דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חלב ישראל האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב חוח פאר דיין הערליכן מאמר, בעיקר אויף די באשרייבונג און ציטאטן וויאזוי די גאונים און פריערדיגע ראשונים האבן זיך געשלאגן מיט די מתחדשים עד כדי מיתה ממש, ס'מיר געווען א גרויסע חידוש און מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה.. (בכלל וואלט מיר געווען אינטערעסאנט אויב דו קענסט אפירברענגען נאך ביישפילן פון היסטאריע פון פארגעסענע הלכות וואס מ'פלעגט זיך אמאל אזוי שלאגן איבער דעם.)

דא איז די סמבטיון מעשה בשלמות, לויט דעם מעשה איז דער פארפאסער פונעם פיוט נישט געווען דער רבי מאיר ש"ץ פון ווארמייזא נאר א צווייטער מיט'ן זעלבן נאמען וואס האט געוואוינט ערגעץ אין א מדבר אין אזיע. אויך איז זייער מאדנע וויאזוי די פיוט איז אנגעקומען פונעם אזיאנער מדבר קיין דייטשלאנד איבערהיפענדיג אלע אנדערע קהילות פון די בני עדות המזרח און ספרדים אינצווישן. די אידן פון טערקיי, ארם צובא, באגדאד, און לבנון האבן קיינמאל נישט געהערט פון דעם פיוט, פונקט ביים מהרי"ל אין מאגענצע האט עס געלאנדעט, וצעג"מ.

עס איז זייער מאדנע אז דער ר' מאיר הייסט די זעלבע און חתמ'ט זיך גענוי ווי דער מחבר פון צעהנדליגע פיוטים וואס בני אשכנז האבן געזאגט דורך אויס דעם יאהר, דעם זעלבן ר' מאיר וואס האט מחדש געוועהן עטליכע סארטן פיוטים...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דייקן האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מובא לעיל

כך דרכו בקודש של היעב"ץ כידוע, אבל מדחזינן בגמרא שלא גער בו רואים דלא כהיעב"ץ, אלא כיון שההוא מרבנן התכוין באמת ולש"ש לא נזפו בו.

נישט ריכטיג צי שרייבן אזוי אויפן יעב"ץ, מיר זענען צי קליין איהם צי משיג זיין, אפי' עס דאכט זיך אינז מיר פארשטייען א נאטור פון א צדיק דארף מען וויסן אז זיי זיין שרפי מעלה וואס מיט אינזערע פליישיגע אויגן קען אינז זיי נישט אפשאצן. ווי אויך האט דער יעב"ץ פארשטייט זיך געוויסט אז למעשה פירט נישט די גמרא אויס ווי ער האלט פונדעסטוועגן דאך שרייבט ער ווי אזוי ער שרייבט, און במילא איז נישט פאסיג צי מעיר זיין מדחזינן בגמרא וואס קען זיך הערן כאלו דער יעב"ץ האט דאס נישט גענומען אין חשבון

ווי אויך דאס 'אלא כיון שההוא וכו' איז נישט אין פלאץ ווען דער יעב"ץ עיקר דא איז צי שולל זיין מחשבת פסול שמא יגררו אחרים און דעמאלט איז נישט משנה וואס פאר א כוונות ער האט, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב (ואפי' מכוון לש"ש),

און אז דער יעב"ץ איז געבליבן ביים קשיא דארפן מיר אויכט בלייבן ביים קשיא.
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מיטוואך מאי 20, 2020 2:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

א גרויסן דאנק, כה לחי!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

[הבהרה: דאס האב איך געשריבען בשעת די אויבערשטע תגובה פון @סטאוו יא פיטא איז געווען פיל שארפער און אומפארשטענדליכער ווי עס איז יעצט, אויף די פאראכטענע תגובה זיינע בין איך מגיב עטליכע תגובות אראפציער]
אסאך מאל לערנען אחרונים פשט אין גמרות אנדערש ווי ראשונים, ווי אויך האט מען שוין פריער געברענגט פון די אוהחה"ק וואס שרייבט צענדליגע מאל אין זיין ספר אז מען מעג זאגען פשט אין פסוק אנדערש ווי די חז"ל, די עיקר איז אז מען זאל נישט זאגען להלכה אנדערש ווי זיי.

באמת וואלט איך זיך נישט געדארפט באציען צו די אטאקע, היות יעדער איינער מיט א גוטע חוש הריח דארף גלייך צו דערקענען וואס איך מיין (אויך דורכ'ן זעהן מיינע אנדערע תגובות אין דער שנירעל, ווי איך האב געשריבען גאר שארף קעגען די היינטיגע משכילים וכו'), און אז עס איז נישט דא קיין מקום פארן אטאקע, נאר כדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, ווי אויך וועלען דאך געווענטליך זיין אזעלכע וואס וועלען ווערען איבערגענומען פאר אזא הייליגע מחאה, ממילא בין איך געקומען צו ענטפערען.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מיטוואך מאי 20, 2020 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גדולי עולם לדורותיהם, על אף וואס זיי האבן מיט גרויס קדושה צוליב עת לעשות לד' אדער משום איזה סיבה שהוא - וואס מיר פארשטייען נישט - זיך געקריגט אויף פריערדיגע פון זיי, האבן זיי נישט געהאלטן זיי האבן ארויס דעם מהלך פון גרעסערע ווי זיי (און אפילו אז יא קענען זיי עס זאגן און אינז נישט). שטאדירן פריערדיגע איז גאר מסוכן. מען קען נישט פארגלייכן דעם אוה"ח הק' לעומת ראשונים צי אינז פשוט'ע מענטשן לעומת דעם יעב"ץ. ועוד, זיך קריגן אין הלכה מיינט נישט נאר ד' חלקי שו"ע ותו לא. דאס אז דער יעב"ץ שרייבט מיט אזא שארפקייט כדאי נישט אריינצילאזן א שמץ פון א ספק בלבנו בדברי חז"ל, איז פיהל הארבער פון זיך דינגען אויף א הלכה

