קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נשמה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:פון ווי נעמסטע אז עס נעמט איין וואך אריינצוגיין אין שפיטאל? ווען דאס עטעמען גייט נישט דעמאלט טראגט מען אריין אין שפיטאל, אבער דאס זאגט גארנישט ווי לאנג צוריק ער האט באקומען דער וויירוס.

אכטונג געבן דארף מען אלעמאל אפילו ווען עס איז א איין פערצענט סכנה, אבער ריאליסטיש דארף מען זיין. און דאס איז מיין עיקר נקודה!

דעת תורה זאגט אז אויב עס דרייט זיך זאל מען אכטונג געבען, אבער ווער האט דיר געזאגט אז עס דרייט זיך נאך? דריי זיך אין דער גאס, און די געשעפטן און אין די בתי מדרשים וועסטו זעהן אז עס דרייט זיך נישט.

(פון אלטע און קראנקע מענטשן רעד איך נישט, וויל אויף זיי איז דא א דעת תורה אז זיי זענען אין א סאך א גרעסערע געפאר)

נישט אלעמאל דארף מען אזוי אכטונג געבן ווי דאס מאל. ביי די פלו לא עלינו ולא עליכם דארף מען אכטונג געבן אזוי ווי דאס מאל? די פלו קען אויך זיין שעדליך ה"י. אלא מאי מוז זיין אז דאס מאל געט די שכל פון די מענטשהייט מיט אז דאס מאל איז עס גענוג מער ווי די פלו אז מ'זאל דארפן אכטונג געבן. ס'דא א טבע העולם, און נאכדעם איז דא א דבר, א מאָרד! ל"ע.

ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האב איך עס און איך ווייס נישט, און איך קען הרג'נען איינעם בשוגג. ביי די פלו דארפסטו נישט טראכטן, אפשר האט עס יענער און ער קען מיך דער'הרג'נען. ניין. פארוואס? ווייל די שכל פארשטייט אז ס'דא אזא זאך ווי טבע העולם. (איך רעד נישט ווען מ'ווייסט זיכער)

דא, איז די 'אפשר' גענוג שטערקער, אז ס'זאל מאכן אז מ'זאל מוזן אכטונג געבן. (ס'גייט גענוג ארויס פון די טבע העולם) איז וויבאלד מ'דארף אכטונג געבן, דארף מען וויסן צו עס דרייט זיך נאך.

איך רעד פון אזא דרייעריי ווי פורים תש"פ. קיינער האט עס נישט געהאט, ווען פיהל האבן עס באקומען. פון וואו האבן זיי עס באקומען, אויב קיינער האט עס נישט געהאט?

נאר מ'האט עס יא געהאט. און מ'האט זיך ארומגעדרייט און געטאנצן אויף טראקס. געטראגן משלוח מנות. אריינגעקומען צו איינעם, אים געשטאכן מיט א מעסער אז בלוט איז גערינען און יענער האט נאך נאכדעם אנגעוואונטשן. בלב שלם. אלעס איז אנגעגאנגען. מ'האט געמיינט אז קיינער האט עס נישט געהאט. אבער אסאך האבן עס געהאט.

פארוואס דארף איך נישט מורא האבן אז ס'איז אזא מצב ווי פורים תש"פ. ס'האט עפעס א הסבר אין די הלכה. ניין?

זאלסט מיר מוחל זיין טייערע נשמה, אבער אזא שפראך רעדט נישט צו מיר. איך האב איגנארירט די אלע אשכולות ווי מעסערס און בלוט רינען און אריין שטעקן א מעסער אינעם הארץ, איז געווען די שפראך. אידישע קינדער זענען וואויל און ווילען זיין וואויל און מען טאר אזוינס נישט רעדען. קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכץ.

