זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכל שטימען: 240

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי

מיט וואס איז די מציאות אין ארץ ישראל אנדערש ווי אין ניו יארק?
(חוץ אז מ'איז נישט אזוי פארבלענדעט פאר די גאווערמענט, ממילא זעהט מען פשוט די מציאות ריינער)

ווייל דארט איז נישט שייך קיין דינא דמלכותא דינא.

אינטערעסאנט אז דו קענסט נישט די מחלוקה פון סאטמאר רב מיטן חזון איש איבער צאלן שטייערן. סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'איז יא דא דינא דמלכותא ווילאנג זיי מאכן איבער די גאסן און רייניגן וכו', די חזו"א האט געהאלטן אז ס'איז נישט שייך ביי א מלכות המינות...

אריין אין די באדווייזער אשכול...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובה דורך הסרפד »

ווייזער האט געשריבן:ניין. מיר זאלן אויסלאכן פון די נערישע גוים.

מיר זענןע דאך קלוגער פון יעדן.

א פאהר מינוט ליינען אויף דעם וועלטל ווייזט ליידער אויף אז נישט. פשוט'ע מאטעמאטיק וואס איז נוגע אויף הצלת נפשות און פשוט'ע רואה את הנולד פארשטייט מען נישט.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

אורח הכבוד האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי

מיט וואס איז די מציאות אין ארץ ישראל אנדערש ווי אין ניו יארק?
(חוץ אז מ'איז נישט אזוי פארבלענדעט פאר די גאווערמענט, ממילא זעהט מען פשוט די מציאות ריינער)


שכוח פארן אריינקומען זייער קלאר מיט דיין אגענדע
(סאטמאר ווארטזאגער, ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז די "גאווערמענט" און אר''י איז פינקט ווי און ארה''ב?! ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז און גלות אמעריקא האט עקספייערט דעם ציווי פון דרשו את שלום העיר אשר הגלתי אתכם שמה?! ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז פאלגן די רעגורונג רעגאלאציעס בנוגע שמירות הגוף מיינט פארבלענדעט פאר די גאווערמענט?! נגיעות פון קאפ ביז פיס און רעדט פון פארבלענדעט, א מין חוצפה פון א נאמען פאר א אגענדע ניק אויף אייוועלט!)

צוריק צום ענין

הייסט אזוי, אין ארץ ישראל הייסט מען פארשפארן פשוט ווייל ס'איז א מלכות המינות זיי מיינען בכלל נישט אונזער טובה, משא''כ אין ניו יארק (מלכות המינות???) מיינען זיי נאר אונזער טובה.

גוט פארשטאנען?
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
נאך איינער

תגובה דורך נאך איינער »

האבעך יעצט געהערט פין א טיטשער אין א גרויסע ווילאמסבורגע סקול, אז א מיידל פין איר קלאס וואס האט מילדע סימפטאמען אין איז זיך געגאנגען טעסטן, יעצט ווארטענדיג אויף רעזולטאטן איז זי געקומען געהעריג אין סקול,

ווי מענטשן קענען האבן אזא אומאחרות איז אומגלויבלעך,
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

.
אטעטשמענטס
IMG-20200316-WA0007.jpg
IMG-20200316-WA0007.jpg (98.3 KiB) געזען 1832 מאל
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובה דורך קעדילעק »

ווער בין איך צו זאגן דא א מיינונג, אויף דעם דארפן די גדולי ישראל פסק'ענען, דעת תורה איז וואס באשטימט..
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

תגובה דורך קאפהאלטער »

פאר די קינדער אינדערהיים
אקטיוויטיס פאר קינדער
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

תגובה דורך פרישע קוגל »

לעקוואד ישיבה פארמאכט?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דערווייל האבן די באהערדע נאכנישט מודיע געווען פאר די מוסדות און די סיטי צו פארשליסן... ווי געזאגט: א פראגע פון צייט.
מעגליך די סיבה דערווייל די גרויס ליבשאפט פון מעיאר צום גאווערנער
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

שיקט נישט אייערע קינדער און חדר ח"ו

תגובה דורך Growth hacker »

יודישע קינדער רחמנים בני רחמנים
ביטע בלייבט אנדערהיים איר מיט איערע קינדער.
סאיז טאקע נישט גרינג פאר קינדער געבענטשטע פארמיליע צו זיצן איינגעשפארט מיט די גאנצע משפחה בעפאר יום טוב,  פונדעסוועגן דאך זייט נישט  קיין אומדירעקטע רוצחים שטעלט נישט עלטערע  מענטשן און א סכנה, אסאך מער ווערט ווי פסחדיג מאכן, צו באקן מצות וכ"ו

איטאליע איז דא אסאך עלטערע מענטשן השם ירחם וואס דארט גייט פאר
סליונט נישט די באקוועמליכקייט יעצט זיך צו דארפן ארומדרייען א גאנץ לעבן מיט שולד געפילן וואס איר 
האט אומדירעקט גורם געווען  פאר שונאיהם של ישראל

האט רחמנות אויף א גאנצע דור פון עלטערע יודן
האט רחמנות אויף יודישע טאטעס און מאמעס פון נישט געזינטע קינדער ה"י וואס זייער הארץ צאפעלט פאר שרעק פון די אומאחריותדיגע ווערטשאפט וואס דא גייט פאר

די אייבערשטער בלייבט נישט שולדיג פאר יעדע שווערקייט וואס מען ליידט אפצוהיטן א צווייטע יו 

פאלגט די רעגירונג און שטעלט נישט אריין א צווייטע
יוד און א סכנה


ולה" הישועה
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

מ'קאן זיך ביי אייך קוויטלען אויך?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

ניס קראכער האט געשריבן:מ'קאן זיך ביי אייך קוויטלען אויך?

