נייעס און אלעס ארום די צענזוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

נייעס און אלעס ארום די צענזוס

תגובהדורך מידער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 7:17 pm

די סענסוס ביורא האט געלאזט מעלדן, אז לויט זייער שאצונג האט פלארידא איבערגעשטיגן ניו יארק אלס די דריטע מערסט באוואוינטע סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק, וועלכע איז געווען די גרעסטע סטעיט אין לויף פון די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן ביז נישט אזוי לאנג צוריק, האט אין די לעצטע פופציג יאר זיך געטראפן אין א נאכאנאנדע גליטש אין באפעלקערונג וואוקס קעגן די מער ווארימע סטעיטס וועלכע זעהן כסדר צו שטערקערע וואוקסן. אין 62' האט קאליפארניע איר איבערגעשטיגן אלס גרעסטע סטעיט, אין 94' האט טעקסאס איר איבערגעשטיגן אלס צווייטע גרעסטע, און אצינד האט איר פלארידע איבערגעשטיגן אלס דריטע גרעסטע צולייגענדיג 293 טויזענט צו איר באפעלקערונג גרייכענדיג 19.9 מיליאן איינוואוינער אין די לעצטע יאר, קעגן נעיארק'ס 19.7 מיליאן נאכן צולייגן בלויז 51 טויזענט אין די פארגאנגענע צוועלף מאנאטן. די ציפערן זענען מערקווירדיג ווען מ'נעמט אין באטראכט אז די עמפייער סטעיט האט געהאט פינף מאל די מאס איינוואוינער קעגן די זון-שיין סטעיט פאר בלויז 65 יאר צוריק.

לויט די צענזוס ביורא גייט אצינד די ליסטע פון די צעהן גרעסטע סטעיטס ווי פאלגענד: 1-קאליפארניע, 2-טעקסאס, 3-פלארידא, 4-נעיארק, 5-אילינאי, 6-פענסילוועניע, 7-אהייא, 8-דזשארדזשיע, 9 נארט קאראליינע, איבערשטייגענדיג מישיגען וועלכע איז אמאל געווען די צווייט גרעסטע סטעיט, אבער איז אצינד ווידער געפאלן, דאס מאל אויפן צענטן ארט. די ביורא האט אויך אנגעוויזן אז נארט דעקאטא איז געווען די לעצטע יאר די שנעל וואקסענדע סטעיט איבערן לאנד פערצענטועל, שטייגענדיג מיט איבער צוויי פראצענט, איבערשטייגענדיג אלאסקא אלס 47'סטע סטעיט אין באפעלקערונג.

אלאסקע איז פאקטיש געווען צווישן די זעקס שטאטן וועלכע האבן פארלוירן תושבים איבער די לעצטע יאר, וועלכע רעכנט אריין אלינאי, וועסט ווירדזשיניע, קענעטיקוט, ניו מעקסיקא און ווערמאנט.

ניו יארק איז נאך אלס די הויפטקווארטיר פון די פינאנציעלע אינסטיטוציעס אינעם לאנד, אבער האט שוין פארלוירן איר מאכטפולע פאליטישע שטעלע פון איר אמאל-בארימטע קאנגרעס דעלעגאציע. אין די עפאכע פון די צווייטע וועלט קריג האט ניו יארק'ס קאנגרעסיאנעלע דעלעגאציע באשטאנען פון 45 קאנגרעסלייט, אצינד האט זי בלויז 27 פארטרעטער, בעת קאליפארניע האט היינט 53, און טעקסאס 36.

די וואוקס פון פלארידא ווערט מיינסטנס צוגעשריבן צו איר געשמאקע ווארימע לופט וואס ציעט אסאך רעטייערטע איבער אמעריקא. אויך ווערט געלייגט א גרויסע דגוש אויף די היינטיגע טעכנאלאגיע וועלט אין וואס די ארט וואו מען וואוינט מאכט נישט קיין גרויסע נפק"מ פאר די ארבייטס קראפט וואו צו עפענען א ביזנעס, טו פארוואס זאל מען זיך פלאגן צו וואוינען אין די קאלטע סטעיטס, בעת פלארידע האט נישט קיין איינקונפט שטייער אין רעזולטאט וואס די רעגירונג'ס בודזשעט איז האלב פון ניו יארק'ס וועלכע פארמאגט איינע פון די גרעסטע שטייער ראטעס אין לאנד.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 9:13 pm

האסט געגעבן אזא שלינג איין די לעצטע פארעגראף.

