יאפ. נאך אינטערעסאנטער איז אז רוב אנדערע אלבומס קען מען נישט דאונלאון דארט, נאר באשטעלן א פיזישע..
זיי האבן אויך א דיסקאונט לכבוד די בחירות אין אר"י
(עס איז א איסור פון בחירות און נעמען געלט פון די מדינה באין כאחד.....)
יום הבחירות הגיע! ואנחנו מפרגנים לכם ב15% הנחה על כל האתר!
קוד קופון בלעדי ליום הבחירות:
CVVIE1
יש להעתיק את הקוד ולהזין בהליך הקנייה, תהנו! תקף עד לשעה 12:00 בלילה (יום הבחירות)
ס'גוט פאר א גלייכווערטל, אבער חוץ מזה זעה איך נישט קיין סיבה זאלסט נישט מעגן קויפן דארט, מיט דעם דיסקאונט, ווייניגער ווי עני אנדערע טאג. חוץ אז דו האלטס אז מ'טאר קיינמאל נישט קויפן ביי אזא איינער וואס האלט פון די בחירות, דאס דארף מען שוין דן זיין
איך מיין אז יעצט ווען מ'האלט שוין עטליכע חדשים נאך די נייע יונגערליך ווען יעדער קען עס שוין אדורך און אדורך וואלט געווען כדאי צו מאכן אן אנקעטע וועלכע פון די צוויי יונגערליך איז געווען שענער די ערשטע אדער די צווייטע
לאמיר זיך אנווארעמען לכבוד שבת קודש: כל מקדש כ'אניש וואס צוצולייגן צו וועלוול שמעלצער'ן און נמ"ש אויף קולמע. [כ'געדענק שוין נישט...]. ס'נישט קיין 'כל מקדש ניגון', ס'א פלעין שבת ניגון, מלא חידוש אז ס'אן קיין היינטיגע 'חידושים', פשוט זיך אנווארעמען מיט א שבת'דיג'ע ניגון. מ'קען שפירן דערעוילעם ביים באטע/סעודה וכדו' קנאקן מיט די לעפלעך "אוהבי אוהבי השם, אוווויייי המחכים המחכים... פאשטעס האט עס פינקי פארפאסט פאר שבת'דיג, נאר סי'נישט קיין 'איבערעבעניש' איזעס אראפ פון שבת טיש. דער... זינגט הערליך, און צוזאמען מיטן אינגל, איינמאל ארויף איינמאל אונטער, איזעס געוואלדיג! פון משה לאופר ברויך'יך דארשענען?? כל מקדש האט באקומען דעם דריטן בענקל אויפן סידי, אנישט וואלטיך עס נישט אזויפיל מאל געהערט ווייל די ערשטע צוויי מאל איז איהם נאכנישט געלונגען אנצינדן מיין הערצל, אבער נאכן אומוועלנדיג הערן דעם ניגון עטליכע מאל האב איך באשלאסן "דעס איז מיין נעקסט'ע שבת ניגון"!
לסיכום הענין: מיר קענען קוים ווארטן אויפן נעקסטן. [שוין נענטער ווי ווייטער...]. און איך וואונטש ז"ז נאך שענער און נאך בעסער. וחזקה על שניטצלער סטודיו שאין מוציאין מתחת ידם דבר שאינו מתוקן. הק' נמ"ש (נאר מיט שמחה).
שוין לאנג וואס איך וויל פרעגן צו איינער ווייסט, אבער יעצט אז מיר האבן דא נמש אליינס... וועל איך פרעגן. וואס איז פשט אז פינקי האט ארויסגעשניטן פונעם ניגון די ווערטער "איש על מחנהו ואיש על דגלו"? נאך "על פי פעלו" גייט ער צוריק צו "כל שומר שבת" מ'קען די ווערטער זייער זייער גוט אריינפיטן "איש על מחנהו איש על מחנהו, איש על מחנהו ואיש על דגלו" אזוי ווי מיר טוהן טאקע שבת ביים טיש ווען מיר זינגען דעם ניגון.
