לכבוד מיינע גוטע פריינט שיחיו
עס איז שוין מער ווי דריי יאר וואס איך דריי מיך ארום מיט בלויז איין ניר, נאכ'ן האבן די זעלטענע זכי' צו ראטעווען דאס לעבן פון א צווייטער איד וואס האט זיך גענויטיגט אין א פרישע ניר.
די ארגאניזאציע וואס האט מיר בשעתו אונטערגעהאלטן, אונטערגעפירט און ארויסגעהאלפן בכל פרט ופרט, רופט זיך "רינועל" (התחדשות). זיי האבן שוין געהאלפן הונדערטער אידישע קינדער מיט פרישע נירן, און פלאנען פאראויסצוגיין מיט זייער עבודת הקודש פון דינען אלס שדכנים צווישן ניר נדבנים און ניר ליידנדע, באגלייטנדיג ביידע זייטן מיט ראט און טאט און פינאנציעלע הילף.
ליידער האבן מיר נארוואס איבערגעלעבט א זעלטענע מגיפה וואו מיר האבן פארלוירן אסאך נפשות יקרות. אבער איינס פון די קאנסעקווענצן דערפון איז היבש אומבאקאנט, און וועט בלייבן מיט אונז פאר א לאנגע צייט. נעמליך, גאר אסאך איבערלעבער פון די מגיפה זעלבסט, האבן אלס רעזולטאט פארלוירן די פונקציעס פון די נירן רח"ל, און דארפן צוקומען צו דיאלעסיס, און עווענטועל צו א נירן טראנספלאנט.
רינועל רעכנט זיך אויף צענדליגער פרישע פעלער פון פאציענטן וואס וועלן געברויכן זייער הילף, אבער אן די נויטיגע פאנדס קענען זיי נישט אויסשטרעקן די האנט צו העלפן.
אט איז מיין פערזענליכע בלעטל אינערהאלב די אקציע אויפצוטרייבן צוויי מיליאן דאלער במשך די קומענדיגע 5 טעג פאר די פיקוח נפש ארגאניזאציע. איך רעכן מיך אויף אייער שטיצע, און וועל שעצן יעדע סארט נתינה איר קענט ביישטייערן מיר צו העלפן גרייכן מיין פערזענליכע ציל.
יישר כחכם
י.מ.
https://www.rayze.it/kidney/jmeisels
העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
באקומען אין אימעיל. גראדע דא אויפ'ן וועלטל דרייען זיך עטליכע ניר נדבנים, אבער מיין חבר האט מיר געבעטן איך זאל אים העלפן גרייכן זיין ציהל.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
יאפס ס'איז עכט!!! ס' איז קרעמער!! כ'זאג דיר צו כהאב אים געזען.... דא אויבן, ער'ט ארויסגעקוקט פון פענסטער!!
שוין יעצט קען זיך שוין אלעס עפענען....
שוין יעצט קען זיך שוין אלעס עפענען....
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30731
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
השתתפתי והושעתי
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:השתתפתי והושעתי
אזוי שנעל? א זכי'ה!
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
דא איז דא א שטיקל פראבלעם.. ווייל דער עולם שרייבט ביים מנדב זיין דעם עכטן נאמען, אדער ראשי תיבות, און איך ווייס נישט געהעריג וועמען צו באדאנקן.
אלזא: יישר כח ר' י. א. פאר די הערליכע נדבה פון $36, מיין חבר זאגט אז די חיזוק רייד וואס דו האסט צוגעשריבן האבן אים באנומען.
א ריזיגן דאנק פאר ר' יואל שניצער, פאר די גראנדיעזע נתינה פון $180! ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה ולברכה.
און א יישר כח ר' יואל כהן פאר די שיינע נדבה פון $18 - זאל עס טאקע זיין לע"נ ר' חיים משה בן ר' שמואל יצחק ז"ל
אלזא: יישר כח ר' י. א. פאר די הערליכע נדבה פון $36, מיין חבר זאגט אז די חיזוק רייד וואס דו האסט צוגעשריבן האבן אים באנומען.
א ריזיגן דאנק פאר ר' יואל שניצער, פאר די גראנדיעזע נתינה פון $180! ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה ולברכה.
און א יישר כח ר' יואל כהן פאר די שיינע נדבה פון $18 - זאל עס טאקע זיין לע"נ ר' חיים משה בן ר' שמואל יצחק ז"ל
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
יישר כח ב. שולם פאר די שיינע נדבה פון $18 - ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה
- ב שלום
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8595
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
- לאקאציע: טשענל 12
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
קרעמער האט געשריבן:יישר כח ב. שולם פאר די שיינע נדבה פון $18 - ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה
אמן
רבי! פליז פאקעס...
