איככה אוכל וראיתי באבדן מולדתנו - א געלעגנהייט ארויסצוהעלפן אחב"י אין אמעריקע

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישע בליק
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 06, 2020 6:11 pm

איככה אוכל וראיתי באבדן מולדתנו - א געלעגנהייט ארויסצוהעלפן אחב"י אין אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע בליק »

[align=center]בעזהשי"ת[/align]

[align=center]משנאיך נשאו ראש - דאס הייליגסטע ליגט אופ'ן וואגשאל[/align]
ווי באקאנט וועלן אי"ה פארקומען פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע אינעם אנהויב פונעם קומענדיגן ווינטער.

די פראצעס איידער מ'קומט אן אהין זענען די פריימעריס וואו מ'ערוועלט א קאנדידאט פאר יעדע פארטיי, וואס זיי וועלן זיך פארמעסטן אין די אלגעמיינע וואלן וואס וועלן פארקומען דעם קומענדיגן ט"ז מרחשון הבעל"ט.

צוליב דעם וואס אין אמעריקע זענען דא בלויז צוויי גרויסע פארטייען, האבן די קאנדידאטן פון ביידע פארטייען א גאר גרויסע שאנס צו געווינען דעם פארמעסט און ווערן דער אמעריקאנער פרעזידענט פאר פיר יאר, און די שטימען פון אחב"י מאכן געווענליך נישט אויס אין די אלגעמיינע וואלן סיי צוליב דעם מיעוט העם, און סיי צוליב דעם געאגראפישן אויסשטעל.

צוליב דעם איז זייער וויכטיג אז א קאנדידאט וואס איז שלעכט פאר די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור זאל בכלל נישט זיין א קאנדידאט פון איינע פון די צוויי גרויסע פארטייען.

ליידער איז דא צווישן די קאנדידאטן וואס פארמעסטן זיך צו פארכאפן די נאמינאציע פון די דעמאקראטישע פארטיי דער באקאנטער עוכר ישראל מייק בלומבערג שר"י פון וועמען אידן אין ניו יארק האבן געהאט אויסצושטיין גרויסע צרות, ווען צווישן אנדערן האט ער זיך פארמאסטן קעגן די הייליגע מצוה פון ברית מילה כהלכתה מיט מציצה בפה כמסורה לנו מדור דור.


[align=center]אין חבוש מתיר עצמו - אידן אין אמעריקע קענען זיך נישט העלפן[/align]
די סיסטעם אין די דעמאקראטישע פארטיי גייט אז ס'זענען דא 3,979 דעלעגאטן וואס שטימען ווער ס'זאל זיין די קאנדידאט פון זייער פארטיי, יעדע סטעיט האט א צאל דעלעגאטן - בערך לויט וויפיל דעמאקראטישע וויילער זי האט, און יעדע קאנדידאט באקומט צוגעטיילט דעלעגאטן פון יעדע סטעיט לויט וויפיל פראצענט ער אדער זי האט באקומען אין יענע סטעיט.

ווען קאנדידאטן קומט אריין שוואך אין עטליכע סטעיטס וועלן זיי געווענליך ארויסגיין פון די פארמעסט, וואס גיבט די געלעגנהייט פאר די געציילטע שטארקע קאנדידאטן צו באקומען א גאר גרויסע פראצענט פון די שטימען אין די סטעיטס וואס שטימען נאכדעם, וואס מיינט אטאמאטיש גאר אסאך דעלעגאטן.

ווען די פריימערי וועט פארקומען אין ניו יארק (ד' אייר הבעל"ט) וועלן שוין איבער זיבעציג פראצענט פון די דעלעגאטן זיין פארטיילט, און ווען די פריימערי וועט פארקומען אין ניו דזשערסי (י' סיון הבעל"ט) וועלן שוין נאנט צו 95% פון די דעלעגאטן זיין פארטיילט, און געווענליך איז שוין דעמאלס צו שפעט אפצושטעלן א קאנדידאט ווייל ער האט שוין גענוג דעלעגאטן אין טאש.

אויסער דעם איז בכלל נישט אזוי זיכער אז די לאקאלע עסקנים אין ניו יארק וועלן קענען אינדראסירן זיין קעגנער, צוליב וואס ער פארמאגט גאר אסאך געלט און איינפלוס, און ס'קען שאטן פאר די פארבונדונגען לטובת הכלל אויב מ'וועט זיך ארויסשטעלן קעגן אים בריש גלי.


[align=center]דעמאקראטן אין אויסלאנד - א געלעגנהייט ארויסצוהעלפן אחב"י אין אמעריקע[/align]
ברוב רחמיו וחסדיו האט אבער דער בוכ"ע מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, און אריינגעגעבן פאר די דעמאקראטישע פארטיי פירער א געדאנק צו געבן א געלעגנהייט פאר אמעריקאנער בירגער וואס וואוינען אין אויסלאנד צו האבן זייער אייגענע פריימערי פארמעסט, וועלכער האט אויך א צאל דעלעגאטן צו ערוויילן דעם פרעזידענטליכן קאנדידאט.

די אזויגערופענע "גלאבאלע פרעזידענטליכע פריימערי" וועט דאסמאל פארקומען דעם קומענדיגן ז' אדר הבעל"ט אינעם דינסטאג וואו א צאל אנדערע סטעיטס האלטן אפ זייערע פריימעריס באקאנט אלס "סופער טוסדעי", און ווייניגער ווי פיר פראצענט פון די דעלעגאטן וועלן זיין פארטיילט בעפאר יענעם דאטום, וואס גיבט א שטארקע געלעגנהייט פאר אידן איבער די וועלט צו ארויסהעלפן אונזערע אידישע ברידער אין אמעריקע בעת צר.

סימנא מילתא הוא - אנדערש ווי אין אמעריקע וואו מ'דארף האבן געשטימט בעפאר די וואל טאג ענדיגט זיך, האבן די אויסלענדישע די געלעגנהייט אפצוגעבן זייער שטימע א גאנצע וואך נאכ'ן וואל טאג, דאס מיינט אז די וואלן וועלן זיך טעכניש אנהויבן אום ז' אדר יום לידת מרע"ה הבעל"ט, און וועלן זיך ציען ביז'ן עצם יום הפורים הבעל"ט לקיים מה שנאמר ליהודים היתה אורה ושמחה וששון - ששון זו מילה (מגילה ט"ז ע"ב).

ס'איז ווערט צו נעמען אין באטראכט אז גאר א קליינע פראצענט פון אמעריקאנער אין אויסלאנד שטימען אין דעם פארמעסט, ווייל אסאך פון זיי שטימען אין די סטעיט פון וואו זיי קומען, און בכלל איז דא א שוואכע וואל באטייליגונג ביי אזאלכע וואס האבן איבערגעלאזט אמעריקע (אדער קיינמאל נישט געוואוינט דארט) ווייל ס'אינטרעסירט זיי קנאפ וואס דארט גייט פאר.

אבער אונז היימישע אידן זארגן זיך איינער פאר'ן צווייטן ווי פאר ברודער, און אין רוב פעלער האנדלט זיך עס ממש פון עלטערן, געשוויסטער, און אנדערע גאר נאנטע קרובים וואס די אויסלענדישע אמעריקאנער אידן האבן אין אמעריקע, און אזויווי ס'איז שוין בליעה"ר דא טויזענטער אמעריקאנער בירגער צווישן אחב"י וואס וואוינען נישט אין אמעריקע קענען זיי האבן א מורא'דיגן כח אינעם פארמעסט.

צו פארשטיין ווי שטארק די כח פון אויסלענדישע אמעריקאנער אידן קען זיין איז כדאי צו באטראכטן די צאל שטימען וואס זענען דארט אפגעגעבן געווארן אין פריערדיגע פארמעסטן.

אין 2008 זענען אפגעגעבן געווארן בלויז 23,000 שטימען, און אין 2016 איז עס גראדע שטארק ארויף אבער ס'איז נאך אלס געווען ביי אונטער 35,000 שטימען.

די צאל דעלעגאטן וואס זיי האבן איז 13, און הגם ס'איז בלויז 0.3% פון די סך הכל דעלעגאטן וואס ערוועלן דעם קאנדידאט, וועלן אבער די שטימען וואס קומען פון דארט ארויס זיין בערך 0.1% פון די סך הכל שטימען אין אמעריקע, דאס הייסט אז א שטימע אין יענע פארמעסט האט דריי מאל די כח ווי אין אלגעמיינע פארמעסטן אין אמעריקע.

