חייב איניש לסבומיא, טוט איר טאקע אזוי?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טרינקט איר פורים?

ס'איז די שאלה בכלל?
83
64%
אמאל יא אמאל נישט
28
22%
קיינמאל!
18
14%
 
סך הכל שטימען: 129

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

וואסיז פשוט פשט אין די ווערטער עד דלא ידע? דאכצעך אז בדרך הטבע איז נישט שייך א מענטש, נישט קיין חילוק ווי שיכור, זאל פארטוישן ארור המן מיט ברוך מרדכי.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פארדעם אידאך דא אן א שיעור פשטים דערויף.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האט קיין פאראיבל
אזוי האב מיר מקובל
נשתה יין נשתה מים
רק רק לשם שמים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

טשאלענט האט געשריבן:יאך טרינק אויך נישט.


גראדע נאך א פארציע טשאלענט טרינקט זיך זייער געשמאק

איך וואלט אייך געראטן צו פרובירן
מיין לופי'לע........
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אלופי אדום האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:יאך טרינק אויך נישט.


גראדע נאך א פארציע טשאלענט טרינקט זיך זייער געשמאק

איך וואלט אייך געראטן צו פרובירן

אויך די טשאלענט עס איך!

און לערנט זיך אויס אז נאר א רינידיגע זאך קען מען טרינקן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אדער יא האט געשריבן:פארדעם אידאך דא אן א שיעור פשטים דערויף.


פארדעם האבעך דאך געפרעגט פשוט פשט...
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

יאך האב נישט געטראפן נאך קיין פשוט פשט, אויסער אז עס איז א גוזמא, און מיינט מען דארף זיין גוט מבוסם.

אבער אויב אזוי, ווייסעך שוין ווייטער נישט די שיעור פון טרינקן.

לגבי ברעכן, ביי מיר אויב טרינק עך א גלעזעל וואסער נאך יעדע גלעזל וויין, ברעך איך נישט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

און לגבי וויין פורים?

אוהו טרינקט מען!!!

גראדע געדענק איך נישט אז איך זאל אנקומען צו א מצב אז איך זאל נישט געדענקן וואס איך האב געטון, אבער מיר זענען ב"ה מקיים די מצוה מיט אן הידור!

איך פארשטיי די אידן וואס טרינקן נישט ווייל זיי קענען נישט פארנעמען קיין וויין, און אויך די אידן וואס ביי זייערע קרייזן האט מען זיך נישט געפירט צו טרינקן אסאך.
אבער די אידן פון די קרייזן וואס מ'האט זיך יא אזוי געפירט, זענען דא זייער אסאך וואס טרינקן נישט צוליב א פחד (יא יא!), און עס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן!

(איך האב שוין געטראפן זייער אסאך אזעלכע, וואס טרינקן נישט, פשוט ווייל זיי האבן מורא צו ווערן מבוסם)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

היימישער הייקער האט געשריבן:יאך האב נישט געטראפן נאך קיין פשוט פשט, אויסער אז עס איז א גוזמא, און מיינט מען דארף זיין גוט מבוסם.

אבער אויב אזוי, ווייסעך שוין ווייטער נישט די שיעור פון טרינקן.

לגבי ברעכן, ביי מיר אויב טרינק עך א גלעזעל וואסער נאך יעדע גלעזל וויין, ברעך איך נישט.

סעים הער!

איך טרינק נישט ממש מיט א חשבון וויין וואסער אהין און צוריק, אבער מ'דארף זיכער מאכן צו טרינקן אסאך אסאך וואסער (מער פון וויפיל וויין מ'טרינקט), דאס איז לכאורה די מערסט אפעקטירטע וועג אפצוהאלטן נאכווייען בשעת מעשה און א טאג נאכדעם.

איך שטיי אויף שושן פורים אן קאפ וויי, אן בויך וויי, אפשר די פיס קען וויי טון פון טאנצן, אבער דעטס איט! (איך טרינק א שיינע פאר פלעשער געווענליך)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

טשאלענט האט געשריבן:און לגבי וויין פורים?

אוהו טרינקט מען!!!

גראדע געדענק איך נישט אז איך זאל אנקומען צו א מצב אז איך זאל נישט געדענקן וואס איך האב געטון, אבער מיר זענען ב"ה מקיים די מצוה מיט אן הידור!

איך פארשטיי די אידן וואס טרינקן נישט ווייל זיי קענען נישט פארנעמען קיין וויין, און אויך די אידן וואס ביי זייערע קרייזן האט מען זיך נישט געפירט צו טרינקן אסאך.
אבער די אידן פון די קרייזן וואס מ'האט זיך יא אזוי געפירט, זענען דא זייער אסאך וואס טרינקן נישט צוליב א פחד (יא יא!), און עס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן!

