זיך פארקוקן צום סדר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

זיך פארקוקן צום סדר

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:07 am

קודם וועט מען געבין א גרויסען יישר כח פאר אלע וואס האבען שוין געשריבען געפרעגט אין געענפירט .ווי אזוי מען פירט א סדר די ערשטע מאל.
אין ווי אזוי מען פירט א סדר די פיפטע מאל.
הצד השוה איז אז מען דארף זיך צוגרייטען .
זיכער גיי איך נישט זיך צוגרייטען א בית הלוי אדער א אנדערע פלפול.
וועגען אויב יא וועט מיין 7 יעריגע מיידעל אין 3 יעריגע אינגעל זאגען נעקסטע יאר ''טאטי דיע יאר גייט מען צוריק צו זיידי'' .
פאנג איך אן צוזיכען צווישען מיינע הגדות א הגדה וואס האט מלקט געווען אויף די סדר הגדה מדרשים.
אבער חוץ הגדות פון א יעדע חסידות. אין 2 סאטמערע הגדות (ענדיש 2 נישט געלונגענע ווי איידער 1 געלונגענע) האב איך גארנישט געטראפען.
א איד טאר זיך נישט מייאש זיין. זעץ איך מיך צו היברא באקס. איך דריק אריין הגדה אין סקימט ארויף 20 אין ענגליש 20 אין ספרדיש 20 אין רוסיש אין 20מיט אידיש טייטש ווי צאנה וראנה פון אונזערע באבעס.
שוין מאכט מען צו היברא באקס אין מען גייט צו אוצר החכמה.
דארט בין איך כמעט דעטראנקען געווארען פון וויפעל הגדות סאיז דא איך האב נישט געוויסט ווי אנצוהייבען אין ווי צו ענדיגען.
איז בקוציר נפשי בשאלתי וועלעכע הגדה איז דא אויף אוצר החכמה נישט איך זאל יעצט דארפן גיין אין ספרים סטאר קויפען נאר עפעס בחנם א הגדה א גליון א ספר וואס איז מבאר לפי מדרשי חז''ל יציאת מצרים. פאר א 7יעריגע קינד. אין א 3 יעריגע קינד?

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: זיך פארקוקן צום סדר

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:16 am

נעם א חומש, און פארצייל פון פ׳ בראשית ביז פ׳ בא.
#אמונה פשוטה,

עכט איז דאס נישט אזוי נוגע, טא, משיח איז אן די וועי,
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24038
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 01, 2020 9:56 am

קרעדיט שאץ מאץ
שאץ מאץ האט געשריבן:הגדה ואגדתא = איז זייער גוט פאר א טאטע וואס פארציילט די סיפור יצי"מ אין די ווערטער פון די הגדה, ווייל ער האט אויפן פלאץ זייער אזאך שיינע מדרשים און עניני סיפור יצי"מ, פשוט מקיים צו זיין דעם וגדת לבנך.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זיך פארקוקן צום סדר

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אפריל 01, 2020 2:22 pm

פאר די מעשי הניסים בפרטי פרטים קען מען נוצן הגדה ילקוט מעם לועז


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט