איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8789
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות
עס איז נישט קיין קינדער שפיל.
זייט נישט פון די צועקים ואינם נענים!!
גיין אין מקווה - אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) זאלט איר בשום אופן נישט גיין אין מקווה. פארלאזט זיך נישט אויף א שויער פאר און נאך די מקווה.
לעת הצורך איז תשעה קבין גענוג.
מנהג כלל ישראל פאר הונדערטע יאר איז געווען צו גיין אין מקווה בלויז ערב יו"כ.
מאכט נישט פון א הידור, עפעס וואס וועט מסכן זיין ח"ו אייער לעבן און די לעבן פון אייערע נאנטע!
תפלה בציבור -אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) איז כדאי און ראטזאם זיך מונע זיין פון זיך דרייען צווישן א קבוצה מענטשן.
אויב האט איר א קליינע בהמ"ד. אויסג'שפרייטע זיץ-פלעצער. אפענע פענסטער דאן אולי קענט איר דאווענען דארט.
אם שלש אלה לא יעשה לה, דאן זענט איר מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם מיטן דאווענען ביחידות אינדערהיים.
עיין בשו"ע דער דין פון יתפלל בשעה שהציבור מתפללים. ווייסט ווען אייער בהמ"ד שטעלט זיך שמונה עשרה און דאווענט מיט באותה שעה!

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3198
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8789
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
חכמים טייערע, עס האנדלט זיך אצינד פון פיקוח נפש.
גיבט אכטונג אויף אייערע לייכזיניגע הודעות. זיי גרעניצן זיך מיט שפיכות דמים.
עס זענען דא 60 יעריגע יידן וואס ליינען דא. אדער זייערע קינדער, און צוליב מיינע ווערטער וועלן זיי פרעגן זייערע דיינים און דאקטוירים וואס צו טוהן למעשה. אבער נאר דא זענען זיי נתעורר געווארן צו דעם פראבלעם.
יעדער פארשטייט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן הלכה למעשה אויף א ניק אויף אייוועלט. אפילו איך וועל דא ארויפשטעלן מיין כתב סמיכה, וואס איך גיי נישט טוהן.
גיבט אכטונג אויף אייערע לייכזיניגע הודעות. זיי גרעניצן זיך מיט שפיכות דמים.
עס זענען דא 60 יעריגע יידן וואס ליינען דא. אדער זייערע קינדער, און צוליב מיינע ווערטער וועלן זיי פרעגן זייערע דיינים און דאקטוירים וואס צו טוהן למעשה. אבער נאר דא זענען זיי נתעורר געווארן צו דעם פראבלעם.
יעדער פארשטייט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן הלכה למעשה אויף א ניק אויף אייוועלט. אפילו איך וועל דא ארויפשטעלן מיין כתב סמיכה, וואס איך גיי נישט טוהן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1775
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
אה אזוי?
יא איך האב געהערט קלארע הוראה פון אנגענומענע רבנים דיינים מומחים אז מ'זאל נישט טוישן גארנישט און ווייטער יא טוען אלעס ווי געהעריג! איז אויב ס'וועט קומען איין יוד און דאווענען ביחודות צוליב אייער דעת תורא איז עס אויף אייער פלייצע!
רבותי הערטס אויף שיסן פסקים דא, נאר יעדער זאל טוען ווי די תורה זאגט "ועשית ככל אשר יורוך" און פרעגן און זיך פירן ווי די דיינים וועלן פסק'נען! אין אדם שומע לי ומפסיד!

The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
בעל דמיון האט געשריבן:אה אזוי?
יא איך האב געהערט קלארע הוראה פון אנגענומענע רבנים דיינים מומחים אז מ'זאל נישט טוישן גארנישט און ווייטער יא טוען אלעס ווי געהעריג! איז אויב ס'וועט קומען איין יוד און דאווענען ביחודות צוליב אייער דעת תורא איז עס אויף אייער פלייצע!
