנדידאטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אידן, אויך ביי לאקאלע פאלעטישענס, אפי' ווען דרויסנדיגע קאנדידאטן האבן צוגעזאגט בעסערס. כ"ש ווען די רעדע איז א פרעזידענט, און בנוסף צו פילע טובות וואס ער האט געטון פאר אידן.

חוץ מזה, בין איך כמעט זיכער אז אלע קהילות און רבנים וועלן ארויסקומען אז מען דארף שטיצן טראמפ, ווערט עס א שאלה פון ועשית ככל אשר יורוך.

איינער האט עפעס מעשיות אדער הדרכות אין דעם ענין פון פריעדיגע צדיקים?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אונז האט מען געלערנט אז ביי בחירות איז נישט גילטיג דער ועשית ככל אשר יורוך.....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אונז האט מען געלערנט אז ביי בחירות איז נישט גילטיג דער ועשית ככל אשר יורוך.....

:lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואט עי היפאקראטיע...

ווען איך העל זעען אז מ'זאגט די זעלבע זאך ביי קאמאו העמיר עס דורכטראכטן. יא! קאמאו האט געטוען אסאך גוטע זאכן פאר היימישע אידן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואט עי היפאקראטיע...

;l;p-
רוב עולם איז מאיזה סיבה בלינד צו איין זייט (כ''א בשלו).
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואט עי היפאקראטיע...

ווען איך העל זעען אז מ'זאגט די זעלבע זאך ביי קאמאו העמיר עס דורכטראכטן. יא! קאמאו האט געטוען אסאך גוטע זאכן פאר היימישע אידן.

כמיין אז דו ווילסט נישט אריינגיין אין א דעבעיט..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואט עי היפאקראטיע...

ווען איך העל זעען אז מ'זאגט די זעלבע זאך ביי קאמאו העמיר עס דורכטראכטן. יא! קאמאו האט געטוען אסאך גוטע זאכן פאר היימישע אידן.

הונדערט פראצענט גערעכט. אויב די רבנים וועלן ארויסקומען זאגן אז קואמא האט געטון טובות און מ'מוז שטימען פאר אים וועט מען אודאי שטימען פאר אים. עכ"פ פאר קיין צווייטן זיכער נישט.

אבער פארוואס ביים פרעזידענט איז די דין אנדערש?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וואט עי היפאקראטיע...

ווען איך העל זעען אז מ'זאגט די זעלבע זאך ביי קאמאו העמיר עס דורכטראכטן. יא! קאמאו האט געטוען אסאך גוטע זאכן פאר היימישע אידן.

הונדערט פראצענט גערעכט. אויב די רבנים וועלן ארויסקומען זאגן אז קואמא האט געטון טובות און מ'מוז שטימען פאר אים וועט מען אודאי שטימען פאר אים. עכ"פ פאר קיין צווייטן זיכער נישט.

אבער פארוואס ביים פרעזידענט איז די דין אנדערש?
וואס הייסט אז די רבנים וועלן זאגן טראמפ וועל איך צושטאפן מיין נאז און שטי מען פאר אים. אונזערע רבנים האבן זיך נישט געמישט אין פרעזידענט וועלן
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום דינסטאג מאי 26, 2020 1:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ליין דורך דעם אשכול און נאכדעם העט מען רעדן צו די עולם פלאנט צו וואטן פאר קאמאו...
viewtopic.php?f=21&t=42631
אבער אדרבה, אויב עס קומט ארויס א בריוו פון רבנים אז מ'זאל וואטן פאר טראמפ, גיימער אי"ה וואטן פאר עים.

גוד מורנינג האקט...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וואט עי היפאקראטיע...

ווען איך העל זעען אז מ'זאגט די זעלבע זאך ביי קאמאו העמיר עס דורכטראכטן. יא! קאמאו האט געטוען אסאך גוטע זאכן פאר היימישע אידן.

הונדערט פראצענט גערעכט. אויב די רבנים וועלן ארויסקומען זאגן אז קואמא האט געטון טובות און מ'מוז שטימען פאר אים וועט מען אודאי שטימען פאר אים. עכ"פ פאר קיין צווייטן זיכער נישט.

