דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

.
אטעטשמענטס
rsz_img-20200220-wa0000.jpg
rsz_img-20200220-wa0000.jpg (106.75 KiB) געזען 1239 מאל
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ענדרו יענג איז א פיינע שמועסער אויף סי ען ען, ער האט געזאגט אז בלומבערגס פראבלעם איז אז ער האט נישט קיינער וואס קען אים שטעלן אין פלאץ און זאגן "דו זאגסט עס נישט גוט, דו דארפסט פרעקטיסן מער"...

ער זאגט אז ער וואלט גע'עצה'ט בלומבערג נישט צו גיין צו די דיבעיט, עני היעט וואס ער וואלט באקומען דערפאר, וואלט ער נאכאלס געשטאנען בעסער...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך קען נישט זעהן בלומבערג גיין אין ערגעץ נאך די דעבאטע, ער איז א דיזעסטער פון א קאנדידאט, א גאר געלונגענע מענטש מיט א סאליד גוטע רעקארד אלס מעיאר איז געווארען דעסטרויד און דעמאלישד איבער א מעיזשאר סוקסעספול פאליסי וואס ער האט אנגעפירט, די שפיגעל פון סוקסעס: די סטאפ ענד פריסק האט ער ווי א נער זיך אנטשולדיגט פאר, און בנוגע עליגעישאנס אוף פערזענליכע ביהעוויער, די אמת איז אז יעדע רייכע מאן האט ״מיר אויך״ אישוס אפילו רוב דערפון זענען שוא ושקר אבער די פאריקטע בליק פון די היינטיגע דעמאקראטען האט גובר געוועהן אויף שכל און ער איז געווארען באוואשען ביז אויס. איך קען נישט זעהן מער ווי צען פראצענט דעמאקראטען זאלען אין די ענדע וואוטען פאר אים.

איי גייט דאס זיין ביטער צו זעהן טראמפס טוויט ווען מעיאר בלומבערג גייט ארויס פון די קאמפיין, וויי וויי.

סאנדערס איז דער אויסשליסליכע געוואונער פון די נאכט, דאס קומט ווייל ער איז זייער קלאר אויף זיינע פאליסיס און ער האלט זיך שטארק צום ענין, דער האט דיסציפלין איינס אין די וועלט, דער האט היבש געשוויצט די נאכט אבער ער האט עס נאו דאוט סארווייווד אינגאנצען.

עס איז ערווארטעט דער גייט מאכען די נאמינאציע צום סוף, עס וועט זיין איבערראשענד טאמער ער מאכט עס נישט צום סוף.

ווארען האט אטאקירט און געוועהן ממש ווילד מיט א הייזעריגע שטומע, זי האט נישט קיין כאריזמע און א ודאי נישט קיין שמייכעל, זי האט שטארק געטשעפעט יעדן איינעם היינט סאו זי האט זיך נאר וויי געטוהן, זי גייט שוין ממילא אהיים פארוואס מאכט זי זיכער מען זאל געדענקען א פארביטערטע פרוי? זייער נאריש.

פיעט איז סאליד גוט, ער איז די מערסטע פרעזידענטליך, ער האט די בעסטע קאנדידאט קוואליפיקאציעס, מען קען גוט חוזק מאכען פון אים, מיר זעהט אויס וויא ער שפיעלט טאקע אויף א פלעי אבער ער שפיעלט עס אזוי גוט אז מען קען מיינען ער איז עכט, עס ליגט אין זיינע הענט צו ער גיין זיין די נייע ענטפער צו סאנדערס אדער אפשר יעצט ווען בלומבערג איז געשטארבען איז ביידען צוריק די פראנט ראנער.

קלאובעשאר איז צוריק געווארען קעיסיק, זי גייט אין ערגעץ, די נעקסטע פלייט איז גרייט, זי איז הינדערט פראצענט גערעכט אבער עס איז דא בעסערע וויא איר אויפען סטעידזש.

