נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט הערט אציט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פיר ליבעראלן קוקן אויס שטאנדהאפטיג אקעגן דעם פרעזידענט'ס קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טאמאס אליטא גארסוטש און קעווענאו זענען געוויס מער אויף די אנדערע זייט אבער ארט שיינען זיי צו זיין אומבאקוועם מיט די ארגומענט פאר אבסאלוטע פרייע פאס צו איגנארירן סובפינעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראבערטס זוכט נאך א מיטל וועג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איך ווייס נישט ווער עס גייט זיגן אין די קעיס דער קאנגרעס אדוואקאט טוט נישט עפעס אן אויסגעצייכנטע ארבעט
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

;l;p-
הכל הבל האט געשריבן:ראבערטס זוכט נאך א מיטל וועג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איצט מאכט סעקעלאו זיין קעיס פאר אבסאלאטע אימיונטי וועלכע איז פיל ברייטער ווי די מער באגרעניצטע ארגומענט געמאכט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט

ראבערטס איז זיך מחי' מיט די געלעגנהייט זיך ארומצונעמען מיט די פראנסיסקא שטעלונג זינט אויב גיט ער מיט דעם ארגומענט קוקט עס כאטש אויס מער באשיידן און איינגעצוימט אין קאנטראסט צו די סעקולא שטעלונג

עס מער ארויסצוברענגן פרעגט ער פון פון פראנסיסקא פארוואס ער האלט אז די סעקולא ארגומענט איז נישט ריכטיג און גייט איבריג ווייט
פראנסיסקא איז קענטיג גרייט דערויף און ערקלערט אז אין פאקט מאכט סעקולאו א געוואלדיגע קעיס נאר די יוסטיץ דעפארטמענט האלט פשוט אז מען דארף נישט גיין ביז אהין צו באפרייען טראמפ פון די סובפינע און אפילו מיט זיין באגרעניצטע ארגומענט קען טראמפ אויף לויז ווערן פון די סובפינע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סקעפטישע סופרים קאורט היינט האט נישט אויסגעקוקט אפעטיטלעך צו ערלויבן עלעקטארס צו שטימען פאר פרעזידענט אנדערש ווי די סטעיט סיסטעם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין יוני 2017 למספרם האבן די דיסטריקט אף קאלמביע און די סטעיט מערילענד אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן פרעזידענט טראמפ אין זיין אין פארלעצונג צו די קאנסטיטוציע צוליב פארדינסטן פון די טראמפ האטעל אין וואשינגטאן די סי און אנדערע פראפערטיס און די טענה איז געווען אז עס פארלעצט די אויסערן און דאמעסטישע עמאליומענט געזעץ מיט דעם וואס ער טוט בענעפיטירן פון אויסלענדישע ביישטייערונגען

די קלעגע איז געווארן געברענגט פאר א דיסטריקט געריכט וועלכע האט עס ערלויבט פאראויסצוגיין אבער דאן האט דער פרעזידענט אריינגעגעבן א מאושען עס ארויסצושליידערן צוליב א רייע אורזאכן אריינגערעכנט דאס אז ער געניסט פון אבסאלוטע אימיוניטי אלץ אמטירנדע פרעזידענט

נאך וואס עס זענען פארבייגעלאפן זיבן מאנאטן און די דיסטריקט געריכט האט גראדע ארויסגעווארפן מיינסטנס פון די טראמפ טענות האבן זיי אבער איינפאך נישט רעאגירט צו די טראמפ טענה פון אבסאלוטע אימיוניטי האט טראמפ זיך געוואנדן צום אפעלאט געריכט וועלכע האט צוזאמגעזעצט א פאנעל פון דריי ריכטער וועלכע זענען געקומען צום אויספיר אז מיטן איגנארירן דעם פרעזידענטס מאושען איבער אבסאלוטע אימיוניטי איז עס פונקט ווי די דיסריקט געריכט זאל אפיציעל האבן אפגעווארפן די מאושען און דאס בארעכטיגט די אפעלאט געריכט אויסצוהערן די קעיס אלץ אן אפעלאט און אויסנוצנדיג די יוריסדיקציע וועלכע זיי האבן זיך
רעזערווירט האט די פאנעל געהערט די אפעלאט און געאורטיילט אז די קלעגער האבן נישט געהאט קיין סטענדינג צו קלאגן און דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט געריכט מיט אינסטרוקציעס אז זיי זאלן אפווארפן די קלאגע

