א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @הכל הבל.

אויך פאר די קרישקעלעך אין אנדערע אשכולות.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער הנאה געהאט פון די לקח היינט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג ויחי






גריכלאנד'ס פרעמיער מיניסטער פלאנט זיך צו באקלאגן צו פרעזידענט טראמפ איבער טערקיי'ס פארזוכן צו דערקלערן איר אויטאריטעט אויף די מזרח טייל פונעם מיטטלענדישן ים
*
טערקיי און רוסלאנד וועלן עפענען א דריטע נאטורליכע גאז פייפליין צווישן די צוויי לענדער מאכנדיג אנקארא'ס אנגעוויזנקייט אויף רוסישע ענערגיע בלויז שטארקער
*
רוסלאנד'ס פרעזידענט פוטין באזוכט סיריע פאר געשפרעכן מיט פרעזידענט אסאד איבער די לעצטיגע אטענטאט אויף סולאמאני
*
אבי בערקאוויטש זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע אויף די פארארדענונג פון ווייסן הויז אפצוהאלטן א סעריע געשפרעכן מיט די איזראעליס
*
פרישע בריגאדעס ווערן פארמירט אין איראק צו באקעמפן די אמעריקאנער אנוועזנהייט
*
איראנער פארלאמענט דעזיגנירט די אמעריקאנע מיליטער אלץ א טעראר ארגאנאזאציע
*
אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא גייט באלד אדרעסירן די צושטאנד אין מיטל מזרח
*
נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער ראבערט אברייען איבער די מעגליכקייט צו אדרעסירן עטוואס איבער די קוואלן און מעטאדן גענוצט צו שפיאנירן אויף סולאמאני און דאדורך אנדעקן די באלדיגע געפארן ער האט געשטעלט פאר די אינטערעסן פון די פאראייניגטע שטאטן
אברייען זאגט אז מאמענטאל קען מען נישט אריינגיין דערין אבער ער קען קלאר זאגן אז זיי זענען געווען גאר שטארק און אז ער ווייסט נישט אויב מען וועט זיין עווענטועל קענען דעקלאסיפיצירן אבער מען קוקט אריין דערין
*
נעכטן האט סענאטאר קעין ארויסגעלייגט זיין פארשלאג צו באגרעניצן דעם פרעזידענט'ס מאכט ווען עס קומט צו קריג אן ערלויבעניש פון קאנגרעס
פאריאר האבן א האנדפול פון רעפובליקאנער זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן אויף אזא געדאנק אבער אצינד ווען די פראגע איז מער רעלעוואנט קוקט אויס ווי זייער שטיצע איז נאכנישט זיכער
דעמאקראטן דארפן בלויז פיר רעפובליקאנער סענאטארן און סענאטארשע סוזען קאלינס זאגט אז זי קוקט נאך איבער די קעין רעזאלוציע
*
די גענג פון אכט קאנגרעס און סענאט פירער וועלן היינט באקומען א רעפעראט איבער די אטענטאט אויף קאסאם סולימאני און מארגן וועלן קאנגרעס און סענאט באזונדער באקומען אן אפדעיט פון הויכראנגיקע טראמפ אדמינסטראציע באאמטע
*
די סענאט פינאנץ קאמיטע וועט היינט שטימען אויף די USMCA און לויט ווי סענאטאר טון האט נעכטן געזאגט וועט מען נאך די וואך מעגליך שטימען אויפן סענאט פלאר דערויף אין פאל ספיקער פעלאסי צעגערט אריבערצושיקן די אימפיטשמענט ארטיקלען
*
די סענאט האט נארוואס באשטעטיגט די נייע איינגעשוואוירענע דזשארדזשיע סענאטארשע קעלי לאפלער צו סערווירן אויף די אגריקולטור, העלפ, דזשוינט עקאנאמיק און וועטעראנען אפעירס קאמיטעען
*
סענאט וועט היינט שטימען אויף די נאמינאציע דזשאוויטא קאראנזא צו ערזצען לינדא מעקמעהען אלץ קליינע ביזנעס אדמיניסטראטאר
*
סענאטארן וועלן זיך היינט טרעפן צום ערשטן מאל פאר זייער וועכנטליכע מיטאג אינעם 2020 למספרם סעסיע
*
איבער די מעגליכקייט צו סובפינען דזשאן באלטאן אין די סענאט אימפיטשמענט פראצעס זאגט סענאטאר דזשאן קארנין (ר) זאגט אז ער איז נישט גרייט זיך צו פארפליכטן צו שטיצן א דזשאן באלטאן סובפינע