רבותי הערטס אויף שיסן פסקים דא, נאר יעדער זאל טוען ווי די תורה זאגט "ועשית ככל אשר יורוך" און פרעגן און זיך פירן ווי די דיינים וועלן פסק'נען! אין אדם שומע לי ומפסיד!
...Stop with nonsense without names
יידישע קהילות האט געשריבן:אויב האט איר א קליינע בהמ"ד. אויסג'שפרייטע זיץ-פלעצער. אפענע פענסטער דאן אולי קענט איר דאווענען דארט.
פארוואס איז א אפענע פענסטער א גוטע זאך? גיי אריין אין די בתי מדרשים ווי "מזכים-את-הרבים" האבן אויף געמאכט אלע פענסטער וויפיל עס גייט, און דער צוק (העתים) איז זיי אריין געדרינגן אין פלייצע און מען היסט אין גרויסן אויף אלע טישן און אויף אלע בענק.
איז עפענען פענסטער פון מאס-היסטעריע, טאקע א רפואה אדער גאר א מכה? ועל הכלל כולו יצא, וואס דער פחד איז ארויס פון יעדער פראפארציע און מאנכע זעהן פאר די אויגן דומסדעי!
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג מארטש 16, 2020 3:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8789
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
בעל דמיון האט געשריבן:אה אזוי?
יא איך האב געהערט קלארע הוראה פון אנגענומענע רבנים דיינים מומחים אז מ'זאל נישט טוישן גארנישט און ווייטער יא טוען אלעס ווי געהעריג! איז אויב ס'וועט קומען איין יוד און דאווענען ביחודות צוליב אייער דעת תורא איז עס אויף אייער פלייצע!
רבותי הערטס אויף שיסן פסקים דא, נאר יעדער זאל טוען ווי די תורה זאגט "ועשית ככל אשר יורוך" און פרעגן און זיך פירן ווי די דיינים וועלן פסק'נען! אין אדם שומע לי ומפסיד!
עלי ועל צווארי.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- פערדס מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1540
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
- לאקאציע: איך ווייס נישט
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז נישט קיין קינדער שפיל.
זייט נישט פון די צועקים ואינם נענים!!
גיין אין מקווה - אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) זאלט איר בשום אופן נישט גיין אין מקווה. פארלאזט זיך נישט אויף א שויער פאר און נאך די מקווה.
לעת הצורך איז תשעה קבין גענוג.
מנהג כלל ישראל פאר הונדערטע יאר איז געווען צו גיין אין מקווה בלויז ערב יו"כ.
מאכט נישט פון א הידור, עפעס וואס וועט מסכן זיין ח"ו אייער לעבן און די לעבן פון אייערע נאנטע!
תפלה בציבור -אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) איז כדאי און ראטזאם זיך מונע זיין פון זיך דרייען צווישן א קבוצה מענטשן.
אויב האט איר א קליינע בהמ"ד. אויסג'שפרייטע זיץ-פלעצער. אפענע פענסטער דאן אולי קענט איר דאווענען דארט.
אם שלש אלה לא יעשה לה, דאן זענט איר מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם מיטן דאווענען ביחידות אינדערהיים.
עיין בשו"ע דער דין פון יתפלל בשעה שהציבור מתפללים. ווייסט ווען אייער בהמ"ד שטעלט זיך שמונה עשרה און דאווענט מיט באותה שעה!
@יידשע קהילות: זייט נישט דערשראקן פון קריטיק פון אפאר נאאיווע יונגלעך.
איך האב זייער מורא אז גאר אין קורצן וועלן אלע קהילות - נאכאמאל: אלע קהילות וועלן פארבאטן יעדן זקן צו קומען אין בית המדרש - (אויב ס'ועט נאך זיין ערלויבט צו האלטן אפען א שול)
מיר זענען ליידער אזעלכע פארמאכטע קעפ, און זעהן נישט א אינטש ארויס פון "יעצט". עלטערע מענטשן זענען אין א גרויסע סכנה. - פיקוח נפש ממש.