צווישן די שירות פון דיינע ווערטער - אפילו איר האט עס נישט געמיינט - האב איך געליינט אומאויסגעהאלטענע בליקן, איר האט ווארשיינליך נישט דאס געמיינט אבער היות ווי איך ווי אויך אנדערע האבן פארשטאנען אייערע ווערטער אויף א שלעכטן וועג זאלן אזעלעכע האקעלע ווערטער נישט געזאגט ווערן, עס קומען אריין דא אין אינזער וועבזייטל ערליכע אידן וואס זוכן א ריינעם פלאץ, ספעציעל דא אינעם רובריק פון ידיעת התורה וואס מאנכע קומען אריין אויף צי שעפן ידיעת התורה און הבנה און עניני הדת, ווערט די אחריות פילפאכיג מער.
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מיטוואך מאי 20, 2020 12:41 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וזהו ההכרעה למעשה דא אויף אייוועלט אויכט

"וכבר אמרתי פעמים רבות כשיש מחלוקת בין החכמים בסברת אמונה אין תכליתו מעשה מן המעשים שאין אומרים שם הלכה כפלוני." (פירוש המשניות לרמב"ם סוטה ג, ד)

"כבר זכרתי לך פעמים רבות, שכל מחלוקת שיהיה בין החכמים שאינו בא לידי מעשה, אלא שהוא אמונת דבר בלבד, אין צד לפסוק הלכה כאחד מהם." (שם סנהדרין י,ג)

"וכבר בארנו שכל סברא מן הסברות שאינה באה לידי מעשה מן המעשים שיפול בו מחלוקת בין החכמים לא נאמר בו הלכה כפלוני" (שם שבועות א, ד)

"כל מחלוקת שלא חייב המחלוקת במעשה אלא בדעת בלבד לא נגדור בו הלכה כפלוני" (סוף מבוא התלמוד)
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

קוקט אויס אז די וויכוח איז שוין מער נישט אויף די זייטן פונעם סמבטיון
נאר די שטיינער וואס פליען...
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:גדולי עולם לדורותיהם, על אף וואס זיי האבן מיט גרויס קדושה צוליב עת לעשות לד' אדער משום איזה סיבה שהוא - וואס מיר פארשטייען נישט - זיך געקריגט אויף פריערדיגע פון זיי, האבן זיי נישט געהאלטן זיי האבן ארויס דעם מהלך פון גרעסערע ווי זיי (און אפילו אז יא קענען זיי עס זאגן און אינז נישט). ארויסהאבן פריערדיגע איז א ריין משכילישער גאנג. נישט משנה וואס האסט געשריבן אויבן צי אונטן, נעכטן צי מארגן. וואס פאר א פארגלייך איז דער אוה"ח הק' לעומת ראשונים צי אינז מגושמים לעומת דעם יעב"ץ. ועוד, זיך קריגן אין הלכה מיינט דען ד' חלקי שו"ע ותו לא? און דאס אז דער יעב"ץ שרייבט מיט אזא שארפקייט כדאי נישט אריינצילאזן א שמץ פון א ספק בלבנו בדברי חז"ל, קומט איינער 300 יאר שפעטער וואס דארף ווען אסאך מער ציטערן שלא יכשל אין אינזער וואקלדיגער דור און געט דאס א מאך אוועק מיט זיין פשוטע שכל ווייל למעשה שטייט נישט אין גמרא אזוי? דאס איז פיהל ערגער פון זיך דינגען אויף א הלכה

צווישן די שירות פון דיינע ווערטער ליינען זיך אומאויסגעהאלטענע דיעות וואס איז א עוולה צי געזאגט ווערן, עס קומען אריין דא אין אינזער וועבזייטל ערליכע אידן וואס זוכן א ריינעם פלאץ , נאך אינעם רובריק פון ידיעת התורה וואס מאנכע קומען אריין אויף צי שעפן ידיעת התורה און הבנה און עניני הדת, ווערט די אחריות פילפאכיג מער.

עס איז א באוואוסטע זאך אז יעדע גדול בישראל האט זיך זיין מהלך און זיין חלק אין די תורה, און טאמער למשל איז דא עפעס א שארפע ווארט פון די מונקאטשער רב זצ"ל אד"ג איז נישט מער ווי נארמאל צו פארשטיין אז דאס האט ער געזאגט לפי שורש נשמתו, מען דארף אבער נישט אננעמען אזוי (אויך אויב איז פונקט אין יענע פאל נישט דא א קלארע מימרא פון א אנדערע גדול קעגען דעם, ווער רעדט נאך אין אונזער פאל וואס לויט וואס @גרשון האט פריער געברענגט זענען דא חשובע מפרשי המקרא וואס ברענגען יא דער פשט פון די גמרא).

איך האב געשריבען אז די אחרונים, און דאס מיינט אויך היינטיגע ראשי ישיבה, לערנען פיל מאל פשט אין גמרא אנדערש ווי ראשונים, און אודאי דא ווי די יעב"ץ פרעגט א קשיא אויף די גמרא און ער בלייבט שווער, און איך קום נאר מציע זיין א פשוטע תירוץ, וואס בפשטות אזוי האבען געלערענט די אנדערע מפרשים וואס פרעגען נישט די קשיא, נאר די יעב"ץ מחמת זיין שארפע דרך כידוע האט נישט געשריבען דער תירוץ (ומצאנו קצת כעי"ז שאמר ר' יוחנן שאילו היה הוא בזמן החורבן היה מתקן ת"ב ביום אחר, וכעי"ז הוא לכאו' כונת היעב"ץ שאילו היה הוא שם היה נוזף בו, וצ"ע).