ער זאגט אז ער איז ניטש גרייט צו ערלויבן די סענאט זאל פארוואנדלט ווערן אין א צירקוס א שטייגער ווי די קאנגרעס אימפיטשמענט אפשטימונג
און אז ער איז באזארגט אז אראפברענגן באלטאן וועט בלויז זיין די אנהויב און נישט די ענדע פון דעמאקראטן'ס דרוק ברענגן מער און מער עדות
*
סענאטארשע סוזען קאלינס: מיר דארפן זיך האלטן צו די קלינטאן איממפיטשמענט פרעצעדענט
עפענונג ארגומענטן, פראגן פון סענאטארן און דאן פראגן פון די עדות
קאלינס מאמענטאל שטיצט די מעקאנעל בלופרינט פאר אימפיטשמענט אבער וועט ענדע פונעם פראצעדור באשליסן אויב באלטאן'ס אויפטריט איז נאך נויטיג
*
מיט ראמני זאגט אז געוויס וויל ער הערן פון באלטאן ווייל ער קען האבן ערשט האנטיגע אינפארמאציע אבער לייגט צו אז צייט וועט זאגן אויב ער וועט שטימען אים צו סובפינען ווייל ער וויל צו ערשט זעהן ווי אזוי די פראצעדור ארבעט זיך אויס
*
קארי גארדנער געפרעגט אויב ער וועט שטיצן א באלטאן סובפינע
גארדנער רעאגירט: גייט נענסי אריבערשיקן די ארטיקלען? זי שיינט נישט צו זיך קימערן דערוועגן
איר דזשורנאליסטן ווילט האבן א פראצעס אויף טוויטער אבער אזוי לאנג ווי זי שיקט נישט אריבער די ארטיקלען איז נישטא קיין פראצעס
*
ליסא מורקאוסקי זאגט איבער א באלטאן סובפינע אז: מיר דארפן ערלעדיגן די ערשטע זאכן ערשט (אנדייטונג אז מאמנעטאל דארף מען דורכפירן די ערשטע שטאפלען פונעם פראצעס און דאן באטראכטן אויב באלטאן איז נויטיג)
*
בעת מיר שרייבן די שורות איז קארנין ווידעאמאל געפרעגט געווארן פארוואס די סענאט זאל נישט הערן פון באלטאן און האט ערקלערט אז די סענאט דארף רעספעקטירן די ראלחע פון קאנגראעס צו זייין די אויספארשער און די סענאט צו ארוטיילן אויף זייערע געפינסן אבער צוגעגעבן אז די סענאט וועט למעשה שטימען אויב מען זאל ערלויבן פרישע עדות
*
אין טאטאל איז דערווייל ראמני דער איינציגער צו אויסדרוקן אינטערעסע אין א באלטאן ערשיינונג און די צייט וואס קאלינס און מורקאוסקי האבן אנגענומען א פאזיציע פון עס באצייכענען פריצייטיג צו רעדן דערפון
גארדנער און מעקסעלי האבן נישט געענטפערט דירעקט אויף די פראגע נאר פארדרייט די שמועס און איבריגע אויסגעפרעגטע סענאטארן אין אלגעמיין באצייכענען סיי וועלכע פרישע עדות אלץ אומנויטיג
*
די ווייסע הויז איז אויך געפרעגט געווארן איבער די באלטאן'ס מעלדונג און נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער ראבערט אברייען האט רעאגירט זאגנדיג אז ער איז נישט פארמישט אין די אישוס און אז עס איז די ביזנעס פונעם סענאט
*
דעמאקראטישע סופערפעק "פאראויס מאיאריטעט" האט פרייטאג געמאלדן אז זי וועט שפענדן ביז צעהן מיליאן דאלער אין פופציג לעגיסלאטיווע פארמעסטן אין פלארידא ,טעקסאס, אריזאנא, און אין צפון קאראליינע
*
אין די רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי אין וועסט ווירדזשיניע האט געוועזענע קאמערץ סעקרעטאר וואדי טראשער לייגט ארויס אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט שטעלט אים ביי 30% אקעגן 38% פאן אמטירנדע רעפובליקאנער גאווערנאר דזשים דזשאסטיס און געוועזענע סטעיט דעלעגאט מייק פאלק 6%
לויט די אנקעטע זענען נאך 26% אומבאשלאסן
*
סקאט טעילאר (ר) האט געמאלדן אז ער ענדיגט זיין קאמפיין אקעגן צום סענאט און וועט אנשטאט לויפן צום צווייטן מאל אקעגן דעמאקראט עלעינע לוריא וועלכע איז די אמטירנדע קאנגרעספרוי אין די צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין ווירדזשיניע
