וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:11 pm

די באריכטן אז א היימישע איד איז ר"ל אנגעשטעקט געווארן ברענגט ליידער אהיים גאר נאנט די זארג. איז וואס קענען מיר טאן אפצוהאלטן פון די פארשפרייטונג חלילה?

פארשטייט זיך די ערשטע זאל איז תפילה. און זיך אליינס היטן ווי וואשן די הענט ווען מען האט אנגעכאפט איינעם אדער עפעס וואס קען זיין חלילה אנגעשטעקט.

איך מיין אז מען דארף זאפארט אוועקנעמען אלע האנטיכער אין די בתי מדרשים ביי די סינקס. מען זאל לייגן פאפיר אנשטאט - עפעס וואס מען דארף לכאורה סיי ווי טאן - כאטש עד יעבור זעם.

ווער עס קען פארשפרייטן די מעסעדזש, אדער האט פארבינדונגען מיט ווער עס קען דאס פארשפרייטן זאל זאפארט פארלאנגען פון די שולן צו נעמען די שריט. מען דארף דאס פארשפרייטן וואו מען קען ווי שנעלער, א שטייגער ווי ווען עס איז דא קאמפיין פאר צדקה. אויף אלע גרופעס, אין אימעיל וכדו'. און פארשטייצעך אויב איינער האט א פארבינדונג אדער השפעה אויף עפעס שמשים וכדו'.

און אז איינער האט נאך רעקאמענדאציעס ביטע דא שרייבן.

ישר כח און זאל מען הערן בשורות טובות. כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24020
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:13 pm

ערנסט גערעדט, נאר נוצן דיספאוזעבל זעקלעך, נישט קיין ריוזעיבל'ס.

פארפאלן, אזוי זעהט מען אויס ווען א בשר ודגים נעמט אויף זיך צו פראטעקטן די בריאה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:15 pm

ביטע פארשפרייטן די מעסעדזש ווי מער:

"לכבוד השמשים והעסקנים. אין ליכט פון די פארשפרייטונג פון די קאראנאוויירוס ר"ל, ביטע אוועקנעמען די האנטוכער ביי די סינקס אין די שולן. מען זאל ברענגען פאפיר אנשטאט. ישר כח".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:32 pm

;l;p-
farshlufen האט געשריבן:ערנסט גערעדט, נאר נוצן דיספאוזעבל זעקלעך, נישט קיין ריוזעיבל'ס.

פארפאלן, אזוי זעהט מען אויס ווען א בשר ודגים נעמט אויף זיך צו פראטעקטן די בריאה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:39 pm

רעקאמענדאציע נומער צוויי.

אינסטאלירן "זייף דיספענסערס" אין אלע פובליק ערטער. שולן, חדרים, שולעס, זאלן וכדו'. מיט קלאר געשריבענע אנווייזונגען אויך אויף אידיש איבער די וויכטיגקייט און וויאזוי מען זאל זיך וואשן די הענט.

נומער דריי.

(דאס דארף שוין א דעת תורה) אז עלטערע מענטשן - 65 און העכער - זאלן נישט גיין אין מקוה עד יעבור זעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:46 pm

ווער קען מאכן א שיינע PDF צעטל אויף אידיש פאר אלע שילן מיט די אלע בילדער ווי צו היסן, באדעקן, לייגן מיסט, וכו???
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:49 pm

נישט לעבען אין פחד אין פאניק אין נישט אױסהערען די מענטשען װאס פארשפרײטן די פאניק (מידיע צײטאנגען וכו׳) װאל די פאניק קען האבן אן שלעכטע װירקאנג אױף די באטראפענדע מענטשען צי פײטן די װיירוס װאל אסאך הײלאנגען פון קרענק האט ציטאן מיט װאספארע עדעטאױט דער חולה נעמט עס אױף אין פחד ברענגט צי יואש
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דינסטאג מארטש 03, 2020 12:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג מארטש 03, 2020 12:53 pm

אני הקטן ניץ קיינמאל די האנטוכער אין ביהמ"ד נאכן צוזען ווי אזוי מענטשן באניצען זיך דערמיט....
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

א ריף פין אייבערשטען

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:39 pm

איך בין נישט קיין רבי אין נישט קיין רב
אבער איך טראכט אז עפעס וויל מען פין אימעל
עס שטייט אלעס וואס עס פאסירט אין די וועלט מיינט מען אידישע קינדער

מען האט מיינט אינץ אידען די אייבערשטער פארלאנג פין אינץ עפעס

לאמיר זיך מחזק יעדער ווייסט וואס זיינע שוואכקייטען זענען
לאמיר מתפלל זיין נאר דער אייבערשטער קען העלפען
אזוי ווי ווען עס איז געווען די שרעק פין די טערארר פאר א 2 חדשים ציריק זענען מענטשען געווען פארשיקערט עס מען זאל דעיס טין יענצט טין
מען גארנישט טין עס איז אין די אייבערשטער הענט
נאר די הייליגע באשעפער קען אינץ הוטען
מען ברויך תפלה טון דעציט

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:40 pm

תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:42 pm

ביטע נישט דא מאכן קיין אלגעמיינע קאמפיינס פאר זאכן וואס איר האלט איז ריכטיג.