מילא דעמאלט בשעת עס האט געבושעוועט, און מען האט גענוצט אזעליכע ווערטער, נו, האט מען עס נאך פארשטאנען, און איך האב נישט רעאירט נאר אינגארירט די אשכולות ווייל עס האט מיר זייער געבאדערט די עקסטרעמקייט (פון ביידע זייטן). אבער היינט צו טאג, ווען יעדער זעהט בעשיינפורלעך אז די זין איז שוין ארויס געקומען און דער מגיפה האט זיך שוין ב"ה אפ געשטעלט, איז פארוואס ממשיך זיין אניזייען אזא שרעק און ניצען נאך אלס אזעליכע ווערטער? יעצט איז שוין נישט פורים תש"פ.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ר' יום טוב האט געשריבן:זיכער דארף מען אכטונג געבן, און מען טאר נישט זיין לייכטזיניג. סאשעל דיסטענס איז געמאכט געווארן אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן כאפן די וויירוס.

אבער נוץ שכל און זיי פארזיכטיג. אויב דער עולם הויבט אן שפירן אז מ'נעמט זיי אויף א רייד, דאן פארלירסטו זייער קאאפאראציע. אז מען הויבט יעצט אן צו זען אז די וויירוס איז אזויווי יעדע וויירוס, וואס מען קען נישט כאפן א צווייטע מאל, פארלירט דער ציבור די טראסט אין די וועלכע האבן אלאראמירט אז מען קען עס נאכאמאל כאפן. אויב די גאנצע צוועק פון סאשעל דיסטענס איז מכלומרש'ט געווען אז די וויירוס זאל אוועקגיין, אצינד ווען מען זעט אז ווי ווייניגער מען היט סאשעל דיסטענס אלס מער גייט עס אוועק, ווערט שווער פארוואס מען דארף ווייטער בכלל אנהאלטן סאשעל דיסטענס?

דער עולם איז גרייט צו הערן פאקטן. ווילאנג מען טרייבט נישט איבער און מען שרעקט נישט אן מיט הוילע לאזונגען אדער זינלאזע טעאריעס.

איך שמייכל.

די צוועק פון סאושל דיסטענס איז געווען אז ס'זאל אוועקגיין? מ'קען נאך אלץ זאגן אז די צוועק איז געווען אז עס זאל נישט זיין קיין גע'הרג'טע. ויירא ויצר. וירא שמא יהרג (ב"ר ותנחומא). ויצר לו אם יהרוג הוא את אחרים.

מ'דארף אכטונג געבן אויף זיך און אויף יענעם. וויאזוי וועט עס אוועקגיין? אה. דא דארף מען האבן אמונה. ניין?

אויב איך קאנטראליר די וועלט, דאן האלט איך אז מ'זאל נישט אזוי אכטונג געבן, ווייל איך קען מיך פארשפארן אין מיין הויז. שטעקטס ענק אלע אן. ווער ס'שטארבט זאל שטארבן לא עלינו. און איך קום ארויס א געווינער. זאגט די תורה ניין. דו דארפסט אכטונג געבן אויף יענעמ'ס לעבן אויך.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זאלסט מיר מוחל זיין טייערע נשמה, אבער אזא שפראך רעדט נישט צו מיר. איך האב איגנארירט די אלע אשכולות ווי מעסערס און בלוט רינען און אריין שטעקן א מעסער אינעם הארץ, איז געווען די שפראך. אידישע קינדער זענען וואויל און ווילען זיין וואויל און מען טאר אזוינס נישט רעדען. קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכץ.

מילא דעמאלט בשעת עס האט געבושעוועט, און מען האט גענוצט אזעליכע ווערטער, נו, האט מען עס נאך פארשטאנען, און איך האב נישט רעאירט נאר אינגארירט די אשכולות ווייל עס האט מיר זייער געבאדערט די עקסטרעמקייט (פון ביידע זייטן). אבער היינט צו טאג, ווען יעדער זעהט בעשיינפורלעך אז די זין איז שוין ארויס געקומען און דער מגיפה האט זיך שוין ב"ה אפ געשטעלט, איז פארוואס ממשיך זיין אניזייען אזא שרעק און ניצען נאך אלס אזעליכע ווערטער?

חלילה. חלילה. איך האב אפילו אמאל געהאט געשריבן אז ס'האט זיך ארומגעדרייט רוצחים אויב עס איז געווען נרצחים. אבער איך האב מיך נישט געקענט בארואיגן ווילאנג כ'האב עס אויסגעמעקט.