טעילאר איז שוין געלאפן אקעגן איר צוריק אין 218 למספרם און דאן פארלוירן מיט 2%
פרעזידענט טראמפ האט אין 2016 למספרם געוואנען די ווירדזשיניע ביעטש באזירטע זיץ מיט 3%
איידער טעילאר'ס איינטריט האט לוריא פארמאגט בלויז צוויי שוואכער באקאנטע קעגנער ביידע פון זיי נעיווי וועטעראנען
*
גאר א קאסטבארע פארמעסט איז אונטערוועגנס אין קאליפארניע'ס 25'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט נאך וואס צוויי דעמאקראטן האבן שוין געמאלדן אז זיי האבן אריינגעשארט גרויסע געלטער אינעם פארלאפענעם יאר פערטל למספרם
אסעמבליפרוי קריסטי סמיט האט אויפגעטריבן 840 טויזנט און א צווייטע ביזנעסמאן האט אויפגעטריבן 796 טויזנט
די ספעציעלע וואלן זענען געסקעדזשועלט פאר מערץ 3 למספרם אינאיינעם מיט די סופער דינסטאג וואל טאג אין די פרעזידענט פריימערי
*
עימי קענעדי איז א שנור פונעם פארשטארבענעם סענאטאר טעד קענעדי און זי האט געמאלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם דעמאקראטישן פריימערי פארמעסט ארויסצושטויסן דעם נארוואס געווארענעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו וועלכע פארטרעט די צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין ניו דזשערסי
פרוי קענעדי איז פארהייראט צום געוועזענעם קאנגרעסמאן פעטריק קענעדי וועלכע האט רעפרעזענטירט ראוד איילאנד'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פון 1995 למספרם ביז 2011 למספרם און גלייכצייטיג סערווירט אלץ פארזיצער פון די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע
קענעדי פלאנט צו פאנדן איר קאמפיין פון איר אייגענע טאש
*
דעמאקראט קענעדי האט אויפגעטריבן אין די לעצטע מאנאטן פונעם פארלאפענעם למספרם יאר מער ווי זיין קעגנער דער אמטירנדער סענאטאר עד מארקי
ביידע זענען דעמאקראטן
*
א פרא מעקגרעט סופערפעק ווערט געשאפן אין קענטאקי אנגעפירט דורך עריק הייערס וועלכע איז געווען דער מענעדזשער פון די סוקסעספולע קאמפיין פון נארוואס איינגעשוואוירענער גאווערנאר ענדי באשאר
*
אין אינדיאנא האט דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר עדי מעלטאן פארלאזט די דעמאקראטישע פריימערי פאר דאווערנאר איבערלאזנדיג א צוויי מאן פארמעסט צווישן געוועזענע הויז ספיקער און גאווערנאר קאנדידאט דזשאן גרעג און געוועזענע עוואנסוויל מעיאר יונתן וויינזאפפעל
אויף די רעפובליקאנע זייט פארמעסטן זיך דער אמטירנדער גאווערנאר עריק האלקאמב און ביזנעסמאן ברייען ראטה
*
אייאווע האט א רעפובליקאנע גאווערנאר אבער דער אטוירני דזשענעראל אין די סטעיט אין דעמאקראט טאם מילער וועלכע האט נארוואס אנגעשלאסן זיין סטעיט אין די ביטע צום סופרים קאורט אויפצונעמען די אבאמאקעיר קעיס
*
עליזאבעט ווארען געפרעגט איבער א מעגליכע ווארען קאסטרא פרעזידענטליכע טיקעט
ווארען האט רעאגירט אז עס איז נאך זייער צי פרי צו רעדן איבער א וויצע אויסוואהל
*
קאסטרא גייט קאמפיינען אין מארשאלטאון אייאווע פאר עליזאבעט ווארען די וויקענד
*
אין אייאווע גייט מען ערשט שטימען אין די פרעזידענטליכע קאוקאס אום פעברואר 3 למספרם אבער אין צפון קאראליינע גייט מען שוין אנהויבן שטימען קומענדיגע וואך און אין ניו העמפשיר שטימט מען שוין בעת מיר שרייבן די שורות!
יא, ווייניג האבן אויפגעפאסט אבער אין אט די צוויי שטאטן הייבט מען שוין אן צו שטימען אין די מעיל אין בעלאטס נאר אין ניו העמפשיר איז עס בלויז פאר מיליטערישע פערסאנעל און וויילער פון אויסלאנד
*
די סופרים קאורט האט שוין רעאגירט אויף די דעמאקראטישע פארלאנג אין די אבאמאקעיר קעיס פארלאנגענדיג פון רויטע סטעיטס און די טראמפ אדמיניסטראציע צו רעאגירן ביז דעם פרייטאג פיר אזייגער נאכמיטאג אויף די דעמאקראטישע מאושען
*
די וואך פרייטאג וועלן די ריכטער באהאנדלען ביי זייער פריוואטע קאנפרענץ אויב זיי זאלן אקצעפטירן א קעיס דורך איראן'ס צענטראלע באנק וועלכע זוכט לויז צו ווערן פון א לאוסוט דורך פאמיליעס פון אמעריקאנע זעלנער וועלכע האבן פארלוירן זייער לעבנס אין די 1983 למספרם לבנון באמבאדירונג
*
ראמעג פעסטענערס איז א פירמע וועלכע ערצייגט מאגנעטישע קנעפלען צו גענוצט צו פארמאכן טייסטערס און קלענערע האנט באגאזשן און אנדערע לעדערנע פראדוקטן
אין 2002 למספרם איז ראמעג אריין אין אן אפמאך מיט פאסיל דעזיינס וועלכע טוט פראדוצירן, מארקעטן און דיסטריביוטן האנט באגאזשן און דאס גלייכן און איז איינגעגאנגען צו נוצן די ראמעג קנעפלעך אין אירע פראדוקטן און טאקע געקויפט צענדליגער טויזנטער שטיק אין לויף פון די יארן ביז 2008 למספרם
אום 2010 למספרם איז ראמעג אויפגעקומען אז געוויסע פאסיל האנט באגאזשן פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן אנטהאלטן נאכגעמאכטע קנעפלעך טראגנדיג די ראמעג מארק
ראמעג האט באשלאסן אנצוקלאגן פאסיל פאר פעטענט און טרעידמארק פארלעצונגען זאגנדיג אז פאסיל האט בייזוויליג גענוצט די ראמעג מארק אן ערלויבעניש
א דזשורי האט געפונען אז פאסיל האט טאקע פארלעצט די ראמעג טרעדמארק און פעטענט אבער גלייכצייטיג אויסגעפירט אז קיין איינע פון די פארלעצונגען זענען נישט געווען בייזוויליג
טראץ וואס די פארלעצונג איז נישט געווען בייזוויליג האט אבער די דזשורי געזאגט אז פאסיל האט אפערירט זייערע אקטיוויטעטן אן מיט אומפאראנטווארטליכקייט און פארנאכלעסיגט זייער פליכט צו פארזיכערן אז ראמעג'ס רעכטן ווערן נישט פארלעצט
און דעריבער באפוילן פאר פאסיל צו באצאלן איבער ניינציג טויזנט דאלער צו פארזיכערן אז פאסיל פארדינט נישט פון אומ'יושר'דיגע פראפיטן אויפן חשבון פון ראמעג און צוגאב צו 6.7 מיליאן דאלער צו שיקן א מעסעדזש וועלכע זאל אפשרעקן פירמעס אינעם צוקונפט פון פארלעצן טרעידמארק געזעצן
פאסיל האט זיך ארויפגעכאפט אויף די געפונס פון די דזשורי אז די פארלעצוג איז נישט געווען בייזוויליג און אפעלירט די געלט שטראף צום דיסטרקיט געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן די שטראפן שרייבנדיג אז בלויז באווייזן פון בייזוויליגע פארלעצוגען טוט קוואלאפיצירן פארגיטוגונג פארן באטראפענעם
ראמעג האט זיך דאן געוואנדן צום סירקוט קאורט וועלכע האט ווידערהאלט די דיסטריקט געריכט באשלוס
ראמעג האט דאן פרובירט איר לעצטע אויסוועג אפעלירנדיג די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט עס צו ערשט צוריקגעשיקט צום סירקוט קאורט נאכאמאל אריינצוקוקן דערין אבער די די סירקוט האט זיך געהאלטן ביי דאס זייעריגע אין אום יונואר 14 למספרם וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שכח הבל. גיימיר אוועק לייגען צוויי סלייסעס קאקאש (אונטער א נעפקין), צום אויספאסטען
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פאלעסיידס האט געשריבן:שכח הבל. גיימיר אוועק לייגען צוויי סלייסעס קאקאש (אונטער א נעפקין), צום אויספאסטען

