הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
כ׳מיין אז ס׳איז די ערשטע מאל און היסטאריע און ה׳ אייר וואס די עלטערע דור סאטמארע אידן גייען נישט זאגן תחנון מיט מניין
לעצט פארראכטן דורך צדק תרדוף אום דינסטאג אפריל 28, 2020 10:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
פון וואו נעמסטו דאס אז מ'זאגט נישט קיין תחנון ביחידות?
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
נפילת אפיים איז נאר וואו ס'דא א ספר תורה. אבער איך מיין אז מ'זאגט יא רחום וחנון נאר מיט'ן קאפ ארויף.
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
צדק תרדוף האט געשריבן:כ׳מיין אז ס׳איז די ערשטע מאל און היסטאריע און ה׳ אייר וואס די עלטערע דור סאטמארע אידן גייען נישט זאגן תחנון מיט מניין
דאכט זיך אז אינדערהיים אין סאטמאר האט מען נישט געזאגט ווען עס איז געווען א ברית. ''היסטאריע'' האט זיך נישט אנגעהויבען תש'''ח.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
פרוביר אויך האט געשריבן:great האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:great האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס איז יעצט דא ניחום אבילים איך האב געהערט א שיעור פון הרב פאפאלנאש שליטא און גברענגט אלטע תשובות ספרים אז בשעת מגיפה אסור לילך לנחם ???
להלכה אין לו דין מגיפה
אין די זעלבע שיעור איז אויך מבואר אז עס איז להלכה א מגיפה לכל הדיעות
אין שו"ע ווערט געפסקנט
אז 3 פון 500 געזונטע אינגע מענטשן שטארבן איין טאג נאך די אנדערע איז א מגיפה
ווי האסטו די נומבערס?
ס'שטייט אינגע אדער דאס איז שוין צוגעלייגט? אפי' אויב יא, 60 הייסט אינג היינטיגע טעג.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
פרוביר אויך האט געשריבן:great האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:great האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס איז יעצט דא ניחום אבילים איך האב געהערט א שיעור פון הרב פאפאלנאש שליטא און גברענגט אלטע תשובות ספרים אז בשעת מגיפה אסור לילך לנחם ???
להלכה אין לו דין מגיפה
אין די זעלבע שיעור איז אויך מבואר אז עס איז להלכה א מגיפה לכל הדיעות
אין שו"ע ווערט געפסקנט
אז 3 פון 500 געזונטע אינגע מענטשן שטארבן איין טאג נאך די אנדערע איז א מגיפה
ווי האסטו די נומבערס?
ער האט געזאגט ביים שיעור אז און דברי מלכיאל שטייט אז די נאמבערס איז נאר געזאגט געווארען אמאל ווען מען האט נישט געקענט וויסען אן דעם אז עס דרייט זיך ארים א מגיפה אפשר איז עס סתם א צופאל אבער היינט אז מען קען וויסען אנדעם איז עס א מגיפה אן דריי מענטשען.
אבער למעשה האט ער געזאגט אז די סובה פון נישט מנחם זיין איז כדי דער עולם זאל ווי ווייניגער וויסען בכלל אז מענטשען שטארבען ממילא היינט אז אינז האב מער אייוועלט איז אנדערש די מעשה.
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נפילת אפיים איז נאר וואו ס'דא א ספר תורה. אבער איך מיין אז מ'זאגט יא רחום וחנון נאר מיט'ן קאפ ארויף.
בפירוש איתא כן ברמ"א בלי חולק כלל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
בירור הלכה מהאדמו״ר מ׳ברשטין על סגורות הבית מדרשים
ס׳איז ארויס געקומען א בירור פון האדמו׳ר מ׳בארשטין איבער די פארמאכן די בתי מדרשים. איך האב עס אדורך געלערענט.
בקיצור שרייבט ער אז די שוהלן האבן די רבנים פארמאכט ווייל מען האט אויף זיי געלייגט פרעשור און פון גרויס צימישעניש פון די מצב האט מען געטוהן א דבור שלא כהגון. אין די צייט וואס די רעגירונג לאזט דאך האבן אפען א House of warship און ווען די חדרים און ישיבות זענען פארמאכט איז דאך דאס די איינציגסטע געווער וואס אונז האב מיר איין צו רייסן צום אייבערשטען מיט תפילה בציבור. ער גייט אריין און אלע פרטים אויך וועגן עלטערע יודן און איבער לפני עיוור וכו׳.
קודם כל אויב איינער קען עס דא ארויף לייגן להנאות הציבור זאל ביטע אזוי טוהן.
אגב די רבי האט טאקע אפען יעצט זיין שוהל, און מיט צעטלעך אז מען זאל איינהאלטען די רעגירונג׳ס רעגעלאציעס. (קען זיין ס׳געווען א גאנצע צייט אפען איך ווייס נישט).