עס ווייזט אויס פון די אוהחה"ק אין פיל פלעצער אז יעדער איינער (וואס מיינט לש"ש און באמת) מעג זאגען פשט אין פסוק אויך אנדערש ווי חז"ל, נאר נישט להלכה, און נישט נאר קדושי עליון אזויווי עם, און אזוי האט שוין @גרשון געברענגט פריער אז די מפרשים אויף נ"ך שרייבען כמה פעמים נישט ווי די הייליגע חז"ל.

דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן מיינע שורות וכו', טאקע דערפאר האב איך צוגעצייכענט צו מיינע פריערדיגע תגובות, און מען זעט אז דו ווייסט נישט ווי צו ליינען צווישן די שורות, גראדע האב איך דוקא געשריבען די סארט תגובות אין לשה"ק מיט די מחשבה אז די וואס ליינען די לשה"ק'דיגע תגובות זענען אידען מיט ברייטערע מוחות, איך זע אבער אז איך האב זיך טועה געווען.

און איך חזר נאכאמאל איבער אז איך בין ח"ו נישט מסכים צו די היינטיגע משכילים וואס טרעפען זיך שיטות אין ראשונים און גמרות אויף כמעט וואס מען וויל, אבער זייערע כוונה איז קלאר, אבער מיין כוונה איז נישט אזויווי זיי ח"ו, וכבר מילתי אמורה כמה פעמים שבענינים כאלו הכל תלוי בכונת הדברים, ודי בזה.

[נאכן שרייבען דאס אלעס האט @סטאוו יא פיטא פאראכטען זיינע תגובות, אזויווי מען קען זען אויבען, און איך בין זיך מתייחס צו דעם אפאר תגובות אראפציער].
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מיטוואך מאי 20, 2020 2:33 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:גדולי עולם לדורותיהם, על אף וואס זיי האבן מיט גרויס קדושה צוליב עת לעשות לד' אדער משום איזה סיבה שהוא - וואס מיר פארשטייען נישט - זיך געקריגט אויף פריערדיגע פון זיי, האבן זיי נישט געהאלטן זיי האבן ארויס דעם מהלך פון גרעסערע ווי זיי (און אפילו אז יא קענען זיי עס זאגן און אינז נישט). שטאדירן פריערדיגע איז גאר מסוכן. מען קען נישט פארגלייכן דעם אוה"ח הק' לעומת ראשונים צי אינז פשוט'ע מענטשן לעומת דעם יעב"ץ. ועוד, זיך קריגן אין הלכה מיינט נישט נאר ד' חלקי שו"ע ותו לא. דאס אז דער יעב"ץ שרייבט מיט אזא שארפקייט כדאי נישט אריינצילאזן א שמץ פון א ספק בלבנו בדברי חז"ל, איז פיהל הארבער פון זיך דינגען אויף א הלכה

צווישן די שירות פון דיינע ווערטער - אפילו איר האט עס נישט געמיינט - האב איך געליינט אומאויסגעהאלטענע בליקן, איר האט ווארשיינליך נישט דאס געמיינט אבער היות ווי איך ווי אויך אנדערע האבן פארשטאנען אייערע ווערטער אויף א שלעכטן וועג זאלן אזעלעכע האקעלע ווערטער נישט געזאגט ווערן, עס קומען אריין דא אין אינזער וועבזייטל ערליכע אידן וואס זוכן א ריינעם פלאץ, ספעציעל דא אינעם רובריק פון ידיעת התורה וואס מאנכע קומען אריין אויף צי שעפן ידיעת התורה און הבנה און עניני הדת, ווערט די אחריות פילפאכיג מער.

אזעלכע שארפע, פערזענליכע תגובות האבן נישט קיין ארט דא.

דאס איז בנוסף צו וואס ס'איז אינגאנצן נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט, ווי @דייקן האט ערקלערט בטוב טעם. אבער אפילו אויב דו האלטסט אזוי, קענען אנדערע האלטן אנדערש, זיי ווערן נאכנישט קיין אנגעפראסענע מגושמים און משכילים.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מיטוואך מאי 20, 2020 1:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גרשון האט געשריבן:

איך האב אויסגעמעקט די פערזענליכע באגריפן, ביטע נעם דאס ארויס פון דיין תגובה אויכט.

א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מיטוואך מאי 20, 2020 12:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

היות איינער האט פארשטאנען (אדער געוואלט פארשטיין...) ווי כאילו איך האב ח"ו מזלזל געווען אין די הייליגע יעב"ץ, וועל איך נאר צוברענגען וואס די חקל יצחק פון ספינקא זצ"ל ברענגט אין זיין הקדמה צו די ספר עץ אבות אויף מסכת אבות להיעב"ץ, אז די בעשטה"ק האט געזאגט אז די יעב"ץ הגם ער איז נישט א חסיד איז ער דבוק די גאנצע צייט אין די ערשטע דריי מידות, ד. ה. חכמה בינה ודעת.