מ'טאר אזוי נישט רעדן.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נשמה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:זיכער דארף מען אכטונג געבן, און מען טאר נישט זיין לייכטזיניג. סאשעל דיסטענס איז געמאכט געווארן אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן כאפן די וויירוס.

אבער נוץ שכל און זיי פארזיכטיג. אויב דער עולם הויבט אן שפירן אז מ'נעמט זיי אויף א רייד, דאן פארלירסטו זייער קאאפאראציע. אז מען הויבט יעצט אן צו זען אז די וויירוס איז אזויווי יעדע וויירוס, וואס מען קען נישט כאפן א צווייטע מאל, פארלירט דער ציבור די טראסט אין די וועלכע האבן אלאראמירט אז מען קען עס נאכאמאל כאפן. אויב די גאנצע צוועק פון סאשעל דיסטענס איז מכלומרש'ט געווען אז די וויירוס זאל אוועקגיין, אצינד ווען מען זעט אז ווי ווייניגער מען היט סאשעל דיסטענס אלס מער גייט עס אוועק, ווערט שווער פארוואס מען דארף ווייטער בכלל אנהאלטן סאשעל דיסטענס?

דער עולם איז גרייט צו הערן פאקטן. ווילאנג מען טרייבט נישט איבער און מען שרעקט נישט אן מיט הוילע לאזונגען אדער זינלאזע טעאריעס.

איך שמייכל.

די צוועק פון סאושל דיסטענס איז געווען אז ס'זאל אוועקגיין? מ'קען נאך אלץ זאגן אז די צוועק איז געווען אז עס זאל נישט זיין קיין גע'הרג'טע. ויירא ויצר. וירא שמא יהרג (ב"ר ותנחומא). ויצר לו אם יהרוג הוא את אחרים.

מ'דארף אכטונג געבן אויף זיך און אויף יענעם. וויאזוי וועט עס אוועקגיין? אה. דא דארף מען האבן אמונה. ניין?

אויב איך קאנטראליר די וועלט, דאן האלט איך אז מ'זאל נישט אזוי אכטונג געבן, ווייל איך - פינף און זיבעציג יעריגער ראש הקהל - קען מיך פארשפארן אין מיין הויז. שטעקטס ענק אלע אן. ווער ס'שטארבט זאל שטארבן לא עלינו. און איך קום ארויס א געווינער. זאגט די תורה ניין. דו דארפסט אכטונג געבן אויף יענעמ'ס לעבן אויך.

אבער וואס איז דער צוועק פון סאושל דיסטענס יעצט אז עס איז שוין נישט דא?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זארג נישט האט געשריבן:

איך שפאקוליר וואו מ'קען אוועקשטעלן די כובד המשקל. איך זאג נישט אז מ'דארף, איך זאג נישט אז מ'דארף נישט. איך ברענג ארויס די צדדים.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

רעדענדיג פון עקסטרעמקייט, וואלט איך געמאכט א סטעיטמענט, אז די עקסטרעמקייט פון ביידע זייטן האט געהארגעט מענטשן. איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן ווי איינער צווינגט אריין זיין האנט און גלעט יעדן אויפן פנים און לאכט זיך אינטער, (און נישט פון שלעכטקייט, נאר פון צודרייטקייט, ער האט נעבעך געמיינט אז עס איז פאני), און איך וואלט נישט געווען סורפרייזד אז יענער (א 65 יעריגער) לעבט שוין נישט. אבער די עקסטרעמקייט פון דער מעיאר און גאווערנאר און שפיטעלער (און די "תוצאות דערפון") האט זיכער געהארגעט א סאך מענטשן און אפשר אפילו מער ווי האלב פון די נפטרים!

עקסטרעמקייט איז קיינמאל נישט גוט, און עקסטרעמע לשונות אויך נישט. לאמיר שוין זיין ריאליסטיש.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זארג נישט האט געשריבן:רעדענדיג פון עקסטרעמקייט, וואלט איך געמאכט א סטעיטמענט, אז די עקסטרעמקייט פון ביידע זייטן האבן געהארגעט מענטשן. איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן ווי איינער צווינגט אריין זיין האנט און גלעט יעדן אויפן פנים און לאכט זיך אינטער, (און נישט פון שלעכטקייט, נאר פון צודרייטקייט, ער האט נעבעך געמיינט אז עס איז פאני), און איך וואלט נישט געווען סורפרייזד אז יענער (א 65 יעריגער) לעבט שוין נישט. אבער די עקסטרעמקייט פון דער מעיאר און גאווערנאר און שפיטעלער האט זיכער געהארגעט א סאך מענטשן און אפשר אפילו מער ווי האלב פון די נפטרים!