זאג נאר, יונגעלע דו האסט געפאסט? :grin:
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

מעכטיג! א גרויסן יישר כוח!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

אריין געריקט קיינער האט נישט באמערקט איך פאסט וואטער (איך האף נישט אויף צו לאנג אין די אשכול)
הק' יישר כח
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישט אריינגעטשעקט דא נעכטן, מ'פאסטעך... גיימער קאסטן די קאקאשן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט וועט נישט זיין קיין באריכט
ואתכם הסליחה
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

הבל, איך נעם נישט אן די סליחה.... עה דזשאסט קידינג... ס'נאר צו אילעסטרעטן ווי שטארק איך ווארט דערויף.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אוטש, גם זו לטובה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האפנטליך מארגן אי"ה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאר ווען דו קענסט. ביסט אונז מחי׳.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

הכל הבל האט געשריבן:השמטות..
אן ארויסגעפאלענע נייעסל פונעם היינטיגן באריכט:
שטאב הויפט פון פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער גייט רעטייערן ענדע יונואר למספרם

עכט?? נישט געזען קיין ערגעץ
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח הכל הבל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג ויחי




פרעזידענט טראמפ האט נעכטן גערעדט צו צוויי סענאטארן פון צוויי פארקערטע שטרעמונגען אין באצוג צו אויסערן פאליסי און ביידע פון זיי סענאטאר טאם קאטאן און סענאטאר ראנד פאול האבן ביידע דערנאך אויסגעלויבט דעם פרעזידענט'ס רעאקציע צו די איראנע אטאקע און זיין איינגעהאלטנקייט
*
די רעדע פון וויצע פרעזידענט פענס איבער איראן פאליסי וועלכע מיר האבו נעכטן באריכטעט האט געזאלט פארקומען קומענדיגן מאנטאג אבער איז געווארן אפגעלייגט אן קיין נייע דאטום
*
מיט 91-7 האט די סענאט נעכטן באשטעטיגט מייקל דעסאמברע צו דינען אלץ אמעריקא'ס אמבאסאדאר צו טיילאנד
די זעקס דעמאקראטן צו שטימען ניין ציילן בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, און ווארען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין
*
מיט 98-8 האט די סענאט באשטעטיגט מעטיו סאלאמאן צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט וועלכע הערט אויס מאניטערי קלאגעס אקעגן די רעגירונג
די זיבן דעמאקראטן צו שטימען ניין זענען געווען, בוקער, דזשיליברענד, העריס, קלאובאשאר, מארקי, שומער און וויידען
סאנדערס האט אויך געשטימט ניין
*
מיט 51-47 האט די סענאט באשטעטיגט עלעני ראומעל וועלכע איז געווען א דעפיוטי קאונסיל צו וויצע פרעזידענט פענס צו סערווירן א פופצן יעריגע טערמין אויפן פעדעראלע קלעימס געריכט
*
סענאטאר מייק לי : עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי מיין פריינט מארקא (רוביא) וועלכע איז קלוג און הערט אויס פארזיכטיג און קימערט זיך איבער אזלעכע זאכן קען ארויסקומען פון די נעכטיגע אריאן בריעפינג און עס באצייכענען אלץ גוט
עס איז געווען געפערליך אין א אומבאשרייבליכע חורבן
*
סענאטאר מעקאנעל מינוטן צוריק אויפן סענאט פלאר ציטירט סענאטארשע פיינסטיין אין איר רוף אז ספיקער פעלאסי זאל אריבערשיקן די ארטיקלען אף אימפיטשמענט צום סענאט
*