(דאס דערמאנט מיך פון וואס איינער האט מיך אמאל געזאגט א גוט ווארט, אז בדר"כ האלטען די חסידים פיל מער פון די ח"ח און חזו"א ווי די ליטווישע, הגם אז אויף הלכה למעשה וועלען זיי נישט אננעמען ווי זיי אזוי שטארק ווי די ליטווישע, האבען זיי אבער פיל העכערע השגות ווי די ליטווישע לגבי תורה לשמה אא"וו).
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

דברי חכמים בנחת נשמעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איך לערן פאר א שטיקל גמרא פאר מיינע כיתה ט׳ תלמידים, א יונגל הייבט אויף צוויי פינגער; א צייכן ווי ער וויל עפעס פרעגן,
מלמד; פרעג מיין קינד פרעג
יונגל; איך האלט אז די גמרא וואלט ווען געדארפט זאגן אנדערש!
מלמד; איך הער, אבער די גמרא זאגט אנדערש ווי דיר, סאו מיז זיין אז וואס דו האלטסט איז נישט ריכטיג. דיין ארבעט היצטערט איז אריין צי טראכטן ווי דיין געדאנק פארט אוועק פון די ריכטיגע וועג, איינמאל דו קענסט צייגן גענוי וואס שטערט דיר וועל איך דיר בעזרת השם יתברך העלפן צי די ריכטיגע וועג.
יונגל; ניין! איך האב שוין געטראכט אלע וועגן און ס׳איז ביי מיר זיכער אז די גמרא וואלט ווען געדארפט זאגן אנדערש, איך האלט מיר ביי דעם!

[עדיטאר: צוליב דעם וואס זיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן אזוי ברבים האב איך געמוזט נעמען א שטרענגע טאון כדאי צי פארמיידן זיינע ווערטער פון האבן א השפעה אויף די איבעריגע קינדער. שפעטער ביי לאנטש האב איך גערופען דעם יונגל צום מלמדים שטיבל און דורך געשמועסט דעם ענין מיט איהם פאר איבער א שעה, מיט גרויס סייעתא דשמיא האט דער יונגל גוט פארשטאנען זיין טעות און פון דעמאלט און ווייטער איז ער געווארן א מציון באין דומה לו. חנוך לנער על פי דרכו]

מלמד; דיינע ווערטער זענען גארנישט ווערד אנטקעגן די הייליגע ווערטער פון אינזערע חכמים, מען מעג פרעגן און מען דארף פרעגן ווען מען פארשטייט נישט עפעס, אבער מען דארף וויסן אז זייערע ווערטער זענען געזאגט געווארן אויפן בארג סיני און קומט פון הייליגן באשעפער.

יענעם פארנאכטס אינמיטן אינזער קביעות׳דיגע שיעור, ווי דער שטייגער פון א גוטע חברותאשאפט האבן אינז זיך פאראמפערט איבער א שטיקל גמרא, מיין חברותא ר׳ אנטשיל נ״י א איד אין די מיטעלע פערציגער א שיינער תלמיד חכם א יודע ספר, האלט זיך ביי זיינס אז די גמרא וואלט ווען געדארפט זאגן אנדערש - די טענה׳ריי האט זיך פארצויגן ביז ס׳איז שוין געווארן גאר שפעט, שוין רבי אנטשיל - רוף איך זיך אן - איר זענט א קלוגער איד איך פארשטיי אייער געדאנקען גאנג פארוואס איר פארשטייט אנדערש ווי חז״ל אבער די אונטערשטע שורה איז אז די גמרא זאגט נישט ווי אייך איז נישט דא קיין פלאץ פאר אייערע רייד. שלאף עס דורך און לאמיר האפן אז ביז מארגן וועט איר קלוגער ווערן. א גוטע נאכט

די צען מינוטיגער וועג אהיים פון בית מדרש צי מיין שטוב האב איך נישט געקענט בארוהאיגן מיינע שטורעמדיגע געפיהלן; צוויי עפיזאדן די זעלבע טאג, צום ערשט א קליין קינד שלא טעם טעם חטא איז זיך מיט אזא עזות חולק אויף די הייליגע גמרא, נו ער איז דאך א קינד - פרוביר איך מיר צי באהערשן אויף מיינע געפילן - ער וועט נאך גוט פארשטיין איין טאג ווי שלעכט זיינע ווערטער זענען געווען.. יא, רעד דיך איין! - שרייט דארט איבער אן אנדערער טראכט ביי מיר אין קאפ - ווי אלט איז רבי אנטשיל? - א ביטערע געלעכטער הילכט אפ אין מיינע געדערים - זעקס און פערציג יאר און א פארשטענדליכער תלמיד חכם (אזוי געמיינט ביז דעמאלטס) איי איי און ער האלט גארנישט בעסער ווי דעם צוועלף יעריגער שנוק (ער האט נישט געהאט אזא גוטע מלמד ווי דעם יונגל...טרייסט איך מיר)

שוין איך קלאפ אן אויף מיין טיר; א גוטן אווענט רעביצין; אה א גוטן אווענט, איין מינוט, רבי אנטשיל איז אויפן טעלעפאון ער וויל מיט דיר רעדן. איך שפרינג צום טרייבל ווי א קאץ צום מייזל מיט איין אטעם, איך בין שיכור פאר פרייד, רבי אנטשיל דארף נישט דורך שלאפן די נאכט צי פארשטיין ווי וואנזיניג זיינע רייד זענען געווען, יישר כח אייבערשטער פארן מיר געבן די ריכטיגע ווערטער אין מויל מורמעל איך זיך אונטער - בשעת מיינע הענט כאפן דעם טעלעפאון - העלאו?!!!!!!
רבי אנטשיל; יא, אלעס איז בסדר מיט דיר? איך האב דיר נאר געוואלט ציווייזן א יעב״ץ דארט אויפן פלאץ וואס דינגט זיך אויך אויף א גמרא. א גוטע נאכט.