ווען עס וועלן פארקומען .... וועט מען שרייען געוואלד. פארוואס מ'האט נישט געווארנט.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8847
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז יעדער העכער זעכציג און ווער עס האט א שוואכע אימיון סיסטעם ווי דערמאנט זאל פרעגן זיין דיין וואס צו טון
איך וואלט אויך אזוי געזאגט.
א אלטע קראנקע מענטש איז אייביג אין מער ריסק, און נישט דוקא יעצט. און וואס ער דארף טוהן דארף זיך ווענדן אין זיין מצב און סורקומסטענסעס און מען קען נישט פעינטן יעדן מיט איין בראש.
איך וואלט געזאגט אז ווי עלטער און ווי קראנקער איינער איז זאל מען אים נישט פירן אין שפיטאל, נאר ברענגען דער דאקטער מיט די שפיטאל (די אלע מכשירים וואס דארט איז דא) צו אים אינדער היים, ווייל מער אלטע און קראנקע שטארבן אין שפיטאל פון אינפעקשענס וואס זיי כאפן דארט אין שפיטאל ווי פון די עצם סיבה וואס זיי זענען אריין געגאנגן אינעם שפיטאל.
אויב שוין רעדן, לאמער גיין צום שורש.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
בעל דמיון האט געשריבן:אה אזוי?
יא איך האב געהערט קלארע הוראה פון אנגענומענע רבנים דיינים מומחים אז מ'זאל נישט טוישן גארנישט און ווייטער יא טוען אלעס ווי געהעריג! איז אויב ס'וועט קומען איין יוד און דאווענען ביחודות צוליב אייער דעת תורא איז עס אויף אייער פלייצע!
רבותי הערטס אויף שיסן פסקים דא, נאר יעדער זאל טוען ווי די תורה זאגט "ועשית ככל אשר יורוך" און פרעגן און זיך פירן ווי די דיינים וועלן פסק'נען! אין אדם שומע לי ומפסיד!
איך פארשטיי נישט קומט א איד ער איז מעורר וועגן א סכנה און גראדע איך האב יעצט געפרעגט מיין דיין און ער האט געזאגט אז מיין זיידע העכער 80 זאל טאקע בלייבן אינדערהיים אלעס אדאנק דעם איד יישר כח
און ווער עס וועט עס אנעמען די פסק פון מיין דיין פאר אים איז א מורד ברבו ער זאל פרעגן זיין אייגענע דיין מובהק
נקוט כללא באשכול יעדער קען שרייבן וואס מוויל און שאלות וועגן די תורה זאל מען פרעגן די אייגענע דיין
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 525
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm
סקוקט אויס אז דעי אלע ניקס דא זענען אינגע מענטשן מיט אינגע אין געזונטע טאטעס ב"ה
אבער פאר נישט אינגע אין נישט געזונטע איז עס פיקוח נפש אזויווי ייאדישע קהילות האט געשריבן פשוטו כמשמעו, פשוט און פראסט,
אמת מדארף אייביג אנפרעגן א דיין, אבער ווען איינער שיסט אויפן גאס העט קיינער נישט זאגן אז מדארף פרעגן א דיין אויב מ'מעג ארויסגיין כל שכן דא ווי די ווייסט נישטאמאל ווער די שיסער קען זיין און דעי פאל.

פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?
CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER
פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

Programming האט געשריבן:עס קומט צו וויינען ממש ווען מען זעהט דער צוגאנג וואס א גרויסער פראצענט עולם האט דא. רבוש"ע וואס איז ראנג מיט אונז? עפעס ליגט אין די וואסער (קול-עיד?) וואס דער עולם טרינקט
גערעכט.
ווי האט איינער געזאגט
it's sick and getting sicker
און נישט פון די וויירוס...
