שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

Potus האט געשריבן:וואס הייסט יעדער דארף זיך ביקן פאר דעם רשע?
ווי זענען די עסקנים?


ער דרייט זיך נישט אין די היימישע געגנטער, לכאורה נישט נוגע פאר אונז סיי ווי.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

א באריכט צייגט אז דער המן איז געהעריג פאררוקט, ער לויפט ארום ווי א פאר'סמ'טער מויז איבער די גאסן פון שושן, זוכנדיג אז וואס מער מענטשן זאלן זיך בוקן צו אים.

דער פאררוקטער פונעם יארהונדערט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בארואיגט ענק, מען קען שוין מיינען. ער וויל מען זאל זיך ביקען וועט וועט ביקען. געבן כבוד פאר א רעגירונגס איינגעשטעלטער איז אויך בכלל וואס דער אלטער ירמי' האט געהייסן, דרשו את שלום העיר.

נאר וואס יא, אינטערעסירט מיר די פאליטישע חלק, וואס מיינט עס פאר די ווערטשאפט פונעם לאנד? פרישע מלחמות? בוי פראיעקטן? איך מיין, וואס פעלט אויס נאך א מיניסטער איבער אלע?
און בכלל, וואס עפעס פלוצלינג ביקן אין קאפ אריין? מילא דער קעניג, אדער די קעניגן ווען זי פארקערפערט זיין טראן, אבער וואס איז יעצט די מציאה מיט דעם המן?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

דער המן איז מיאוס פארריקט כזעה ער גייט ארום מיט גבאים וואס מאכן זיכער אז מביקט זיך
#סלאו
#שוטה
#סטאפהמן
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אה! הרב יענג! איך האב געמיינט אז דו לעבסט אינעם עתיד. איך זעה דו ביסט געהעריג דא!

פארוואס קליין? ווייל עס באלאנגט נישט דא. פארוואס בכלל? כ'האב מעך נישט געקענט איינהאלטן...
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

#המן_אלערט.
סיז יעצט געזען געווארן המן'ס יוקאן אנקומען אויף בעדפארד.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

Potus האט געשריבן:דער המן איז מיאוס פארריקט כזעה ער גייט ארום מיט גבאים וואס מאכן זיכער אז מביקט זיך
#סלאו
#שוטה
#סטאפהמן

גבאים?? זיינע הונדערטע עקלדיגע גראבע רויטע קינדער.

טויט משוגע!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

וואס טוט מען למעשה אויב מ'טרעפט אן דעם המן? איז דא הלכה'דיג א פראבלעם ציך צו ביקן צונעם?

ביטע נישט סתם שפעקעלאציעס. נאר דער וואס האט א קראנטע ענטפער.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

רופט מיר א קאנספיראציע טעארעטיקער, אבער איך האב א שווערע פארדאכט דא.
דער קעניג איז חושד אז דער עולם איז אים נישט געטריי, און ער וויל זען ווער וועט שרייען אז ביקן קומט זיך נאר פארן קעניג. אבער פון די צווייטע זייט, אויב ביקט מען זיך נישט איז דאך ווייטער א פארלעצונג :?
איך קלער אז מען זאל זיך ביקן, אבער דערביי שרייען אז מען טוט עס נאר ווייל דער קעניג האט געהייסן און מען מיינט דערמיט דעם קעניג, נישט המן. אין איין וועגס וועט דער אויפגעבלאזענער המן פלאצן :lol:

--

גלות איד, פארוואס זאל זיין א פראבלעם פאר א גוט יאר? דא איז נישט די פלאץ צו זוכן חומרות!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואס איז די שאלה??? אודאי מעג מען! דינא דמלכותא דינא!

אחוץ אויב די ביסט פונעם עקסטרעמע מרדכי'סטישע לאגער, וואס שוימען נאך אויף די מאסיווע השתתפות אינם גיגאנטישן סעודה פאר ניין יאהר צוריק, און הערן נישט אויף צו שרייען אז ס'גייט נאך קומען א שטראף אויף דעם! כ'זיץ און כ'ווארט נאך...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

געפרעגט יעצט מיין דיין, ער האט מברר געווען אז המן האגגי האט אנגעטוען א ספעציעלע עבודה זרה אויף זיך, אז ווען מ'ביקט זיך צו אים זאל מען זיך ביקן צו עבודה זרה.