עקסטרעמקייט איז קיינמאל נישט גוט, און עקסטרעמע לשונות אויך נישט.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז מ'זאל מער נישט צוקומען צו אזא מצב.
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

"הכל בידי שמים"
ב"ה מ'הערט נישט בציבור קיין ערענסטע פרישע קעיסעס, חוץ וואס איך וויייס פון איין אומגעזונטער איד האט עס ליידער יא די וואך גורם געווען אז ער זאל מוזן צוקומען צום שפיטאל.
אבער מאסקעס ביי די אלגעמיינע בעפאלקערונג זעט מען גענוג און נאך אפילו איך האב געהערט איינע פון די אפריקאנע אמריקאנע גאר שטארק שימפן אז ער מוז גיין אינ'ם מאסק און צוריקעטעמען א גאנצע טאג וואס ער האט אריינגעאמעט אינ'ם סחורה זיינע. און אין דעם זאל וואו ער האט זיך אויסגעבן דעם גרימצארן אררויס רעדענדיג פון דעם מאסק האט ער געהאט "אחים לצרה" וואס האבן אויך געשימפט אקעגן דעם פאליסי. משמעות, זיי האלטן נישט אז עס האלט זיי געזונט.
לאז מיר דאנקן דער פון אויבן אז די צרה האט נאכגעלאזט, והמגיפה נעצרה! און לאמיר נישט פארגעסן: הודאה אויף די גוטס און דערצו א בקשה להבא.
אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

הלשון האט געשריבן:ס'איז קיין ספק, אז יעדע ריר - אלעס קומט פון אייבערשטן!

אבער דאך, איז די טבע העולם אז מען פארגעסט זיך אמאל. עולם כמנהגו נוהג - ווען איך רוק ארויף דעם סוויטש ווערט לעכטיג. ווען איך קוועטש די ברעיק, פארט מיין קאר. מען שטעלט אן א וועקער זייגער, און מ'ווייסט זיכער אז ס'גייט קלונגען גענוי יענע מינוט. יא, מ'דארף געדענקן און גלייבן אז ס'וועט קלונגען בעתו ובזמנו, נאר בתנאי "אם ירצה השם". ווייל יעדע בלאז און שאקל, געשעהט נאר אויב מען איז מכריז אזוי אין הימל...

דאס איז אין געווענליכע אומטשענדן...

אבער אצינד אין "קאראנע טיים", דארף מען פשוט זיין בלינד און דום, נישט צו זעהן און אנערקענען אז ס'גאנצע מייסע, אלעס אלעס, ווערט געפירט פון אויבן.

דער הויכגעשפריצטער פירער פון סיי וועלכע לאנד, קען גארניקס טוהן צו באשיצן זיינע געטרייע בירגער פון דעם אנשיקעניש. די גרעסטע מייסטער קעפ פון אלע פארטייען. די סאמע אנערקענסטע דאקטוירים און העלט דעפארטמענטס. די שפיציגסטע ביאלאגיסטן. אלע אלע שטייען לעקיש...

אחוץ צו געבן אינטערוויאס, פרעסע קאנפערענצן, אפ-עדס, בריעפינגס, און העדליינס - ווי מ'טוישט מיינונגען און פאראויסשאצוגען, שנעלער ווי מ'טוישט די ווינדלען פון א ניי-געבוירן בעיבי - טויגן זיי אלע אויף כפרות וואס סרח'ט גאר ווייט.

------

די ליבעראלע גאווערנאר שרייט - אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט

אבער מיר, אידישע קינדער, שרייען - יתגדל... ויתקדש... שמיה רבא!!!

דער וואס קוקט זיך אום זעט די אלע ניסים יעדן טאג.