לדוגמא, אין ניו יארק זענען דא 247 דעלעגאטן, אבער אין 2016 זענען געווען אפגעגעבן געווארן 1,970,900 שטימען, וואס קומט אויס 7,979 שטימען פער דעלעגאט, אין די גלאבאלע פריימערי זענען אפגעגעבן געווארן בלויז 34,570 שטימען, וואס קומט אויס 2,659 שטימען פער דעלעגאט, פונקט א דריטל!


טעכנישע אנווייזונגען פאר אמעריקאנער בירגער אין אויסלאנד וואס ווילן העלפן

יעצט אז מיר האבן שוין אויסגעשמועסט דעם געלעגנהייט וואס ס'איז דא, סיי צוליב די פריע פארמעסט, און סיי צוליב די קליינע צאל שטימען וואס ווערן אפגעגעבן, איז זיכער אז כלל ישראל אלוועלטליך וועט קומען צו הילף פאר אונזערע אידישע ברודער אין אמעריקע דורכ'ן שטימען אין די "גלאבאלע פרעזידענטליכע פריימערי".

דערפאר געבן מיר דא איבער די טעכנישע אנווייזונגען וויאזוי צו שטימען, און ווי מ'וועט זיך איבערצייגן איז עס גאר א גרינגע פראצעדור, פיל גרינגער ווי צו שטימען און סיי וועלכע אנדערע וואלן און קען דויערן אונטער פינף מינוט.

די ערשטע פראגע וואס אסאך וועלן זיכער פרעגן איז אויב מ'מוז זיין רעגיסטרירט צו שטימען פון פריער, און די תירוץ איז אז מ'מוז בכלל נישט האבן געווען אמאל רעגיסטרירט צו שטימען אלס דעמאקראט אדער בכלל.

צו שטימען אין די וואלן דארף מען:

    1. וואוינען אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן
    2. זיין אן אמעריקאנער בירגער
    3. זיין כאטש אכצן יאר אלט ביים קומענדיגן נאוועמבער דעם דריטן למספרם
    4. נאכנישט האבן געשטימט אין א פריימערי פאר פרעזידענט אין דעם יאר

פאר די גרינגסטע וועג צו שטימען טוט ווי פאלגענד:

    1. רעגיסטרירט אייך דא דורכ'ן געבן אייער אימעיל אדרעס, נאמען, אויסלענדישע אדרעס, סיטי און סטעיט וואו איר - אדער אייער קרוב - האט געוואוינט אין אמעריקע
    2. פילט אויס און שרייבט אונטער דעם בעלאט
    3. אימעילט עס צו [email protected] סיי ווען צווישן יעצט און 2:59 AM ניו יארקע צייט מוצאי פורים דפרזים הבעל"ט

אויב ווילט איר שיקן אייער בעלאט דורך די פאסט דאן טרעפט אין דעם דאקומענט די אדרעס וואו עס צו שיקן פון אייער לאנד, אויך קענט איר פעקסן אייער אויסגעפילטע בעלאט צו 1-202-217-4277 פון סיי וואו איבער די וועלט.

די צייטן און פלעצער וואו איר קענט שטימען אין פערזאן אין די היימישע געגנטער זענען ווי פאלגענד:

מאנטרעאל - דינסטאג תצוה ז' אדר (ולמספרם מערץ דעם דריטן) פון 5:00 ביז 9:00 ביינאכט
Hurleys Irish Pub, 1225 Crescent Street, Montreal, QC H3G 2B1

לאנדאן - דינסטאג תצוה ז' אדר (ולמספרם מערץ דעם דריטן) פון 2:00 נאכמיטאג ביז 9:00 ביינאכט
The Abbey Centre, 34 Great Smith St, London, SW1P 3BU

ירושלים - עש"ק תצוה י' אדר (ולמספרם מערץ דעם זעקסטן) פון 10:00 פארמיטאג ביז 2:00 נאכמיטאג
Mike's Place (שוק מחנה יהודה), 33 רחוב יפו, ירושלים


צום שלוס - די חובת השעה פאר'ן אלוועלטליכן יהדות הנאמנה

צום שלוס ווילן מער אנמערקן אז די דעמאקראטישע פארטיי האט געשטעלט א מינימום פון פופצן פראצענט וואס מ'מוז אנציען אין די וואלן צו בכלל באקומען עפעס דעלעגאטן, וואס אויב גייט מען אריבער דעם מינימום באקומט מען דעלעגאטן לויט וויפיל פראצענט פון די שטימען מ'האט באקומען פון אלע שטימען פאר קאנדידאטן וואס האבן דעם מינימום, און אויב מ'האט עס נישט פאלן די שטימען אוועק און מ'האט גארנישט דערפון.