עס איז בערני ווס פיעט אדער ביידען, יעצט העמיר ווארטען פאר די רעזולטאטען צו זעהן אויב די נאוואדע וואוטערס טראכטען ווי מיר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

מטעמים האט געשריבן:איי גייט דאס זיין ביטער צו זעהן טראמפס טוויט ווען מעיאר בלומבערג גייט ארויס פון די קאמפיין, וויי וויי.

:lol: :lol: :lol:

מטעמים האט געשריבן:עס איז ערווארטעט סענדערס גייט מאכען די נאמינאציע צום סוף, עס וועט זיין איבערראשענד טאמער ער מאכט עס נישט צום סוף.

עגרי, קען שוין קוים ווארטן אויף טראמפ ווס סענדערס. ביזדערווייל איז דער רייד אהין אויך פיין אינטערסאנט...


מטעמים האט געשריבן:קלאובעשאר איז צוריק געווארען קעיסיק, זי גייט אין ערגעץ, די נעקסטע פלייט איז גרייט, זי איז הינדערט פראצענט גערעכט אבער עס איז דא בעסערע וויא איר אויפען סטעידזש.

יא, שטילערהייט זעט זי אויס ווי א נארמאלע מענטש פונקט ווי קעיסיק. אבער עס איז דא בעסערע ווי איר? שטארק מעגליך אז נישט, פונקט ווי עס איז שטארק מעגליך נישט געווען בעסערע פון קעיסיק.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

@מטעמים בלומבערג סאליד גוטע רעקארד אלס מעיאר ? נישט פאר דעמאקראטן

צוריק קוקענדיג צו זיינע יארן אין נוי יארק איז זיין שטארקייטט געווען גוט פאר רייכע

אין פערסנאל איז ער געווען א פארפיינטע בעל גאה (א עכטע.... נישט אזאנס וואס טראמפ דארף צו הייסן ) קוקט געפערליך אראפ אנדערע (מיט א עכטע דערנידרונג ...) א טריקענע פרי אן קיין געפיל פאר מענטשהייט און פאר סאסייעטי

און די בילד האט זיך שטארק ארויסגעשטארט אויף אים היינט

לכואה פון היינט נאכט קוקט אויס אז בלומבערגס געלויף גייט ווייזן א לימוד לדורות אז געלט און רייכטום מאכט נישט דעם מענטש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

רואיג! האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איי גייט דאס זיין ביטער צו זעהן טראמפס טוויט ווען מעיאר בלומבערג גייט ארויס פון די קאמפיין, וויי וויי.

:lol: :lol: :lol:

מטעמים האט געשריבן:עס איז ערווארטעט סענדערס גייט מאכען די נאמינאציע צום סוף, עס וועט זיין איבערראשענד טאמער ער מאכט עס נישט צום סוף.

עגרי, קען שוין קוים ווארטן אויף טראמפ ווס סענדערס. ביזדערווייל איז דער רייד אהין אויך פיין אינטערסאנט...


מטעמים האט געשריבן:קלאובעשאר איז צוריק געווארען קעיסיק, זי גייט אין ערגעץ, די נעקסטע פלייט איז גרייט, זי איז הינדערט פראצענט גערעכט אבער עס איז דא בעסערע וויא איר אויפען סטעידזש.

יא, שטילערהייט זעט זי אויס ווי א נארמאלע מענטש פונקט ווי קעיסיק. אבער עס איז דא בעסערע ווי איר? שטארק מעגליך אז נישט, פונקט ווי עס איז שטארק מעגליך נישט געווען בעסערע פון קעיסיק.

