די אומזינסטע אויסגאבעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

די אומזינסטע אויסגאבעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

עס גייט שוין אן אפאר יאר וואס די קינדער און שטוב ברענגן מיר אהיים פון די אומזינסטע אויסגאבעס. מיט אפאר חדשים צוריק איז מיר ב"ה אויסגעקומען צו מאכן אן עק דערצו!
אזוי שמועסנדיג לעצטנס מיט חברים, האב איך שוין געהערט פון נאך אנדערע וואס טוען די זעלבע, יעדער איינער פאר זיין סיבה.
דעריבער וועל איך דאס מיטצוטיילן מיט אנדערע, און פאר די וואס זענען שטארק און האבן אביסל די כח המעצור (און האבן א ווארט אין שטוב...), זאלן אליין אפמאכן אויב זיי ווילן דאס נאכטון.
[איך ווייס אז עס איז אויך דא אן אנדערע צד. דעריבער אויב ביסטו נישט גענוג שטארק דיך איינצוהאלטן, קענסטו זיך מחולק זיין....].


1.
[b]עס קאסט פשוט
אסאך געלט:[/b]
יעדער מענטש ווייסט זיינע זאכן וואס ער דארף האבן פאר זיך אין שטוב. עסן און קליידונג, אא"וו. די זעלבע איז ווען מען גייט אריין און גראסערי איינקויפן, ווייסט מען שוין בדרך כלל פאר דעם וואס מען דארף, יעדער איינער לפי השגתו וכו'.
יעדער ווייסט אויך וואס עס געשענט ווען מען קומט אריין אין געשעפט און מען זעהט די "ספעשעל'ס" עס קאסט פשוט נאך געלט וואס מען וואלט קיינמאל נישט געצאלט, (איך ווייס אז דו טראכסט יעצט, נע, נישט פון מיך רעדט ער...), יעדע גראסערי ווייסט דאס, אז די אייטעם וואס מען לייגט ארויס דארף מען אנגרייטן גענוג און נאך פארן עולם זיך צו שפארן אביסל געלט לכבוד שבת.
יעצט לאמיר צוריקקומען לענינינו, ווען מען קוקט נישט די אומזינסטע אויסגאבעס, פארט די וועלט זייער געשמאק, מען גייט יעדע וואכן מאכן די גראסערי ארדער, איינקויפן קליידונג ווען מען דארף עס, וכו' וכו'. ווען מען זעהט אבער די ספעשעלס, דאן ווערט מען געוואויר פון זייער אסאך נייע זאכן וואס מען "דארף האבן"!

2.
צופרידענע לעבן:

צופרידענהייט אין לעבן, זאגן אונז חז"ל "איזהו עשיר השמח בחלקו",
מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם, אז ווען מען לייענט דאס אדורך מיט אזויפיל גוטע זאכן וועס מען קען זיך איינקויפן ממש פאר פריטות... אז דאס געבט נישט קיין איבעריגע סיפוק אין לעבן. נאר פארקערט!

3.
נארישע אד'ס:

כאטשיג רוב מענטשן וועלכע געבן ארויס די אויסגאבעס, ווי אויך די וואס מאכן די גראפיקס פאר די געשעפטן און קאמפיינ'ס, זענען באמת נערמאלע ערוואקסענע מענטשן, וועלכע האבן אפילו שיעורי תורה.
די פראבלעם איז אבער די גרויסע "קאמפעטישען" וועלכע קומט פאר, דעריבער כדי איבערצושטייגן איינער דעם צווייטן, דארף מען אלס טרעכטן מער משוגע כדי צו כאפן די אויג פון מענטשן... און אויב האט שוין איינער געמאכט דעם געדאנק, דאן דארף מען אויפקומען מיט עפעס נאכמער משוגע, ודי.
און היות די קאמפעטישען ביי די אויסגאבעס איז אויך גרויס, דעריבער האט קיין איינער נישט די שטארקייט צו זאגן פאר א אד "ניין" איך נעם עס נישט, וויבאלד אויב מיין קאמפעטישען נעמט עס, דארף איך עס אויך נעמן - און נישט דערלייגען געלט... דעריבער איז אויסגעקומען אז אפילו די היימישע אויסגאבעס, אלע אומזינסטע, דער איד און דער בלאט, וכו' וכו' וכו' וכו', לייגן אריין די אלע משוגענע אד'ס, און אזוי אויך פון קאמזיץ וכו' וכו'.
נו, אויב עס זיצן מארקעטערס און טראכטן ווי משוגע מען קען מאכן דעם אד, און צום סוף טרעפט מען זיך מיט א גאנצע ביכל אנגעפילט מיט בלויז משוגענע אד'ס איינס מער פונעם צווייטן. האב איך מיר אויסגעקליבן דאס נישט צו קוקן, און אויך נישט מיין משפחה. פשוט איך וויל בלייבן מיט נערמאלע שכל הישר, און נישט ווערן פאדרייט.
---------