ניין אבער די אומוויסענשאפט און לייכטזיניגע ליצנות אינדערצייט וואס פאר אלע גוים בוזשעוועט די מלאך המות, ביזטו באקאנט מיט די פאקט אז די בעסטע שפיטאל פאר די גוים וואס ליידער יודןניצן איז פארלוירן? ווייסטו וואס די הויפט סורדזשען שטייט און ווארענט אז זיי זענען און א קריזיס?

איך בין געווענליך בכלל נישט פאר פאניק, דאס מאל איז אנדערש און ליידער טראץ די אזהרות פון די דאקטורים ביי טייל פוןאונזערע עולם כמנהגו נוהג...
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

איסר האטלקי האט געשריבן:מיין שכן זיצט מיט אלע קינדער אין שטוב ווייל די מוסדות איז פארמאכט. וואו זענען די קינדער? ביי די אלטע באבע.

דאס איז די רעזולטאט פון פארמאכן מוסדות. די אינגע קינדער און אינגע עלטערן דארפן ליידן, און די עלטערע זיידעס און באבעס וועלן אריבערכאפן די וויירוס פון די קליינע אייניקלעך בשעת'ן בעביסיטן ח"ו.

ענדערש לאז אפן די מוסדות, לאז די עלטערן ארבעטן, און שפאר איין די עלטערע אזוי ווי ענגלאנד טוט. אזוי וועלן מער מענטשן בלייבן לעבן.

דיין שכן איז פארריקט, פינטל.

און ניצן דיין שכן'ס סטופידיטי אלץ אן עקזעמפל צייגט נישט אויף קיין חכמה.

סקען זיך דאכטן אז אין ענגלאנד איז געווען די מגיפה פאריגעס יאר, און זיי זענען געווען אזוי סוקסעספול אז מען דארף זיי נאכמאכן, האלאו, זיי האבן נאך נישט אנגעהויבן כאפן אפילו, און ברענג נישט קיין ראיות פון דארט, עס קען נאך זיין דארט ערגער ווי איטאליע, ה"י
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

Growth hacker האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מ'קאן זיך ביי אייך קוויטלען אויך?

ניין אבער די אומוויסענשאפט און לייכטזיניגע ליצנות אינדערצייט וואס פאר אלע גוים בוזשעוועט די מלאך המות, ביזטו באקאנט מיט די פאקט אז די בעסטע שפיטאל פאר די גוים וואס ליידער יודןניצן איז פארלוירן? ווייסטו וואס די הויפט סורדזשען שטייט און ווארענט אז זיי זענען און א קריזיס?

איך בין געווענליך בכלל נישט פאר פאניק, דאס מאל איז אנדערש און ליידער טראץ די אזהרות פון די דאקטורים ביי טייל פוןאונזערע עולם כמנהגו נוהג...

אינטערסאנט, אז די מנהיגים שליט"א זענען אויך דערשראקן פונעם מצב
אבער שרייען אלע אז מ'זאל לאזן אפען די מוסדות

זענען זיי נישט גענוג קליג?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מיין אינגעל פרעגט אויב די וואך איז דא צוויי פרשיות ווייל נעקסטע וואך איז נישטא חדר וועגן די וויירוס...
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובה דורך דוד משה »

Growth hacker האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מ'קאן זיך ביי אייך קוויטלען אויך?

ניין אבער די אומוויסענשאפט און לייכטזיניגע ליצנות אינדערצייט וואס פאר אלע גוים בוזשעוועט די מלאך המות, ביזטו באקאנט מיט די פאקט אז די בעסטע שפיטאל פאר די גוים וואס ליידער יודןניצן איז פארלוירן? ווייסטו וואס די הויפט סורדזשען שטייט און ווארענט אז זיי זענען און א קריזיס?

איך בין געווענליך בכלל נישט פאר פאניק, דאס מאל איז אנדערש און ליידער טראץ די אזהרות פון די דאקטורים ביי טייל פוןאונזערע עולם כמנהגו נוהג...