אבער פארוואס ביים פרעזידענט איז די דין אנדערש?
וואס הייסט אז די רבנים וועלן זאגן טראמפ וועל איך צושטאפן מיין נאז און שטי מען פאר אים. אונזערע רבנים האבן זיך נישט געמישט אין פרעזידענט וועלן

אין 2016 האט סאטמאר עמטליך אינדראסירט קלינטאן, סקווירא אויך, און דאס זעלבע האבן אנדערע קהילות געטון.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פון ווי קימט לכאורה'ס תגובה?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

fiena nieas האט געשריבן:פון ווי קימט לכאורה'ס תגובה?

פון די הכרת הטוב פאר טראמפ אשכול.

פרעג דיין דאקטאר איידער דו באזוכסט דארט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לאור דעם תגובה, וויל איך עפענען דעם אשכול:
לכאורה האט געשריבן:מיין הכרת הטוב צו טראמפ גייט זיין דורכ'ן אים ארויסוואוטן אין נאוועמבער אי"ה

איך בין נייגעריג אויב עס איז אויסגעהאלטן על פי דעת תורה צו שטימען קעגן אן אמטירענדער פרעזידענט וואס האט געזוכט צו טון טובות פאר אידן, ווי רובאשקין און די פירסט סטעפ עקט וואס האט באפרייט פילע היימישע אידן.

אלס כבוד למלכות האט מען אלעמאל געהייסן שטימען פאר אמטירנדע קאנדידאטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אידן, אויך ביי לאקאלע פאלעטישענס, אפי' ווען דרויסנדיגע קאנדידאטן האבן צוגעזאגט בעסערס. כ"ש ווען די רעדע איז א פרעזידענט, און בנוסף צו פילע טובות וואס ער האט געטון פאר אידן.

חוץ מזה, בין איך כמעט זיכער אז אלע קהילות און רבנים וועלן ארויסקומען אז מען דארף שטיצן טראמפ, ווערט עס א שאלה פון ועשית ככל אשר יורוך.

איינער האט עפעס מעשיות אדער הדרכות אין דעם ענין פון פריעדיגע צדיקים?

אויף דעם איז דאך שוין מעיאר פיט געלאפן, (אויב קואמא דער גוי מוז זיין אויסגעהאלטן מיט די גאנצע אמונה, מעג מען דאך מסתמא ברענגען א ראי' פון דעם רעליגיע פרעדיגער פיט, נישט אזוי? א שטעקן האט דאך צוויי עקן...) מיש נישט אריין דעם כביכול אין די אלגעמיינע פאליטיק, ג-ט האט נישט קיין פארטיי, על כל פנים, א טראמפ רעפאבליקאנער איז ער זיכער נישט, און איך זאג נישט אז פארקערט יא.

[אויב מיין קהילה וועט אינדארסן טראמפ, שטים איך בלי נדר פאר אים, סוף כל סוף די פאפעלער וואויט און די סטעיט ניו יארק פארלירט ער דאך סיי ווי]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך רעד נישט פון אויסגעהאלטענע פארטיי און אויך נישט פון דעם פרעזידענט'ס צדקות.

נאר איבער שטיצן טראמפ, אלס הכרת הטוב און שלום למלכות אלס אמטירנדער פרעזידנט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פאר אבאמא האסטו געוועלט אין 2012 אלט'ס "שלום למלכות אלס אמטירנדער פרעזידנט"?
Gimme a break
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סטיטשינער האט געשריבן:פאר אבאמא האסטו געוועלט אין 2012 אלט'ס "שלום למלכות אלס אמטירנדער פרעזידנט"?
Gimme a break

דאס פרעג איך טאקע, היתכן? איז עס אויסגעהאלטן על פי תורה?

איך האב נישט געוועלט פאר קיינעם אין 2012 און אויך נישט 2016.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געוויסע נעמען דעם אשכול פערזענליך כאילו איך האלט איינעם פאר... איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג אויב איינער האט אמאל געהערט איבער דעם ענין פון א גדול בישראל.