איך ווייס אז אנפאנג איז עס אביסל שווער, אבער נאך א שטיק צייט איז עס ממש א מחיה, מען שפירט אז מען איז אין א נייע לעבן!
ווען מען זעהט עס שוין יא אמאל אמאל, כאפט מען זיך וואס מען שפארט זיך, און ווי עקעלדיג דאס איז.

הצלחה וברכה!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זייער גערעכט!
אבער באמת, די איינציגסטע נארמאלע סיבה פארוואס די ב"ב טענה'עט אז מען דארף דאס יא האבן איז צו קענען זעהן וואו עס איז דא אויף ביליג קליידער וכדומה, נו וויאזוי געבט מען זיך א עצה מיט דעם?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

רבונו של עולם! אין וואסערע זאכן מענטשן טרעפן אלץ שרעקליכע פירצות :shock:
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

איך ווייס נישט ווער עס האט דא געזעהן עפעס בנוגע פירצות.

געשריבען אן עצה טובה בלויז פאר ווער עס וויל דאס אויספראבירן. (און שפארן געלט).
און פאר ווער עס איז א באזעסענע מענטש, ודי.

א שאד אז ווען מען רעדט ארום בנוגע זיך צו האלטן נערמאל, קוקן 'געוויסע' מענטשן אן, אז מען רעדט פון א פירצה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'ווייס נישט וועגן באזעסענע מענטשן,
אבער איינע פון די סארט באזעסענע מענטשן - וועלן יא ארייננעמען די אויסגאבעס, און נישט אויסגעבן איין פעני מער ווי געפלאנט.
אה, יא, און זיך שפארן דא-דארט ווען מ'זעט אויף סעיל עפעס וואס מ'האט שוין געווארט עס צו קויפן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קיין איינס פון די דריי איז די פראבלעם נישט דא און אזוי אויך די סעלושן נישט דא, אויב האסטו א פראבלעם דארף מען אפיר זיכן דעם מקור און דארט טרעפן דעם סעלושן און אויב נישט וועסטו היינט ארויס ווארפן די פרייע מאגאזין, מארגן אויפהערן הערן קול מבשר, נישט לאזן דיין קינד קוקן אויף די רעכטע זייט פון די סטעפס, נישט לאזן רעדן מיט קינדער וואס זיי ברענגען אריין אין שטוב מאגאזינס, און ביים סוף פארקנאקן דיין טיר און נישט אריינלאזן קיין שום זאך, ועד נישט ארויסלאזן קיין איין זאך.


דו זאגסט א פוינט כללתדיג אז די מאגאזינס האבן פראבלעימען, יתכן און אזוי ווי יעדע זאך אויף אונזער וועלט, הגה עצמך אז דו ביסט דא אויף איי וועלט און דו אלע דריי פראבלעמען קענסטו דא אויך טרעפן, און נאכאלטס שרייבסטו דא.

