אחת ואחת האט געשריבן:פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל
אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אחת ואחת האט געשריבן:פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל
שיר דברי האט געשריבן:אחת ואחת האט געשריבן:פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל
אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?
מי יודע האט געשריבן:שיר דברי האט געשריבן:אחת ואחת האט געשריבן:פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל
אזוי אויך די דאטום (ב׳ תזו״מ)?
ווער מאכט די צעטלעך? ס'איז דאטירט ב' תזו"מ, מ'זיצט שבעה ביז ב' תזו"מ, דער איז עפעס סטאק געבליבן ביי תזו"מ
העלאו האט געשריבן:עס איז געוועהן א פאר טעג צירוק א לינק ווי מען קען מנדב זיין קען מען ביטע צירוק ברענגען די לינק די עולם זאל קענען געבן ווי עס פאסט פאר אזא אדם גדול
This campaign is in Prep Mode
אדיר איום האט געשריבן:אויף וואס ווארט מען צי עפענען די קאמפיין
יעצט איז די עולם נאך ווארעם
א גוטן יונה האט געשריבן:אדיר איום האט געשריבן:אויף וואס ווארט מען צי עפענען די קאמפיין
יעצט איז די עולם נאך ווארעם
סהייבט זיך אן נעקסטע וואך זונטאג בעז"ה
ביידעוועי, אז דאונעטען קען מען אזוי אויך, נאר ס'איז נישט לייוו, סאו אויב האסטו מורא אז די גייסט ווערן אויס ווארעם צוועק גיב יעצט, וועט מען נישט זעהן וויפיל האסט געגעבן....
ב שולם האט געשריבן:איך בין א מאל אריינגעפאלן צו א פרקי אבות שיעור פון הרב ר' יעקב אליעזר, ווי ער האט ארומגערעדט די יסודות האמונה, וואס מיינט אמונה וואס מיינט בטחון..
איך האב און מיין לעבן נישט געהערט א מענטש זאל רעדן מיט אזא קלארקייט די יסודות האמונה ובטחון,
יענע שיעור ליגט מיר נאך און די ביינער..
יהא זכרו ברוך
מי שאמר לעולמו ד"י יאמר לצרותינו ד"י
עיני עיני ירדה מים... די טרערן ווי וואסער זיי גיסן.... וויפיל קען מען פארנעמען.... מיט א שמערצליכע צער האט כלל
ישראל אויפגענומען די הארצרייסענדער טראגישע פטירה פון הרב הגאון רבי יעקב אלעזר מענדלאוויטש זכרונו לברכה, מח"ס ורב דביהמ"ד "הלכה ברורה" אין עיר המעטירה קרית יואל
.
ויעק"ב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלקי"ם, דער טייערע און באליבטע מורה הוראה בישראל, איז אוועקגעריסן געווארן אין זיינע שענסטע יארן פון לעבן, אין שאטן פונעם מדת הדין פון דער קאראנא מגיפה ה"י. נאכן מיטמאכן שווערע יסורים אין די שפיטעלער, נאכ'ן דינגען טייערע דאקטוירים צו פרובירן ברענגען א רפואה, האט ער ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה היינטיגן מאנטאג אח"ק, צו אלעמענס געוויין. אוי וויי, דער איבערגעגעבענער דיין וואס איז געווען באקאנט ביי אלע מיט זיין צוגעלאזנקייט און צוגעבינדענקייט צו הונדערטער שואלים וועלכע וויינען אצינד "צו וועם וועלן מיר זיך יעצט ווענדן? מי 'יורה דעה' ומי יבין שמועה"?
ויעק"ב איש תם יושב אהלים, דער חשובער מרביץ תורה וואס האט מעמיד געווען הונדרעטער תלמידים הגונים במשך זיינע יארן, דער מורה הוראה וואס איז געזעסן ביז אין די פארטאגס שעה'ן און עוסק געווען בתורה, טראגנדיג דערביי דעם אפיציעלן אויפגאבע צו ענטפערן די צענדליגער שווערסטע ביינאכט-שאלות פונעם בית הוראה קרית יואל, וואו אזויפיל אידן האבן געטראפן 'טראסט' און אן אוזן קשבת צו יעדע סארט שאלה בהלכה ובהשקפה הטהורה, און אצינד... אהה.... ער איז מער נישט דא, ואיננו כי לקח אתו אלקים.
ויעק"ב עלה למרום, דער ווייטאג איז טיף און אומבאגרייפליך.... דער וואונד טוט אזוי וויי, פון די שענסטע וואס מיר האבן פארמאגט האט מען פון אונז אוועקגענומען, דער קוואל פון חיזוק פאר צענליגער תלמידים ושומעי לקחו, מי יתן ראשינו מים ועינינו מקור דמעה.