אגב, ווען האסטו געהערט א ליבעראלע גאווערנאר שרייען אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה האט געשריבן:איך שמייכל.

ב"ה מ'האלט שוין דא..
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך שמייכל.

ב"ה מ'האלט שוין דא..

יאפ. קלאצקאפ האט שוין אויסגעטון די מאסק.
אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

נשמה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:לויט ווי ישראל קנאבלאך (קרית יואל הצלה אדמיניסטרעטאר) און דר גוטפריינד פון אנטווערפען געבן איבער, איז די וויירוס נאך נישט אוועק געגאנגען און מען דארפ ווייטער אנהאלטען סאשעל דיסטענטס ווי ווייט מעגליך

איז עפעס ראנג מיט מיר אז בּיי נאַו גלייב איך גארנישט און כ'האלט אז קיינער ווייסט נישט וואס זיי רעדן? מחוטב עציך פונעם פרעזידענט ביזן דאקטאר אדער הצלה מעמבער?
יעדער האט זיינע שיטות ארויף און אראפ און אלעס איז סברות כרסיות, מען ווייסט אזוי ווייניג פון דעם אז גארנישט מאכט סענס.

פאקט איז אז מערערע פלעצער זענען געהעריג אפן שוין א לענגערע צייט און מען האלט נישט קיין סאושעל דיסטענט אפאר וואכן און מען הערט בכלל נישט קיין נייע קעיסעס ב"ה!

איך קלער אז ווילאנג מ'שטארבט נאך אין ניו יארק, אדער אין די פלעצער ארום, הייסט עס נאך אז מ'דארף אכטונג געבן. נישט אזוי? צו מעג מען זיין גלייכגילטיג? אויב ס'געשעהט נישט, איז אוודאי גוט ב"ה. אבער מ'דארף נישט אכטונג געבן?

אודאי כמבואר בחז"ל תענית כ"א ע"ב אמרו ליה לשמואל איכא מותנא בי חוזאי גזר תעניתא א"ל והא מרחק אמר ליכא מעברא הכא דפסיק ליה עיי"ש באורך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך שמייכל.

ב"ה מ'האלט שוין דא..

יאפ. קלאצקאפ האט שוין אויסגעטון די מאסק.

ווען איך וואלט געוואוסט אז מיין מאסקע איז דאס וואס פארפאניקט דיר אזוי, וואלט איך עס קיינמאל נישט אנגעטון...
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

ביסט גערעכט.
איך קען נישט ׳קיינעם׳ וואס קוואראנטי האט געראטעוועט. (אדרבה קוק ארום דיר אויך און איבערצייג דיך.) ס׳איז יתכן אז ס׳איז דא, אבער דעס איז זיכער נישט די עיקר פאקטאר.

ס׳פשוט וואס מיר האבן געוואוסט אגאנצען צייט אז מ׳קען עס נישט כאפן צוויי מאל.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

לב בשר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

ביסט גערעכט.
איך קען נישט ׳קיינעם׳ וואס קוואראנטי האט געראטעוועט. (אדרבה קוק ארום דיר אויך און איבערצייג דיך.) ס׳איז יתכן אז ס׳איז דא, אבער דעס איז זיכער נישט די עיקר פאקטאר.

ס׳פשוט וואס מיר האבן געוואוסט אגאנצען צייט אז מ׳קען עס נישט כאפן צוויי מאל.

הוילע שטותים. קלאר ווי דער טאג אז פאר יעדן יחיד (נישט די רבים) איז בלייבן אינדעהיים (פון די וואך פון פורים) געווען וואס האט געראטעוועט. געזעהן קלאר ביי מיינע נאנטע.
קלארשטעלונג בלייבן אינדערהיים מיינט, 1. נישט גיין אין גראסערי, 2. די קינדער נישט שפילן מיט די שכנים, 3. נישט גיין צו פריוואטע מנינים, 4. נישט גיין אין מקוה. 5. נישט גיין אין געז סטעשאן, 6. נישט גיין צום דאקטער,
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נישט גיין צום דאקטער????

כ'פארשטיי נישט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

צ"ק ל"ג בעומר.