עס קאסט אסאך געלט.
איך האב נישט געקענט מחליט זיין צו זי מאכט די ארדערס ביי דיר אינדערהיים, אדער דו כאפסט פשוט נישט ווי גוט די גרעסערי ארבעט אויף דיר.
סעילס האסטו אין גראסערי אין לייו סינערי, און אויב ווען דו קוקסט די עד אז 12 טונא קענס קענסטו באקומען פאר $10 ווערסטו הונגעריג, קען איך מיר פארשטעלן ווי אזוי זעהט אויס ווען דו וואקסט אריבער אין בעק פון די הייל און די טונא קענס שמייכלען צו דיר אין לייוו.
סעילס איז א פלאץ ווי מדארף זיך אויסלערנען ניצן שכל.
יא איך האב געקויפט 6 טונא קענס ווען סגעווען אויף סעיל, איך קויף עני וועי יעדן וואך צוויי, איך גיי עני וועי דארפן, און אויב נעם איך נישט יעצט וועט די סטאר עס האלטן פאר מיר ביז נעקסטע וואך, סא פארוואס זאל איך נישט קויפן. 
ווען איך גיי אריין אין גראסערי, און די זעלבע ווען איך קוק די מאגאזין, קוק איך לכתחילה די סעילס,
קעטשאפ מעיאנעז, טונא, אויל וכו וכו ווען סאיז אויף סעיל לייגט מען אריין אין וואגן, און ניין איך האב מיר נאכנישט געטראפן אז איין טאג איז מיין שאפע אנגעפאקט מיט קעטשאפ, און אויך נישט אז מעסט מער קעטשאפ יעצט, ווען איך ווייס אז סאיז פול קויף איך נישט.

מצד שני יא דא א מעלה פון די מאגאזינס, נישט אז אויב זעה איך א סעיל גיי איך קויפן, נאר מיין ווייב ווייסט שוין אז די שיך סטאר מאכט יעדן יאר א סעיל און זי קויפט דעמאלטס די שיך, זיכט זי אינעם מאגאזין ווען וועט זיין די סעיל, די זעלבע מיט קליידער וכל הדומה.

בקיצור איז אויב ביסטו א מענטש וואס זעהן סעיסל נעמט דיר איבער און דו רעדסט דיר איין אז מיטן ארויסווארפן דעם מאגאזין גייט עס סטאפן, האסטו א ביטערן טעות, נישט די פראבלעים שטעקט דא און נישט די סעלושן איז דא ביי דעם, סליגט גאר אין א אנדער פלאץ: הייב דו אן מאכן די גראסערי ארדער אדער לערן אויס דיין ווייב זאל זיך האלטן אין קאנטראל.

צופרידנהייט
כמעשהו בראשונה כך בשניה, דיין טעות איז אז דיין אומצופרידנהייט קומט פון דא, לא מיניה ולא מקצתיה. אויב ווען דו זעהסט א עד אז טויזנטער אינגעלייט מאכן שיין פרנסה פון ריעל איסטעיט קארסעס ווערסטו אוםצופרידן, און א וואך שפעטער ווען דו זעהסט אז טויזנטער אינגעלייט זענען סוקסעפולע ביזנעסלייט און מאכן שיין פרנסה פון די גרעפיק קורסעס ווערסו דעפרעסט, און די דריטע וואך ווען נאך טויזנטער מאכן פרנסה פון ריעל איסטעיט אדער עמעזאן ביסטו אינגאנצן נישט דא ווייל דו ווייסט נישט פארוואס ביסטו נישט דארט. דארפסו נישט אויפהערן ליינען די עדס, דו דארפסט פשוט אנהייבן ליינען צויישן די שורות.
ווען איך זעה א עד אז הונדערטער האבן א סוקסעפולן לעבן נאכן גיין צו די קאנפידענטס שיעורים, און דערנאך הונדערטער וואס גייען צו שלום בית שיעורים און צום דריט וואך הונדערטער וואס גייען צו טיפע שיעורים צו פארשטיין תורת נפש, ווייס איך אז סאיז דא 100 אינגעלייט וואס האבן נישט קיין נאכט כולל, זיי גייען יעדן וואך צו א נייע שיעור, און ניין נישט ווייל די ערשטע שיעור האט זיי געשטעלט אויף די פיס נאר דיקא ווייל נישט.
ווען איך זעה די טויזנטער וואס האבן פרנסה, ליין איך 1000 אינגעלייט טוישן דזשאבס יעדן טאג. איך קעון נאר נישט כאפן פארוואס לאזן זיי אפ אזעלכע גוטע פרנסה אנגעלעגנהייטן. אתמהה?!

