זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכל שטימען: 240

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובה דורך מים חיים »

חוח בין השושנים האט געשריבן:זאגט מיר א חבר: כ'בין געבענטשט געווארן מיט זעקס לעכטיגע... מאנקיס, און א ווייב מיט שוואכע כוחות הנפש. וואס גייט זי טון מיט די זעקס באנדיטן ביז פסח? 1 טאג מיט זיי איז זייער אסאך !!
יעצט וויאזוי קען איך קאלטבלוטיג וואוטן 'יא' ??

נישט יעדער האט 6 מאנקיס... איין שווערע קינד מאכט זיך אבער זייער אפט
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובה דורך פריילעך אידל »

דאס ווייב שרייט בשו"א!

גענוג וואס מיר האבן זונטאגס מיט אלע מיידלעך, זאלן מיר נאך האבן מאנטאג דינסטאג מיטוואך און דאנערשאג'ס אויך??...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

פריילעך אידל האט געשריבן:דאס ווייב שרייט בשו"א!

גענוג וואס מיר האבן זונטאגס מיט אלע מיידלעך, זאלן מיר נאך האבן מאנטאג דינסטאג מיטוואך און דאנערשאג'ס אויך??...

מען וועט מאכן סקול פאר די מאמעס, און לאזן די קינדער אינדערהיים.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובה דורך IMBZ »

איך זע מאסן גליינע און גרויסע קונדער בעיקר מיידלעך אין די בארא פארקע גאסן, איך קען עס ממש נישט צוקוקען א רחמנת אויף די מאמעס אונמיטן פסח מאכן.
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די!!!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

מדארף ארענדזשירן אין יעדע קהלה זאל א פראמענירטע דיין פארלערנען פאר די פרויען אופן טעלפאן פארשטייט זיך. הלכות פסח מאכן. וועט מען אינדזשוין די קינדער אינדרהיים
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יעצט געהערט קראנט פון א אדמיניסטרעיטער: אויפן באפעל פינעם גאווערנערס אפיס פארמאכן די מוסדות מיטוואך פרטים וועלן שפעטער נאכפאלגן
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום מאנטאג מארטש 16, 2020 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובה דורך great »

IMBZ האט געשריבן:איך זע מאסן גליינע און גרויסע קונדער בעיקר מיידלעך אין די בארא פארקע גאסן, איך קען עס ממש נישט צוקוקען א רחמנת אויף די מאמעס אונמיטן פסח מאכן.
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די!!!

אויב עס איז שווער קען מען פסח מאכן אזוי ווי די הלכה אויסקערן די הויז ערב בדיקת חמץ פארשטייט זיך דורך שמוסן מיט א מורה הוראה
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

ווי סהייסט יעצט זענען די מוסדות און קאנטאקט מיטן גאווערנערס אפיס און אויפן גאווערנערס באפעל גייען זיי פארמאכן מיטוואך דאס רעכענט אריין מוסדות סאטמאר מהר"י

מהר"א גייט לכאורה זיין די איינציגסטער מוסד צו בלייבן אפען
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:יעצט געהערט קראנט פון א אדמיניסטרעיטער: אויפן באפעל פינעם גאווערנערס אפיס פארמאכן די מוסדות מיטוואך פרטים וועלן שפעטער נאכפאלגן

איך רעקאמענדיר א מארעטאריום אויף נייע ניקס.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

תגובה דורך פרישע קוגל »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
מהר"א גייט לכאורה זיין די איינציגסטער מוסד צו בלייבן אפען

וואסע פשט?
זיי גייען אנפייפען? אדער אויספוילען
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

ער פייפט נישט אן, ער האט אויפגענומען לויערס און ער פרובירט צו מאכן א מהלך צו קענען זיין אפן לעגאל
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

תגובה דורך קאלט »

זיכער פייפט מען נישט!

מען ארבעט אויס אן לעגאלן מהלך, עס איז נאך אביסל צו פרי ארויס צו געבן פרטים!

בארואיגט אייך אביסעלע, אלעס וועט אי"ה זיין אין בעסטן ארדענונג.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:ער פייפט נישט אן, ער האט אויפגענומען לויערס און ער פרובירט צו מאכן א מהלך צו קענען זיין אפן לעגאל

וואס לאיערס? ווען לאיערס? סאיז דא א סטעיט אוו עמערדשענסי ווייסט וואס סמיינט? אז די גאווערנער איז בעל הבית ער קען מאכן וועלכע געזעצן ער וויל קימט נישט דא אריין לאיערס

פאר קהל מהר"י האבן זיי געזאגט אז סנישט דא וואס צו רעדן און מיטוואך ווערט אלעס פארמאכט
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:ער פייפט נישט אן, ער האט אויפגענומען לויערס און ער פרובירט צו מאכן א מהלך צו קענען זיין אפן לעגאל