דאס איז דאך די עיקר ענין. אז אין פלארידא איז נישטא קיין איינקומפט שטייער, און ניו יארק האט פון די העסטע שטייער, סיי אין פארדינסט, סיי אין געזאלין, רעילעסטעיט און נאך.

צווישען די אנדערע סטעיטס וואס זענען שטארק געוואקסען, זענען סטעיטס מיט די "אויל" בום, וואס האט צוגעטיילט אסאך נייע ארבייטס מעגליכקייטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 9:32 pm

סקרין שאט
צוגעלייגטע
9b99593d7595b18839a035e093106c4c.png
9b99593d7595b18839a035e093106c4c.png (98.46 KiB) געזעהן 2555 מאל
...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:00 pm

עין טובה, עס איז א שוואכע רעזאלושאן, אומלעזבאר.

לכתחילה, פארשטייט זיך אז דאס איז א גוטע רעכטע פראפאגאנדע מיטל, אז די סטעיטס מיט ווייניגער טעקסעס וואקסן מער, אבער עס האט קנאפ שייכות מיטן מציאות. עס איז מסתמא אמת ביי (ריזיגע) ביזנעסער אז זיי וועלן לכתחילה זוכן א בעסערע ביזנעס קלימאט, אבער די סטעיט טעקסעס זענען צי נישטיג צו מאכן א דיפערענץ ווען עס קומט צו א פריוואטן מענטש'נס החלטה אין וועלכע סטעיט צו וואוינען.

דאס איז אויסער דעם וואז עס איז שוברו בצידו, אמער, קאליפארניע א ארכי ליבעראלע סטעיט וואקסט אויך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:13 pm

מי חכם האט געשריבן:עין טובה, עס איז א שוואכע רעזאלושאן, אומלעזבאר.

לכתחילה, פארשטייט זיך אז דאס איז א גוטע רעכטע פראפאגאנדע מיטל, אז די סטעיטס מיט ווייניגער טעקסעס וואקסן מער, אבער עס האט קנאפ שייכות מיטן מציאות. עס איז מסתמא אמת ביי (ריזיגע) ביזנעסער אז זיי וועלן לכתחילה זוכן א בעסערע ביזנעס קלימאט, אבער די סטעיט טעקסעס זענען צי נישטיג צו מאכן א דיפערענץ ווען עס קומט צו א פריוואטן מענטש'נס החלטה אין וועלכע סטעיט צו וואוינען.

דאס איז אויסער דעם וואז עס איז שוברו בצידו, אמער, קאליפארניע א ארכי ליבעראלע סטעיט וואקסט אויך.

נישט ריכטיג. אין עקאנאמיקס איז א בעיסיק כלל אז ווי מער א זאך קאסט ווייניגער ספענדט מען און יעדער זוכט צו מינימייזן זיינע קאסטן. מחולק צו זיין אויפן פאקט אז העכערע קאסטן פארטרייבט ביזנעס און אין די לאנג ראן וואוקס איז ווי מחולק זיין אויף שמש בצהרים.

די מחלוקה איז נאר אין פרטים און וויאזוי צו רעכענען וואקס. די כלל איז אבער אומאפפרעגבאר.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:20 pm

מי חכם האט געשריבן:עין טובה, עס איז א שוואכע רעזאלושאן, אומלעזבאר.

לכתחילה, פארשטייט זיך אז דאס איז א גוטע רעכטע פראפאגאנדע מיטל, אז די סטעיטס מיט ווייניגער טעקסעס וואקסן מער, אבער עס האט קנאפ שייכות מיטן מציאות. עס איז מסתמא אמת ביי (ריזיגע) ביזנעסער אז זיי וועלן לכתחילה זוכן א בעסערע ביזנעס קלימאט, אבער די סטעיט טעקסעס זענען צי נישטיג צו מאכן א דיפערענץ ווען עס קומט צו א פריוואטן מענטש'נס החלטה אין וועלכע סטעיט צו וואוינען.

