קאנאדער חתונה פלענער | Registered Education Savings Plans

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

קאנאדער חתונה פלענער | Registered Education Savings Plans

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

א גוטן,
אין מונטריאל זענען דא באקאנטע צוויי פירמעס וואס פארקויפן 'חתונה פלענער' (= Registered Education Savings Plan המכונה RESP), ואלו הן: CST און Heritage.
די צוויי פירמעס האבן אסאך היימישע אגענטן וואס יעדער פרובירט צו כאפן ווי מער קונדן, וכנהוג
ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וועגן ביידע פלענער, בפרט אויב מ'קען אויסשמועסן וואס זענען די מעלות פון דעיע איבער דעיע, אבער לא על זה באתי.
ברשות הקהל וואלט איך געוואלט פרעגן ספעציפיש וועגן די CST פלאן.
א חבר מיינער האט מיך משכנע געווען נאך די געבורט פון מיין בכור זיך צו איינשרייבן אין די CST פלאן, און אזוי פארט די באן עד היום הזה - מיט שוין מערערע קינדער ב"ה.
במשך די צייט איז מיר נתעורר געווארן שאלות, און איך האב געקלערט אפשר קען די חשוב'ע עולם ארויסהעלפן.

1) די פירמע פארקויפט צוויי סארטן פלענער: FAMILY פלענער און GROUP פלענער. די היימישע אגענטן פארקויפן די GROUP פלענער. לויט ווי איך פארשטיי האט נאר די GROUP פלאן א FEE, וויל איך וויסן, איז עס טאקע אזוי? וואס איז די מעלה פון GROUP איבער FAMILY?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: קאנאדער חתונה פלענער | Registered Education Savings Plans

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

(ווייטער איבער CST)
2) לויט ווי איך פארשטיי, טאמער שטעלט מען זיך שיין צו, באקומט מען צוריק 50% פון די FEE, וואס זענען די פונקטליכע תנאים?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: קאנאדער חתונה פלענער | Registered Education Savings Plans

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

(ווייטער איבער CST)
3) דארף מען צוקומען צו דריידלעך כדי צו ארויסנעמען די קרן, און די ריוח, ביים חתונה מאכן, אדער אלעס איז גלאט (יונגלעך און מיידלעך)?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: קאנאדער חתונה פלענער | Registered Education Savings Plans

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

(ווייטער איבער CST)
4) איז די קרן פארזיכערט, לכה"פ אזוי ווי אין באנק? און וואס איז מיט די רווחים, איז דא א חלק וואס איז פארזיכערט (אויסער די גאווערמענט מתנות)?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”