דערנאך האט די פולע געריכט וועלכע באשטייט פון פופצן ריכטער באשלאסן אז זיי וועלן איבערהערן די קעיס און אצינד זענען זיי ארויסגעקומען מיט אן אורטייל אז די פאנעל איז נישט געווען גערעכט און אז די קלאגע קען יא פאראויסגיין צוליב די פאקט אז די פאנעל האט נישט געהאט די יוריסדיקציע אויסצוהערן אן אפעלאט אויף אבסאלוטע אימיוניטי איידער די דיסטריקט געריכט האט אפילו געאורטיילט דערויף

די געריכט אנערקענט אז אין פאל וואס די דיסטריקט געריכט זאל ווען האבן קלאר געשריבן אז זיי פאסן א באשלוס נישט צו אורטיילן איבער אימיוניטי דאן איז דא קלארע לעגאלע פרעצעדענט פאר אן אפעלאט איבערצונעמען די פראגע אבער דא אין די קעיס האט די דיסטריקט ריכטער נאכנישט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו אורטיילן דערויף און דעריבער איז עס נאכנישט רייף פאר אן אפעלאט

די אורטייל אורטייל איז ערווארטעט צו ווערן אפעלירט דורכן יוסטיץ דעפארטמענט צום סופרים קאורט ווייל אויב זיי שטעלן עס נישט באצייטנס אפ קענען די קלעגער אנהויבן זאמעלן באווייזן און פאראויסגיין מיט די קעיס

די אורטייל איז געווען 9-6 ווען די מאיאריטעט איז באשטאנען פון

ריכטערין דיאנא גרעבאן מאטז (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
ראבערט ברוס קינג (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
בארבארא קינאן (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
דזשעימס ווין (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
אלבערט דיאז (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
הענרי פלאיד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
סטעפינא טעקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
פאמעלא העריס (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא ) (נישט פארטוישן מיט קאמאלא העריס..)
ראדזשער גרעגארי (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן אין 2000 למספרם דורך א ריסעס אפוינטמענט אבער ער איז שפעטער געווארן רענאמינירט דורך בוש דעער צווייטער און איז דער הויפט ריכטער אויפן געריכט)

די קעגן אורטייל איז גשטיצט געווארן דורך

ריכטער פאול נעימייער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער)
הארווי ווילקינסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען)
סטיווען עגי (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צוויייטער)
מארווין קוואטלבוים (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
אליסאן דזשונס ראשינג (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
דזשוליאס ריטשארדסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סי קרייז געריכט וועט אויסהערן אום יוני 2 למספרם די ארגומענטן אין די קעיס אין וועלכע הילערי קלינטאן און טשעריל מילס צו בלאקירן די ארדער ארויסצוגעבן אינפארמאציע איבער די 2016 למספרם אימעיל סקאנדאל צו דזשודישאל וואטש
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

א דאנק פאר די באריכט הבל.

ווען די שרייבסט די דיטעילס פון די ריכטער נאמענעישענס, כאפט אן א בושה צו זיין אן אמעריקאנע בירגער... עס איז גענוג שלעכט אז פאליטישענס שפילן א גאנצע טאג פאליטיק און מיינען נישט די ערנסטקייט פון דער זאך, אבער אזא קאראפטירטע יוסטיץ סיסטעם? נישט אז עס איז מיר א חידוש, בושות.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

רואיג! האט געשריבן:א דאנק פאר די באריכט הבל.