ערשיטערט ווי דער נאכט טראגן מיר מיינע צוויי פיס צום גרויסן האלצערנעם ספרים שאנק, איך האק צי דעם טיר אונטער מיר און איך צי ארויס דעם דיקן גמרא וואס האט אלע מפרשים. וואס??? איך גלייב נישט וואס איך זעה! דער יעב״ץ - גענוי ווי רבי אנטשיל האט געזאגט - ער פרעגט א תימה אויף די גמרא און בלייבט מיט דעם מסקנא אז די גמרא וואלט ווען געדארפט זאגן אנדערש. איך שטוין. דער יעב״ץ? אנן מה נענה בתרי׳ איי וויי רבוש״ע חננו מאתך חכמה בינה ודעת, געב מיר די ריכטיגע שכל צי פארשטיין די ווערטער פון אינזערע חכמים!

מיינס א באקאנטער, אלנפאלס, מערסט באקאנטסטער, דער וואס באגלייט מיר שוין פון דער מינוט וואס איך בין געבוירן, הייבט אן מיט זיינע שטענדיגע טהאטן, שלאנגיגע טאקטיקן, און ער ארבעט אריין אין מיין קאפ; דער יעב״ץ איז געווען א ווילדער, ער האט געהאט אזא שארפע סארט נאטור, ער פלעגט זיך זייער אפט בייזערן מסתמא האט ער נישט גוט פארשטאנען די גמרא, למעשה פירט די גמרא אויס אנדערש ווי איהם.. איך רוף זאפארט צוריק רבי אנטשיל ברענט אין מיר דער לקנתר, ער זאל פאר קיין סעקונדע איבעריג נישט מיינען ער האט מיך אויפגעוויזן!

איין מינוט - רבונו של עולם ווי אזוי טראכט איך?? רחמנא לצלן אזוינע מחשבות אויפן הייליגן יעב״ץ?? איי וויי וויי; לאנגע מינוטן טיקן מיינע געדאנקען מיט הרהורי תשובה, ביז- דער באקאנטער נעמט איבער דעם רעדל; חלילה צי טראכטן אויפן יעב״ץ אזוי ווי די טראכסט להבדיל אויף דיינס א חבר, ח״ו מהאי דעתא, ווי קען מען דען אפילו אזא הו״א האבן, אבער [אנטשיל מיינט אז דו ביזט שוין מסכים צי איהם, און] אפילו אינז פארשטיי מיר נישט צי קיין צדיקים ווייסט מען אבער אז יעדער צדיק האט געהאט זיין וועג אין עבודת השם און דער יעב״ץ האט געדינט דעם אייבערשטן מיט א דרך פון קנאות, און דערפאר שרייבט ער אפט מאל זייער שארף ווייל דאס איז דאך זיין שורש נשמה און דאס איז די ריתחא אין איהם, אבער למעשה האלט די גמרא אנדערש פון איהם.

שוין איך גיי ארויס פון ספרים שטוב, איך מאך מיין וועג צום קיך ווי דער טעלעפאון ווארט שוין אויף מיר, איך הייב אן דריקן די קנעפלעך. רבי אנטשיל גייט אויסדריקלעך נישט גיין שלאפן טראכטנדיג אז ער האט מיר אויפגעוויזן. איך האלט שוין מיין אגודל אויפן גרינעם קנעפל ווען אין מיין קאפ הערט זיך א איידעלע רוף; ״אויב דו האסט ארויס פארוואס דער יעב״ץ האט אזוי פארשטאנען, פארוואס קען נישט אנטשיל ארויס האבן פארוואס די גמרא האט פארשטאנען אנדערש ווי איהם?״ ווי א דינער האט מיר דער מחשבה אראפגעלעמט צי מיין ארט, דאס טרייבל פון מיין האנט זיך ארויסגעגליטשט צי דער ערד און זיין ברוכווארג איז א ווייטע פארגאנגענהייט.

ווידעראמאל דערזעה איך זיך אין ספרים שטוב, מיטן קאפ אראפגעבויגן פארזינקען אין טיפע געדאנקען מאך איך מיר א פעסטן באשלוס; איך ענטפער נישט אנטשיל׳ן היינט נאכט פאר סיי וועלעכע פרייז, זאל ער האלטן ער האט מיר באזיגט, איך מיז וויסן פשט אינעם הייליגן יעב״ץ. יעבור עלי מה, מיין קעפל וועט נישט שפירן דעם קישן ווילאנג איך בין נישט אויסגעבויט מיט א קלארקייט אין דעם נושא מיטן ריינעם השקפה! [מיין באקאנטער זעהנדיג ווי שטארק איך בין ביי מיר האט זיך אפגעטראגן פון מיר]

נאך עטליכע מאל גרינטליך דורך לערנען דעם יעב״ץ האט מיר דער אייבערשטער אויפגעלאכטן מיינע אויגן, און איך האב קלאר פארשטאנען: די גמרא איז דן ווער איוב איז געווען, ההוא מרבנן טוט אויף אז לא הי׳ ולא נברא, משל הוא. די גמרא פרעגט א קשיא אויף איהם, שטעלט זיך דער יעב״ץ אז די גמרא וואלט ווען געדארפט פרעגן אסאך שטערקער (אויף וואס מען קען מעגליך ענטפערן אויף דעם). דערנאך ארויס פון די עצם נושא פון איוב, קאכט דער יעב״ץ אויפן געדאנק וואס מענטשן קענען חלילה טראכטן אז די גאנצע ספר פון איוב איז א פיקציע (דער ההוא מרבנן מיז נישט דאס האבן געמיינט) און דאס עפענט דאך אויף דעם טיר פאר די משכילים צי זאגן ענליכע זאכן אויף אנדערע חלקי התורה און דאס איז דאך א חורבן עולם. בימי התלמיד איז נאכנישט געווען די השכלה אויף אזא דרגא פון טיפשות דערפאר האבן עס חז״ל נישט געוואלט מציע זיין, אבער אין דעם יעבץ׳נס דור איז שוין געווען די סארט רעיון דערפאר שרייבט ער אזוי שארף. (און בדורנו ווער ווייסט ווי שארף ער וואלט ווען געגאנגען)

איך בין געגאנגען שלאפן ווי א נייע מענטש.