דַּיֵינוּ! איז וואס מיר שרייען אצינד אויס מיט אלע אונזערע כוחות, הייליגער באשעפער: "גענוג", מיר פארטראגן נישט מער, זאל דאס שוין זיין דער סאמע לעצטער קרבן פון דער שרעקליכער מגיפה וואס בוזשעוועט ה"י.
בית יעק"ב לכו ונלכה, מיר וועלן אצינד טוען אלעס וואס מיר קענען, צו העלפן אז דער שטוב פונעם דיין זכרונו לברכה, דער לעכטיגער בית יעק"ב, זאל קענען ווייטער אנגיין, זיינע פריש פארבליבענע יתומים אין שטוב זאלן האבן די נויטיגע פאנדן מיט וואס צו גיין אונטער די חופה, און דער שטוב זאל חלילה נישט אונטערברעכן פון די טאג טעגליכע הוצאות, אן זייער פרנסה פארזארגער.
אִלוּ הוֹצִיאָנוּ, וואלט אונז דער דיין ז"ל נאר האבן 'מוציא' לאור געווען די ספרי 'הלכה ברורה' אויף יורה דעה און די קונטרסים שו"ת וואס האט מאיר עיניהם געווען די אויגן פון אזויפיל אידישע קינדער:
דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.
אִלוּ סִפֵּק צָרְכֵּנוּ, וואלט אונז דער דיין ז"ל זאל נאר האבן געגעבן אלעס וואס מיר האבן געברויכט במשך די יארן, מיט זיינע אומצאליגע שיעורים ברבים, און משיב כהלכה געווען פאר די הונדרעטער שואלים אויף א טעגליכן פארנעם יומם ולילה בלי הרף:
דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.
אִלוּ קֵרְבָנוּ, ונָתַן לָנוּ, וואלט אונז ווען דער דיין ז"ל נאר האבן אזוי מקרב געווען די אלע יארן, מיט זיין לעכטיגער און ליבליכער שמייכל צו וואס אזויפיל אידישע קינדער וועלן אזוי בענקן, און אונז שטענדיג געגעבן דער געפיל פון ווארימקייט און חשיבות, און מדריך געווען על דרך ישראל סבא:
דַּיֵינוּ. וואלט דאס אליינס געווען גענוג צו העלפן בניו וביתו אחריו.
עַל אַחַת כַּמָה וְכַמָּה, חוֹבָה כְפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת עָלֵינוּ,
אצינד ווען דער טייערע משפחה פונעם דיין ז"ל דארף ליידער אנקומען קריטיש וויכטיג צו אונזער הילף, וועלן מיר עטוואס צוריקצאלן פאר דער מסירות נפש און געטריישאפט וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונז אלע כל ימי חייו כולן שווים לטובה, און מיר וועלן זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים שיש בהם ממש, להחיות משפחת נפש נקי וצדיק.
לא לנו האט געשריבן:זענדיג די טיעמס קומט אויף אן אלט פארגעסענע היסטאריע, די ישיבה "כתר תורה", וואס דער רב זצ"ל האט אנגעפירט אין מאנסי און מעמיד געווען תלמודים הגונים.
farshlufen האט געשריבן:https://www.dryveup.com/mendlowitz/יעדע מינוט ציילט!
ברוך השם אז דער אפרוף איז אויסערגעווענליך! מען זעט די געוואלדיגע ווארימקייט ביים גאנצן ציבור, ארויסצואווייזן דעם כבוד האחרון פאר'ן געטרייען אומפארגעסליכן רב ומורה הוראה, וואס רבים נהנו מאורו.
עס איז נאך דא אבער א וועג צו גיין! מיר דארפן דערגרייכן דעם גאנצן גאול פון א האלב מיליאן דאלאר, און מיר קוקן ארויס אויף די השתתפות פון יעדן יחיד, מיט די שטערקסטע נתינות צו טרייסן די אלמנה ויתומים.
אנא ואנא! ביטע זיי דיר יעצט משתתף מיט א ווארעם הארץ, און שיק אריין דיין ברייטהארציגע נתינה פאר דעם עמערדזשענסי קאמפיין.
https://www.dryveup.com/mendlowitz/
א גרויסן יישר כח פון פאראויס ותזכו למצוות!
חברה_מאן האט געשריבן:עמעצער ווייסט אפשר וואו מ'קען איבערהערן די לוי'?