מייק בלומבערג שטייט יעצט לויט די אנקעטעס ביי בערך אזא שטיצע, וואס דאס מיינט אז יעדע שטימע האט די פאטענציאל צו אויסמאכן אויב ער גייט באקומען לכל הפחות דריי דעלעגאטן ר"ל, אדער ער וועט בעזהשי"ת בכלל נישט באקומען קיין דעלעגאטן.

און פאר דעם צוועק איז בכלל נישט נוגע פאר וועלכע קאנדידאט איר שטימט, ווייל אייער עצם שטימע מאכט אז מ'זאל דארפן מער שטימען אנצוקומען צו פופצן פראצענט פון די סך הכל שטימען, און דאס גיבט אונז א שטארקע כח פון עטליכע דעלעגאטן אפשטעלן דעם בלומבערג נאך פאר ס'איז צו שפעט.

אבער אזויווי למעשה איז דאך דא א שאנס אז ער זאל יא אריינקומען שטערקער און באקומען די פופצן פראצענט מינימום און באקומען דעלעגאטן, וואלט געווען כדאי אז אונזערע שטימען זאלן גיין צו א קאנדידאט וואס גייט זיכער אדורכגיין די פופצן פראצענט מינימום, כדי אז ער זאל כאטש האבן א קלענערע פראצענט פון די גערעכנטע שטימען, דורכדעם וואס אונזערע שטימען וועלן נישט פארפאלן גיין.

לויט די יעצטיגע צושטאנד קוקט אויס אז די איינציגסטע קאנדידאט וואס וועט זיכער אנציען פופצן פראצענט אין דעם פארמעסט איז בערני סאנדערס, ע"כ וואלט געווען א גוטע עצה אז אונזערע שטימען זאלן גיין צו אים.

הגם ס'איז ידוע אז סאנדערס איז א שטארק לינקע קאנדידאט, איז אבער אויך אנגענומען אז ער וועט זיין א גאר שוואכע קאנדידאט קעגן דעם יעצטיגן פרעזידענט יר"ה וועלכער האט כידוע געטוהן אסאך טובות פאר אחב"י און איז א גרויסער אוהב ישראל, און דערפאר העלפט מען נאר צו דורכ'ן שטימען פאר דעם לינקן סאנדערס אז אמעריקע זאל אנהאלטן איר רעכטע כאראקטער בכלל, און אז אמעריקע זאל ווייטער האבן אן אוהב ישראל אלס פרעזידענט בפרט.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז אין דעם זכות וואס מיר אלע זארגן זיך און העלפן ארויס איינער צווייטן, זאל מיר זיך אלע טרעפן בקרוב אינאיינעם אין ירושלים עיה"ק און ס'זאל נאכאמאל מקוים ווערן דעם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשנאיהם בב"א.
-
נ. ב. אויב זענט איר א משמש אין א ביהמ"ד אדער אן עסקן (אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן) וואס איז גרייט צו אויסשפרייטן דעם חובת השעה אויף די ווענט אדער אויף די טישן פון די בתי מדרשים אין פארמאט פון א געדרוקטע פי. ד. עף. וואס האט די נויטיגע אינפארמאציע, קענט איר שיקן אן אימעיל צו [email protected] און מיר וועלן אייך שיקן די מאטריאל.

אויך קענט איר זיך פארבונדן מיט אונז אויף דעם אימעיל אדרעס פאר א שטים בעלאט אדער פאר סיי וועלכע הילף איר נויטיגט זיך נאר כדאי אפצוגעבן אייער שטימע, און מיר וועלן אייך פרובירן צו העלפן דאס בעסטע וואס מעגליך.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האלט טאקע אז איינמאל די פריימערי וועט אנקומען אין ניו יארק וועט דער היימישער עולם וואוטן פאר סאנדערס אין די מאסן אלעס בכדי אפצושטעלן בלומבערג.... ס'פאני סערנעריא.
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

זאג נאר וואס איז דיין אגענדע?
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

איך האב שוין לאנג נישט אזוי שטארק געלאכט, א מין פאני אשכול דאס.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