אויף צי מארגנס האב איך געהאט גענוג צייט מיך צו ציגרייטן וויאזוי צי מסביר זיין בטוב טעם ודעת מיט א רוהאיגייט פאר רבי אנטשיל זיין אי-הבנה אינעם יעב״ץ.

פארנאכטס; רבי אנטשיל הער, לאמיר דיר פארשטיין געב... אנטשולדיגט פארן איבערהאקן אבער איך האלט אויכט נישט ווי דער יעב״ץ, די גמרא האלט דאך למעשה נישט ווי איהם...|

איך פארמאך מיין גמרא און איך הייב מיך אויף; א גוטע נאכט, געווען שיין דיר צי קענען, אבער מיין אמונה מיט מיין מסורה וויל איך נישט פארלירן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קיינער דא וויל נישט פארלירן די אמונה און מסורה, אזוי אויך וויל קיינער נישט פארקריכן פונעם אמת. אדרבה, די ביידע גייען האנט אין האנט. אונזער אמונה און מסורה איז זיכער אמת, און די זעלבע זאך פארקערט א זאך וואס איז באשטעטיגט אלץ אמת איז נישט מעגליך אז ס'זאל נישט שטימען מיט די תורה, די שאלה איז נאר פון וועלכע זייט מ'כאפט עס אן. געוויסע פרובירן ארויסצוהאבן די מסורה און אזוי ווייסט מען שוין אויך אז דאס איז דער אמת, אנדערע פרובירן ערשט דערגיין דעם אמת און אויטאמאטיש ווייסט מען שוין די ריכטיגע אמונה אויך, ווילאנג מ'רעדט זיך נישט איין אז ס'דא א מעגליכקייט אז די אמת קען ח"ו זיין א סתירה צו די ריכטיגע אמונה זענען דאכצעכמער ביידע אויסגעהאלטן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געוואלדיג לאמיר לערנען די ווערטער פונעם הייליגן יעב"ץ אינווייניג, והתימה מר' שמואל בר נחמני שלא גער ביה...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

דער יעב"ץ וואונדערט זיך, איך גלייב אבער באמונה שלמה אז רבי שמואל בר נחמני האט געוואוסט וואס טוט זיך, קען טאקע זיין אז אין דעם גופא שטעקט די מחלוקת צווישן דעם יעב"ץ און ר' שמואל בר נחמני צו ס'הייסט כפירה צו נישט...
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

באלד וועט מען נאך מיינען אז די גאנצע אשכול איז איבער לא הי' ולא נברא...
איך לייג דא צו אן אינטרעסאנטער פשט פונעם בן איש חי אויף דעם גמרא
אטעטשמענטס
לא הי' ולא נברא.PNG
לא הי' ולא נברא.PNG (46.44 KiB) געזען 1532 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אז מען רעדט שוין, טאר מען נישט אויסלאזען די ווארט פון הרב צבי חשין ווי איוב ליגט באגראבען...
לעצט פארראכטן דורך סטיטשינער אום מיטוואך מאי 20, 2020 12:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:דאס אז דער טעם עליון האט א שייכות מיט דער מתרגם האט א מקור אדער איז עס א השערה בעלמא ? (סמך לדבר מעשה ראובן [מחקתי טעות])

חזקוני סו"פ יתרו:

יש ברוב הדברות שתי נגינות, ללמד שבעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות, קורין כל דברת לא יהיה לך וכל דברת זכור בנגינות הגדולות, לעשות כל אחת מהן פסוק אחד, שכל אחד מהן דברה אחת לעצמה. ודברות לא תרצח, לא תנאף, לא תגנוב, לא תענה, קורין בנגינות הקטנות לעשות ד' פסוקים שהם ד' דברות. אבל בחודש שבט כשקורין בפרשת יתרו, כשאר שבתות השנה, קורין לא יהיה לך וזכור בנגינות הקטנות לעשות מכל אחת מהן ד' פסוקים, ודברות לא תרצח, לא תנאף, לא תגנוב, לא תענה, קורין בנגינות הגדולות לעשותן פסוק אחד, לפי שלא מצינו בכל המקרא פסוק משתי תיבות חוץ מאלו. ובשבועות דוקא, כמו שפירשתי למעלה. גם בדברות אנכי ולא יהיה לך יש נגינה גדולה לעשותן שתיהן פסוק אחד, לזכרון שבדבור אחד נאמרו.

איך האב פארשטאנען אז "ומתרגמינן הדברות" איז דוגמא מתן תורה, אבער דער טעם עליון האט פונקט אזוי מיט דער קורא אליינס

אפרש דברי, דער אמת איז אז טעם עליון איז לפי דער פרשיות הכתובות בתורה דהיינו ווי עס איז דא הפסק פרשה (פתוחה או סתומה) ענדיגט זיך א פסוק און טעם תחתון איז לפי דער הפסק פסוקים אשר לפנינו, און לויט דער פסוקים זענען געבויט דער טעמים און דער נקודות ופשוט הוא

דער עשרת הדברות איז נישט דער איינציגסטע פלאץ ווי עס איז דא טעם עליון און תחתון נאר און פרשת וישלח ביי מעשה ראובן (בראשית לה כב) איז אויך דא טעם עליון ותחתון כמבואר באור תורה ומנחת שי שם און דאס איז אויך געבויט אויף דער הפסק פרשה באמצע הפסוק

