נחוניא האט געשריבן: ↑מוצ"ש מארטש 11, 2023 9:06 pm
וויאזוי איז געווען די ערשטע שבת אינעם פלעטבושער הויף אין מאנסי?
הערליך שיינער שבת געעוען בפרט ביים ווארעמער שולה"ט בליל שב"ק
לפי חשבוני איז ביים בענטשען געווען בערך 40 שטריימלעך מיט נאך א 20 בחורים+ עטליכע שכנים עטליכע אוהדי ומעריצי בית סקווירא פלעטבוש - אויך אנגעזען עטליכע סקווירא'ער אינגעלייט מיט שטיוול
די נוסח ענדליך אבער נישט אינגאנצן אזויווי אין שיכון סקווירא
געהערט זאגן אז די רבי שליט"א עסט נישט קיין פלייש - בשר עוף קיינמאל ואפי' שבת ויו"ט טאקע אריינגעברענגט א זופ פון ירקות אנשטאט
אנפאנג טיש איז אנגעקומען הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שוואגער פון רבי'ן וועלכע איז מכובד גאווארן מיטן בענטשען און בהמשך אויך ש"ב האדמו"ר מבאניא
נאכן בענטשען טועם געווען פירות און משמיע געווען א שטיקל שמועס הערליך שיין מתובל בדברי ראשונים ועד גדולי החסידות בענין שבת פרה שטארק אויפגעפאדערט בענין 'גסות הרוח' ווי שטארק מ'דארף ארבעטן דערויף - אנגעוואונטשען מברכותיו לרגל פתיחת שערי הביהמ"ד און דערנאך טאקע דערמאנט א בעצם איז די גאנצע 'זאגן דברי תורה' נגד רצונו ונגד דרכי אבותי הק' נ"ע און ער האפט אז די קינדער וועלן זיך נישט אפלערנען... נאר מ'האט ממש מעמיס געווען אז ס'איז א וויכטיגע זאך לטובת הציבור און צוגענעדיגט מיט א ווארט פון זייד'ן ר' דוד'ל בענין תורה זאגן אויפן פסוק ואם מזבח אבנים וגו'
ביי קבל"ש האט מען נישט געקענט טרעפן א ליידיגע זיץ אין ביהמ"ד
אויף די וואך שבת זענען געווען די משמשים בק' הרב יואל אשר פישל פון שיכון סקווירא און ר' ? פאכטמאן