guar האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס טאקע איז נישטא קיין געזעץ וויפיל א קאנדידאט מעג אריין לייגן פון זיין אייגענע פארמעגען
סאיז דאך באמת נישט קיין יושר, אז אזא ביליאנער ווי בלומבערג זאל אים אנקומען גרינגער ווי אנדערער קאנדידאטן, און די צייט וואס אנדערע קאנדידאטן דארפן זיין אויסגערעכנעט מיט זייערע עדס לויט וויפיל זייער קאמפיין קאסע פארמאגט, קען ער ווארפן און מיסט וויפיל עס לאזט זיך נאר אן קיין חשבון,
אפילו די גאנצע קאמפיין פינאנץ געזעץ איז נאר כדי די קאנדידאט זאל נישט האבן קיין אינפלואענס פון קיינעם, און דא האט ער טאקע נישט קיין אינפלאענס פון קיינעם און ער טוט זיך טאקע אויף דערמיט, אבער לאידך גיסא איז דאס א הימל שרייענדע עוולה, יעדער ווייסט גאנץ קלאר אז ער קויפט די עלעקשאנס, דאס מיינט אז זיין געלט מאכט אים ארבעטען, סאיז קיין ספק פאר קיינעם אז זיין שטייגן און די פאולס האט נישט מיט זיין פערסאנאלעטי, ער איז א טריקענער מענטש אן א חן, א שרעקליכער אויפגעריסענער בעל גאווה, קיין כאריזמא, שלעכטע רעקארדס, א רעסיסט, טוישט כסדר זיין פארטיי לויט ווי עס לוינט זיך אים און ניו יארק איז ער געווען א ריפאבליקן יעצט איז ער א דעמאקראט, גיב מי עי ברעק פליז, דער האט נישט קיין שיטה, איין שיטה וואס ער האט איז איך איך איך, וכו וכו,
במילא איז קלאר ווי די טאג אז די געלט מאכט עס פאר אים, ער ספענד שווערע מיליאנען פאר כל מיני עדס טי וי שויס וכו אז מענטשען זעהן טאג און נאכט ווי זיי גייען נאר בולמבערג בלומבערג בלומבערג, און דערנאך שמירט ווי מען דארף פאר אינדארסמענטס, און ווי גייט דאס ווערטל מאני טאקס, אבער נאך ווי,
איז דאס יושר?????
האבן טאקע די "פאנדינג פאדערס" געהאלטן אז אזאנע עלעקשאנס הייסט בצדק וביושר פאר וואס הערט מען נישט פון קיינעם??
ווי איז שומער? פעלאסי? און אלע אזוי גערופענע קארפן קעפ
Freedom of speech