מאיר פאר ראש הקהל?..
- קעכער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 378
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
- לאקאציע: אין קאך
מאיר פאר ראש הקהל?..
איז אמת וואס איך הער?ס'דרייען זיך ארום שמועות, אז מאיר גייט לויפן פאר אש הקהל, איינער קען קאנפוירמען?איי קענט וועיט,
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
דערווייל איז לא דובים ולא יער ולא מייערלעך... מאיר'ל האלט נאך נישט דארט, איך טראכט נאך ניטאמאל צו לויפן פאר "זנב הקהל"... באט אין פאליטיק קען מען נישט וויסן פון איין טאג אויפן צווייטן וואס ס'וועט זיין (ווער דענקט נאך וויאזוי הרב השחור מר אבאמא יר"ה האט גערעדט נישט לאנג פאר ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור?), מי יודע מה יולד יום??
דערווייל קענט עטץ אלע רואיג פראווען דעם יו"ט פסח, און קיינער דארף נישט אריינקומען חוה"מ טשעקן וואס ס'טוט זיך אין שטים בודקע, ס'נאך עניוויעי פאר די צייט, כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן...
האטס מיר אלע א כשר'ן און פרייליכן יו"ט פסח.
וואונטשט
מאיר מאיער
דערווייל קענט עטץ אלע רואיג פראווען דעם יו"ט פסח, און קיינער דארף נישט אריינקומען חוה"מ טשעקן וואס ס'טוט זיך אין שטים בודקע, ס'נאך עניוויעי פאר די צייט, כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן...
האטס מיר אלע א כשר'ן און פרייליכן יו"ט פסח.
וואונטשט
מאיר מאיער
אלס נאנטער פערזענליכער פריינט פון ידיד נפשי מו"ה מאיר מאיער הי"ו, קען איך זאגן אז מאיר'ל איז דער פאסיגסטער קאנדידאט פאר דעם פאסטן!!! איך קען מאיר'ל פערזענליך, ער איז א תכשיט פון א יונגערמאן, א בעל חסד, א בעל מדות, א ת"ח, און א פרייליכער צוגעלאזענער ערליכער יונגערמאן, איך בעט דיר מאיר'ל נעם אן די קאנדיטאטור, עס וועט מיר זיין א פערזענליכע הנאה און א פערזענליכע טובה... איך ווארט שוין קוים אויף דעם גליקליכן טאג ווען מאיר'ל וועט דינען אלס ראש הקהל.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
מאיר האט געשריבן:ידידי היקר רענדוש הי"ו, דו בעטסט פון מיר זייער א שווערע טובה, איך בעט דיר באפריי מיר דערפון... אונז בלייב מיר ווייטער גוטע חברים, אבער ביטע פארלאנג נישט פון מיר אזא שווערע זאך.
יישר כח
וחג כשר ושמחידידך
מאיר מאיער
מאנכע האבן מיר אנגעפרעגט אין אישית פארוואס ס'איז מיר אזוי שווער צו לויפן פאר ראש הקהל???
אויף דעם איז די תי' די בילד:
ס'איז מיר זייער שווער צו לויפן... גיין איז מיר אסאך גרינגער... זענט עטץ מסכים אז איך זאל גיין שטאטעלעך און פאמעלעך?