מיט בעסער מיין איך בעסערע קאנדידאטען וויא איר און בעסערע פאליטישענס ווי איר. זי איז גוט אויף פאליסי און האט א גוטע פארשטאנד צו וואשינגטאן אבער די רעסט איז מער סליק און מער פרעזידענטליך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אלס מעיאר איז בלומבערג געוועהן סאליד גוט אויף קריים סאליד גוט אויף בודזשעטינג סאליד גוט אויף די עקאנאמיע (ווען אנדערע שטעט זענען דורעך שווערע צייטען האט ניו יארק סיטי געבומט) סאו יא בלומבערג איז קאנסידערד צו זיין גאר א געלונגענע מעיאר.

וויט דעט ביאינג סעד איז ער חרוב שלעכטע קאנדידאט, אזוי שלעכט צו זיין דאס איז שוין נעקסט לעוועל שלעכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך מיין מיר האבן נישט געקוקט די זעלבע דעבאטע...

עמי האט געראקט.

שוין, ווילאנג איך זעה די זעלבע דעבאטע ווי עקסעלראד און וואסערמאן בינעך רוהיג..



כאפצעם, כאניש געזעהן די דיבעיט אבער פון די פאר קליפס וואס כאב געזעהן איז דיין ריוויא אקוראט! אבער...

בוטעזשעזש האט לדעתי נישט געוואונען, קלאובעטשער האט אריינגעווארפן איין שטארקע ליין, אז ער זאגט נאך איינגע'חזר'טע ליינס... היות סיז אמת און יעדער זעהט עס, זי האט ער נאר ארויסגעברענגט אז יעדער זאלעס זעהן, האט זי מיט דעם אוועקגעמאכט זיין גאנצע סוקסעספול נאכט!

אידער וועי, ביידע זענען נאר רעלעווענט צו שלעפן דעלעגאטן פון ביידן בלומבערג ענד קאו... סאו סיניש וויכטיג צו רעדן פון זיי...

וואס ס'האט יא אויסגעמאכט איז אז בלומבערג איז געווארן עקספאוזד... די אלע וואס האבן אים געשטוצט בלויז ווייל ער גייט ביעטן טראמפ גייען האבן סעקאנד טאטס... ווי ווארען האט געזאגט, אונז קעמער נישט האבן א נאמעני וואס ווען ס'וועט קומען צום עלעקשן העט פלוצלינג אנהייבן דריפ דריפ... פול מיט סקאנדאלן...


נאך איין זאך, טיעם טראמפ האט א גרינג ארבייט יעצט, זיי דארפן בלויז איבערשפיהלן אפאר קליפס ווי מ'אטאקירט בלומבערג אדער סענדערס...

און א זייטיגע זאך, די וועג וויזוי ווארען האט אטאקירט בלומבערג, און זיך נאך אנגערופן אז זי גייט סופארטן די נאמעני הועווער ס'גייט זיין, איז געווען א קלארע מעסידזש פאר בלומבערג כ'פלאן דיך צו שטיצן אויב ביסטו די נאמעני, סאו אויב איך בין שטיץ מיך אויך... דאס טוהן בשעתן אטאקירן בלומבערג איז א ריסקי מאוו... ס'קען אויפרעגן בלומבערג... פאר געלט בינעך גוט, הא? אבער מיט ווארען'ס טשענסעס יעצט, איז ווערד די ריסק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

Screenshot_20200220-013018_Twitter.jpg
Screenshot_20200220-013018_Twitter.jpg (416.33 KiB) געזען 1100 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מטעמים, א_וואו אייביג, הערליך! און נאך מיט א שמיץ אריבער...

איך כאפ אבער נישט וואס דו האסט געהאלטן פארדעם איבער בלומבערג... סיז געווען אזוי אבוויעס אז ער גייט נישט קענען סוירווייוון, ער איז א טריקענע מענטש אן קיין כאריזמא... און ווען ווארען האטעם גענומען אויף א פארהער וויפיל נאן-דיסקלאוזשער אגרימענטס ער האט, האטער אויסגעקוקט ווי די לעמעלע אינגל פון חדר וואס די מנהל פארהערט אים... ווי כאפצעם זאגט, ער איז געווען ערווארטעד צו זיין שוואך, אבער אזאונס?