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
וואס מיינט דער פינטל? אז איך דארף שוין נאך איינעם בא'שכוח'ן. ביסט גערעכט.
עפעס איינער "נו.. נו" האט זיך אנגערופן מיט א שיינע נתינה פון $18 - א לעכטיגן שבת פאר דיר, און פאר אלע צוקונפטיגע מנדבים.
עפעס איינער "נו.. נו" האט זיך אנגערופן מיט א שיינע נתינה פון $18 - א לעכטיגן שבת פאר דיר, און פאר אלע צוקונפטיגע מנדבים.
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
ער קומט זיך דא אריין דער קרעמער כאילו ער איז נעכטן דא געווען און אייער נעכטן, פילט זיך דא היימיש ווי ביים טאטן אין וויינגארטן און גייט גלייך צו צום פוינט אן קיין הקדמות.
רבי קרעמער, נישט אזוי גייט עס,
קום אריין, זאג שלום עליכם, זאגט אז שוין דריי יאר וואס איר האט נישט דא ערשיינט אפילו בטעות, זאג א גוטן פאר אלע פרישע אידן וואס דרייען זיך דא, מאך א ברכת שהחיינו און תחיית המתים פאר דיינע אלטע באקאנטע דא, און נאכדעם קענסטו אויך בעטן א טובה אזוי אגב.
#זשאטס טשעפענינג.
רבי קרעמער, נישט אזוי גייט עס,
קום אריין, זאג שלום עליכם, זאגט אז שוין דריי יאר וואס איר האט נישט דא ערשיינט אפילו בטעות, זאג א גוטן פאר אלע פרישע אידן וואס דרייען זיך דא, מאך א ברכת שהחיינו און תחיית המתים פאר דיינע אלטע באקאנטע דא, און נאכדעם קענסטו אויך בעטן א טובה אזוי אגב.
#זשאטס טשעפענינג.
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
פאר די טשעפע וועל איך אויך אי''ה מנדב זיין.
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
קום איך אריין נאנט צום זמן שבת, צו זעהן אז די קאנטע וואקסט ב"ה. לאמיר אריינכאפן ביומו תתן שכח'ו...
דער ניק "פאטאקי08" האט אויך בייגעשטייערט דעם נאבעלן סכום פון $36 לכבוד מיין חבר - א שיינעם דאנק אייך.
ר' יואל גרובער האט געשאנקן גאנצע $54, דריי מאל ח"י, זאל ער זוכה זיין צו א ברכה משולשת, יברכך וגו' יאר וגו' ישא וגו'.
א גוט שבת אידן - פרובירט שטארק מיך צו האלטן פארנומען, מיין חבר וועט מיך שעצן דערפאר.
======
שמחה'לע, אויב דו ביסט איינער פון די אויבנדערמאנטע: יישר כח!
אויב נישט... א טשעפע דארף מען באצאלן.
---
אופס, שמחה האקט, ער זאגט אז ער גייט אי"ה געבן. יישר כח למפרע.
דער ניק "פאטאקי08" האט אויך בייגעשטייערט דעם נאבעלן סכום פון $36 לכבוד מיין חבר - א שיינעם דאנק אייך.
ר' יואל גרובער האט געשאנקן גאנצע $54, דריי מאל ח"י, זאל ער זוכה זיין צו א ברכה משולשת, יברכך וגו' יאר וגו' ישא וגו'.
א גוט שבת אידן - פרובירט שטארק מיך צו האלטן פארנומען, מיין חבר וועט מיך שעצן דערפאר.
======
שמחה'לע, אויב דו ביסט איינער פון די אויבנדערמאנטע: יישר כח!
אויב נישט... א טשעפע דארף מען באצאלן.
---
אופס, שמחה האקט, ער זאגט אז ער גייט אי"ה געבן. יישר כח למפרע.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
קרעמער האט געשריבן:וואס מיינט דער פינטל? אז איך דארף שוין נאך איינעם בא'שכוח'ן. ביסט גערעכט.
עפעס איינער "נו.. נו" האט זיך אנגערופן מיט א שיינע נתינה פון $18 - א לעכטיגן שבת פאר דיר, און פאר אלע צוקונפטיגע מנדבים.
נו... נו....
כ'האב געמיינט וועסט ציילן דו פינטעלעך
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
נו שוין... בין איך נישט אזוי געריבן. א שיינעם דאנק אזוי צי אזוי.
---
"שמואל חיים" האט זיך אויך ווארעם אנגערופן מיט א שיינע נתינה פון $18 - תשואת חן חן לו!
א גוטע וואך

- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
אפשר מאכסטו נאך די גאונות'דיגער איינפאל פון אונזער ארגענטינע'ר טראקער, און פאר יעדער נדבה ענטפערסטע א פראגע? געלט וועט אריין פליען עד שיבלעו שפתותיך...