איין נקידה נאר וואס איך פארשטיי נישט פון דעם בירור הלכה אויב איינער קען מיך דאס ביטע מסביר זיין.
ער שרייבט און שטעלט אוועק די בירור הלכה אז אויף די הלכה פון ונשמרתם דארף מען זיך נאר רעכענען אויף א וודאי סכנה. ער רעדט וועגן די הלכה פון שואל זיין בשלומו פון א קעניג אינמיטן קר״ש און איז מחלק צווישען א וודאי סכנה וואס מען מעג, אדער א ספק סכנה וואס מען טאר נישט. און דאס שטעלט ער צו - צו תפילה בציבור גייענדיג אזוי ווייט ווי צו זאגן אז ע״פ הלכה מעגן אפי׳ אלטע יודן אויך קומען אין שוהל ווייל באקומען די ווייראס איז נישט קיין וודאי סכנה, ס׳נאר א וודאי אימבאקוועם אבער אין סכנה, איז עס נאר א ספק סכנה.
וואס איך פארשטיי נישט איז: ווי זיין צו שטעל פון די הלכה פון מפסיק זיין אינמיטן קר״ש אז מען טאר נאר פאר א וודאי סכנה, ווי קומט עס אריין לגבי תפילה בציבור? אפשר תפילה בציבור ווערט יא נדחה לגבי א ספק סכנה אין די הלכה פון ונשמרתם?

- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: בירור הלכה מהאדמו״ר מ׳ברשטין על סגורות הבית מדרשים
גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס׳איז ארויס געקומען א בירור פון האדמו׳ר מ׳בארשטין איבער די פארמאכן די בתי מדרשים. איך האב עס אדורך געלערענט.
דא האט מען שוין דורכגעטוהן די תשובה און מען האט שוין זוכה געווען צו נעילת שערים לכבוד דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=100
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
Re: בירור הלכה מהאדמו״ר מ׳ברשטין על סגורות הבית מדרשים
טראק דרייווער האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:ס׳איז ארויס געקומען א בירור פון האדמו׳ר מ׳בארשטין איבער די פארמאכן די בתי מדרשים. איך האב עס אדורך געלערענט.
דא האט מען שוין דורכגעטוהן די תשובה און מען האט שוין זוכה געווען צו נעילת שערים לכבוד דעם.
viewtopic.php?f=104&t=41799&start=100
יש״כ
געזעהן געליינט און הנאה געהאט
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8295
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
סטיטשינער האט געשריבן:צדק תרדוף האט געשריבן:כ׳מיין אז ס׳איז די ערשטע מאל און היסטאריע און ה׳ אייר וואס די עלטערע דור סאטמארע אידן גייען נישט זאגן תחנון מיט מניין
דאכט זיך אז אינדערהיים אין סאטמאר האט מען נישט געזאגט ווען עס איז געווען א ברית. ''היסטאריע'' האט זיך נישט אנגעהויבען תש'''ח.
ווי אויבן געשריבן זאגט מען געהעריג תחנון נאר נישט נפילת אפים אויף די הענט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
טראק דרייווער האט געשריבן:איבער די ברכת אילנות אויף די עציץ וואס דרייט זיך ארום אויף די טראקס. האט איינער מברר געווען על פי הלכה אז דאס איז אויסגעהאלטן? לפי השמועה האט רבי יחזקאל ראטה שליט"א געפסקנט אז מען קען נישט דערויף מאכן א ברכה.
פארוואס זאל מען נישט קענען מאכן א ברכה דערויף? עס איז דאך א בוים מיט פירות וואס וואקסט וכ"כ בפסקי תשובות בלי שום חולק, און אגב אין וומ"ס איז דער טראק געווען בהשגחה
718-480-5349
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
קול זעקה האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:איבער די ברכת אילנות אויף די עציץ וואס דרייט זיך ארום אויף די טראקס. האט איינער מברר געווען על פי הלכה אז דאס איז אויסגעהאלטן? לפי השמועה האט רבי יחזקאל ראטה שליט"א געפסקנט אז מען קען נישט דערויף מאכן א ברכה.
פארוואס זאל מען נישט קענען מאכן א ברכה דערויף? עס איז דאך א בוים מיט פירות וואס וואקסט וכ"כ בפסקי תשובות בלי שום חולק, און אגב אין וומ"ס איז דער טראק געווען בהשגחה
יש אומרים אז מען מאכט נאר אויף התחדשות הבריאה, אז עס ווערט נתחדש א פרישע בריאה פון פירות, און ביי אן עציץ וואס קען וואקסן סיי ווען איז דאס נישט דא.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 697
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
בנוגע מוזיק !
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
איך האב אמאל געפרעגט א שאלה בנוגע אנצינדן מוזיק פאר מיינס א קינד וואס האט נאר געקענט איינזיצן מיט מוזיק, ספירה טעיפס איז נישט געגאנגען, און כ'האב באקומען א היתר.