הרהורי הוויירוס קשין מהוויירוס, די נאכווייען און די פאניק מאכט פאר א זעלב-פולפילינג-פראפעסי ח"ו, לאנגע שורות אין געשעפטן, און פארוואס??? קיין שום באזיס! עס קומט טאקע צו וויינען ווי קלוגע מענטשן קענען שוין נישט טראכטן גראד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
און פונקט ווי מ'פרעגט א חושן משפט שאלה פון א דיין וואס קען חושן משפט. און הלכות ירושת אדמורו"ת ביי די ספעציעלע בתי דינים געאייגענט פאר דעם. זאל מען ביטע פרעגן בלויז דיינים וואס ווייסן די פאקטן ארום דעם וויירוס! וואס איז די ריזיקע, און אלעס ארום.
און איך ווייס גראדע פון איינער פון די גאר גרויסע באקאנטע דיינים בעניני רפואה, וואס איז ממש אויס מענטש וועגן די וויירוס. זאל מען פרעגן אזעלכע דיינים.
@יידישע קהילות, קענסט אויסקלאפן מיין פונקט צוזאמען מיט דיינע פילע אשכולות איבער דעם.

מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן:סקוקט אויס אז דעי אלע ניקס דא זענען אינגע מענטשן מיט אינגע אין געזונטע טאטעס ב"ה
אבער פאר נישט אינגע אין נישט געזונטע איז עס פיקוח נפש אזויווי ייאדישע קהילות האט געשריבן פשוטו כמשמעו, פשוט און פראסט,
אמת מדארף אייביג אנפרעגן א דיין, אבער ווען איינער שיסט אויפן גאס העט קיינער נישט זאגן אז מדארף פרעגן א דיין אויב מ'מעג ארויסגיין כל שכן דא ווי די ווייסט נישטאמאל ווער די שיסער קען זיין און דעי פאל.
איז עס טאקע ממש ווי מען שיסט אין גאס?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm
ורביז"ל (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן קכ"ג) אָמַר: שֶׁמִּקְוֶה אֵינָהּ מַזֶּקֶת כְּלָל וְהַדָּאקְטֶיר שֶׁיּאמַר לוֹ, שֶׁמִּקְוֶה מַזֶּקֶת, אֵינוֹ דָּאקְטֶיר כְּלָל.
לעצט פארראכטן דורך יונה ישראל אום מאנטאג מארטש 16, 2020 5:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8789
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
בעל דמיון האט געשריבן:ווען דער קעפפל וואלט געווען:
איבער 60? רעדט'ס אייך דורך מיט אייער מורה הוראה
וואלט גוט געווען, אבער ער שיסט דאך פסקים?!?!
ווען איך שרייב דאס, וואלט מען עס אפילו נישט באמערקט. איך שרייב עס ארויס מיט גרויסע אותיות און אין א באזונדערע אשכול אולי אולי וועט איינער נתעורר ווערן און איך וועל האבן די זכיה פון ראטעווען איין נפש אחת מישראל.
און איבער אייערע טענות און הערות וויל איך זאגן איין זאך זייער קלאר און דייטלעך.
איר דארפט נישט פרעגן קיינעם, איך זאג אייך וואס צענדליגע דאקטוירים זאגן.
איר זענט א פרומער, און ווילט 'דאבל-טשעקן', דאן רופט אייער דיין און זייט מברר פאר זיך.
אבער איך טוה גענוי וואס איך וואלט געטוהן ווען איך זעה א ייד פאלט צוזאם אינמיטן יום הקדוש פון הונגער. איך וואלט נישט געלאפן פרעגן קיין שאלות. איך ווייס קלאר וואס איך האב צו טוהן.
אצינד טייערע יידן, טראכט זיך איבער צו איר וויל זיין קלוג און ערליך, אדער "פרום" און אריינשטעלן דאס לעבן אין א סכנה.