דא רעדט מען פון בלויזע רעקאמענדאציעס איבער דעם יעצטיגן פראבלעם. נישט קיין אלגעמיינע דעבאטעס אדער קאמפיינס איבער היגעניע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:47 pm

מכון "באהלי צבי" וואס לייגט וועכנטליך אריין א בלאט דברי השקפה אין איינע פון די אומזיסטע ק"י אויסגאבעס (בעיקר איבער עניני שמירת הלשון), האט א הערליכע שמועס איבער דעם, וויאזוי מיר דארפן באטראכטן די גאנצע זאך און וואס מיר דארפן טאן דערפון, און וואס מיר טארן נישט. - עס איז (כמעט) א מצוה און א חיוב גמור פאר יעדן איד דאס דורכצוליינען.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:12 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף זאפארט אוועקנעמען אלע האנטיכער אין די בתי מדרשים ביי די סינקס. מען זאל לייגן פאפיר אנשטאט - עפעס וואס מען דארף לכאורה סיי ווי טאן - כאטש עד יעבור זעם.
.


פרעזידענט האט געשריבן:תהלים

שוהלן מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען
לעצט פאראכטן דורך שפע רב אום דינסטאג מארטש 03, 2020 2:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:14 pm

פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:16 pm

לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

https://www.amazon.com/s?k=Purell&ref=nb_sb_noss
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג מארטש 03, 2020 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:18 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס איז?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:19 pm

אין די לעצטע תקופה ביי הרה"ק מסקולען האט מען נישט געקענט געבן די האנט נאר נאכן זיך וואשן מיט פיורעל.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:21 pm

לעכטל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס איז?


PURELL® Advanced Hand Sanitizer is a refreshing instant hand sanitizer that kills 99.99% of most common germs that may cause illness and is used without soap, water or towels. ... According to the Centers for Disease Control and Prevention (CDC), alcohol-based hand sanitizers can be used when hands are not visibly soiled.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24020
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:22 pm

פיורעלל איז א"ב היינט, אבער אין די ווארהייט איז געהעריג זייפן און וואשן די האנט מער ווערט ווי פיורעלל אדער עני סעניטייזער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:23 pm

װען מ׳גײט צו א קודיש אדער תיקון אין ס׳דא הערינג ביטע נעמט א אײגענע טעלער מיט א גאָפל שטעקטס נישט ארײן אײער שאװעל/קיכל/הערינג עיד ציזאמען מיט אײער פינגער אינעם גרױסען טעלער פון אינמיטען נישט די זעלבע גײט אן בײ די טונא בײ שלו׳ס
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דינסטאג מארטש 03, 2020 2:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:24 pm

לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

https://www.staples.com/Purell-Advanced ... uct_949323?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:24 pm

מען קען עס קויפן אין יעדע גראסערי

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:25 pm

farshlufen האט געשריבן:פיורעלל איז א"ב היינט, אבער אין די ווארהייט איז געהעריג זייפן און וואשן די האנט מער ווערט ווי פיורעלל אדער עני סעניטייזער.

רעגילער זײף האט נישט קײן אלקעהאל פיורעלל איז 70% אלקעהאל אין דאס הארגעט די באצילן

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:25 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין די לעצטע תקופה ביי הרה"ק מסקולען האט מען נישט געקענט געבן די האנט נאר נאכן זיך וואשן מיט פיורעל.

אזוי איז אויך געווען די לעצטע פאר יאר ביי הרה"ק מטאהש



די דאקטוירים ניצן דאס צווישן איין פאציענט אינעם צווייטן

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:26 pm

abeg האט געשריבן:װען מ׳גײט צו א קודיש אדער תיקון אין ס׳דא הערינג ביטע נעמט א אײגענע טעלער מיט א גאָפל שטעקטס נישט ארײן אײער שאװעל/קיכל/הערינג עיד ציזאמען מיט אײער פינגע אינעם גרױסען טעלער פון אינמיטען נישט די זעלבע גײט אן בײ די טונא בײ שלו׳ס

אויב די וויירוס פארשפרייט זיך ערנסט צווישן אידן, וועט מען מוזן סטאפן די של"ש אין שול. יעדער וועט עסן ביי זיך.

לאמיר האפן אז ביז פורים זאל כאטש זיין רואיג, מ'זאל קענען ארומגיין געהעריג. פסח וועט מען העכסטנס עסן די סדרים אליין, יעדער ביי זיך אין שטוב.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט