דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כא'ניש צופיל וואס צו מוסיף זיין אויף די ווערטער פון "לעמעלע", אבער פרעג איך דיר, איז דא איינער וואס פארשטייט נישט די ווערטער פון "לאמיר טאנצן ביזן אור החמה", אזוי ווי רוב ניגונים וואס קומט ארויס לעצנט'ס, וואס רוב פון דעם פארשטייט מען גוט גוט, כ'רעד שוין נישט פון די אידיש ווערטער וואס פיטערט אריין אין די עוילעם די טייטש פון יעדע ניגון. סי' נישט דווקא אזא ריזיגע מעלה, אמאל האט מען פארשטאנען גוט אלע לשון קודש ווערטער, און נישט נאר די אלטע אמאל, אפילו די "למעלה" פון פינקי וועבער, און נאך צענדליגע ניגונים, יעדער האט פארשטאנען גוט גוט די ווערטער. נאר היינט וויל די עוילעם מ'זאל רעדן מיט די מאמע לשון, און כמעט יעדע ניגון מוז ווערן צוגעלייגט דערצו אידישע ווערטער, וואס קען אסאך מאל קאליע מאכן, און אסאך מאל צולייגן און אפי' מחדש זיין א נייע טייטש וכו', (למשל די ניגון הבן יקיר פון פינקי אויף מענדי ווייס האביך די ערשטע מאל פארשטאנען די טיפקייט און די ליבשאפט פון די הויעכע ווערטער), אבער אמאל האט מען עס נישט געדארפט.

דו רעדסט פון אליהו הנביא, קודם כל ווער פארשטייט נישט די ווערטער?...., און נאכדעם איך האף און איך בין מתפלל אז נישט די'ע ניגון ברענגט ארויס די חסידי'שע נגינה..., איך מיין פון "זאל שוין זיין" און "דאווענען" למיניהם.

און לעמעלע האט שוין דערמאנט, אז אין די ברעסלעבע חיידער איז יעדע ניגון כמעט א 'ישי ריבו סטייל' ניגון, מ'רעדט צום באשעפער מיט פשוט'ע ווערטער, ר' יואל ראטה גיבט ארויס סידי'ס וואס איז נישט ווייט פון די'ע סטייל.

וואס יא?.. דער ישי ריבו איז א גאון אין נגינה, ער איז א געוואלדיגער קאמפאוזער, פארשטייט'צעך אויף די ספרדי'שע סטייל, וואס איז נישט צו אפמאכן אבער נישט פאר אונזערע קרייזן, און דערצו זינגט ער זייער אמת'דיג אזוי ווי יעדער טענה'ט דא, וואס דאס איז באמת א מעלה וואס יעדער זינגער ווערט געבעטן פון טיפן הארצן נאכצומאכן..., אויך האט ער א אמת'קייט און (דערפאר טאקע) א חן וואס ער ווערט שנעל אהוב על הבריות.

אבער נעמסטו, וואס עפעס, איין סטייל פון א ספארדישער גוטער זינגער, און הייבסט אן צושטעלן צו אפאר איינציגע ניגונים פון אונזער וועלט??... און אז איך וועל דיר פרעגן פארוואס ביי די חסיד'ישע וועלט צוקאכט מען זיך מיט א לכתך פון פינקי, ויהי רחמיך מתגוללים וכו' וכו', און מ'צושפרינגט'צעך אויף עד הנה עזבונו למיניהם, אדער אפי' 'לאמיר שרייען שבת' למיניהם, און לעומת זה ביי די ספארדישע צוקאכט מען זיך מיט שאלאלאלאלאלאלא וכו' אשת חיל... למיניהם, און מ'צושפרינגט'צעך מיט "החיים שלנו תותים", אדער מיט די היימישע "תדליק את האש" וכדומה. וואס וועסטו ענטפערן??...,

האסטו געטראפן א גוטער זינגער ישי ריבו, וואס גיבט ארויס שיינע סחורה, אבער בכללות'דיג בלייב איך פעסט און שטארק מיט מיין דעה, כ'האב נישט מורא פון קיינעם דא: די עוילעם הנגינה ליגט ביי די חסיד'ישע וועלט!!!
אונז האמיר אמת'ע תוכנ'דיגע ניגונים, ניגונים פון הארץ, פון מחשבה, וואס אפילו די ליטווישע און ספארדישע ווען זיי ווילן זיך באמת אנווארעמען זינגען זיי די'ע ניגונים. אוואו איז די איידלקייט און ריינקייט פון ר' משולם גרינבערגער ביי די ספארדישע וועלט? וואו איז די טיפקייט און הארציגקייט פון פינקי וועבער? וואו איז די גאונות אין 'שטיק נגינה' פון יאסי גרין? ווער האט די זיסע אנגענעמע חידושים פון הערשי ראטנבערג? וואו איז דער טאלאנטפולער הערשי וויינבערגער וואס ביי יעדן אטעם קומט ארויס א ניגון?....... נישט אז זיי האבן נישט, זיי קענען אונז דאך אויך נאכמאכן..., און סי' דא גענוג וואס מאכן נאך, אלי קליין און איצי ברי האבן זיך גוט אריינגעריבן.
און אשאד און נעבעך די'ע איינציגע וואס גייען פאשן ביי יענע 'גרינערע' פעלדער, וואס זיי פארדינען נישט צופיל פון דעם. והא ראיה: וועלעכע סידי'ס האט די מערסטע מצליח געווען אויפן מארקעט? מוטי שטיינמעץ יונגערלעך אהרה'לע סאמעט וכו'.

נאך איין זאך: דער ישי ריבו סטייל קען נישט צופיל אריינקומען צו אונז, (און נאכאמאל אונז מייניך אונז ממש, נישט די'ע וואס מאכן זיי נאך..), ווייל ביי אונז קומט מען צאם הערן א ווארעם דרשה פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וכדומה, אדער זיך אנווארעמען פון א זינגער וואס זינגט און אונז עסן און שמועסן, אדער אפילו זינגט מען מיט - א קומזיץ. משא"כ דארטן וועט מען זיך זעצן הערן א דרשה פון הרב ישי ריבו, וואס דערציילט דעם עולעם זיינע מחשבות, מ'דארף האבן אמונה וכו', כ'ווייס ס'גייט דא זיין קולות אז ביי אונז איז אויך אזוי, אבער מיט א טיפערן בליק הייבט עס נישט אן צו זייין אזוי, אויף דערווייל עכ"פ.


דעס האביך ארויסגעשיסן (אויף דערווייל), 'בלתי מוגה', כנלע"ד, ואכהמ"ל וכו' וכו'. קומט'ס אריין מיט הערות צעקות טענות, כ'האב עס זייער ליב, (נאר מיט שמחה...).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?


דא האסטו:

הלב שלי נקרע לשניים
מה שלא ראתה שפחה על המים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים פועם
ואין תרופה בעולם

הלב שלי מרים ידיים
כבר מועד לא עומד על הרגליים
שבר כלי שאין בו כבר מה
והשמים הם לי חומה
איך אעבור בתוך הים ביבשה

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג יאנואר 19, 2020 9:44 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

נאר מיט שמחה, זאגסט גוטע פונקטן, אבער נישט אלעס איז ריכטיג.

לגבי קאמפאזיציע, ווילסט זאגן אז יאסי גרין איז נישטא ביי די ספרדים? פיין. פינקי איז נאר דא ביי חסידים? אמת. אבער אזעלכע תנועות ווי פון הערשי וויינבערגער און הערשי ראטנבערג איז נאך דא אין אלע קרייזן...

לעמעלע, פונקט מנחם מאשקאוויטש האלטסטו איז בעסער ווי ישו רבו? כ'הער... ממילא בערי וועבער, ווי א צווייטער האט געשריבן, דאס קען איך נאך סובל זיין...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

.
לעצט פארראכטן דורך שאהן הענניטי אום זונטאג יאנואר 19, 2020 9:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הערשי וויינבערגער האביך גערעדט פון די ים פון ניגונים וואס פליסן פון זיין מויל, וואס כ'מיין דעס האבן נאר אלי ברי מיט איצי קליין(...) וואס שיסן יעדע מינוט א ניגון.
הערשי ראטנבערג האט עפעס א זיסקייט, אבער ביסט גערעכט, אפשר נישט די וועלט'ס חידוש, אבער דאך שפיר איך אביסל אז ער איז דער וואס מ'קען אביסל מדמה זיין צו די'ע וועלט, ער האט אזעלעכע קורצע רעיונ'עלעך און שטיקלעך און אין קורצן: 'תנועה'לעך', מיט אזא סארט נוסח וואס מ'שמועסט זיך אויס מיטן הערצל, וואס איז אביסל ענדליך צו דעם סארט. ויש לחלוק ולעיין.

און וועגן לעמעלע: זיכער איז דא מענטשן וואס האבן ליב א שיינע קלארע ריינע שטומע פון מנחמ'ן, ווי די גוט געזינגעכט'ס פון ריבו'נען... איך גלייך זייער ישי'ס געזינגעכט'ס, אבער כ'קען פארשטיין, און כ'פארשטיי דיר אויך אז דו קענסט נישט פארשטיין... נאר אפשר בערי וועבער, ווייל זיין געזינגעכט'ס איז טאקע ענדליך צו ישי'ס, ער דרייט גוט און נאכמער ווי דעם 'זינגט גוט', אבער זיכער איז דא וואס האבן מער ליב די'ע סטייל שטימע...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?


דא האסטו:


הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....

איך בין גאנץ זיכער אז ער זינגט חציו לה' וחציו לשם שמים. קען זיין דיין ספעל טשעק האט דיר מסדר געווען.

וואספארא לשונות פון תנ"ך רעדסטו?


האביך אויך געמיינט אזוי אנהייב, און כ'האב נישט פארשטאנען וואס מיינט 'חציו לה' וחציו לשם שמים' סי'דאך די זעלבע..., אבער קוקנ'דיג אין די ביכל האביך געזעהן סי'שטייט 'חציו אשם', (איך האב נישט יעצט דעם ביכל ביי מיר, איך פראביר עס צו פארשאפן און אי"ה עס ארויפברענגען דא...).

און וועגן די לשונות פון תנ"ך, כ'מיין נישט דווקא דעם ניגון, אבער דא אויך קען מען זעהן אביסל: 'מה שלא ראתה שפחה על המים'... 'תופה של מרים'... 'להפוך מספדי למחול'..., און טאקע דעם 'חציו אשם וחציו לשם שמים' וואס נעמט'צעך פון חציו להשם...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

עושר וכבוד האט געשריבן: לעמעלע, פונקט מנחם מאשקאוויטש האלטסטו איז בעסער ווי ישו רבו? כ'הער... ממילא בערי וועבער, ווי א צווייטער האט געשריבן, דאס קען איך נאך סובל זיין...

איך האב בכלל נישט געמיינט מנחם מאשקאוויטש, און קיינער האט מיר עס קיינמאל נישט געזאגט. כ'האב דזשאסט געוואלט ארויסברענגן א פאונט.
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?


דא האסטו:


הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....

איך בין גאנץ זיכער אז ער זינגט חציו לה' וחציו לשם שמים. קען זיין דיין ספעל טשעק האט דיר מסדר געווען.

וואספארא לשונות פון תנ"ך רעדסטו?


האביך אויך געמיינט אזוי אנהייב, און כ'האב נישט פארשטאנען וואס מיינט 'חציו לה' וחציו לשם שמים' סי'דאך די זעלבע..., אבער קוקנ'דיג אין די ביכל האביך געזעהן סי'שטייט 'חציו אשם', (איך האב נישט יעצט דעם ביכל ביי מיר, איך פראביר עס צו פארשאפן און אי"ה עס ארויפברענגען דא...).

און וועגן די לשונות פון תנ"ך, כ'מיין נישט דווקא דעם ניגון, אבער דא אויך קען מען זעהן אביסל: 'מה שלא ראתה שפחה על המים'... 'תופה של מרים'... 'להפוך מספדי למחול'..., און טאקע דעם 'חציו אשם וחציו לשם שמים' וואס נעמט'צעך פון חציו להשם...

Makes sense
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

גאר א מצוצם'דיגע סטעיטמעט דאס!

נאך אלס דער מציאות
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@נאר מיט שמחה
קיינער זאגט נישט אז חסידים האבן נישט טאלאנטפולער זינגערס און קומפעזירער
דער קעפל ליינט זיך : וואו איז דער ישי ריבו פון אמעריקא, א ישי ריבו איז נאכנישט פארהאנען. דהיינו איינער מיט זיין סטייל ( אמת אז בערי וועבער האט א ענדעלקייט, און ר׳ יואל ראטה צומאל אויך, הערשי רוטנברג ענדעלט אויך אין א געוויסע זין אבער ער מאכט נישט די סארט ניגונים)

שנית, איך דיסעגרי מיט דיך לגבי די ניגון שימו לב
לדעתי איז נישטא קיין 10 פראצענט וואס פארשטייט די טייטש פון די ניגון וממיילא זעה איך נישט קיין ברירה - נאר זינגען וואס די עולם פארשטייט

איך וואלט געגאנגען אפילו ווייטער און געמאכט א סקר צו זעהן וויפיל אינגעלייט וואס זינגען די ויהי נועם . ומעשי ידינו כוננו , כבין נייגעריג וויפיל קענען מיך אפטייטשען די פסוק און וויפיל שאקלן זיך נאר ווייל די ניגון איז ווארים

לגופו של ענין
לדעתי איז דא א ריזיגע מארקעט פאר א אידיש רעדענדע זינגער מיטן ישי ריבו סטייל דהיינו זינגען נידריג און נאטראל, זינגען ווערטער וואס ״יעדער״ פארשטייט די ווערטער, און זינגען דירעקט פונעם נשמה צום עולם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

דרך אגב
זיין מערסט פאפולערע ניגון איז נפשי מיט לשוב הביתה

קען איינער טאקע ברענגען די ווערטער פון לשוב הביתה ?
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

טוט זיך...? האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

גאר א מצוצם'דיגע סטעיטמעט דאס!

נאך אלס דער מציאות

גם זה נכלל בהתגובה הקודמת שלי! ודי! ואכמ"ל!
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?


דא האסטו:


הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....

איך בין גאנץ זיכער אז ער זינגט חציו לה' וחציו לשם שמים. קען זיין דיין ספעל טשעק האט דיר מסדר געווען.

וואספארא לשונות פון תנ"ך רעדסטו?


האביך אויך געמיינט אזוי אנהייב, און כ'האב נישט פארשטאנען וואס מיינט 'חציו לה' וחציו לשם שמים' סי'דאך די זעלבע..., אבער קוקנ'דיג אין די ביכל האביך געזעהן סי'שטייט 'חציו אשם', (איך האב נישט יעצט דעם ביכל ביי מיר, איך פראביר עס צו פארשאפן און אי"ה עס ארויפברענגען דא...).

און וועגן די לשונות פון תנ"ך, כ'מיין נישט דווקא דעם ניגון, אבער דא אויך קען מען זעהן אביסל: 'מה שלא ראתה שפחה על המים'... 'תופה של מרים'... 'להפוך מספדי למחול'..., און טאקע דעם 'חציו אשם וחציו לשם שמים' וואס נעמט'צעך פון חציו להשם...


תנ"ך לשונות טרעפט זיך ביי יעדע גראמער . ער ווארפט צאם פון אסאך מער ספרים אין שאפע. די אבן עזרא האט ער מיר געמאכט נאכקוקן:

רבי אברהם אבן עזרא
ארבעה עמדו על הים:
צור וציר, צאן וצר.
צר הציק לצאן
צאן צעק לציר
ציר קרא לצור
צור ציוה לציר:
צא חלץ צאני מיד צר!

צ/ק: ווייל אזאלכע תלמידי-חכמים זענען נישט וועלקאם אין די 2020 אמעריקאנע מוזיק סטעיזשעס. (הייקער האסט א איבעריגע העלמעט?)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

Pdf פון ישי ריבו'ס סידי "אלול תשע"ט":

ישי ריבו אלול תשע"ט
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גראדע נפשי האט פארפאסט שמואל יפת, נישט ישי ריבו, ער זינגט עס נאר אינאיינעם מיט מאטי שטיינמץ...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ר' וואס עפעס, האסטו געזעהן איינער טאנצן מיט ישי'ס ניגונים?
סי'א געוויסע סטייל וואס דער זינגער ווערט א משפיע רוחני און הייבט אן פארקויפן וואס ער טראכט, וואס ביי אונז מאכט מען די זעלבע זאך, אבער מיט הגה"צ ר"מ בידערמאן שליט"א וכו',
רעדסטו פון די טאלאנט, דעס איז ב"ה דא ביי אונז גענוג און איבעריג, סיי אין שרייבן, סיי אין זינגען, סיי אין ניגונים..., נאר מיט א מעשה פון א צדיק אדער א חידוש פון תוכן וכדומה, און אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן.
איך וויל פארשטיין פארוואס "איך גיי אויפן דרך" די 'פשוט'ע איד' ניגון פון ליפא שמעלצער איז אנדערש פון ישי ריבו'ס סטייל, כ'מיין סי' די זעלבע סארט, נאר אויף א העכערע לעוול פון תוכן (אריינגעמישט דעם באוויסטן ווארט פון די רבי ר' זושא זי"ע...) . און איך האלט סתם אזוי אז ליפא אין שרייבן פאקט ער איהם איין, אויך אין זינגען פארשטייט'צעך. נאר וואס? די עוילעם האט נישט געגליכן דעם סטייל, מ'האט נישט אנגעפילט א זאל און מענער מיט פרויען וואס לאזן איבער די קינדער אין שטוב זענען געלאפן דארטן אפסעקעווען א נאכט מיט ר' ליפא וואס וועט פאר זיי זינגען "איך גיי אויפן דרך". די ניגון איז געבליבן אויפן סידי, און די עוילעם האט הנאה געהאט צו נישט אינדערהיים. אין א"י וויל איך נישט שרייבן אויפן וועלטל וואס טוהט'צעך דארטן אפ. דארט איז ער זייער משפיע.
אז מ'וויל האבן מיר דעם סטייל, אבער מיר דארפן עס נישט...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

נאדער די קליפ פון לב שלי

https://www.dropbox.com/s/zpb22v5fyys8x ... D.mp4?dl=0
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

רוב "גוטע" אלבומ'ס פון שטארקע זינגערס האבן צוויי מקסימום דריי עכט שטארקע ניגונים, די איבעריגע זענען תיכי מייתא, טשוינגעהערט אזאנס

איך האב געהערט אביסל זיינע זאכן, און ס'איז לכאורה נישט אנדערש ביי אים, ער האט אפאר שיינע זאכן און אויך אסאך פשוטע וואס האבן מיך בכלל נישט געכאפט

דאס איז ווען איך בין יא אין די מוד פון יענע סטייל מוזיק
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

פלאחותיך האט געשריבן:רוב "גוטע" אלבומ'ס פון שטארקע זינגערס האבן צוויי מקסימום דריי עכט שטארקע ניגונים, די איבעריגע זענען תיכי מייתא, טשוינגעהערט אזאנס

איך האב געהערט אביסל זיינע זאכן, און ס'איז לכאורה נישט אנדערש ביי אים, ער האט אפאר שיינע זאכן און אויך אסאך פשוטע וואס האבן מיך בכלל נישט געכאפט



לשוב הביתה
לב שלי
סדר העבודה
אוחילה
נפשי

די אנדערע זענען אויך נישט אוועק צו מאכן
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

חיים גולד איז אויך אביסל די סטייל, און ער האט אידישע ניגונים.
לעצט פארראכטן דורך מייקראסאפט אום זונטאג יאנואר 19, 2020 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

אין הכי נמי, ס'איז מיר א חידוש אז חיים גולד האט נישט אויפגעכאפט. מ'קען ממש משוגע ווערן פאר זיין סטיל.
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

פאר דערוילעם וואס פלאגט זיך צו פארשטיין מה בין ישי ריבו ל[...]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

פאר דערוילעם וואס פלאגט זיך צו פארשטיין מה בין ישי ריבו ל[...]

אמאל איז געווען א מציאות פון טיפע, מוזיקאלשע ניגונים ביי חסידים וואס איז געווען א "פיעס-אף-ארט" א שטייגער ווי א חב"דסקער ד' בבות אדער א מודז'יצער י-ה ריבון.

אונז זעמיר געווארן אויפגעקלערט מיט נייערע, רייסערישע מוזיק וואס האט נאר איין ציל: צו זיין די נעקסטע "היט".

עס האט נישט גענומען צו לאנג און חסידישע מוזיק איז געווארן ווערטלאז פרובירנדיג צו מאכן די נעקסטע ניגון אין וואס מ'ברויך שרייען גאר הויעך אדער טאנצן ווי... אן קיין שום עכטע מוזיקאלישער טעם.

כהיום איז די פאקט אז חסידישע מוזיק האט נישט קיין שום עכטע אידיש, מוזיקאליש אדער געפיל'יש טעם משא"כ ביי ספרדישע בעלי מנגנים א שטייגער ווי ישי ריבו, אהרן רזאל, ועוד.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

געזען די קליפס און צוגעמאכט אינמיטן. כ'זעה נישט קיין זינגער, נישט קיין כאריזמע. עפעס א הייזעריגער בער ברימט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואס פינקטליך איז זיין מורא'דיג קייט אז מ'זאל ברויכן האבן אזאנס דא ביינונז?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”