נעקסט קומט א מגבית פאר די הייליגע צוועק?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך וועל נאר דערמאנען אז טעכניש איז נאך מעגליך צו שטימען פאר יענג (ער האט נאר סוספענדירט זיין קאמפיין, נישט זיך ארויסגעצויגן, און איז נאך אויפן בעלאט)...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

חוץ ליצנות מאכן פונעם פותח האשכול האט שוין איינער אריינגעטראכט אין זיין נקודה?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

Yang2020 האט געשריבן:איך וועל נאר דערמאנען אז טעכניש איז נאך מעגליך צו שטימען פאר יענג (ער האט נאר סוספענדירט זיין קאמפיין, נישט זיך ארויסגעצויגן, און איז נאך אויפן בעלאט)...

אבער מיטן טעכניש וואוטן פאר יענג האסטו גארנישט געטוישט די מאפע צווישן די קאנדידאטן וואס זענען נאך אינעם פארמעסט.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

עס זעהט אויס ווי א איד וואס ליינט אלע צעטלעך אויפן שול וואנט, דורך און דורך, פון אנהויב ביזן סוף, גרויסע און קליינע אותיות, טיי אווענטס, קאמפיינס, קול קורא'ס, וכו' וכו'

איין טאג באשליסט ער אז ער קען שוין אליינס זיין א שרייבער, עפנט ער א ניק אויף אייוועלט, זעט ער אז די הייסטע נושא איז פאליטיקס, אקעי, קיין פראבלעם, העט מען שרייבן פאליטיקס......

געגעבן א שאקל ארויס אלע ווערטער וואס ער קען
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

פונעם'ס פותח לעצטע פאר שורות זאגט ער אפן ארויס זיין ציעל אז טרמפ זאל בלייבן אין אמט אבער למעשה האט ער א שטארקע נקודה
עס וואלט געוועהן אינטערעסאנט אויב עס ווערט א ערענסטע פארמעסט צו גיעווינען אויסלענדישע צו ביי די נעקסטע קאמפיין וועלן זיי לויפן. קאמפיינען אין מקסיקא קענעדע אדער לאנדן אפשר גאר אסטראליע
היימישע בליק
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 06, 2020 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע בליק »

די אמעריקאנער אידן קענען אויך טוהן פאר זיך אליינס, דורכ'ן אנרופן קרובים און באקאנטע און אויסלאנד וואס זענען מעגליך נישט אויפמערקזאם איבער זייער רעכט וואס זיי האבן אלס אמעריקאנער בירגער, און מיט די טובה וואס זיי טוען דערמיט פאר די אמעריקאנער איינוואוינער.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

גוט פאריקט האט געשריבן:פונעם'ס פותח לעצטע פאר שורות זאגט ער אפן ארויס זיין ציעל אז טרמפ זאל בלייבן אין אמט אבער למעשה האט ער א שטארקע נקודה
עס וואלט געוועהן אינטערעסאנט אויב עס ווערט א ערענסטע פארמעסט צו גיעווינען אויסלענדישע צו ביי די נעקסטע קאמפיין וועלן זיי לויפן. קאמפיינען אין מקסיקא קענעדע אדער לאנדן אפשר גאר אסטראליע

איך מיין אז ער מיינט צו שרייבען אז ער האפט אזוי, אדער אז דאס גייט לכאורה זיין.

מיי אפיניאן טראמפ גייט זיין פרעזידענט פאר (כאטש) נאך פיר יאר.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי א איד וואס ליינט אלע צעטלעך אויפן שול וואנט, דורך און דורך, פון אנהויב ביזן סוף, גרויסע און קליינע אותיות, טיי אווענטס, קאמפיינס, קול קורא'ס, וכו' וכו'

איין טאג באשליסט ער אז ער קען שוין אליינס זיין א שרייבער, עפנט ער א ניק אויף אייוועלט, זעט ער אז די הייסטע נושא איז פאליטיקס, אקעי, קיין פראבלעם, העט מען שרייבן פאליטיקס......

געגעבן א שאקל ארויס אלע ווערטער וואס ער קען

אביסל דרך ארץ פאר כלל ישראל2020...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שיעלע בהמה האט געשריבן:חוץ ליצנות מאכן פונעם פותח האשכול האט שוין איינער אריינגעטראכט אין זיין נקודה?

יא, אז ער טראמפ זאל ווערן פרעזידענט..