(איך האב שוין געטראפן זייער אסאך אזעלכע, וואס טרינקן נישט, פשוט ווייל זיי האבן מורא צו ווערן מבוסם)

דעי וואס האבן א פחד.. האבן געווענדליך פון וואס מורא צו האבן....
לעצט פארראכטן דורך ב שלום אום דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 1:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

דא איז דא א פראבלעם, די קעפל מיט די אנקעטע פרעגן צוויי אנדערע שאלות, און ס'האט צוויי אנדערע תירוצים.

טרינקען אוודאי וואס די שאלה?
איז דא ערגעץ א דעה אויף הלכה למעשה אז מ'דארף בכלל נישט טרינקען?

די שאלה איז נאר צו מ'טרינקט זיך אן.

און צו מקומט אן ביז נאנט צו עד דלא ידע.

מיין ענטפער אויף דעם איז מ'פרובירט, אמאל געלונגט עס אז מקומט אן, און אמאל גייט עס נישט.
לעצט פארראכטן דורך שניי באל אום דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 1:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ב שולם האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:און לגבי וויין פורים?

אוהו טרינקט מען!!!

גראדע געדענק איך נישט אז איך זאל אנקומען צו א מצב אז איך זאל נישט געדענקן וואס איך האב געטון, אבער מיר זענען ב"ה מקיים די מצוה מיט אן הידור!

איך פארשטיי די אידן וואס טרינקן נישט ווייל זיי קענען נישט פארנעמען קיין וויין, און אויך די אידן וואס ביי זייערע קרייזן האט מען זיך נישט געפירט צו טרינקן אסאך.
אבער די אידן פון די קרייזן וואס מ'האט זיך יא אזוי געפירט, זענען דא זייער אסאך וואס טרינקן נישט צוליב א פחד (יא יא!), און עס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן!

(איך האב שוין געטראפן זייער אסאך אזעלכע, וואס טרינקן נישט, פשוט ווייל זיי האבן מורא צו ווערן מבוסם)

דעי וואס האבן א פחד.. האבן געווענדליך פון וואס מורא צו האבן....

זיי מסביר ביטע
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

טשאלענט האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:און לגבי וויין פורים?

אוהו טרינקט מען!!!

גראדע געדענק איך נישט אז איך זאל אנקומען צו א מצב אז איך זאל נישט געדענקן וואס איך האב געטון, אבער מיר זענען ב"ה מקיים די מצוה מיט אן הידור!

איך פארשטיי די אידן וואס טרינקן נישט ווייל זיי קענען נישט פארנעמען קיין וויין, און אויך די אידן וואס ביי זייערע קרייזן האט מען זיך נישט געפירט צו טרינקן אסאך.
אבער די אידן פון די קרייזן וואס מ'האט זיך יא אזוי געפירט, זענען דא זייער אסאך וואס טרינקן נישט צוליב א פחד (יא יא!), און עס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן!

(איך האב שוין געטראפן זייער אסאך אזעלכע, וואס טרינקן נישט, פשוט ווייל זיי האבן מורא צו ווערן מבוסם)

דעי וואס האבן א פחד.. האבן געווענדליך פון וואס מורא צו האבן....

זיי מסביר ביטע

ס'דא אסאך מענטש וואס קענען זיך נישט קאנטראלן נאכן טרינקען.. ממילא האבן זיי מורא צוטרינקען
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

היימישער הייקער האט געשריבן:וואסיז פשוט פשט אין די ווערטער עד דלא ידע? דאכצעך אז בדרך הטבע איז נישט שייך א מענטש, נישט קיין חילוק ווי שיכור, זאל פארטוישן ארור המן מיט ברוך מרדכי.


זאגן זיי דאך שוין, ולא עד בכלל.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

גראדע ווייס איך פון א חבר מיינער וואס פלעגט ליידער זיין געפערליך אדיקטעט צו אלקאהאל, און נאכן זיך אפגעוויינען רירט ער מער נישט צו קיין וויין, און ע"פ הוראת זיין דיין שליט"א איז ער פטור פון די מצוה.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שיק ינגעל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 10, 2020 11:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק ינגעל »

סדא דא איינער וואס טרינקט זיסע וויין? אגב עס ארבעט די שנעלסטע פאר עד דלא ידע :lol:
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שיק ינגעל האט געשריבן:סדא דא איינער וואס טרינקט זיסע וויין? אגב עס ארבעט די שנעלסטע פאר עד דלא ידע :lol:

ווי איינער האט שוין ערווענט אויבן דארף מען טרינקן די וויין וואס מ'איז צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו טרינקן, און אוודאי מוז מען טרינקן א וויין וואס מ'האט ליב, און מ'טאר נישט טרינקן א וויין וואס מ'עקלט זיך דערפון, ווייל דאס אליין קען מאכן ברעכן.