כאף נאר אז די דיבעיט איז געוואטש'ד געווארן אסאך מאל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

וויי טראמפ, האסט שוין יא געהאט אזא גוטע נאכט, פארוואס'זשע נאכאמאל לייגן ס'קנעכל אין פיסקל? נישט געקענט בלייבן שטיין ביי אומקאפעטענט?

(מארקעטינג גערעדט, ביז אהין האסטו געזאגט פערפעקט, און אפילו דעמאקראטן וואלטן מיטגעשאקלט אין הסכמה. אבער די ווייטערדיגע צוויי זאצן רעגט זיי אויף מיט פאראיבל און ווילן דיר געבן צוויי געזונטע פראסקעס, פשוט אוועקגעווארפן זייער שאנס דיר צו געבן א שאנס!)

כ'ווייס נישט צי מען האט דעם בלומבערג'ן ארויסגעווארפן בשן ועין, אבער אריין געביסן אין אים מאסיווע וואונדן. נישט דוקא נאר וועגן די ספעציפישע אטאקעס, נאר פשוט אויסגעטאן ס'רעקל און געפינען א רויע קאנדידאט וואס האט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטע פארהער אויף אזא פארנעם, און ער האט זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן. יא, די פריימעריס זענען ברוטאל, מ'דארף א האמווי צו איבערלעבן, אבער במכוון אזוי, ווייל די אוועל אפיס איז טריליאן מאל מער ברוטאל. פראבלעם איז נאר, אז מיט זיין בערזל קען ער קויפן די בעסטע הייל מיטלען פאר די אלע מכות.

מ'קען צולייגן וויפיל מזל טראמפ האט, אז ביידען און סענדערס פארזיכערן א בלומבערג וועלט מלחמה אויף די נאמינאציע, און ווארען מאכט אזא הערליכע ארבייט פאר טראמפ צו צוביילן בלומבערג און סענדערס מיט עכט ערנסטע ווייעדיגע זעצעס אין די מארדע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13538
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די גוטע נייעס איז, אז די ציפער וויילער וואס האבן מיטגעהאלטן די דעבאטע איז ווארשיינליך דראסטיש העכער ווי די פארגאנגענע עטליכע דעבאטעס. די שלעכטע נייעס איז אז ביז האלב דעמאקראטישע וויילער אין נעוואדע האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע.
אויב באקומט ווארען טאקע א גרויסע שטופ פון דעם דעבאטע, און עס זעט זיך נישט אן אין די אויסגאנג פון נעוואדע קאוקוס ווייל האלב שטימען זענען שוין געווען אפגעגעבן פון פריער, וועט עס שטארק אונטערמינעווען סיי וועלכע מאמענטום זי וואלט געקענט באקומען פון נעוואדע.
איבער סאוט קאראליינע, איז מעגליך אז זי האט שטארק פארוואונדעט בלומבערג'ס שטיצע צווישן שווארצע וויילער אין די סטעיט, און בכלל, און נאכמער חרוב געלייגט זיין 'עלעקטעבילטי' גלאנץ (נישט אינגאנצן בארעכטיגט, ווייל ער איז נאכאלץ פון די שטערקערע קאנדידאטן אין די אלגעמיינע וואלן).
זי האט אויך פארשטארק איר אייגענע עלעקטעביליטי מעגליכקייט אין די אויגן פון די וויילער מיט די היינט-נאכטיגע פערפארמענס. זי האט צע'הרג'עט איינער פון די רייכסטע מענטשן אין אמעריקע שטייענדיג געציילטע פיס אפגעריקט פון יענעם, בשעת יענער זאגט אז ער איז גרייט אויסצוגעבן הונדערטער מיליאנען פארן עווענטועלן דעמאקראטישן נאמיני. זי האט קלאר געשטעלט אז זי איז געאייגנט מער ווי סיי וועם אויפן סטעידזש זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ קאפ צו קאפ.