און דאס אז די וויירוס קאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען איז ריכטיג, פונקט ווי סקאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען א פרישער וויירוס, וואס דער עולם איז פיל ווייניגער אימיונט ווי די דאזיגע וויירוס. איז יא מען דארף ווייטער אז דער בורא כל עולמים זאל אונז אפהיטען, אבער צו מיר דארפען נאך טוען השתדלות וואס איז א ספק צו ס'העלפט, אויף א חשש אז אפשר גייט אנקומען עפעס וואס איז ב"ה נישטא, איז א גרויסע שאלה.

כתבתי עוד ומחקתי

מומחה יוחס האט געשריבן:נישט גיין צום דאקטער????

כ'פארשטיי נישט

סגולה פאר אריכות ימים צו טרינקען 100 יאהר וויין.

אויב מען האט נישט גוט געפילט און מען איז געגאנגען צום דר איז דאך דאס די סיבה פארוואס מען האט באקומען די וויירוס, די וויירוס האט דאך געוויסט אז ער פלאנט צו גיין צום דר.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

לב בשר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

ביסט גערעכט.
איך קען נישט ׳קיינעם׳ וואס קוואראנטי האט געראטעוועט. (אדרבה קוק ארום דיר אויך און איבערצייג דיך.) ס׳איז יתכן אז ס׳איז דא, אבער דעס איז זיכער נישט די עיקר פאקטאר.

ס׳פשוט וואס מיר האבן געוואוסט אגאנצען צייט אז מ׳קען עס נישט כאפן צוויי מאל.

Israel????
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:צ"ק ל"ג בעומר.

און דאס אז די וויירוס קאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען איז ריכטיג, פונקט ווי סקאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען א פרישער וויירוס, וואס דער עולם איז פיל ווייניגער אימיונט ווי די דאזיגע וויירוס. איז יא מען דארף ווייטער אז דער בורא כל עולמים זאל אונז אפהיטען, אבער צו מיר דארפען נאך טוען השתדלות וואס איז א ספק צו ס'העלפט, אויף א חשש אז אפשר גייט אנקומען עפעס וואס איז ב"ה נישטא, איז א גרויסע שאלה.

כתבתי עוד ומחקתי

דער חילוק איז אז דער וויירוס דרייט זיך נאך ארום, הארט נעבן אונז. אין ניו יארק סטעיט זענען מיטוואך צוגעקומען 1500 נייע פאזיטיווע קעיסעס, צווישן זיי 33 אין ראקלענד קאונטי. דאס מיינט אז - ספעציעל מיט דעם וואס דער עולם לאזט שוין נאך פון די סאשעל דיסטענסינג גיידליינס, די קינדער לערנען הויך אויפן קול, שרייען כדרכם צוזאמען געשטופט אין קליינע שטיבער פאר לענגערע צייטן אין א צי - עס פעלט פשוט איין קליינע פינק אנצוצינדן א פרישע פארשפרייטונג ח"ו.

כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד, האלט מען נאך ווייט פון 'הערד אימיוניטי'. איין אזא סימפטאם-לאזער טאטע (וואס האט עס אויפגעפיקט פון א קינד וואס האט עס אהיים געברענגט פון די חדרים) וואס שרייט / זינגט הויך אויפן קול ביי די אהבה רבה ניגון, קען גרינג אנשטעקן אלע מענטשן (וואס האבן עס נאכנישט געהאט) אין זיין שול.

די וויכטיגסטע נקודה צו געדענקן איז אז ער דארף נישט האבן אז אנדערע זאלן אים צוהעלפן דערצו, ער אליין איז בכח דאס צו טון. מילא דאס אז לאמיר זאגן א דריטל ביז א האלבע ביהמ"ד האט עס שוין געהאט, האלט בכלל נישט צוריק פאר די אנדערע האלב עס איבער צו כאפן באותו מעמד.