און אגב זיסע וויין גייט שנעל ארויף אין קאפ, אבער די נאכווייען זענען אסאך ערגער ווי טריקענע (אויסער דעם וואס עס האט בכלל נישט דעם געשמאק פון וויין כידוע למומחים... עס איז גוט פאר קאלעי וואסער אדער דעזערט...) אבער איינער וואס איז צוגעוואוינט דערצו זאל זיך זיכער האלטן דערצו


#מיינונג פון כאטשיג איין פערזאן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

טשאלענט האט געשריבן:און לגבי וויין פורים?

אוהו טרינקט מען!!!

גראדע געדענק איך נישט אז איך זאל אנקומען צו א מצב אז איך זאל נישט געדענקן וואס איך האב געטון, אבער מיר זענען ב"ה מקיים די מצוה מיט אן הידור!

איך פארשטיי די אידן וואס טרינקן נישט ווייל זיי קענען נישט פארנעמען קיין וויין, און אויך די אידן וואס ביי זייערע קרייזן האט מען זיך נישט געפירט צו טרינקן אסאך.
אבער די אידן פון די קרייזן וואס מ'האט זיך יא אזוי געפירט, זענען דא זייער אסאך וואס טרינקן נישט צוליב א פחד (יא יא!), און עס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן!

(איך האב שוין געטראפן זייער אסאך אזעלכע, וואס טרינקן נישט, פשוט ווייל זיי האבן מורא צו ווערן מבוסם)

:lol: :lol:
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

איך בין זיך נוהג שוין פאר אסאך יארן אויף דעם סדר און ס'ארבעט פיין ב"ה.
נאכמיטאג נאכן דאווענען מנחה, בשעת'ן ארומלויפן נאך געלט צו גוטע אידן, טרינקט מען א האלבע גלעזל ביי יעדן שטוב פרוביר סזאל זיין פון די זעלבע וויין (Jeunesse איז דא ביי כמעט יעדן) פון דעם אליינס ווערט מען שוין היבש פריילעך אבער מען ברעכט נישט סיי ווייל מען טרינקט צוביסלעך און סיי ווייל מען גייט אויף די לופטיגע גאס. און שפעטער בשעת די סעודה טרינקט מען נאך עטליכע גלעזלעך אויפאמאל און ס'אמחי' מטאנצט און משפרינגט פריילעך פאר לאנגע שעות ב"ה.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

טשאלענט האט געשריבן:
שיק ינגעל האט געשריבן:סדא דא איינער וואס טרינקט זיסע וויין? אגב עס ארבעט די שנעלסטע פאר עד דלא ידע :lol:

ווי איינער האט שוין ערווענט אויבן דארף מען טרינקן די וויין וואס מ'איז צוגעוואוינט א גאנץ יאר צו טרינקן, און אוודאי מוז מען טרינקן א וויין וואס מ'האט ליב, און מ'טאר נישט טרינקן א וויין וואס מ'עקלט זיך דערפון, ווייל דאס אליין קען מאכן ברעכן.

און אגב זיסע וויין גייט שנעל ארויף אין קאפ, אבער די נאכווייען זענען אסאך ערגער ווי טריקענע (אויסער דעם וואס עס האט בכלל נישט דעם געשמאק פון וויין כידוע למומחים... עס איז גוט פאר קאלעי וואסער אדער דעזערט...) אבער איינער וואס איז צוגעוואוינט דערצו זאל זיך זיכער האלטן דערצו


#מיינונג פון כאטשיג איין פערזאן

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:יא.
מיר האבן חשק צו שערן דעם יו״ט מיט די וואס ווילן באמת הנאה האבן פון א פלעשל וויין. פרטים יבואי.

ליידער איז נישט-דא כמעט און די מארקעט א פלעשעל וויין וואס איז ראו לפורים לכל הדיעות. אדער איז עס צו זיס, אדער צו טריקען, אדער א געמיש פון האלץ מיט אלקאהאל.

א גוטער וויין טאר נישט זיין זיס, נישט טרוקען, נישט האלציג, נישט איבעלדיג.

איי!
וויפול פורים'ס איך האב צושטערט מיט דעם טעאריע!
כ'פלעג טראכטן פון קאלעי וואסער, צושטאפן די נאז, קוקן אויף א באלי קרויט און אריינשטיפן א גלאז וויין,
ובתוך כדי אכילת פרס, איז שוין געווען וואס צו ווישן...