דיין פראבלעם דא איז מער אז דו נעמסט צו הערנסט א עד, דו זעהסט א שיינע קאטש און העכער דעם א מעסעדש וואס בין הדברים איז אז "יעדער" האט א קאוטש אינדערהיים, ווארף נישט ארויס דעם מאגאזין סוועט דיר ווייניג העלפן מיט דיין פראבלעים, ענדערש לערן דיר אויס אז ווען ער זאגט אז יעדער האט אינדערהיים ווייסט ער אז סאיז נישט אמת ווייל ווען יעדער האט וואלט ער דאך נישט אדווערטייזט ווייל קיינער וועט דאך נישט קומען קויפן
די דריטע פראבלעם וויל איך נישט אריינרעדן איך האלט נישט אז ס'איז דא אסעלושן דא און איך האלט נישט אז די פראבלעם איז אזוי גרויס

בקיצור איז אז אויב פילסטו ביי דיר אז סהאט צוגעגעבן שמחת החיים זייער גוט, אבער איך מיין צו זאגן אז "דאס" גייט טוישן ביי יעדן איינעם, לדעתי נישט אמת. ועוד די האסט נישט געפיקסט דעם שורש הפראבלעם און דו וועסט עס טרעפן נעקסטע וואך פון די אנדער זייט.

אויב ווילסטו יא פיקסטן בשורש הדברים:
זיי קלוג און שארף, אבער מאך זיכער סאיז דא די ריכטיגע באלאנס (און נישט מיט קיין קורסעס...)

[איך ווייס אז עס איז אויך דא אן אנדערע צד. דעריבער אויב ביסטו נישט גענוג שטארק דיך איינצוהאלטן, קענסטו זיך מחולק זיין....].

איך ליין דא, איך ווייס גוט גוט אז סאיז דא א צווייטע צד איך גיי נישט קענען אפפרעגן די צווייטע צד, לאמיר מאכן יענעם אומבאקוועם. און אזוי ווען ער וועט זאגן זיין צווייטע צצד וועל איך דאך זיין דער חכם עדיף: איך האב דאך געשריבן קלאר אויב קענסט זיך נישט איינהאלטן...(אנטשולדיגט פארן פאר'הרגענען)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

בנוגע צו ספעשעלס קאסטן מער געלט פארן מענטש.
איך ווייס אז 'דו' ביסט גאר שטארק דערין, דו ביסט 'שטערקער' פון יעדעם.
די "מציאות הדברים" איז אבער פארקערט, "דברים פשוטים וידועים ממש".
און דאס איז דאך אויך די ארבעט פון די מארקעטערס, מסביר זיין פאר יענעמס מח אז ער דארף עס 'באמת האבן' וכו', ודי.

בנוגע צופרידענהייט.

דו קענסטו נישט די מענטשן פון תש"פ, "דברים פשוטים וידועים ממש", ודי.

בנוגע די נארישע אד'ס,
בכלל נישט גערעדט פון זיך אויספלאגן פון די וועלט, און נישט קוקן מער אויף קיין שום אד, "דברים פשוטים וידועים ממש", ודי.

סיום מעין הפתיחה,

איך האב דאס פשוט געשירבן וויבאלד איך האב דאס לעצטנעס געהערט פון נאך מענטשן,
און דאס איז נאר פאר ווער עס איז שטארק, ודי ודי.