אויב ווייסט איר נישט דאן מוזט איר נישט ענטפערן. אפי' אויב איר ווייסט צו וועלכן פארטיי איך באלאנג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יא, יא...

ס'מיר נאר אינטרעסאנט פארוואס פונקט ווען טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג פאנגט מען אן פרעגן דיע "תמימות'דיגע" פראגעס....

(איך מיין נישט אייך פערזענליך.. עס רעגט מיר פשוט אויף דיע עקעל'דיגע היפאקראטיע..)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס טוט זיך האט געשריבן:יא, יא...

צום פינפטן מאל:

איך וויל הערן הוראות גדולי ישראל איבער דעם ענין, נישט דיין בויך ווייטאג.

יישר כח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ביי סתם פאליטישענס איז דא קלארע הוראות אויף פארקערט. אויב עפעס פאר דער וואס גייט ווארשיינליך געווינען, נישט די אמטירנדע.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סטיטשינער האט געשריבן:ביי סתם פאליטישענס איז דא קלארע הוראות אויף פארקערט (אויב עפעס פאר דער וואס גייט ווארשיינליך געווינען, נישט די אמטירנדע.

און ווען ס'איז 50/50?

ברענג מעשיות, קול קורא'ס, היסטארישע פאקטן...

איך וויל הערן, ווייל איך בין נייגעריג צו וויסן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

עס איז דא א חילוק פון א קהילה אינדראסירונג, אין א דעת תורה, אין אמעריקע האט מען כמעט קיינמאל נישט געניצט 'ועשית' פאר וואלן, אין איינצעלע פעלער טאקע יא. אבער געווענטליך אינדראסירן נאר די קהילות.

אויב מיין קהילה וועט אינדראסירן טראמפ וועל איך אי"ה שטימען פאר אים, און אויב זיי וועלן אינדראסירן קאמאו וועל איך אי"ה אים שטיצן, און פארשטייט זיך דעבלאזיאו וועל איך אויך שטיצן.

אבער איך גלייב נישט אז מיין דעת תורה וועט איינעם אינדראסירן אין 2020.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מיין דעת בעה'ב, הכרות הטוב, איך בין נישט קיין ריפאבליקן און נישט קיין דעמקראט,( איך בין א גלות איד)
איך האב געוועלט פאר רביצין קלינטאן פאר פרעזידענט ווייל איר מאן האט באפרייט סקווערע אידן פון תפיסה
איך גיי בעז"ה וועלן פאר טראמפ וועגן ריבאשקין, און יעצט ביי קראנע שילן
איך גיי וועלן פאר קאומאו ווייל ער האט זיך ווייל ער האט זיך אומצאליגע מאל געשטעלט אויף די היימישע עולם זייט כאטש סאיז געווען זייער אום פאפולער
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:יא, יא...

ס'מיר נאר אינטרעסאנט פארוואס פונקט ווען טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג פאנגט מען אן פרעגן דיע "תמימות'דיגע" פראגעס....

(איך מיין נישט אייך פערזענליך.. עס רעגט מיר פשוט אויף דיע עקעל'דיגע היפאקראטיע..)

ווייל טראמפ האט געטוהן פערזענליכע טובות פאר אידן. און צימביישפיל אבאמא נישט,
במילא פרעג מען וועגן טראמפ,
נישט ווייל עס איז בייעס!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דעת תורה: טראמפ אדער ביידען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אביסל טיפער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:יא, יא...

ס'מיר נאר אינטרעסאנט פארוואס פונקט ווען טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג פאנגט מען אן פרעגן דיע "תמימות'דיגע" פראגעס....

(איך מיין נישט אייך פערזענליך.. עס רעגט מיר פשוט אויף דיע עקעל'דיגע היפאקראטיע..)

ווייל טראמפ האט געטוהן פערזענליכע טובות פאר אידן. און צימביישפיל אבאמא נישט,
במילא פרעג מען וועגן טראמפ,
נישט ווייל עס איז בייעס!

פארוואס פרעגט מען דאס נישט ביי קאמאו?

בד"וו האסט געוואט פאר קלינטאן אלס די סקווירא אידן?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”