נאר, נאך אלע חשבונות און חלומות בלייבט זי ווייטער מיט גאר א שוואכע שאנס צו געווינען די נאמינאציע און סאנדערס מיט די איבערוויגנדע שאנס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

@שלמה איך בין סארפרייזד צו הערן א גוט ווארט אויף ווארען מצד די נעכטיגע דעבאטע, אין מיינע אויערן איז זי נישט גוט אריינגעקומען אבער אפשר האב איך עפעס פארפאסט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13538
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

כ'מיין, זי האט אויפגעטריבן $430,000 אין די ערשטע האלבע שעה, צו סאנדערס' $300,000 אין די ערשטע גאנצע שעה. מיט $2,800,000 פארן טאג, מיינט דאס אז זי האט אויפגעטריבן דריי הונדערט טויזנט דאלאר פער האלבע שעה פון ניין ביינאכט ביז חצות, און דאס אויב זי האט אויפגעטריבן א גאנצע מיליאן פארן דעבאטע.
די טעלעוויזיע פאנדיטעריי ביז די פיינטליכע בערני לאגער איז אייניג באאיינדרוקט פון אירע דריי אדער פיר מייסטערהאפטע אטאקעס אויף בלומבערג. זיי זאגן אז דאס איז די שטערקסטע פערפארמענס פון סיי וועלכע קאנדידאטן דורכאויס די ניין דעבאטעס ביז היינט.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:. זי האט צע'הרג'עט איינער פון די רייכסטע מענטשן אין אמעריקע שטייענדיג געציילטע פיס אפגעריקט פון יענעם, בשעת יענער זאגט אז ער איז גרייט אויסצוגעבן הונדערטער מיליאנען פארן עווענטועלן דעמאקראטישן נאמיני. זי האט קלאר געשטעלט אז זי איז געאייגנט מער ווי סיי וועם אויפן סטעידזש זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ קאפ צו קאפ.
.

נאנסענס... טראמפ איז נישט בלומבערג.. זי וואלט אוועק דער צו'מזיק'טע פון טראמפ אויב טוט זי דאס וואס זי האט געטון מיט בלומבערג. טראמפ האט דעי אלע סארט אטאקעס געכאפט ביי די דיבעיטס און ארויס אן א קריץ, ער אין בלומבערג'ס שיך נעכטן נאכט וואלט צומאלן ווארען.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13538
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

סאו, דו זאגסט אז פיעט וואלט געווען שטערקער קעגן טראמפ?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נקדימון האט געשריבן:בלומבערג: כ'מיין איך בין די איינציגסטער דא אויפן סטעידזש וואס האט עקטשעלי געעפנט א ביזנעס... איינער פון ענק דיסעגריעד?

אלע קאנדידאטן מיט אפענע מיילער...


ער וואלט נישט געקענט זאגן די ליין ווען יענג איז נאך געווען אינעם פארמעסט און ווען סטייער איז געווען אויפן סטעידזש. יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט זיכער געמאכט נישט צו קוואליפייען ביז יעצט...
בכלל איז דער גאנצער שמועס איבער entrepreneurship געווען מאדנע, ווען יענג האט עס געהאלטן אינאיין ארויפברענגען און די טעמע איז אלעמאל פארדרייט געווארן.


רואיג! האט געשריבן:ענדרו יענג איז א פיינע שמועסער אויף סי ען ען, ער האט געזאגט אז בלומבערגס פראבלעם איז אז ער האט נישט קיינער וואס קען אים שטעלן אין פלאץ און זאגן "דו זאגסט עס נישט גוט, דו דארפסט פרעקטיסן מער"...

ער זאגט אז ער וואלט גע'עצה'ט בלומבערג נישט צו גיין צו די דיבעיט, עני היעט וואס ער וואלט באקומען דערפאר, וואלט ער נאכאלס געשטאנען בעסער...