נאך פארמערטע דרוק פון דעמאקראטישע סענאטארן אז ספיקער פעלאסי זאל אריבערשיקן די אימפיטשמענט ארטיקלען צום סענאט הויבן אן קומען רופן פון פעלאסי'ס אייגענע קאוקאס און דעמאקראטישע קאנגרעסמאן בען מעקעדעמס וועלכע רעפרעזענטירט א סווינג דיסטריקט אין יוטא און איז געווען פון די לעצטע צו מעלדן זיין שטיצע פאר אימפיטשמענט האט געזאגט אז ער האלט אז עס איז צייט עס אריבערצושיקן
*זענאט פירער מיטש מעקאנעל האט נעכטן באזוכט אין ווייסן הויז
ארגינעל איז די צוועק פונען באזוך געווען פארצושטעלן א ריכטער פארן פרעזידענט וועלכע דארף באשליסן אויב יענעם צו נאמינירן פאר א פעדעראלע ריכטער פאזיציע אבער די געשפרעך איז שנעל אריבער צו אימפיטשמענט
די ווייסע הויז האט נאכנישט געזעהן די מעקאנעל רעזאלוציע דרעפט איבער אימפיטשמענט רולס אבער די צוויי פירער זענען געווען אויפן זעלבן בלאט אז מען דארף דורכפירן א שענעל פראצעס
*
די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין האט שוין באשטעטיגט א בודזשעט וועלכע שטעלט אוועק מיליאנען דאלארן צו ציהלן פרויען, לאטינא, אפריקאנע אמעריקאנע און עווענגאליסטן וויילער
*
פרעזידענט טראמפ און מייקל בלומבערג פלאנען ביידע צו שפענדן צעהן מיליאן דאלער פאר רעקלאמעס ביי די בעפארשטייענדע ספארט פארזאמלונגען
*
פעיסבוק האט ענדגילטיג באשלאסן נישט צו קאפירן די נייע סטאנדארט פון גוגל תן פארבאטן געוויסע סארט פאליטישע רעקלאמעס און אנשטאט טוט די פירמע רופן צו געזעצגעבער צו אדרעסירן די אישו ווי איידער פאר אינדיווידועלע קאמאניס צו נעמען אייגענע שריט
פרעזידענט טראמפ האט אנהויב וואך זיך געטראפן מיטו אייגנטומער פון פעיסבוק און עס איז נישט קלאר אויב די איצטיגע אנטוויקלונג איז א רעזולטאט פון יענע געשפרעך
*
מייק בלומבערג זאגט אז ער איז נישט דער קלוגסטער פערזאן אין די וועלט אבער ער ארבעט שווערער ווי סיי וועם
*
ביי א ראלי האט עליזאבעט ווארען געהאלטן אינמיטן קריטיקירן אירע קעגנער וועלכע ווילן נישט אננעמען אזלעכע אמביציזע פלענער און געדאנקן ווי אירע זאגנדיג " דו קענסט אויסקוקן אזוי סאפיסטיקירט (ווען דו רעדסטס מיט א מער רעאליסטישע טאן און צווייפלסט איבער די מעגליכקייט פאר גרויסע פאליסי טוישונגען) אבער פילייכט האט עימיצער פון די פארזאמלטע פארשטאנען וועם ווארען מיינט מיט אירע ווערטער און איר איבערגעריסן מיט א געשריי "מעיאר פיט"
ווארען איז שטיל געבליבן פאר א וויילע און דערנאך פרובירט צו פארמען א שמייכל זזאגנדיג אז זי האט נישט געהערט וואס יענער האט געזאגט און דאן פארגעזעצט מיט איר רעדע
*
פיט בוטידזשעדזש האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון א וויכטיגע סובארבען לעגיסלאטור מיטגליד אין אייאווע און אויך פון א פראמינענטער אקטיוויסט פאר פרויען רעכטן אין די סטעיט
*
עימי קלאובאשאר'ס אייאווע קאמפיין מאשין גרייט זיך פאר א מאסיווע טרענירונג פאר פריסינקט קאמפיין הויפטן אלץ טייל פון זייער פארבעסערטע ארגאנאזירונג אין צוגרייטונג פאר די קאוקאסען
*
מארגן פרייטאג גייט סטעיסי עיברעמס אפהאלטן א וואוטינג רייט סאמיט אין אטלאנטא דזשארדזשיע און מייקל בלומבערג פלאנט אנטיילצונעמען
*
אין איינע פון זיינע ערשטע לעגיסלאטיווע אקטן זינט אריבערטוישן פארטיי אפיליאציע צו רעפובליקאנער האט ניו דזשערסי קאנגרעסמאן דזשעף ווען דרו אונטערגעשריבן א פעטיציע צו צוואונגען א פלאר אפשטימונג אויף אן אנטי רציחה ביל
*