ס'איז יהרג ואל יעבור אידן!!! שטייטס ווייט פון המן!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
וואוילע איד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע איד »

איינער פון זיינע קינדער האבן נישט צופעליג א ביזנעס אין אוקריינע ? מען קען עם אינטערגראבן אזוי !
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

כמיין מזאל עפענען א ספעציעלע סיסטעם מזאל קענען וויסן ווי דער המן איז דער איז נישט נארמאל

אופס... ער איז יעצט ארחשתא קאר. פורתא
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

טוט זיך אן איבערקערעניש אין פאלאץ יעצט... עפעס טיילט המן שלעק דארט...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

יעדער ביקט זיך, וואס איז יעצט? וואס פארפירט ער דארט? מ'קעניש גוט הערן, כאטש ער קוויטשעט גאנץ הויך.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אהוי, מרדכי האלט זיך נישט ביים בוקן, המן פלאצט. ער שעלט צאם אלע אידן.

אוי וויי. זאכן הייבן אן ווערן שרעקעדיג.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מרדכי ווייזט זיין שיך פאר המן, און המן איז רויט ווי א טאמעיטא, ער שעעעעעלט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ענק כאפן דעם סלאו גאנץ שושן ביקט זיך און דער שעלט אויפן רבין כהאף אז אסתר וועט זיך אננעמען פארן רבין סהאט אויסגעזען אז זיי פארשטייען זיך גוט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

וואס גייט פאר מיט מרדכיס שיך?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:אהוי, מרדכי האלט זיך נישט ביים בוקן, המן פלאצט. ער שעלט צאם אלע אידן.

אוי וויי. זאכן הייבן אן ווערן שרעקעדיג.

קענטס עטץ מיר זאגן פארוואס דארפן די ערליכע אידן אייביג אנדרייען פראוואקאציעס???
כ'הא דאך געזען ווי רעב מרדכינ'ען בלייבט דווקא דארט אז המן זאל איהם זעהן! וואס וויל ער?? ווי איז די שכל דערפון??

מקור: מגילה יג. מה עשה לי יהודי
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וואס זאגט מרדכי יעצט?!
העמער זעהן וואס ער וועט טוהן!
ער זיצט דאך ביים טויער, העט ער זיך כסדר באגעגענען מיט עם,
העמער זעהן צו ער וועט זיך בוקן אדער נישט!
זאגן פאר יענעם איז גרינג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

האהא המנס קינדער ווילן מזאל זיך ביקן פאר זיי אויך דעי קליינע חברה האלטן זיך פריש
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אקעי, איך מיין אז איך האב עס ארויס.
דער קעניג הייסט ביקן פאר דעם המן ווייל ער וויל אים שטעלן פאר זיין נאכגייער. דאס מיינט אז ער איז ברוגז אויף זיין אסתר און ער וויל נישט דער קומענדיגער קעניג זאל זיין פון אירע קינדער, אבער איר הרג'ענען צי וואס פאסט אים אויך נישט, נאכן שוין פארפאטשקענען איינמאל מיט ושתי. עס האט נישט קיין אנדערע פשט ער זאל הייסן ביקן פאר אים.
מרדכי רבינו, ווידער, איז אויף די זייט פון די קעניגן, ווי עס איז קלאר פאר יעדן וואס האלט אביסל מיט די פאליטיק.

דאס טייטשט לכאורה אז עס גייט אט אט אויסברעכן א אפענע קריג צווישן דעם קעניג און די קעניגן, וואס האט זיך מסתמא צוגעגרייט און האט מיט זיך אנדערע מיניסטארן און קריגס-לייט. שומו שמים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

שושן טיימס האט היינט נאכגעשריבן פין אן אנינעמעס סאורסעס אז המן האט פארקויפט פארן קעניג אז ער איז דער וואס האט געראטעוועט די קעניג פין בגתן ותרש, אין דאס איז די סיבה פארוואס די קעניג האט אים אזוי גרויס געמאכט.
המן האט שוין געטוויט אז דאס איז פעיק ניוז אין האקט אויפן מידיע פארן עס בכלל שרייבן.

איך האלט אז מ'דארף עפענען א פי אר קאמפעני צו פארציילן פאר'ן עולם דע המן איז א פיפיגער יונג, ער וועט טוען אלעס אויף די וועלט נישט לאזן ווייטער בויען די בית המקדש.

אם ד לא ישמר עיר שוה שקט שומר
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

יעצט זעה איך איינער האט געוואלט מאכן א סעלפי מיט המנ'ן, המן געט א שריי אראפ מיטן קאפ, אין מ'האט יענעם גלייך פארניכטעט.
כ'ציטער, איך זעה המן באקומט טאקע א כח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”