פעיק נוז האט געשריבן:אנע פשרות האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:Programming האט געשריבן:
כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד,
אויף וואס פאר א באזיס שרייבט איר דאס?
די טבע העולם איז אז ווען א אנשטעקיגע מחלה דרייט זיך ארום און ס'איז די געשפרעך פון טאג וועלן פיל מיר מענטשן מיינען אז זיי האבן עס געהאט ווי די וואס האבן טאקע.
אנטי באדי טעסטס ווייזן אז מיליאנען ניו יארקער האבן עס שוין געהאט.
מיליאנען מיינט יעדער? אדער כמעט יעדער? אדער א רוב? אדער אפילו נאענט צו דעם?
די סאמע אנטי באדי טעסטס פון וואס דו רעדסט ווייזן אז בלויז איינס אין אכט ניו יארקער האבן עס שוין געהאט, וואס דאס אליינס פראווט די פוינט וואס איך האב געשריבן.