אין ניו מעקסיקא איז קאנגרעסמאן בען רעי לודזשאן ערווארטעט צו זיגן אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי צו קענען ערזעצן אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטאר טאם יודאל וועלכע רעטייערט
עס איז ערווארטעט אז אויב לודזשאן געוואונט אין די פריימערי האט ער א לייכטן פעלד אין די אלגעמיינע וואלן זינט די סטעיט איז היבש בלוי און אויף די רעפובליקאנע זייט איז קאנדידירן בלויז פיר שוואכער באק'אנטע קאנדידאטן פון וועלכע מיק ריטש איז מעגליך דער מערסט באקאנטער זינט ער איז געווען א סענאט קאנדידאט אין 2018 למספרם
אצינד איז אבער דער פארמעסט מעגליך ערנסט אויפגעשאקלט געווארן אמווייניגסטנס אויף די רעפובליקאנע זייט אבער עס קען שפעטער אויף אפעקטירן די אלגעמיינע פארמעסט ווען מארק ראנטשעטי איז אריינגעשפרונגען אין די רעפובליקאנע פריימערי
ראנטשעטי איז א גאר פאפולערער טעלעוויזיע פיגור און וועטער עקספערט און ער האט גאר שטארקע נאמען אנערקענונג און ווערט באטראכט אלץ איינע פון די מערסט פאפולערע טעלעוויזיע פיגורן לענגאויס די סטעיט וועלכע קען אים לויט אנאליסטן טראגן ווייט אין די פריימערי און אויב ער זיגט קען ער צוואונגען לודזשאן צו זיין ערנסטער אינוועסטירט אין די אלגעמיינע פארמעסט
*
מישיגען דעמאקראטישע סענאטאר גערי פיטערס וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אקעגן דזשאן דזשעימס האט אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם אויפגעטריבן 2.5 מיליאן דאלער און פארמאגט אין די באנק אכט מיליאן דאלער
דער רעפובליקאנער דזשאן דזשעימס האט אויפגעטריבן א מיליאן דאלער מער פון פיטערס אינעם זעלבן קווארטאל למספרם
*
רעדנדיג פון די מישיגען סענאט פארמעסט איז פריער ארויסגעקומען א פרישע אנקעטע וועלכע שטעלט פיטערס (ד) ביי 44% צו 40% פאר דזשיעמס (ר)
*
אין אייאווע קומט פאר א היציגע סענאט פארמעסט אין וועלכע טעריסא גרינפעלד (ד) ארבעט שווער ארויסצושטויסן די אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטארשע דזשאני ערנסט
גרינפעלד האט עטליכע מינוט צוריק געמאלדן אז איר קאמפיין האט אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם אויפגעטריבן 1.6 מיליאן דאלער
*
אריזאנא סענאטארשע מארטא מעקסעלי רעדט זיך אפ אז זי האט נישט די נויטיגע גלעטער אפצוענטפערן די אטאקע רעקלאמעס פון איר דעמאקראטישע אפאנענט מארק קעלי
גלייכצייטיג איז זי אונטער דרוק זיך צוצושטעלן צו אמוייניגסטנס דריי דעבאטעס אין די רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט
*
אין צפון קאראליינע האפט קאל קאנינגהעם צו געוואונען די דעמאקראטישע סענאט פריימערי צו קענען לויפן אקעגן אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטאר טאם טיליס
קאנינגהעם האט אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם אויפגעטריבן 1.6 מיליאן דאלער און פארמאגט אין די באנק 1.7 מיליאן דאלער
די טיליס קאמפיין האט נאכנישט ארויסגעשטעלט זייערע ציפערן אבער אינעם דריטן למספרם קווארטאל האבן זיי אויפגעטריבן 1.2 מיליאן דאלער און געהאט 4.9 מיליאן דאלער אין די באנק
*
סטעיט סענאטארשא בארבארא באליער איז די דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט אין קענסאס און האט אויפגעטריבן 1.1 מיליאן דאלער אינעם לעצטן יאר פערטל למספרם
קיינע אפיציעלע ציפערן איצט איבער קעש אין באנק אבער קאמפיין ערווארט צו מעלדן א טאטאל פון אכט הונדערט טויזנט
*
די סענאט רעפובליקאנע עסטאבלישמענט ווייסט שוין דריי פונקטן איבער אן ערזאץ צו ארויסגייענדער סענאטאר פעט ראבערטס