והנה דער טעמים זענען דאך דער וועג ווי צו ליינען איז בשלמא ביים עשרת הדברות קען מען זאגען אז אמאל ליינט מען אזוי און אמאל אזוי (שבועות ושבת אדער ציבור ויחיד) אבער וואס איז פשט אין מעשה ראובן וואס לכאורה ליינט מען אייביג איין וועג, רז"ה בספרו שערי תפלה זאגט טאקע אז עס איז א קרי וכתיב און מען ליינט טאקע אייביג בטעם תחתון כהקרי און דער טעם עליון איז נאר לפי הכתיב עיי"ש וכבר שקיל למיטרפסיה פון ר' יעקב עמדין (לוח ארש אות תס"ב) אז א קרי האט נישט קיין נקודות אדער טעמים עיי"ש באריכות כדרכו (ומ"מ דער שועה"ר בסימן תצ"ד גייעט ע"פ דרכו עם שינויים עיי"ש)

נאר אויב עס איז ריכטיג אז עס האט מיט דער מתרגם איז זייער פשוט ווייל דער מתרגם איז מתרגם איין פסוק אויף אמאל כמבואר במגילה דף כ"ג איז דער עשרת הדברות וואס כנראה האט מען מתרגם געוועהן יעדער דיבור באזונדער האט דער בעל קורא טאקע געליינט צעהן פסוקים און דער טעמים ונקודות בהתאם, און אזוי אויך פרשת ראובן וואס מען איז נישט מתרגם כמבואר במגילה דף כ"ה און דער מתרגם הייבט אהן באמצע הפסוק כמבואר שם האט אפשר דער בעל קורא אויך איינגעטיילט דער פסוק און צוויי און געטוישט דער טעמים לפי"ז און אפשר גאר איז דער הפסק פרשיות אויך געבויט אויף דער מתרגם, און לויט דעם איז זייער מובן דער חילוק בין יחיד לציבור און אויך בין שבועות לשאר השנה [הפותח שער לכל הסוגיא איז ר' דויד יצחקי בסו"ס לוח ארש הנדפס ע"י]
[ואפילו לו יהבינא צו דער חוקרים אז עס איז א מח' מדינחאי ומערבאי ווייסען זיי נישט פארוואס דער חכמי טבריא שבמערבא האבען מקבל געוועהן ביידע ולפי הנ"ל יבואר]

ובדרך אגב נוראות נפלאתי אויף געוויסע בזמנינו וואס ליינען אייביג בטעם התחתון משום כל פסוקיה דלא פסק משה וכו' כטענת ר' זלמן הענא ובניגוד צו דער מנהג בכל תפוצות ישראל, עס וואלט געוועהן כדי זיי זאלען לערנען דער שטיקל לוח ארש

ב' הערות קטנות
פאר דער מו"ל פון מחזור ויטרי קומט א הרב (עס איז נישט דניאל גאלדשמידט נאר ר' אריה ג"ש דער מו"ל פון ספר התרומות)
אז מען וויל נישט אריין גיין אין א נושא דערמאנט מען עס נישט !!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דברי חכמים בנחת נשמעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מיטוואך מאי 20, 2020 12:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מיטוואך מאי 20, 2020 1:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ר' @אליעזר, דבריך דברי טעם הם. ויישר כוחך בעד הסיוע ממעשה ראובן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

דברי חכמים בנחת נשמעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קצת הבהרת דברים:

פארגאנגענעם ערב שבת האב איך געשריבן א קורצע ריינע תגובה איבער די נושא פון אמונה בשייכות צום שמועס דא פאריגע וואך. איך האב געשפירט גוט צי זעהן אז די שמועס האט זיך איינגעשטילט, ביז נעכטן ווען איך האב געליינט דעם תגובה וואס האט זייער שלעכט אויסגענומען - איך בין יעצט ביי דער מיינונג אז דער כותב האט בכלל נישט שלעכט געמיינט און איז א ערליכע מאמין בדברי חז"ל, איר קענט זיך עס אליינס איברצייגן ביים צוריקמישן אפאר בלעטער, זעהט נאר זיינע קנאות'דיגע תגובות אויף קיסריה - דער כותב שרייבט שפעטער אז ער וואלט זיך נישט געדארפט אזוי שארף אויסדריקן אבער די אופן ווי אזוי קיסריה'ס תגובה איז געזאגט געווארן האט גערופען פאר א שארפע מחאה (מיט רעכט, און א ייש"כ פארן זיין די שליח ציבור- ס.י.פ) - גם אני אענה כן, איך וויל דא ברבים מפייס זיין דעם חשוב'ן ניק אויף די שארפע אויסדריקן וואס איך האב געניצט קעגן איהם, והתנצלותי בצדי: די ווערטער האבן גערופען פאר א שארפע מחאה. אויפן איידעלסטן אופן - דער כותב האט זיין וועג פון טראכטן - וואס איך פארשטיי נישט - און איך בין זיכער אז ער האט נישט שלעכט געמיינט, אבער עס איז געשריבן געווארן אויף א פלאטפארמע ווי עס דרייען זיך מענטשן (ואני בתוכם) וואס האבן אן אנדערע וועג פון טראכטן און ביי זיי איז אזא תגובה מערער גאר שטארקע יסודות און דערפאר וואלטן די ווערטער נישט געמעגט געשריבן ווערן.

