וויכטיג מאכער האט געשריבן:אנבעליוועבל וואסערע מזל דער טראמפ האט! ווען מ'האט ווען די אינפארמעישן פארן אימפיעטשן בינעך זיכער אז דאס פאלק וואלט געשטיצט מער אימפיעטשמענט... האטעך אבער שיף געוואלט עס שנעל ענדיגן... יעצט קענער עסן שטרוי...
אגב, ווי מטעמים זאגט, יעדער וואס ווערט געכאפט נעמצעך פלוצלינג גיסן שטרוי קעגן טראמפ... סיז נאר אינטערעסאנט, אז צום סוף טוישן זיך זאכן, למשל דער אווענאטי האצעך צושלאגן מיט זיין קליענט, האט זי זיך גענומען איבער אים... און דער יושב'ט נעבעך...
נישט אימזינסט איעוועסטירט סאראס אין דיסטריקט אטוירניס און אין אטוירני דזשענעראל פארמעסטן... ער ווייסט אז היינט צו טאגס זענען זיי בעה"ב!
האסט געזעהן די אינטערוויו? ווער נישט אזוי איבערגענומען דערפון, כ'האב געזעהן עטליכע אויסצוגן אויף MSNBC ס'איז א נאטינג בורגער!
ער זאגט אהן פראוו אז טראמפ האט אלעס געוויסט... ער פערזענליך האט נישט גערעדט מיטן פרעזידענט, און ער מיינט שטעלציך פאר אז פענס האט געדארפט ערלעדיגן די אויספארשונגן אויף ביידען ווען ער איז געווען אין אוקריינא אנפאנג סעפטעמבער, א זאך וואס די עדות אין קאנגרעס האבן געלייקנט, ער זאגט גראדע אז מ'האט נישט שפיאנירט אויף יאנאוויטש נאר דער פאליטישן איז געווען אנגעטרינקען און זיך משוגע געמאכט, ער שטעלט זיך פאר אז באלטאן ווייסט מער זאכן...
נאך א זאך זאגט ער אז דאס פייערונג פון יאנאוויטש די אמבאסאדאר צו אוקריינא איז געווען א תנאי אין די אויספארשונגן. יעצט די וואשינגטאן פאסט האט באריכטעט צוויי חדשים צוריק אז פארנעס זאגט אז ער האט שוין געבעטן טראמפ אין אפריל 2018 צו ארויסווארפן יאנאוויטש (א יאר בעפאר זעלינסקי איז געווארן פרעזידענט...), סוי ס'שוין א סתירה אין זיינע ווערטער.
אגב ער איז אינמיטן א קרימינאלע קעיס פארן זאגן ליגענט און פעלשן פאפירן....
בקיצור א מעשה, ס'איז ווייטער העירסעי! כ'האב פארשטאנען, געמיינט, און זיך פארגעשטעלט...