1) די דעמאקראטן האבן טאקע דערווייל נישט קיין גאר שטארקע שאנסן צופארכאפן די זיץ אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן און זייער קאנדידאט איז נישט אוועקצומאכן
2) קריס קאבאך ווילן זיי נישט זעהן אלץ זייער נאמיני
3)מייק פאמפעיא קענען זיי נישט האבן אלץ זייער נאמיני
אלזא, ווער יא? אויסער קאבאך לויפן אצינד נאך זעקס קאנדידאטן און די מערסט באקאנטע נאמען אויף די נאציאנאלע מאפע איז ראדזשער מארשאל וועלכע איז דער אמטירנדער קאנגרעסמאן אין די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
לענגאויס די סטעיט קען א צווייטע קאנדידאט סוזען וועיגל אויך האבן נאמען אנערקענונג דינענדיג אלץ פרעזידענט פון די קענסאס סענאט
מיטש מעקאנעל האט זיך דינסטאג געטראפן מיט קאנגרעסמאן מארשאל אויפן לעצטנס פארלאנג אבער מעקאנעל האט זיך דערווייל נישט פארפליכטעט איבער א פאמפעיא אלטערנאטיוו און רעזערווירט זיך נאך צייט אפצושאצן זיין אויסוואל
מען הערט אויך אז רעפובליקאנער זענען אזוי באזארגט איבער א קאבאך געוואונס אין די פריימערי וועלכע קען פירן צו א פארלוסט אין די טאמאטא רויטע סטעיט אין די אלגעמיינע וואלן אז זיי האבן פארשטארקט זייער דרוק אויף אטוירני דזשענעראל דערעק שמידט וועלכע האט אויסגעשלאסן אזא פארמעסט צו טוישן זיינע פלענער און יא אריינטאנצן אינעם פארמעסט
מעכטן מיטוואך איז מעקאנעל געזעהן געווארן אויפן סענאט פלאר פארזונקן אין א געשפרעך מיט די צוויי סענאטארן פון די סטעיט, מארען און ראבערטס ווארשיינליך צו הערן זייער רעקאמענדאציעס
*
אין יוטא האט דער געוועזענער הויז ספיקער גרעג האגעס זיך אפיציעל אנגעשלאסן אין די רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי
*
נאפאלגענדיג די רעזיגנאציע פון קאנגרעסמאן דאנקען האנטער (ר) פון קאליפארניע באשטעטיגט גאווערנאר געווין ניוסאם אז שטייענדיג אזוי נאנט צו די נאציאנאלע וואלן וועט נישט פארקומען קיין ספעציעלע עלעקשאן צו ערפילן דעם זיץ אויף די קורצע צייט וואס די זיץ וועט זיין ליידיג
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

א גרויסן דאנק!!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

ברוך אתה ה' על המחיה ועל הכלכלה זאגט די אלטע רבי אז מזאגט נישט.

וואוי איז דאס גוט געווען.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הערליך געשריבן!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א נייע מין קאקאש קעיק, אן קיין קאורט קעיס?

טענקס בראו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איך גיי פאר די אלטע רעסיפי

א ריזיגן דאנק עניוועי
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א הערצליכע דאנק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעיסעס הויבן זיך אן ערשט ס'קומענדיגע וואך

אי"ה פרובירן אנצוהאלטן, גראדע געווען מסופק צו יענע טייל איז נאכנישט צוגעגעסן ביי מערסטנס לייינער
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

מאסיוו!!! עס אלל וועיס.. א דאנק פאר היינט, אין אלעמאל וואס מ'קומט נישט אן צו זאגן
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

הכל הבל האט געשריבן:קעיסעס הויבן זיך אן ערשט ס'קומענדיגע וואך

אי"ה פרובירן אנצוהאלטן, גראדע געווען מסופק צו יענע טייל איז נאכנישט צוגעגעסן ביי מערסטנס לייינער

בכלל נישט, סאיז די זאפטיגסטע שטיקל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”