גאר גאר וויכטיג איז אנצוזאגן אלע בעלי תפילות, חזנים און בעלי קורא (אפשר אויך גבאים וואס רופן אויס עליות און הכרזות) צו אומבאדינגט מאכן א טעסט הארט פאר יו"ט צי זעהן צי זיי זענען נישט חלילה פאזיטיוו, ווייל זיי קענען גאר גרינג אנשטעקן די וואס האבן עס נאכנישט געהאט. (זיך נישט פארלאזן אויף אנטיבאדי טעסטס וואס האבן געוויזן אז מען האט עס שוין געהאט, נאר אויב מען האט גענומען '2' עף די עי אפראווד טעסטס און ביידע האבן געוויזן אז עס איז טאקע אזוי. אפילו אזוי איז מעגליך אז מען איז נאכאלץ פאזיטיוו פארן וויירוס גופא).

עס 'מוז' נישט זיין עס וועט טאקע געשען, ספעציעל אויב די שלעכטע גוים אנטיסעמיטן ארום אונז וועלן ערליך איינהאלטן די פארשריפטן (כאטש מיר וועלן, פרעדיקטעבלי דאווענען צוזאמען געשטופט אין קליינע שולן אנע מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג), און אויב מיר נעמען אן מיט א זיכערקייט אז ס'איז ממש נישטא קיין אנ"ש וואס זענען נאך פאזיטיוו פארן וויירוס. אבער די שאנסן דערפאר זענען העכערע ווי אז א פרישער וויירוס וועט זיך פלוצלינג פארשפרייטן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

על פי דרך הטבע וואלט דער 'פינק' פון וואס דו רעדסט שוין געדארפט אויפפלאקערן איבער א חודש צוריק, אלא מאי די פינק צינט זיך נישט אן פאר א סיבה, און די סיבה וועט ווייטער אנגיין פאר די קומענדיגע חדשים אויך.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Programming האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:צ"ק ל"ג בעומר.

און דאס אז די וויירוס קאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען איז ריכטיג, פונקט ווי סקאן זיך ליאדע מינוט פארשפרייטען א פרישער וויירוס, וואס דער עולם איז פיל ווייניגער אימיונט ווי די דאזיגע וויירוס. איז יא מען דארף ווייטער אז דער בורא כל עולמים זאל אונז אפהיטען, אבער צו מיר דארפען נאך טוען השתדלות וואס איז א ספק צו ס'העלפט, אויף א חשש אז אפשר גייט אנקומען עפעס וואס איז ב"ה נישטא, איז א גרויסע שאלה.

כתבתי עוד ומחקתי

דער חילוק איז אז דער וויירוס דרייט זיך נאך ארום, הארט נעבן אונז. אין ניו יארק סטעיט זענען מיטוואך צוגעקומען 1500 נייע פאזיטיווע קעיסעס, צווישן זיי 33 אין ראקלענד קאונטי. דאס מיינט אז - ספעציעל מיט דעם וואס דער עולם לאזט שוין נאך פון די סאשעל דיסטענסינג גיידליינס, די קינדער לערנען הויך אויפן קול, שרייען כדרכם צוזאמען געשטופט אין קליינע שטיבער פאר לענגערע צייטן אין א צי - עס פעלט פשוט איין קליינע פינק אנצוצינדן א פרישע פארשפרייטונג ח"ו.

כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד, האלט מען נאך ווייט פון 'הערד אימיוניטי'. איין אזא סימפטאם-לאזער טאטע (וואס האט עס אויפגעפיקט פון א קינד וואס האט עס אהיים געברענגט פון די חדרים) וואס שרייט / זינגט הויך אויפן קול ביי די אהבה רבה ניגון, קען גרינג אנשטעקן אלע מענטשן (וואס האבן עס נאכנישט געהאט) אין זיין שול.

די וויכטיגסטע נקודה צו געדענקן איז אז ער דארף נישט האבן אז אנדערע זאלן אים צוהעלפן דערצו, ער אליין איז בכח דאס צו טון. מילא דאס אז לאמיר זאגן א דריטל ביז א האלבע ביהמ"ד האט עס שוין געהאט, האלט בכלל נישט צוריק פאר די אנדערע האלב עס איבער צו כאפן באותו מעמד.