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
אדרבה, בחנוני נא בזאת, פארהער מיך
------
יישר כח ר' ישעי' לעבאוויטש פאר די נאבעלע נדבה פון $101 - אינו דומה מאה פעמים למאה פעמים ואחת - זאלסט געבענטשט ווערן פונעם אחד יחיד ומיוחד מיט כל מילי דמיטב.
-----
הייליגע רבותי, דער פאנד רעיזער איז שוין אריין אין קראפט א שעה צוריק. ב"ה רינועל האט שוין דערגרייכט א פערטל פונעם אומגעהויערן ענדע ציל פון צוויי מיליאן טאלער, אבער מיין חבר האלט נאך ביי א "זיבן-און-דרייסיגסטל" פון זיין ציהל... און דער קאמפיין ענדיגט זיך בעוד שלשת ימים.
שליידערט אריין, גרויס געלט, קליין געלט, ער - און אלע פאציענטן פון רינועל - וועלן אייך שטארק דאנקבאר זיין, בזה ובבא.

- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
זאג פאר דיין חבר אז ער זאל נישט דערשראקן ווערן פון די באציל, קודם כל 497 דאלער איז עטוואס מער פון אכצן דאלער ניינציג, און עניוועיס האבן זיי באגאסן יעדעם מיט א באציל פון אכצן דאלער ניינציג, אלנפאלס וואונטשן מיר פאר אייער חבר אבאנטש הצלחה עמיר זיך משתטח זיין
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
יישר כח "נתן משה" פאר די שיינע נתינה פון $18 - זאל עס טאקע זיין לרפואת אברהם בן שרה רבקה - בתוך שאר חולי ישראל
חברה, קיעפ דעם קאמינג! די גרויסע ציהל האלט שוין ביי 559,929, מיין חבר האלט ביי 515...
חברה, קיעפ דעם קאמינג! די גרויסע ציהל האלט שוין ביי 559,929, מיין חבר האלט ביי 515...
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
אזוי שטילערהייט ריקן זיך די ציפערן ב"ה ארויף
יישר כח YLW פאר די שיינע נתינה פון $18 - זאלסט זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין
יישר כח קלמן יאסעלע פאר די שיינע נתינה פון $18 - זאלסט האבן תורה וגדולה במקום אחד
------
א באזונדערן יישר כח פאר'ן נישט פרעגן גארנישט... סטיטשינער, ארבעט שווערער
יישר כח YLW פאר די שיינע נתינה פון $18 - זאלסט זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין
יישר כח קלמן יאסעלע פאר די שיינע נתינה פון $18 - זאלסט האבן תורה וגדולה במקום אחד
------
א באזונדערן יישר כח פאר'ן נישט פרעגן גארנישט... סטיטשינער, ארבעט שווערער
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
איי געס אז היינטיגער צייטן איז די עולם ווייניגער נייגעריג ווי אמאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2659
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
משתתף געווען.
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
ס'קוקט אויס ווי דער קרעמער דא איז אזא יום זה מכובד
מאי האי?
מאי האי?
718-480-5349
- ארחיקה נדד
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5907
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
- לאקאציע: מ'וואנדערט
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
כאב געגעבן, אצינד מיסטער קרעמער זייט אונז מהנה מיט א זאפטיג ארטיקל.
עוד קרעמער חי!
עוד קרעמער חי!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Re: העלפט מיין חבר העלפן רינועל העלפן ווירוס געליטענע
בלעכענער פנים האט געשריבן:משתתף געווען.
יישר כח בלעכענער פנים פאר די גאר שיינע נתינה פון $101 - כ'האב פונקט היינט געזען אין א ספר אז 101 איז די גימטריא פון "מיכאל" (דער שר הממונה על הזכרון), און 100 איז די גימטריא פונעם שר הממונה על השכחה. זאל דער אויבערשטער העלפן שיעלה ויבוא זכרונינו לטובה ולברכה, און איר זאלט האבן די זכי' צו געדענקן דאס לערנען ווי די אידן וואס האבן דאס געהערט מפי הקב"ה בכבודו ובעצמו (עי' מדרש שיר השירים רבה אז די תורה וואס מ'האט געהערט פון הקב"ה אליינס האט נישט שולט געווען דערין קיין שכחה, נאר ווען זיי האבן פארלאנגט צו הערן פון משה האבן זיי אנגעהויבן פארגעסן. און דער מדרש ענדיגט צו אז לעתיד לבא וועט מען ווידעראמאל נישט פארגעסן. יהי רצון שנזכה לזה בעגלא ובזמן קריב).