דאס איז אויסער דעם וואז עס איז שוברו בצידו, אמער, קאליפארניע א ארכי ליבעראלע סטעיט וואקסט אויך.

דו רעדסט פון ביזנעס טעקס, איך רעד פון אינקאם טעקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:38 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:עין טובה, עס איז א שוואכע רעזאלושאן, אומלעזבאר.



האב איך עס גענומען פון דא אז עטס ווילסט, קענט איר עס ליינען
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:43 pm

עין טובה האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:עין טובה, עס איז א שוואכע רעזאלושאן, אומלעזבאר.



האב איך עס גענומען פון דא אז עטס ווילסט, קענט איר עס ליינען

קלארער:
NY-Population.png
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:45 pm

מילכיגער, איך שרייב דאך קלאר אז ביי ביזנעסער מאכט עס יא אויס. און עס איז זיכער דא א געוויסע פראצענט מענטשן וואס האבן געמופט צו די סטעיט - און מער אזוי, נישט אוועק געמופט - צוליב זייער זשאב. סאו עס איז א פאקטאר. אבער נאר א פראצענט. ביי רוב פריוואטע מענטשן איז די סטעיט טעקסעס - לתשומת לבך, לכתחילה: סיי אינקאם, סיי סעילס טעקס - צו נישטיג אויסצומאכן אויף א מענטש'ס החלטה וואו צו וואוינען.

אויב עפעס, קוואליטי אוו לייף, פארקינג,וועטערס טיקעטס געטיילעכץ, זענען מער א גורם אין א פריוואטן אינדיווידועלס החלטה וואו צו וואוינען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:14 pm

מי חכם האט געשריבן:מילכיגער, איך שרייב דאך קלאר אז ביי ביזנעסער מאכט עס יא אויס. און עס איז זיכער דא א געוויסע פראצענט מענטשן וואס האבן געמופט צו די סטעיט - און מער אזוי, נישט אוועק געמופט - צוליב זייער זשאב. סאו עס איז א פאקטאר. אבער נאר א פראצענט. ביי רוב פריוואטע מענטשן איז די סטעיט טעקסעס - לתשומת לבך, לכתחילה: סיי אינקאם, סיי סעילס טעקס - צו נישטיג אויסצומאכן אויף א מענטש'ס החלטה וואו צו וואוינען.

אויב עפעס, קוואליטי אוו לייף, פארקינג,וועטערס טיקעטס געטיילעכץ, זענען מער א גורם אין א פריוואטן אינדיווידועלס החלטה וואו צו וואוינען.

האסט ארומגערינגלט פריער די ווארט (ריזיגע) ווייל ביי זיי איז דאס טאקע פון די הויפט פאקטארן. אבער יעצט שרייבסטו אז ביזנעסער בד"כ מאכט עס אויס. נו, ביזנעסער (סמאלל און מידל) זענען געווענליך געראנט דורך מענטשן. ווען אזא ביזנעס מופט מיינט דאס נייע זשאב אפפארטוניטיס און מער מענטשן וחוזר חלילה. פון די עיקר פאקטארן ביי א מענטש (נאר ביי גוים... אבער איי דייגרעסס) ווי צו וואינען איז ווי ס'דא פרנסה.

איך זעה נישט פון ווי דו נעמסט דיין זיכערהייט אז די זשאב איז פון די קליינע פאקטארן און קוואליטי אוו לייף פון די גרעסערע. איפכא מסתברא ואיפכא שמעינן.

