ששון האט געשריבן:
אין זייטיגע נאטיץ, מלתא אגב אורחיה קמ"ל, בנוגע שפיטעלער וועלכע אלע זענען געווען געבינדן צו די "דירעקטיווע" פון דעם גובערנאטור פון ניו יארק'ס געזונטהייט מיניסטעריום אז מען זאל פארשיקן אדער נישט אריינלאזן אפילו פאמיליע. זאגט א יונגערמאן אז ער ווייסט פון א חבר - און מען דארף דאס נישט אננעמען אלס תורת לאקשן, מען קען זיך זעלבסט פאראינטערעסירן דערויף - אין די שפראך דארט איז דא ווערטער אז אויב א דאקטאר זאגט אז עס פעלט זיך אויס פארן פאציענט, דאנסמאל מוזן די שפיטאל יא אריינלאזן א פאמיליע אדער העלפער. מעגליך מיט געוויסע תנאים. סלוינט זיך פאראינטערעסירן, ווייל אסאך אסאך פאציענטן זענען נאך אנגעוויזן אויף משפחה הילף. און שפיטאל באאמטע זענען זייער רעליגיעז צום העלטה דעפארטמענט פון נ. י. סטעטס אנווייזונגען. איינער האט פארשפרייט, אז אדוואקאטן וואס קענען זיך אויס אין דעם תחום פון געזונט געזעץ און ווייסן געוויס דעם שפראך פונקטליך, קענען צושיקן פאסט אדער עלעקטרי פאסט פארן' שפיטאל און סי סי'ען אלע נויטיגע אדרעסן מיט'ן דאקטאר'ס פארלאנג אז עס ספעלט זיך אויס - ווען עס פעלט זיך אויס.
בתקוה אז אלע חולים וועלן שוין אויסגעהיילט ווערן מיט'ן גאנצער רפואה כמו שצריך בעזר הבורא רפואות. אמן ואמן.
מהאט שוין כמה פעמים געמאלדן אז מקען רופן פאר הילף איבער דעם אויף 6465803040 און מוועט צוהעלפן מיט די ארבעט פון שאפן א צעטיל און א לויער און אויב סהעלפט נישט קלאפט מען ביי די הויעכע פענסטער