כאגעטרייט דאס מיט יענץ,
סעמי דריי סעמי פיר און סעמי פינעף..
כ'מיין סעמי סוויט, טריקן, האלב טריקן, רויטע ווייסע פינקע,
גארנישט האט געהאלפן,
אלעס ווייל "מ'טאר נישט טרינקען זיסע וויין ווייל מ'קען ברעכן ל"ע! "

ביז כאמעך בארעכנט, ברעכן ברעך איך עני וועיס, נאר מיט די אלע וויינען וואס כ'בין נישט צוגעוואונט, ברעך איך נאר פון שמעקן,
האבעך איין יאר געטרונקען "קאנקארד גרעיפ" בעליוו איט אר נאט!
די וויין אויף וואס איך מאך קידוש יעדע וואך, די וויין מיט וואס איך בין מקיים מצוות ד' כוסות יעדן פסח, די ווין מיט וואס כ'בין מקיים שמחת יו"ט יעדן יו"ט!
האבעך אויך מקיים געווען 'עד דלא ידע'!

כ'האב טאקע געבראכן, אבער הירשט נאכן זיין מבוסם פאר א גוטע 4 5 שעה, און נאכ'ן ברעכן האב איך ווייטער געהאט א שמחת פורים!

מאך נישט קיין חשבונות, נעם א וויין וואס דו גלייכסט, מאך א לחיים, און זיי מקיים מצוות ה'!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך קען איבערגעבן פארן עולם וואס איך טוה און אפשר וועט עס זיין אינטרעסאנט פאר געוויסע.

גלייך נאך מיין חתונה פלעג איך בעיקר טרינקען ווייסע וויין א גאנץ יאר פשוט ווייל ווייסע האט א לייכטקייט וואס רויטע האט נישט, למעשה פלעג איך יעדע יאר ברעכן אזוי כמו שכתוב, ביז איין יאר האב איך מיר פארעקלט פון די נאך טעם וואס די ווייסע וויינען ברענגען ארויף און זייט דעמאלטס קען איך מער נישט אנקוקן קיין ווייסע וויין היינט טרינק איך טעפערבערג רויטע אימפרעשן וויין וואס קאסט צוואנציג דאלער, ס'איז טרוקן לייכט אין טעם און אין שמעק ס'איז א קארבענעי, און איך טרינק נאר א האלבע גלעזל אויף אמאל און איך טרינק וואסער אגאנצן צייט, און איך עס א שטיקעלע חלה יעדע מאל וואס איך שפיר אז ס'קומט ארויף און די מצב ווערט סאך רואיגער, זייט דעמאלטס ברעך איך מער נישט און איך ווער פיין בגילופין ב"ה.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:האבעך איין יאר געטרונקען "קאנקארד גרעיפ" בעליוו איט אר נאט!
די וויין אויף וואס איך מאך קידוש יעדע וואך, די וויין מיט וואס איך בין מקיים מצוות ד' כוסות יעדן פסח, די ווין מיט וואס כ'בין מקיים שמחת יו"ט יעדן יו"ט!
האבעך אויך מקיים געווען 'עד דלא ידע'!

האסט לכאורה נישט געדארפט גיין צו אזא עקסטריעם ביז קאנקארד גרעיפ, וואס איז גאר א זיסע געצוקערטע וויין, וואס איז בדוק ומנוסה צו ברעכן דערויף.

עס זענען זיכער דא נאך וויינען וואס וועלן דיר נישט איבלען, און זענען נישט אזוי געצוקערט, לייכטער אויפן מאגן.

פרעג ביי דיין שמש/וויין סטאר, און וועסט לכאורה האבן אן רואיגערע פורים
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8837
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פון מיין עקספיריענס,
מיין משמש ווייסט פינקט ווי מיר וואספארא וויין ס'איז גוט פאר מיר...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קאנקארד גרעיפ איז נישט געציקערט, און ס'איז "סעמי סוויט"
כ'האב גראדע געטרייט אינמיטן די יאר בלאש סאווליז, און ס'אויך נישט אזוי שלעכט, ס'איז ווייניגער זיס פון קאנקארד
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

איינער מיט אן עצה?
איך האב ליב טריקענע וויין, און ספעציעל א גוטע, איך קען געווענליך פעסן א בליינד טעסט און זאגן בערך וויפול די וויין איז ווערט. פורים ווען איך קום אריין צו איינעם און איך זעה א גוטען וויין אויפן טיש מוז איך עס קאסטן און פרוטה פרוטה מצטרפת...
די פראבלעם איז אז נאך א שטיק צייט, הייבט עס מיר אן איבלען און איך קען מער נישט טרינקן. געווענליך איז עס פאר די שיעור פון עד דלא ידע כאטש עס איז א שיינע פאר כוסות.

און פיינעלי שר חמישים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”