היות דא בין איך פולי ביי די רעכטע זייט פיל איך נישט אז מיינע סערוויסעס זענען אזוי וויכטיג... זאל דער איבריגער עולם ממשיך זיין...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:16 pm

מילכיגער אויף די רעכטע זייט! קודאס!
לעצט פאראכטן דורך זאכליך אום דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:23 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מילכיגער אום מיטוואך דעצמבער 24, 2014 11:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:46 am

אוודאי פארקערט, איך זע נישט ווי דו האסט אזוי פארשטאנען פון מיינע ווערטער, פשוט אזוי אז ביזנעס בעפאר פלעזשור. ווער עס האט געארבעט ביי א קאמפאני און זיין קאמפאני מופט און איז וויליג מיט צו נעמען די ארבעטער, איז זיכער דאס איז די גרעסטע פאקטאר פאר א מענטש צו מופן. אדער איינער וואס באקומט א זשאב אפפער ערגעץ אנדערש. דאס איז אלעס נכלל אין דעם פראצענט וואס ביזנעסער ברענגען.

נאר דער מציאות אז א ביזנעס זאל מופן ארויס פון זיין איצטיגער קאמיוטינג עריע, איז נאר שכיח בדרך כלל ביי גרעסערע עסטאבלישט ביזנעסער מיט הונדערטער ארבעטער. נארמאל סמאל און מידל ביזנעסער וועלן זיך נישט אויפהייבן העק און פעק און מופן צו א צווייטע זאנע אין לאנד אפילו פאר געוואלדיגע הבטחות און טעקס ברעיקס. האלטסט א לאקאלער קלינערס אין ניו יארק וועט מופן אויף פלארידע און נאכאמאל דורכגיין די חבלי לידה און סטראגלען צו פריש עטאבלירן זיין ביזנעס כדי זיך צו שפארן די טעקס געלטער וואס ניו יאאק סטעיט בעט?

אוודאי איז דא א אויסוואנדערונג פון ניו יארק צו ממש שכינות'דיגע סטעיטס וואס איז נאך אין די טרעוול דיסטאנס, בעיקר אזאלכע זאכן וואס מען קען סערווירן די ניו יארק מארקעט אפילו אן זיין דארט אויפן פלאץ. אבער דער שריט וועט אויך קיינער נישט טון צוליב טעקסעס. מען טוט עס ווייל ריעל עסטעיט אין ניו יארק קאסט א געוואלד און אויב קען מען טון די זעלבע זאך ערגעץ אנדערש און זיך שפארן קאסט כלשונך, וועט מען דאס אוודאי טאן. אבער די העכערע טעקסעס אפעקטירן ווייניגער א דורכשניטליכן און סמאל ביזנעס אונער צי אן ארבעטער, ווי למשל די טיקעטס, פארקינג מאנגל צי אפילו די טאלס אריין צו קומען קיין מאנהעטן. (די חילוק אין טעקס געלטער איז מסתמא מער, אבער די טעגליכע טאלס זענען מער נאטירבאר).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 1:16 am

ווי קומט ביזנעס דא אריין??
מען רעדט פון א וואוקס אין *מענטשן*, רעזידענטס, אינהעביטענטס. נישט קיין וואוקס אין קארפארעיט ביזנעסער.
און דער פוה"א שרייבט גאנץ קלאר די סיבה: מענטשן טרעפן היינט גרינגער ארבעט וואו אימער. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער מען קען היינט זיין א פרילענסער, ארבעטן רעמאוטלי, סעללינג אן עמעזאן וכו' וכו'. ארבייט איז פול מער פלעקסיבל צו זיין צוגעבינדן צו איין געוויסע סטעיט.

און אין איינוועגס, מסתם נישט קיין גרויסע פאקטאר, געניסט מען שוין פון די נידריגערע אינקאם שטייער, דאס הייסט איך ארבעט אין פלארידע און באקום באצאלט פון א קאמפאני אין ניו יורק, צאל איך אפאר פערצענט ווייניגער בעת די פעדעראלע טעקס רעטורן איז די זעלבע..