עד כאן אומרים בשבת הגדול.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

און וואס איז מיט די ארטיקלען וואס ווערן געשריבן דארט ביי -מעגליך- מענטשן וואס דו וואלסט נישט געלאזט דיינע קינדער שטיין אויף די זעלבע גאס ווי זיי? קיינער ווייסט נישט ווער ס'שטייט אונטער די אלע אויסגאבעס. און גראדע אויף איין נייערע ענגלישע פרייע אויסגאבע האב איך געהערט א גרויסע לשון הרע איבער די ארויסגעבער.

אז מ'ליינט אן אויסגאבע וועכנטליך, באקומט מען בעל כרחך די השקפות פונעם שרייבער. פאקט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שארף און קליג האט געשריבן: "דברים פשוטים וידועים ממש"

דברים פשוטים וידועים, א גרינגע וועג ארויס אנשטאט צו פעיסן די פאקטן 

קיינער זאגט נישט אז מארקעטינג ארבעט נישט אויף אונז אבער נישט די ארויסווארפן די מאגאזין גייט עס פיקסן, אויב קענסטו זיך נישט קאנטראלירן גייט דיר גארנישט העלפן ארויס נעמען א מאגזין פון דערהיים, ווייל אין גראסערי איז עס לייף.

אויב ווילסטו אויסמיידן לערן זיך זיין שטארק ביי דיר,
אויב קאנסטו נישט ווייס איך נישט וויפל וועט העלפן דיין עצה, אויב סוועט בכלל עפעס העלפן.

צופרידנהייט, די זעלבע זאך נישט דא ליגט די פראבלעים און ממילא נישט דאס וועט זיין די סעלושן.

אויב תש״פ מענטשן זענען אומציפרידן (א זאך וואס איך דיסעגרי) וועט ארויס ווארפן די מאגאזין איהם מאכן נאר ווייניגער צופרידן. 
אויסער דעם וואס ער האט נישט די אלע זאכן קומט צו נאך א זאך וואס ער האט נישט: ער קען נישט ליינען א מאגאזין.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יאנואר 28, 2020 11:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שפע רב האט געשריבן:אז מ'ליינט אן אויסגאבע וועכנטליך, באקומט מען בעל כרחך די השקפות פונעם שרייבער. פאקט.

יתכן אז דו דארפסט איבערטשעקן דיין פאליסי איבער שרייבן און ליינען דא אויף אייוועלט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

די בעסטע עצה בדוק ומנוסה...
זיך קיפן אזוי ביזי, אז מ'זאל פשוט נישט האבן קיין צייט צו קיין אומזיסטע אויסגאבעס....
די עצה ארבעט פאר נאך אסאך ענליכע פראבלעמען, אבער דא איז עס אויך נוגע...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

איך עגרי אויך אז ס'שעדליך (נישט צוליב די געלט סיבות, נאר צוליב די רוחניות'דיגע פראגע) און עכ"ז קען איך מיך נישט איינהאלטן פון עס אריינברענגען..., איך מיין אז די סעלושן איז א הכשר. (קען זיין דרגות... אונז ליינען נישט די... ווייל ס'האט... הכשר און די הכשר איז א שוואכע... ס'לאזט אדורך... : ))
די אויסגאבעס האבן אויך עדווערטייזמענט וואס שאדט פאר מענער אויך (נישט נאר נשים און קינדער) למשל עדס פון בגדי נשים וואס איז אסור צו באטראכטן ע"פ הלכה און נאך (בילדער וואס פאלן אריין) למשל די שם הויה איז די וואך געגאנגען 15,000 מאל אין מיסט.. ווייל די קאמיאנעטי קענעקשאנס האט נישט גוט איבערגעקוקט די בילדער ה"י

אגב איך ווייס פון איין געוויסע אויסגאבע וואס געט טאקע אכטונג און לייגט נישט אריין קיין בגדי נשים
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

גרויסע מענטשן-גרויסע דאגות
קליינע מענטשן-קליינע דאגות
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

ניס קראכער האט געשריבן:גרויסע מענטשן-גרויסע דאגות
קליינע מענטשן-קליינע דאגות

;l;p-
אגב: וואס זענען דיינע קליינע דאגות? :lol: :lol: :lol:
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”