וואס לאיערס? ווען לאיערס? סאיז דא א סטעיט אוו עמערדשענסי ווייסט וואס סמיינט? אז די גאווערנער איז בעל הבית ער קען מאכן וועלכע געזעצן ער וויל קימט נישט דא אריין לאיערס

פאר קהל מהר"י האבן זיי געזאגט אז סנישט דא וואס צו רעדן און מיטוואך ווערט אלעס פארמאכט

אינגערמאנטשיק
ס'וואלט געווען געראטן איר זאלט נעמען א תהילים'ל אנשטאט פירקלען ארום אן ענין וואס איר ווייסט נישט וואס ס'טוטצעך
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יא אלע מוסדות ארבעטן מיטן גאווערנער אפיס וועגן די עלטערע כיתות אז מזאל מעגן זיין צושפרייט און בתי מדרשים אבער אינגערע און מיידלעך ווערן פארמאכט
האט גארנישט מיט לאיערס
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

סאטמאר גייט נישט פאלגן פסק פון העדה החרדית?
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

תהילים שיעור פון האדמו"ר מסאטמאר בנוגע פארשליסן די מוסדות
https://drive.google.com/file/d/1ILiviK ... p=drivesdk
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובה דורך אורח הכבוד »

עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מיין שכן זיצט מיט אלע קינדער אין שטוב ווייל די מוסדות איז פארמאכט. וואו זענען די קינדער? ביי די אלטע באבע.

דאס איז די רעזולטאט פון פארמאכן מוסדות. די אינגע קינדער און אינגע עלטערן דארפן ליידן, און די עלטערע זיידעס און באבעס וועלן אריבערכאפן די וויירוס פון די קליינע אייניקלעך בשעת'ן בעביסיטן ח"ו.

ענדערש לאז אפן די מוסדות, לאז די עלטערן ארבעטן, און שפאר איין די עלטערע אזוי ווי ענגלאנד טוט. אזוי וועלן מער מענטשן בלייבן לעבן.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובה דורך תג נוצער »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:סאטמאר גייט נישט פאלגן פסק פון העדה החרדית?

אוודאי פאלגט מען, האט נישט עדה החרדית אויך געזאגט מ'זאל אפן לאזן די מוסדות?
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

אורח הכבוד האט געשריבן:עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי

מיט וואס איז די מציאות אין ארץ ישראל אנדערש ווי אין ניו יארק?
(חוץ אז מ'איז נישט אזוי פארבלענדעט פאר די גאווערמענט, ממילא זעהט מען פשוט די מציאות ריינער)
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
נאך איינער

תגובה דורך נאך איינער »

אין וויליאמסבורג מהר'י האט מען געמאלדן פאר די טיטשערס אז סקול איז פארשלאסן אויף ביז נאך פסח, אין פאר די חדר האלט מען אינמיטן אויסארבעטן פאר די עלטערע קינדער מיט צעטיילטע קלאסן, מיט די מלמדים פין די יונגער קינדער,
לעצט פארראכטן דורך נאך איינער אום מאנטאג מארטש 16, 2020 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי

מיט וואס איז די מציאות אין ארץ ישראל אנדערש ווי אין ניו יארק?
(חוץ אז מ'איז נישט אזוי פארבלענדעט פאר די גאווערמענט, ממילא זעהט מען פשוט די מציאות ריינער)

ווייל דארט איז נישט שייך קיין דינא דמלכותא דינא.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובה דורך אורח הכבוד »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:עדה''ח האט געגעבן זייער פסק פאר תושבי ארה''ק נאכן דן זיין אויף די דארטיגע מציאות,
דאהי וועט סאטמאר טוהן כפי הוראות האדמורי"ם לויט די מציאות דאהי

מיט וואס איז די מציאות אין ארץ ישראל אנדערש ווי אין ניו יארק?
(חוץ אז מ'איז נישט אזוי פארבלענדעט פאר די גאווערמענט, ממילא זעהט מען פשוט די מציאות ריינער)


שכוח פארן אריינקומען זייער קלאר מיט דיין אגענדע
(סאטמאר ווארטזאגער, ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז די "גאווערמענט" און אר''י איז פינקט ווי און ארה''ב?! ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז און גלות אמעריקא האט עקספייערט דעם ציווי פון דרשו את שלום העיר אשר הגלתי אתכם שמה?! ווי און סאטמאר האסטו געלערנט אז פאלגן די רעגורונג רעגאלאציעס בנוגע שמירות הגוף מיינט פארבלענדעט פאר די גאווערמענט?! נגיעות פון קאפ ביז פיס און רעדט פון פארבלענדעט, א מין חוצפה פון א נאמען פאר א אגענדע ניק אויף אייוועלט!)

צוריק צום ענין
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מאנטאג מארטש 16, 2020 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך ווייזער »

ניין. מיר זאלן אויסלאכן פון די נערישע גוים.

מיר זענןע דאך קלוגער פון יעדן.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”