יעצט לגבי ביזנעסער אדרבה זאל איינער ברענגען סטאטיסטיקס פון קארפארעשאנס ביי סטעיט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 11:44 am

בקיצור דו מאכסט חילוקים מסברא. דאס איז א אנגענומענע עקאנאמישע פאקט (ביי לינקע און רעכטע צוגלייך) "באופן כללי" אז נידריגע טעקס איז גורם וואוקס. די מחלוקה איז אין פרטים.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 11:57 am

מילכיגער, די לינקע אין אמעריקע זענען אלץ ביזי באשולדיגן די רעכטע מיטן שטיצן ׳אומבאצאלטע שטייער שניטן׳ אלזא ווייס איך נישט פון וועלכע לינקע די רעדטסט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:07 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:מילכיגער, די לינקע אין אמעריקע זענען אלץ ביזי באשולדיגן די רעכטע מיטן שטיצן ׳אומבאצאלטע שטייער שניטן׳ אלזא ווייס איך נישט פון וועלכע לינקע די רעדטסט.

פילייכט האט ער געמיינט מיגראציע וואוקס, און נישט אוועראלל וואוקס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:15 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:מילכיגער, די לינקע אין אמעריקע זענען אלץ ביזי באשולדיגן די רעכטע מיטן שטיצן ׳אומבאצאלטע שטייער שניטן׳ אלזא ווייס איך נישט פון וועלכע לינקע די רעדטסט.

א לאנגע סוגיא. אפילו ווען מ'איז מסכים אז שטייער שניטן ברענגען וואקס מיינט נישט אז דאס איז גוט. למשל טשיינע איז געוואקסן מיט 1000% אבער אויף וועמעס חשבון? די ארבייטער וואס ארבייטן פאר פעניס בשעת די קארפאראציעס מאכן די געלט. ווען דו זאגסט פאר א לינקן אז פלארידע איז געוואקסן עקאנאמיש וועט ער דיר ענטפערן אז ס'דא דארט אסאך מער ארימעלייט און INEQUALITY.

אומבאצאלטע איז א נאך א עקסטערע שמועס. די רעכטע האבן געשטיצט שטייער שניטן אויפן חשבון פון דעם דעפיציט מיט דעם פאלשן דמיון פון STARVE THE BEAST אדער ווי טשעיני האט געזאגט DEFICITS DON'T MATTER.

בקיצור סוגות ארוכות מאד... אויפן עצם געדאנק אז באופן כללי מיינט ווייניגער קאסטן מער וואקס איז קיינער נישט מחולק
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:36 pm

מיליכיגער, מיט די לעצטע תגובה ווארפסטו מיך ארויס פון די שמועס.... די הויכע ענגלישע ווערטער זענען בערך ווי מ׳טענה׳ט זיך אין לערנען ביז איינער הייבט אן צו רעדן נסתר און דער עולם צוגייט זיך...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:39 pm

צווייפעל האט געשריבן:מיליכיגער, מיט די לעצטע תגובה ווארפסטו מיך ארויס פון די שמועס.... די הויכע ענגלישע ווערטער זענען בערך ווי מ׳טענה׳ט זיך אין לערנען ביז איינער הייבט אן צו רעדן נסתר און דער עולם צוגייט זיך...

איך טריי צו זוכן א הויך ווארט אין מיין תגובה...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:40 pm

אה איך קען אויך...


מיין teacher וואר געכאפט tangerines שאלאכץ, ווען זי האבן פראבירט אריינצוהאקן די שפראכע אין מיין קאפ.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 2:43 pm

די צענזוס ביורא געבט כסדר ארויס אפשאצונגען איבער די אמעריקאנער פאפולאציע נאציאנאל און בפרטיות אין יעדע סטעיט ווי אויך די וועלטס פאפולאציע.


דא זענען עטליכע אינטערסאנטע קרישקעלעך:


די הויפט נומער די יאר איז אז די "נאטורליכע וואוקס" אין אמעריקע איז צום ערשטן מאל אין צענדליגער יארן (דעקעידס) געשטיגן מיט ווייניגער ווי א מיליאן מענטשן. מיט נעט אינטערנאציאנאלע אימיגראנטן איז צוגעקומען ארום 1.5 מיליאן מענטשן אין די יונייטעד סטעיטס.