חז"ל זענען כסדר פארנומען מיט פארשידענע זאכן וואס אין דורשין אותן נאר פאר א באשטימטע צאל תלמידים, יעדער ענין לפי זיין סענסיטיווטי פאדערט אנדערע מאסנאמען, געוויסע נושאים פאדערט א אבזערוואציע אויפן תלמיד צי ער איז שכל'דיג אומשטאנד אדער איז גענוג ערליך צי קלאר פארשטיין די האקעלע נושא און נישט חלילה פארקערט.. נעשית לו סם המוות.. די זעלבע תורה וואס קען איהם הייבן צי העכערע מדרגות קען איהם חלילה פירן צום שאול תחתית רח"ל.
וואס ווערט געזאגט ברבים אויף א פלאץ ווי מען ווייסט אפילו נישט ווער דער שומע איז, פאדערט די שטרענגסטע מאס גדרים וסייגים, י"ג כברות ועוד.

דעם גוף הענין איז שוין גענוג קלאר געווארן אויסגעשמועסט איז ווער עס האט געטראפן א פראבלעם אין די תגובה האט שוין געזעהן מיין מחאה און עס האט בס"ד געווירקט להסר כל ספק מלבו, ווידעראום ווער עס פארשטייט נישט פון די ערשטע מינוט וואס איך האק אין קאפ, נישט צי איהם רעד איך - און איך בין איהם מיט א לייכטקייט דן לכף זכות אז ער האט א קלארע מסורה וואס קען שטימען מיט יענעם תגובה. והשם הטוב יכפר.

איך האף מיטן אייבערשטנס הילף צי קענען שמועסן מיט הרב דייקן אין אנדערע נושאים ווי אינז קענען זיך ענדערש אויסקומען.

בל"נ מהיום והלאה אויב איך זעה אן אומאויסגעהאלטענע תגובה, גיי איך ערשט שיקן אן אישי מיט א בקשה עס צי מעקן, און נאר נאכדעם מוחה זיין - ודע מה שתשיב איז א שווערע סוגיא. אייביג ענדערש צי פארמיידן סיי וועלעכע טענה'ריי ספעציעל אין די גאר האקעלע נושאים.
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מיטוואך מאי 20, 2020 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

@סטאוו יא פיטא, כ'ווייס נישט צי איך טו גוט מיט דער תגובה, אבער כוונתי לטוב. כ'וועל פרובירן מסביר זיין עטליכע זאכן אויפ'ן שפיץ גאפל, נישט ווייל כ'בין אינטערעסירט פריש אריינצוגיין אין טענה'רייען, נאר ווייל דער אמת בלייבט אמת אויף יעדן פאל. אויב דו ווילסט נעמען מיינע ווערטער איז גוט, אז נישט איז אויך גוט.

די הייליגע חז"ל האבן אונז איבערגעגעבן תורה שבעל פה המקובלת מסיני, און קיינער קען זיך פון דעם נישט אוועקרירן אדער דינגען, אפילו די גרעסטע ראשונים. אבער ווען ס'קומט צו לערנען פשט אין פסוק זעען מיר אז גאר אסאך ראשונים און אחרונים האבן געהאלטן אז מ'קען אוועקגיין פון חז"ל. דער רשב"ם - איינער פון די בעלי התוספות און וועמענ'ס פירוש אויף חלקים פון ש"ס ווערט געלערנט דורך גאנץ כלל ישראל - שרייבט (אנהייב פרשת וישב) אז חז"ל זענען נישט געליגן אזוי שטארק אין פשטות הכתובים, דעריבער זענען זייערע ווערטער נישט אייביג על צד הפשט. אויך מיין זיידע רש"י, זאגט ער ווייטער, גייט אפטמאל אוועק פון חז"ל מיט'ן אויסרייד אז ס'איז בלויז א מדרש אגדה.

בנוגע דעם יעב"ץ וואס האט דיך אזוי אויפגעשוידערט - ס'איז א טעות פון מענטשן אז צדיקים וגאונים האבן נישט געהאט קיין שום נאטורן. שרייבט דען נישט די גמרא אז שמאי איז געווען א קפדן? די גאנצע גמרא איז פול מיט מדות וטבעיות פון די תנאים ואמוראים, אריינגערעכנט אסאך וואס די גמרא ברענגט ארויס אז ס'איז נישט גוט. דער רמב"ם שרייבט אז אפילו נביאים האבן געהאט געוויסע מדות וואו זיי זענען נישט געווען הונדערט פראצענט אויסגעארבעט צו זיין אויפ'ן מיטלוועג, אריינגערעכנט דוד המלך, שלמה המלך, און אליהו הנביא. אויך אין די לעצטע דורות ווייסט יעדער זענען געווען אזעלכע וואס זענען געווען שארפערע קנאים און אנדערע וואס זענען געווען מער סאליד.

אוודאי איז נישט קיין ספק אז ס'איז אלץ געווען דקה מן הדקה און זייער גאנצע כוונה איז געווען לשם שמים. שמאי'ס קפדנות איז געווען פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן, אפצושטופן אזעלכע וואס מיינען נישט אינגאנצן אמת'דיג. רבן גמליאל האט אויך נישט אריינגעלאזט תלמידים וואס זענען נישט געווען בפנימיות די זעלבע ווי בחיצוניות, און מ'האט אים אפילו געוויזן פון הימל אז זיין מהלך איז אנגענומען אויבן. אבער פאר אונז ברענגט די גמרא ארויס אז דער מהלך פון הלל איז בעסער, אז דאס וואס ר' אלעזר בן עזריה האט יא געעפנט די טויערן איז געווען דווקא א מעלה.

צוריק צום יעב"ץ, אוודאי ווען דער יעב"ץ שרייבט עפעס איז עס ביי אונז זייער הייליג, אבער ווען אין פשטות הגמרא זעט מען אנדערש און ס'איז משמע פון אסאך אנדערע אז זיי האבן אזוי אפגעלערנט, איז ח"ו נישט קיין זלזול ווען מ'זאגט אז ער האט אזוי געשריבן צוליב זיין שארפקייט. ס'איז תורה וללמוד צריך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”