ווען די שרייבסט די דיטעילס פון די ריכטער נאמענעישענס, כאפט אן א בושה צו זיין אן אמעריקאנע בירגער... עס איז גענוג שלעכט אז פאליטישענס שפילן א גאנצע טאג פאליטיק און מיינען נישט די ערנסטקייט פון דער זאך, אבער אזא קאראפטירטע יוסטיץ סיסטעם? נישט אז עס איז מיר א חידוש, בושות.

גא"מ א הערצליכן יישר כוח פאר הכל הבל פאר די הערליכע באריכטן.

און די צווייטע חלק דאס איז ממש איינזייטיגקייט אויפן העכסטן לעוול אין גאווערמענט! מילא וועל מ'שלאגט זיך איבער א אידילאגיע צו איבער שיטות און די קאנסערוואטיוון גייען מיט זייער מהלך און די ליבעראלן גייען מיט זייער מהלך פארשטיי איך, ווייל דאס קען מען נאך פארענטפערן און מלבש זיין אז דאס גייט פשוט קעגן זייער אפטייטש אין די געזעץ וכדו', נאך אלעמען ווענד זיך דאך אלעס אין זייער שיקול הדעת.
אבער ווען ס'קומט צו אזעלכע זאכן ווי דא, צו דאס וואס די געריכט האט איגנארירט איין טענה באדייט אז זיי האבן דאס ארויסגעווארפן אדער נישט, א זאך וואס האט גארנישט מיט קיין שיטות אדער אידעלאגיע און נאר צוליב וואס דער פון דער צווייטער זייט הייסט דאנאלד טראמפ טוישט זיך זייער מיינונג צו גיין אנטקעגן איהם אדער אפי' מיט איהם, דאס איז אומדערהערט!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@פאראינטרעסירט, דאס איז נישט קיין נייע זאך, פערצופאל האבן אלע פינעף רעכטע ריכטער פארשטאנען אז דאס געזעץ זאגט אז בוש דארף זיין פרעזידענט, און פארקערט פארקערט.

כי השוחד יעור עיני חכמים שטייט שוין אין פסוק.

און וועגן דעם ברויך יעדע זייט פרובירן צו האבן ווי מער ריכטער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט מיט א צייט צוריק באשלאסן צו ווידער אנהויבן מיט פעדערלאע הינריכטונגען איז א קלאגע אריינגעטראגן געווארן אין געריכט דערקעגן אין א ריכטער האט עס בלאקירט
עס איז אנגעקומען אין די סי סירקוט קאורט און די דעזיגנירטע פאנעל האט אריינגענומען ריכטער גרעג קאסטעס און נעאמי רעא (ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) און זיי האבן אנידערגעשטימט די בלאקאדא ערלויבנידג די פלאן פאראויסצוגיין
די קלעגער האבן פארלאנגט אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן אבער די געריכט האט אצינד געמאלדן אז זיי ווארפן עס אפ צוואונגענדיג די קלעגער צו גייט גראד צום סופרים קאורט
די געריכט שרייבט אז די געוויכט פון אזא קעיס וואלט גראדע פארדינט צו ווערן איבערגעהערט דורכן פולן געריכט אבער זיי רעכענען זיך מיט וואס די סופרים קאורט האט געבעטן אז אויב מען וויל נישט אז זיי (די סופרים קאורט) זאל עס זי פארלויפן דעם וועג און אויסהערן נאך בעפאר די סירקוט באטראכט עס דאן זאל די סירקוט קאורט עס געשווינד אויסהערן און אורטיילן דערויף עס מאכנדיג רייף פארן העכסטן געריכט אויסצוהערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פאנעל אויפן צווייטן סירקוט קאורט האט איצט געאורטיילט אז די יוני 23 למספרם דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט אין ניו יארק מוז פאראויסגיין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אורטייל קומט פון אן איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל די ריכטער זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענטן קארטער, בוש דער ערשטער און קלינטאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס ריכטער עמעט סאליוואן האט געסקעדזשועלט ארגומענטן פאר יולי 16 למספרם איבער דאס שליסן די פלין קעיס האבן נעכטן די פארטיידיגונג גרופע פון פלין אונטערגענומען די אויסערארדנטליכע שריט פון אריינגעבן א פעטיציע צום די סי סירקוט קאורט זיך צו באקלאגן אז דער ריכטער פייניגט פלין אומזיסט און האט א פאליטישע אגענדע אקעגן זייער קליענט און האט פארלעצט זיין אויטאריטעט מיטן נישט אקצעפטירן די לעצטע יוסטיץ דעפארטמענט פיילינג און לאדענען אנדערע צו זאגן זייער מיינונג איבער די טעמע
זיי בעטן פונעם געריכטן צו שליסן די קעיס אדער עס אוועקגעבן צו א צווייטע מער יושר'דיגע ריכטער און אנידערשטימען די ארדער פון ריכטער סאליוואן אז אנדערע זאלן קענען אריינשיקן זייער מיינונג אויב מען זאל ארויסווארפן די קעיס
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פיינעלי טוען זיי צו די זאך! מיט אזא אויסערארדענטליכער ריכטער דארף מען אויסערארדענטליכע שריט
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

