שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

שמארטיקל האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:אה, ער זאגט אז ער גייט ענטפערן אויף פראגעס פון זשורנאליסטן.

וויזוי ביסטו אריין? האסט דעם פארשטעלט פאר א פרוי???



גילוי :oops:
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר. דער קעניג וועט איר קיינמאל נישט נעמען, זי האט עפעס א מאדנע גרינע פנים, ס'וועט איהם נישט געפעלן. נישטא וואס צו זארגן.
אגב, אויב מעג איך נאך מאכן א קאמענט איבער דעם פריערדיגן געזעץ אז די פרוי דארף זיך צושטעלן צום מאן. איך מוז זאגן אז ביז יעצט האב איך נאך עפעס געהאלטן פון דעם קעניג, אבער זינט דער נארישע געזעץ איז ארויס איז ער געווארן ביי מיר א טאטאלע משוגענער. מיט וועם איך רעד זאגט דער זעלבע זאך. באלד וועט ער נאך ארויסגעבן א געזעץ אז מען מוז עסן ווען מען איז הונגעריג, און גיין שלאפן ווען מען איז מיד... מען קען זיך שוין מער נישט רעכענן מיט זיינס א ווארט, און זיינע געזעצן און בריוון פון היינט און ווייטער זענען כקליפת השום.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אחשורש גייט אוועק.

ער שיקט אהיים אפאר פקידים און נעמט אויף נייע.

כ'בין שנעל אנטלאפן פון די סצענע בעפאר ער הייסט מיר ווערן א פקיד...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הגי נאך אלץ אויף זיין אמט
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג פעברואר 18, 2020 3:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פעיק נוז האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איינער זאגט מיר ער האט יעצט אַריבער געוואקט דעם גרינעם הויף, @כאניש איז געבליבן שלאָפן דארט!! איינער קען איהם גיין וועקן? ער האט דאך א טאכטער אינדערהיים געוואלד און געשריגן

שמארטי, ווילסט קומען אים אויפוועקן, אונז געדענקען דאך וואו ער איז געזיצן דארט צוזאמען מיט אונז ביי די סעודה.

קום לאמיר גיין.

איך קען נישט יעצט גיין, מיין בעה׳׳ב לאזט מיך נישט ארויס פון אפיס. כ׳קען גיין ביינאכט מיט דיר
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אויב רעדט מען פון די גרינע הדסה, איז נישטא קיין שאנסן אז מ'זאל איר נעמען בכלל. זי איז שוין פערציג יאר, און לויט אנדערע גאר אכציג...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שמארטי, איך ווארט נישט אויף דיר, איך גיי!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פעיק נוז האט געשריבן:הגי נאך אלץ אויף זיין אמט

דערווייל.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איך בין נישט דאהי געווען א שטיק צייט, לאזט מיר נאר פרעגן עפעס איבער אן אלטע נייעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט הינגעריכטעט ושתי, כ'האב נישט געהערט איינער זאל דאס רעקאמענדירן ביים פרעסע קאנפערענץ, מ'האט נאר גערעדט אז זי קען מער נישט זיין מלכה.

נאכדעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ממוכן דרייט זיך נאך צווישן די לעבעדיגע, ער'דאך שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע דא.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פעיק נוז האט געשריבן:שמארטי, איך ווארט נישט אויף דיר, איך גיי!

אקעי לאז וויסן וואס טוט זיך דארט מיט איהם
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

שפיגליצקי האט געשריבן:איך בין נישט דאהי געווען א שטיק צייט, לאזט מיר נאר פרעגן עפעס איבער אן אלטע נייעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט הינגעריכטעט ושתי, כ'האב נישט געהערט איינער זאל דאס רעקאמענדירן ביים פרעסע קאנפערענץ, מ'האט נאר גערעדט אז זי קען מער נישט זיין מלכה.

נאכדעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ממוכן דרייט זיך נאך צווישן די לעבעדיגע, ער'דאך שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע דא.


ממוכן איז פלוצלינג שטיל געווארן, כ'בין עפעס זייער נישט רואיג דערמיט. מ'זאגט אז ער בלאזט אויפן קעניג פארן נישט נעמען איינע פון זיינע צענדליגע טעכטער.

געליינט ערגעץ אז ווען ער איז אנגעקומען אהיים נאך די נייע געזעץ אז די מאן איז בעה"ב אין שטוב וואס ער האט געמאכט, האט אים זיין קלאפטע זרש אנגעהאקט די ביינער, און ער איז יעצט אין שפיטאל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער קעניג בלאזט שוין לאנג אויף אים בכלל, פאר'ן אים אנדרייען צו הרג'ענען ושתי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?

נאמען פאר תהילים?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

איך שפיר איך מוז אריינהאקן און ארויסברענגן א ווארט איבער די שיינקייט פון כלל ישראל. מען האלט שוין נאך די גרויסע סעודה, יא, אין הכי נמי א גרויסע עולם האט זיך טאקע ערלויבט צו משתתף זיין, אבער מיט וועם מען רעדט נאר זאגט די זעלבע ווערטער אז זיי האבן נאר אהערגעשטעלט א פנים כאילו ער האט הנאה, ווייל מען האט מורא געהאט פונעם קעניג. טייל האבן זיך אפילו געמאכט שיכור און זיך נאריש געמאכט, אבער קיינער האט נישט באמת הנאה געהאט. אדרבה, זיי זאגן אז אין הארץ האבן זיי ביטער געווייטאגט און האבן געטראפט בלוט יעדע סעקונדע וואס זיי זענען דארט געווען. בית ישראל ויהודה עד רד עם אל ועם קדושים נאמן!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

וואס דא גייט נישט פאר....