עס זעהט טאקע אויס אז איר זענט פארפאניקט, מיט וויפיל עלטערע אידן גייען זיך די קינדער טרעפן אין די מוסדות?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

תכלית
האט איינער דא א קראנטע אפדעיט איבער די מוסדות, אין ווילי, ב"פ, מאנסי, מאנרא?
יונגלעך מיידלעך??
מהר"יי מהר"א מהרי"מ מהרמ"ש?
שפארט מען אדער נישט??, גייט ארום כל מיני שמועות, סאו וואסי'ז אמת און וואס נישט??,
מיין טאכטער איז היינט אהיים געקומען זאגנדיג אז קודם האט מען געהייסן די מיידלעך זאלן אלעס אהיימנעמען, און מען וועט שוין זעהן...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מיין טאכטער האט שוין אהיימגעברענגט היינט די הגדה של פסח, על הצד...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובה דורך ישראל_הלוי »

New York – Gov. Cuomo signed an executive order closing all schools in New York state, including private schools such as yeshivas.

The order was announced on Monday morning but was unclear if it including private schools or just public, as a similar order by Mayor Bill de Blasio on Sunday night did. A clarification issued to local school boards charged with enforcing the order Monday afternoon said that it included yeshivas.

Most yeshivas have already closed on Sunday after de Blasio issued his directive. About 15 percent remained open on Monday. They will have to close on Tuesday as per Cuomo’s new rule.

 
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8806
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

דממה דקה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מיין שכן זיצט מיט אלע קינדער אין שטוב ווייל די מוסדות איז פארמאכט. וואו זענען די קינדער? ביי די אלטע באבע.

דאס איז די רעזולטאט פון פארמאכן מוסדות. די אינגע קינדער און אינגע עלטערן דארפן ליידן, און די עלטערע זיידעס און באבעס וועלן אריבערכאפן די וויירוס פון די קליינע אייניקלעך בשעת'ן בעביסיטן ח"ו.

ענדערש לאז אפן די מוסדות, לאז די עלטערן ארבעטן, און שפאר איין די עלטערע אזוי ווי ענגלאנד טוט. אזוי וועלן מער מענטשן בלייבן לעבן.

דיין שכן איז פארריקט, פינטל.

און ניצן דיין שכן'ס סטופידיטי אלץ אן עקזעמפל צייגט נישט אויף קיין חכמה.

סקען זיך דאכטן אז אין ענגלאנד איז געווען די מגיפה פאריגעס יאר, און זיי זענען געווען אזוי סוקסעספול אז מען דארף זיי נאכמאכן, האלאו, זיי האבן נאך נישט אנגעהויבן כאפן אפילו, און ברענג נישט קיין ראיות פון דארט, עס קען נאך זיין דארט ערגער ווי איטאליע, ה"י

פארריקט? ניין, דיין שכן איז א רוצח!!
זיינע עלטערן זענען אפשר סטופיד און אפשר מאבדים עצמם לדעת.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:מיין טאכטער האט שוין אהיימגעברענגט היינט די הגדה של פסח, על הצד...

מיינס אויך, מיט א סטיקער צוריקצושיקן אויב ס'איז אפן מארגן...
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובה דורך IMBZ »

די גאוואנער האט יעצט צוריקגעווארפן די פארלאנג צו עפענען קליינע קלאסן פאר די עלטערע קונדער
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

האדמו"ר מהר"א איז שוין געזיצן 4 שעה זיכער אויף די נושא לויט וואו איך ווייס,
שוין גערעדט מיט מונעמים 3 גרויסע דאקטוירים (מונעמים 2 זענען פון גרויסע שפיטעלער)

לויט ווי איך שמעק עס, איז עס נישט אזוי ווייט, די חלק ביטול תורה וואס באדערט אים,

נאר די סכנות "נפשות" פון פארמאכן פאר פסח מיט גרויסע שטיבער,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובה דורך IMBZ »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:האדמו"ר מהר"א איז שוין געזיצן 4 שעה זיכער אויף דינושא לויט וואו איך ווייס,
שוין גערעדט מיט מונעמים 3 גרויסע דאקטוירים (מונעמים 2 זענעןפון גרויסע שפיטעלער)

לויט ווי איך שמעק עס, איז עס נישט אזוי ווייט, די חלק ביטול תורה וואס באדערט אים,

נאר די סכנות "נפשות" פון פארמאכן פאר פסח מיט גרויסע שטיבער,

ער האט דאס קלאר געזאגט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:האדמו"ר מהר"א איז שוין געזיצן 4 שעה זיכער אויף דינושא לויט וואו איך ווייס,
שוין גערעדט מיט מונעמים 3 גרויסע דאקטוירים (מונעמים 2 זענעןפון גרויסע שפיטעלער)

לויט ווי איך שמעק עס, איז עס נישט אזוי ווייט, די חלק ביטול תורה וואס באדערט אים,

נאר די סכנות "נפשות" פון פארמאכן פאר פסח מיט גרויסע שטיבער,

סכנות נפשות איז דיין השערה
אויב האסטו געהערט זיין דרשה היינט, האט מען געקענט שמעקן די ווערטער אז אים שטערט יא די געוואלדיגע אחריות פון אפשטעלן לימוד התורה פון 10 טויזענט תשב"ר

https://www.dropbox.com/s/7qcl82poqjvfp ... 0.mp3?dl=0
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”