א גרויסן שכויעח פאר דיין שכויעח און פאר די רשות... בצאת איז ערליך ווערד צי ווערן א היט (און אויך א רעקל), און בפרט פאר קינדער.
איצל פיצל האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן: בשם השם נעשה ונשמע.
לאמיר זיך אנווארעמען לכבוד שבת קודש: כל מקדש כ'אניש וואס צוצולייגן צו וועלוול שמעלצער'ן און נמ"ש אויף קולמע. [כ'געדענק שוין נישט...]. ס'נישט קיין 'כל מקדש ניגון', ס'א פלעין שבת ניגון, מלא חידוש אז ס'אן קיין היינטיגע 'חידושים', פשוט זיך אנווארעמען מיט א שבת'דיג'ע ניגון. מ'קען שפירן דערעוילעם ביים באטע/סעודה וכדו' קנאקן מיט די לעפלעך "אוהבי אוהבי השם, אוווויייי המחכים המחכים... פאשטעס האט עס פינקי פארפאסט פאר שבת'דיג, נאר סי'נישט קיין 'איבערעבעניש' איזעס אראפ פון שבת טיש. דער... זינגט הערליך, און צוזאמען מיטן אינגל, איינמאל ארויף איינמאל אונטער, איזעס געוואלדיג! פון משה לאופר ברויך'יך דארשענען?? כל מקדש האט באקומען דעם דריטן בענקל אויפן סידי, אנישט וואלטיך עס נישט אזויפיל מאל געהערט ווייל די ערשטע צוויי מאל איז איהם נאכנישט געלונגען אנצינדן מיין הערצל, אבער נאכן אומוועלנדיג הערן דעם ניגון עטליכע מאל האב איך באשלאסן "דעס איז מיין נעקסט'ע שבת ניגון"!
לסיכום הענין: מיר קענען קוים ווארטן אויפן נעקסטן. [שוין נענטער ווי ווייטער...]. און איך וואונטש ז"ז נאך שענער און נאך בעסער. וחזקה על שניטצלער סטודיו שאין מוציאין מתחת ידם דבר שאינו מתוקן. הק' נמ"ש (נאר מיט שמחה).
שוין לאנג וואס איך וויל פרעגן צו איינער ווייסט, אבער יעצט אז מיר האבן דא נמש אליינס... וועל איך פרעגן. וואס איז פשט אז פינקי האט ארויסגעשניטן פונעם ניגון די ווערטער "איש על מחנהו ואיש על דגלו"? נאך "על פי פעלו" גייט ער צוריק צו "כל שומר שבת" מ'קען די ווערטער זייער זייער גוט אריינפיטן "איש על מחנהו איש על מחנהו, איש על מחנהו ואיש על דגלו" אזוי ווי מיר טוהן טאקע שבת ביים טיש ווען מיר זינגען דעם ניגון.
פרעגסט זייער א גוטע קאשע... ס'מיר אויך שווער געווען, איך האב נישט קיין תירוץ דערפאר. בשעת'ן עס הערן האביך געטראכט אז פינקי האט אפשר אן אנדערן נוסח וכדו'. אדער זיצט עס בעסער אזוי אויף די ניגון. אבער ס'איז נישט קיין 'זמירות שבת' ניגון איז עס נישט אינגאנצן אפגעפרעגט... איך מיין פאר אזא שאלה דארף מען פרעגן נשמ"ה אליינ'ס...
צום אלעם ערשט האסטו זייער שיין באשריבן די סידי אבער דאס צוגלייכן יוגערליך סידיס צו משה גאלדמאן קומט ניטאמאל אין באטראכט אפילו די סידי האט טאקע ווארימע ניגונים אבער צו זאגן אז דאס איז ווי משה גאלדמאן אדער אפילו ווי חיים בענעט איז שטארק איבערגעטריבן