@הכל הבל א מעיזשער דאנק פאר אלע דיינע באריכטן.

איך ליין די לעצטע בלאט, און איך זעה נאכאמאל און נאכאמאל "טאטעלע אימיוניטי פארן פרעזידענט", איינער קען מער דאס מסביר זיין. וואס מיינט טאטעלע אימיוניטי?? צו איז טראמפ העכער געזעץ??

און בכלל ווי קען עס די ס.ק. אויסהערן און נישט גלייך עס אפווארפן. די טענה צוברעכט די קאנסטיטוציאנאלע ארבעט פונעם קאנגרעס צו האבן א איבערזיכט אויפן פרעזידענט.
דאס צוברעכט די איקוועליטי פון די דריי ברענטשעס פון גאווערמענט.

אונז זעמיר עפעס אין צ.ק. דא???
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט בלאקירט דאס גיבן מולער אויספארשונג גרענד דזשורי דאקומענטן פאר קאנגרעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אורטייל איז אויף דערווייל און די אדמינסטראציע דארף אריינגעבן איר שטעלונג ערקלערט ביז יוני 1 למספרם
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:נאך וואס ריכטער עמעט סאליוואן האט געסקעדזשועלט ארגומענטן פאר יולי 16 למספרם איבער דאס שליסן די פלין קעיס האבן נעכטן די פארטיידיגונג גרופע פון פלין אונטערגענומען די אויסערארדנטליכע שריט פון אריינגעבן א פעטיציע צום די סי סירקוט קאורט זיך צו באקלאגן אז דער ריכטער פייניגט פלין אומזיסט און האט א פאליטישע אגענדע אקעגן זייער קליענט און האט פארלעצט זיין אויטאריטעט מיטן נישט אקצעפטירן די לעצטע יוסטיץ דעפארטמענט פיילינג און לאדענען אנדערע צו זאגן זייער מיינונג איבער די טעמע
זיי בעטן פונעם געריכטן צו שליסן די קעיס אדער עס אוועקגעבן צו א צווייטע מער יושר'דיגע ריכטער און אנידערשטימען די ארדער פון ריכטער סאליוואן אז אנדערע זאלן קענען אריינשיקן זייער מיינונג אויב מען זאל ארויסווארפן די קעיס

Flynn Appeal -

The mandamus will be heard by Judges Henderson, Wilkins, Rao.
Judges appointed
1 Obama 1 Trump 1 by Reagan
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סי סירקוט סקעדזשועלט פארהער איבער די פלין פראצעס אויף יולי 16 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט אנטזאטגט זיך צו אקצעפטירן א קעיס פון די יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע וויל איבערדרייען אן ארדער פון א ריכטער אוועקצופירן ארום 800 ארעסטאנטן פון א טורמע אין אהייא צוליב די ריזיקע פון אריבערכאפן די ווירוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געריכט האט אבער אפן געלאזט די מעגליכקייט פאר די אדמינסטראציע צו בעטן א סטעי שפעטער אין די פראצעדור
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”