ביים אריינגאנג צום שטאט האבן זיך אראפגעשטעלט א באנדע יהודיים מיט ריזיגע כרוזים פון 'אין אנו מתייצבים' 'גיוס בנות יהרג ואל יעבור' זיי האבן זיך באזעצט אויף די הויפט שאסיי וואס פארבינדט שושן מיט שושן הבירה און האלטן זיך נישט ביים רירן פון דארט, די רמכים בני האחשתרנים פארסעס האבן יעצט אהינגעשיקט פערד רייטער מיט וועגענער אנגעפילט מיט בואש וואסער (וואס ווערט מאניפעקטשערט ביי ממוכן'ס טאכטערס פעקטארי) צו פארשיקן די מוחים, דערווייל קוקט נישט אויס ווי ס'ארבעט, די מוחים רירן זיך נישט פון פלאץ.

ווער ס'האט בילדער אדער קליפס ביטע אפדעיטן
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

דריידל האט געשריבן:נאמען פאר תהילים?


קיין סיבה צו זאגן תהלים. זי איז שוין דריי יאר נישט געווען אין פאבליק, זינט די טאג וואס אחשורש זוכט א קעניגן. קיינער ווייסט נישט פון איר עקזיסטענץ.

טאקע בעסער ווי ווייניגער צו רעדן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

פעיק נוז האט געשריבן:דער קעניג בלאזט שוין לאנג אויף אים בכלל, פאר'ן אים אנדרייען צו הרג'ענען ושתי.

פעיק נוז! ס'הייבט זיך נישט אן, כ'האב אינטערנעל אינפא אז דער קעניג גייט משוגע פאר אים.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

למעשה זעהט אויס אז די וואס האבן געטענה'ט אז די מלך פירט זיך אויף נאריש זענען געווען גערעכט.

ווען די קעניג האט געמאכט די גרויסע באנקעטן פאר די אלע שרי המדינות בעת וואס די עולם דא אין שושן זענען נישט געווען געלדאנעט, עס שטעלט זיך אויס אז עס איז געווען א מיאוסע טעות. די עולם דא אין שושן האט פארלוירן די סימפאטיע צונעם.

און נאכדעצו מיט די נארישע געזעץ פון להיות כל איש שורר בביתו, איז ער דאך ממש געווארן ללעג ולקלס, מיין נעיבער (א פשוט'ע שניידער) האט אזוי געלאכט פון דעם "אחשורש וואס קען זיך קומען לערנען ביי מיר ווי אזוי צו פירן א שטוב, ער פירט גאר 127 מדינות???"

די עולם רעדט פון עם ווי די אלטע בחור\גרוש פון שטאט וואס קיינער וויל נישט שטיין אין ווארט מיט עם.

יעצט ווען ער זוכט א שידוךבאהאלט די עולם די טעכטער. ווער האט געגלייבט אז אחשורש די קעניג וועט זיך בעטן ביי יעדן גאסן מויד...

די רעספעקט פאר די כסא המלוכה איז אינגאנצן פארלוירן געווארן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נאמען פאר תהילים?


קיין סיבה צו זאגן תהלים. זי איז שוין דריי יאר נישט געווען אין פאבליק, זינט די טאג וואס אחשורש זוכט א קעניגן. קיינער ווייסט נישט פון איר עקזיסטענץ.

טאקע בעסער ווי ווייניגער צו רעדן.

א פרישע יאסעלע שוכמאכר פרשה.
זשאנדארן דרייען זיך ארום אין די גאסן שרייענדיג איפה אסתר'ל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

די גרויסע פלוס פון פרויען האט נאכגעלאזט די לעצטע פאר חדשים.

אחשורש ווערט אגרעסיוו.
לעצט פארראכטן דורך מיט א פרישקייט אום דינסטאג פעברואר 18, 2020 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמארטיקל האט געשריבן:ביטע שרייבט נישט אין דעם אשכול איידער'ן לייענען די תקנות.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שפיגליצקי האט געשריבן:איך בין נישט דאהי געווען א שטיק צייט, לאזט מיר נאר פרעגן עפעס איבער אן אלטע נייעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט הינגעריכטעט ושתי, כ'האב נישט געהערט איינער זאל דאס רעקאמענדירן ביים פרעסע קאנפערענץ, מ'האט נאר גערעדט אז זי קען מער נישט זיין מלכה.

נאכדעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ממוכן דרייט זיך נאך צווישן די לעבעדיגע, ער'דאך שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע דא.

דער ממוכן איז אזא דיק טשעיני סטייל, אונטער די קוליסן פירט ער די גאנצע מלוכה, דער קעניג קען זיך נישט באגיין אן אים.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

אלערט
הערטס אויף צו רעדן דא וועגען די יודעשע טאכטער דאס איז א פאבליק פארום אין זייער מעגליך אז ס'דרייען זיך דא רעגירונגס באמטע
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אנטשולדיגט איך קום יעצט פון גליל, איך קען אפשר וויסן וואס איז די לופט אזוי געדעכט דא? וואס די שפאנונג וואס מען זעט דא? וואס זענען די אלע קופקעס דא אויף די גאסן?
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג פעברואר 18, 2020 4:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”