גאר גאר וויכטיג איז אנצוזאגן אלע בעלי תפילות, חזנים און בעלי קורא (אפשר אויך גבאים וואס רופן אויס עליות און הכרזות) צו אומבאדינגט מאכן א טעסט הארט פאר יו"ט צי זעהן צי זיי זענען נישט חלילה פאזיטיוו, ווייל זיי קענען גאר גרינג אנשטעקן די וואס האבן עס נאכנישט געהאט. (זיך נישט פארלאזן אויף אנטיבאדי טעסטס וואס האבן געוויזן אז מען האט עס שוין געהאט, נאר אויב מען האט גענומען '2' עף די עי אפראווד טעסטס און ביידע האבן געוויזן אז עס איז טאקע אזוי. אפילו אזוי איז מעגליך אז מען איז נאכאלץ פאזיטיוו פארן וויירוס גופא).

עס 'מוז' נישט זיין עס וועט טאקע געשען, ספעציעל אויב די שלעכטע גוים אנטיסעמיטן ארום אונז וועלן ערליך איינהאלטן די פארשריפטן (כאטש מיר וועלן, פרעדיקטעבלי דאווענען צוזאמען געשטופט אין קליינע שולן אנע מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג), און אויב מיר נעמען אן מיט א זיכערקייט אז ס'איז ממש נישטא קיין אנ"ש וואס זענען נאך פאזיטיוו פארן וויירוס. אבער די שאנסן דערפאר זענען העכערע ווי אז א פרישער וויירוס וועט זיך פלוצלינג פארשפרייטן.

קיין איין ווארט וואס איר שרייבט שטימט נישט מיט די מציאות. ווי דער פריערדיגע תגובה האט שוין געשריבן.
פאפיגיי האט געשריבן:על פי דרך הטבע וואלט דער 'פינק' פון וואס דו רעדסט שוין געדארפט אויפפלאקערן איבער א חודש צוריק, אלא מאי די פינק צינט זיך נישט אן פאר א סיבה, און די סיבה וועט ווייטער אנגיין פאר די קומענדיגע חדשים אויך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

נאכאמאל ווי לאנג מען האט געהאלטן סאשעל דיסטענסינג, די בתי מדרשים על פי רוב פארמאכט, די קינדער אינדערהיים א.א.וו. מען האט זיך נישט אנגעטראפן מיט צופיל מענטשן איבערן טאג איז דאס אלעס געווען אקעי.

למעשה דער וויירוס ווייסט מען שוין אביסל וויאזוי עס פארשפרייט זיך. עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט מוכרח אז מען ווערט אנגעשטעקט פון אנרירן פארפעסטיגטע אביעקטן. די סאמע בעסטע וועג פארן וויירוס זיך צו פארשפרייטן איז די אומלעגאלע חדרים, און די בתי מדרשים. דאס הייסט א קליינע פלאץ מיט ווייניג לופט צירקולאציע ווי אסאך מענטשן זיצן צוזאמען און זינגען אדער שרייען הויך אויפן קול, כ"ש אויב א אנגעשטעקטער גיבט דארט א היס אדער א ניס, קען איין מענטש אין א משך פון אפאר מינוט אנשטעקן א גאנצע עולם. אפילו אויב רוב זענען שוין באמת אימיונד זענען די פאר וואס נישט אין א פולקאמע סכנה, ווייל עס פעלט נישט אויס אז אלע זאלן עס איבערכאפן, פארקערט עס נעמט א פאר טאג נאכן ווערן אנגעשטעקט מען זאל עס קענען פארשפרייטן ווייטער.

בקיצור דאס אז א שיינע פראצענט איז שוין אימיונד איז א מעלה אין געווענליכע סיטואציעס. אבער ביי א וויירוס וואס איז אזוי שטארק אנשטעקיג איז דא א גרויסע מעגליכקייט פאר פילצאליגע אינדיווידועלע פעלער. סאו כאטש עס קען זיך נישט אזוי שנעל און אזוי גרינג און אזוי ווייט פארשפרייטן, איז מען נאכנישט ארויס מכלל ספק. הלואי זאלן אלע רבנים מחייב זיין - און אינפארסירן - צו זיצן מיט מאסקעס אין שול.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Programming האט געשריבן:
כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד,

אויף וואס פאר א באזיס שרייבט איר דאס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

פעיק נוז האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד,

אויף וואס פאר א באזיס שרייבט איר דאס?

ווייל דאס איז זיין אגענדע
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”