און ווי אויך אז ער האלט 13 דעלעגאטן גייען אויסמאכן...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:חוץ ליצנות מאכן פונעם פותח האשכול האט שוין איינער אריינגעטראכט אין זיין נקודה?

יא, אז ער טראמפ זאל ווערן פרעזידענט..


און ווי אויך אז ער האלט 13 דעלעגאטן גייען אויסמאכן...

אבער דאס פארשטייסטו אז במציאות גייט אדער בלומבערג אדער סענדערס זיין די דעמאקראטישע נאמיני, און אז ביידע זענען א סכנה פאר כלל ישראל,
ני זאגט ער דאך גוט, אוואדע זאל טראמפ געווינען!!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

דעם אשכול געבט א ציפ אין הארץ, פון דאס רעדן מיר דען? דאס איז אונזער לאנד? מיר זענען דאך אין גלות? מיר בעטן "ומפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"
בילד
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

וואס טוט זיך האט געשריבן:סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?

Bloomberg is anti religious Jews
Sanders would be the best president for Jewish People in general
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

וואס טוט זיך האט געשריבן:סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?

יא, פאר אידן.

סיי צוליב זיין האס אויף פרומע אידן, כידוע. און סיי צוליב אנטי סעמיטיזם וואס קען חלילה זיין א רעזולטאט פון האבן פון א אידישן פרעזידענט.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

וואס טוט זיך האט געשריבן:סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?

בשיטה וואלטן ווען די לינקע און דעמאקראטן געדארף זיין בעסער פאר יודן אלס מינאריטעטן, אבער אין פאקט זענען אלע גזירות קעגן חרידישע יודן ווי גזירת החינוך נארישע געזעצן ועוד. געקומען פון די דעמאקראטן.
זייער היינטיגע שיטה איז צו קאנטראלירן די מענטשהייט אויף יעדן טריט און שריט VS די רעפאבליקענס מיינד יאר אן ביזנעס....
ופאום קאפס, שאפינג בעגס, קאליר סאדע וכו' וכו' יוכיח
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?

בשיטה וואלטן ווען די לינקע און דעמאקראטן געדארף זיין בעסער פאר יודן אלס מינאריטעטן, אבער אין פאקט זענען אלע גזירות קעגן חרידישע יודן ווי גזירת החינוך נארישע געזעצן ועוד. געקומען פון די דעמאקראטן.
זייער היינטיגע שיטה איז צו קאנטראלירן די מענטשהייט אויף יעדן טריט און שריט VS די רעפאבליקענס מיינד יאר אן ביזנעס....
ופאום קאפס, שאפינג בעגס, קאליר סאדע וכו' וכו' יוכיח

גארנישט קיין איפכא מסתברא, זאגסט דאך גראד...
אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין סאנדערס »

פיינע נייעס, #כללישראל2020
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס
אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין סאנדערס »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:סענדערס איז א סכנה פאר אמעריקע בכלל נישט אידן בפרט.


בלומבערג א סכנה? וואס עפעס?

בשיטה וואלטן ווען די לינקע און דעמאקראטן געדארף זיין בעסער פאר יודן אלס מינאריטעטן, אבער אין פאקט זענען אלע גזירות קעגן חרידישע יודן ווי גזירת החינוך נארישע געזעצן ועוד. געקומען פון די דעמאקראטן.
זייער היינטיגע שיטה איז צו קאנטראלירן די מענטשהייט אויף יעדן טריט און שריט VS די רעפאבליקענס מיינד יאר אן ביזנעס....
ופאום קאפס, שאפינג בעגס, קאליר סאדע וכו' וכו' יוכיח


נארישע געזעצן, פאום קאפס, שאפינג בעגס, קאליר סאדע פארשטיי איך בכלל נישט די גזירה קעגן אידן, אבער וועלכע גזירת החינוך קומט פון לינקע?
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

פומפדותא האט געשריבן:דעם אשכול געבט א ציפ אין הארץ, פון דאס רעדן מיר דען? דאס איז אונזער לאנד? מיר זענען דאך אין גלות? מיר בעטן "ומפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

סיז מסודר האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:דעם אשכול געבט א ציפ אין הארץ, פון דאס רעדן מיר דען? דאס איז אונזער לאנד? מיר זענען דאך אין גלות? מיר בעטן "ומפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"

מען בעט אויך ותטה לב המלכות עלינו לטובה. און מען מעג טוען די השתדלות
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”