42 סטעיטס האבן געהאט ווייניגער געבורטן אין 2019 ווי אין 2018. בלויז 8 סטעיטס האבן געהאט א שטיקל העכערונג אין געבורט ראטעס.

40 סטעיטס האבן געהאט א העכערונג אין פאפולאציע פון א יאר צוריק, בעת וואס 10 סטעיטס האבן געהאט א פארמינערונג.
די 10 סטעיטס וואס האבן פארלוירן פון זייער פאפולאציע קאמפעירד צו א יאר צוריק זענען ווי פאלגענד.
New York -76,790; -0.4%
Illinois -51,250; -0.4%
West Virginia -12,144; -0.7%
Louisiana -10,896; -0.2%
Connecticut -6,233; -0.2%
Mississippi -4,871; -0.2%
Hawaii -4,721; -0.3%
New Jersey -3,835; 0.0%
Alaska -3,594; -0.5%
Vermont -369 ; -0.1%

27 סטעיטס האבן פארלוירן מענטשן דורך מענטשן וואס מופן צו אנדערע סטעיטס. דאס מיינט אז מער מענטשן זענען אוועקגעגאנגען פון די סטעיטס וואו מענטשן וואס זענען צוגעקומען.
6 פון די סטעיטס האבן געהאט א נעט לאס פון איבער 25 טויזנט מענטשן, און 3 דערפון איז די נומער געווען מער ווי 100 טויזנט מענטשן. די 6 סטעיטס זענען.
California -203,414
New York -180,649
Illinois -104,986
New Jersey -48,946
Massachusetts -30,274
Louisiana -26,045

https://www.census.gov/newsroom/press-r ... ation.html
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 2:45 pm

מ'קען מיטהאלטן די אמעריקאנער און די וועלט'ס פאפולאציע וואוקס "לייוו" אויף די צענזוס ביורא וועבזייטל...
ס'איז געמאכט דורך פארשידענע חשבונות איבער וויפיל מענטשן ווערן געבוירן און שטארבן יעדע ספליט סעקונדע.

https://www.census.gov/popclock/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך ינואר 08, 2020 2:54 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:California -203,414
New York -180,649
Illinois -104,986
New Jersey -48,946
Massachusetts -30,274
Louisiana -26,045

Illinois is ... one of the three largest Democratic states in the nation alongside California and New York
עפעס זאגט עס

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:10 pm

ווי באקאנט פירט די פעדעראלע צענזוס ביורא אדורך א יעדע צען יאר א גרינטליכע ציילונג און נעמען אין חשבון יעדעס איינציגסטער אמעריקאנער מענטש.

לויט די ענדגילטיגע נומערן טיילט מען איין די קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע פון יעדע סטעיט גערופן ריאפארשעמענט Reapportionment.
אזוי אויך ווענדט זיך די רעגירונג געלטער וויפיל מ'טיילט צו פאר יעדע סטעיט אין די פאפולאציע.

לויט די נומערן פארמען די סטעיטס - און אזוי אויך לאקאלע מוניציפאליטעטן - אויך איין זייערע אינערליכע רעגירונג לעגיסלאציע ברענטשעס ווי די סטעיט סענאט, סטעיט האוז אוו רעפרעזענטעטיווס, האוז אוו דעלעגאעס, אסעמבליס, קאונסילס, לעגיסלאטורס, טראסטיס, א.א.וו.

פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך גאר אסאך אין וויפיל די מענטשן ארבעטן מיט.

יעדע סטעיט שטעלט אויך א קאמיטע וואס זאל מיטארבעטן מיט די פעדעראלע צענזוס ביורא כדי ארויסצוברענגען די מאקסימום רעספאנס וואס שייך, אז די קאנגרעס דעלעגאציעס און די פעדעראלע פאנדינגס זאלן קומען בשפע.

------
איך שרייבעס אין דעם אשכול ווייל כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערע אשכול ספעציעל פאר נייעס איבער די צענזוס.
אפשר וואלט כדי געווען אז מ'זאל טוישן די קעפל צו "נייעס און אלעס ארום די צענזוס"
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, גאפל, פארשטייסט? און 27 געסט