אויב מעג איך אריינהאקן מיט נאך אביסל יענג ספעם...
Terry McAuliffe, דער געוועזענער דנס טשעיר, האט אים געזאגט "You should have stayed in". וואן דזשאונס האט צוגעשטימט. דאן האט קאומא זיך אנגערופן "Maybe Andrew Yang is gonna get back in the race, stay tuned for the answer".
(איך ווייס אז עס איז נישט אינגאנצן ערנסט)

אויך אויפן סטעידזש איז ער דערמאנט געווארן. איינמאל אפען, ווען קלאבוטשער האט געזאגט צו פיעט “do the math, that’s what my friend Andrew Yang would say if he was up here”.
און די איבריגע מאלן איז געווען שפתותיו דובבות, ווען פיעט, ביידען און ווארען האבן אלע נאכגעזאגט יענג טאלקינג פוינטס אין די זעלבע צוויי מינוט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ביידען צו בלומבערג אויפן וועג אראפ פונעם סטעידזש:
"welcome to the party man"
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאנסילמאן האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:בוטידזשעזש מיט זיינע פרי סקריפטעד ליינס גרוילט מיר. פעך.


ער איז א קלארע פארלירער פונעם נאכט

איך מיין אז ער האט אויך באקומען די ווייניגסטע צייט צו רעדן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

ווארען האט נעכטן געגאנבעט פון בלומבערג פינף הונדערט מיליאן דאלער אויפן סטעידזש און נעוואדא... לאל
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

An analyst yesterday on MSNBC: "Tonight was the most expensive night in Las Vegas (gambling), where Bloomberg lost $300 million dollars".
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

בלומבערג האט סורפרייזט די נאכט
ער האט זייער שיין געוויזען באקאנטשאפט אין קלארקייט מיט פאליסיס אין געוויזען פאר אנדערע ער ווייסט בעסער
מערסטע פרעזידענטשעל געווען
זיך נישט פארלוירען ביי אטאקעס זיך געהאלטן רואיג
פיין צירוק אריינגעפליקט מיט גוטע ליינס אויפען מינוט
סך הכל די ערשטע מאל ביי א דיבעט. כהאב ערווארטעט סאך שוואכערס
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װאס איז געשעהן מיט די גאר דארעכגעשפײטע װערטער װאס די דעמיקראטן פלעגען נאכשפײען פון מיסיס מעשעל אובאמא: "When thy go low we go high"????
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מטעמים איך האב באמת הנאה פון אייערע אייגנארטיגע אנאליזן. איר האט די גלעזער וויאזוי די אלגעמיינע גאס קוקט אן די דעבאטע, וואס איז - ווי געווענליך - מיט א קנייטש אנדערש וויאזוי דער עולם דא באטראכט דאס.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

איך קען הערן א ארגימענט אז ביידען זאל גאר זיין דער צווייטער געווינער פונעם נאכט נאך סענדערס ניצענדיג די process of elimination

סענדערס בלייבט דער געווינער פון די לינקע,

ווארען האט גארנישט געברענגט נעכטען צום טיש זייענדיג די אויפגערעגטע באבע.

קאלבעטשואר מיט איר הארץ האט געוויזען אז זי וואלט געווען א פערפעקט עדעקעישן סעקרעטאר.

ליטעל רוביא פיעט מיט זיינע סקריפט ליינס האט געוויזען אז ער איז נישט מער ווי א ליידיגע אנצוג.

בלומבערג גייט נישט אין ערגעץ ווי לאנג ער געט נישט ארויס די ליסט וואס ווארען האט אים געבעטען...

בלייבט איבער נאר ביידען, ער איז שוין געווען ווייס פרעזידענט, האט עקספריענס, איז נישט קיין שוואכלינג, אויב מען וויל מען נישט גיין מיט סענדערס איז ער דער איינציגסטער אלטערנעטיוו.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”