כ'האב געמאכט דעמאלטס א שטיקל גדר, אז כ'האב נאר געלאזט חזנות וואס האט כמעט נישט קיין מוזיק.
כ'האב געמאכט דעמאלטס א שטיקל גדר, אז כ'האב נאר געלאזט חזנות וואס האט כמעט נישט קיין מוזיק.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 697
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א שאלה בנוגע אנצינדן מוזיק פאר מיינס א קינד וואס האט נאר געקענט איינזיצן מיט מוזיק, ספירה טעיפס איז נישט געגאנגען, און כ'האב באקומען א היתר.
כ'האב געמאכט דעמאלטס א שטיקל גדר, אז כ'האב נאר געלאזט חזנות וואס האט כמעט נישט קיין מוזיק.
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א שאלה בנוגע אנצינדן מוזיק פאר מיינס א קינד וואס האט נאר געקענט איינזיצן מיט מוזיק, ספירה טעיפס איז נישט געגאנגען, און כ'האב באקומען א היתר.
כ'האב געמאכט דעמאלטס א שטיקל גדר, אז כ'האב נאר געלאזט חזנות וואס האט כמעט נישט קיין מוזיק.
חזנות איז אסור בכלל?
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
מיט מוזיק? לכאורה יא. אדרבה, אויב איינער קען טרעפן א גלאטע היתר וואלט איך מיר געפרייט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 698
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
ווי איז דא די בריוו פון הגר'' הארפענעס בענין שויער לטבילת עזרא?
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
אונגארישע הייזער האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:צדק תרדוף האט געשריבן:כ׳מיין אז ס׳איז די ערשטע מאל און היסטאריע און ה׳ אייר וואס די עלטערע דור סאטמארע אידן גייען נישט זאגן תחנון מיט מניין
דאכט זיך אז אינדערהיים אין סאטמאר האט מען נישט געזאגט ווען עס איז געווען א ברית. ''היסטאריע'' האט זיך נישט אנגעהויבען תש'''ח.
ווי אויבן געשריבן זאגט מען געהעריג תחנון נאר נישט נפילת אפים אויף די הענט
מיין דיין האט געפסקנט, מען זאגט נישט קיין תחנון, בכלל נישט נאר נפילת אפיים, (און אזוי טוט מורי יעדע יאר אין ניו העמפשער)
און לגבי ה' אייר זאל מען יא זאגן תחנון,
לגבי א ברית האט די רבי ז"ל אויך נישט געזאגט קיין תחנון,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
1) ווען אין מיין קהילה זאגט מען נישט קיין תחנון אין א געוויסע טאג און אין דעי מנין ווי איך דאווען זאגט מען יא תחנון. זאל איך מיט זאגן אדער נישט?
2) און וויזוי איז ווען אין מיין קהילה זאגט מען יא תחנון אין א געוויסע טאג און אין דעי מנין ווי איך דאווען זאגט מען נישט קיין תחנון זאל איך עס אליין זאגן?

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7049
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס
ווארשיינליך וואס די מנין טוהט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
אין גליון פון תולדות אהרן איז געווען שו'ת מיט הגר'מ שטערנבוך איז קלאר געשטאנען וילאנג די חוקי מדינה פארלאנגן נישט איז עס נישט קיין מלבוש, אבער אויב זיי פארלאנגן איז נישט קיין פראבלעם.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35237
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
פריילאך האט געשריבן:
אין גליון פון תולדות אהרן איז געווען שו'ת מיט הגר'מ שטערנבוך איז קלאר געשטאנען וילאנג די חוקי מדינה פארלאנגן נישט איז עס נישט קיין מלבוש, אבער אויב זיי פארלאנגן איז נישט קיין פראבלעם.
לגבי דאווענען, נישט לגבי טראגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס
farshlufen האט געשריבן:פריילאך האט געשריבן:אייער_קיכל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אינטערעסאנט, ווייל הגר"מ שטערנבוך האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט ארויסגיין מיט א מאסק במקום שעין עירוב
און אז רב שטערנבוך האלט ס'איז אסור מעג מען נישט מחולק זיין?
"העסקנים" איז דער בר פלוגתא?
אין גליון פון תולדות אהרן איז געווען שו'ת מיט הגר'מ שטערנבוך איז קלאר געשטאנען וילאנג די חוקי מדינה פארלאנגן נישט איז עס נישט קיין מלבוש, אבער אויב זיי פארלאנגן איז נישט קיין פראבלעם.
לגבי דאווענען, נישט לגבי טראגן.
באקומען פאר'ן זמן 2 מעסעדשעס
1
Fwd: Fwd: Fwd: Psak From Baal michlal yoifi: if someone is going out with a mask only because he don't wanna got a ticket, then it's usir to do it. Only if you're doing it because you don't wanna catch the virus then you may
2
Fwd: Fwd: פסק הרה"ג ר' מענדל זילבער שליט"א : ה'מאסק זה של רפואה אין לטלטל בלא עירוב