פעיק נוז האט געשריבן:וואס איז יענג'ס פאליסי בנוגע העלקעיר, בנוגע אימיגראנטן, בנוגע נארישקייט, בנוגע רציחה, בנוגע גאנ'ס, בנוגע סטודענט חובות, בנוגע טעקסעס?
און וואס זענען זאלטען'ס?
אנטשולדיגט פאר די שפעטיגונגהעלטקעיר:
יענג האט נאכנישט ארויסגעגעבן זיין פונקטליכע פלאן, אבער פון וויפיל ער האט געשריבן וועט זיין א פאבליק אפציע וואס וועט גיין אין קאמפעטישאן מיט פריוואטע אינשורענס, וועט נישט זיין געבינדן צום ארבעטספלאץ, וועט ווערן גערעכנט לויט די שעה (flat salary), און וועט פרובירן צאמצושטעלן פיזישע הילף מיט גייסטישע און מענטל העלט און מיט פרעווענטיוו קעיר.
דראג קאסטן וועלן אראפגיין דורכן ערלויבן מעדיקעיר צו פארהאנדלען אויף פרייזן, פאבליק מענופעקטשורינג פאר דזשענעריק דראגס, און אפילו אימפארטירן מעדיצינען פון אנדערע לענדער אויב גארנישט אנדערש ארבעט נישט.
אינוועסטירן אין פארגעשריטענע טעכנאלאגיע בעסער צוצושטעלן מעדיצינישע סערוויסעס (telemedicine, ארטיפישעל אינטעלידזשענס פאר סאושעל ווארקערס און telecounseling, און נאך). וואס וועט עווענטועל ברענגען בעסערע עקסעס פאר ביליגערע פרייזן.
ער גייט שטופן פאר א נייע קלאס פון דאקטוירים, וואס זענען נישט געלערנט יארן לאנג פאר א פולע דיפלאמע, אבער ווייסן גענוג צו באהאנדלען בעיסיק קעיסעס מיטן הילף פון פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און ווייסן ווען צו שיקן צו א פולע דאקטאר. דאס וועט ווייטער ברענגען בעסערע עקסעס פאר ביליגערע פרייזן.
זאלטען'ס UBI וועלן בירגער קענען נוצן פאר זייער פריוואטע אינשורענס. יעדער וועט מוזן האבן catastrophic health insurance.
וועט רעדוצירן דאס ארויפשרויפן פרייזן פאר דראגס און הויכע ראטעס פאר העלטקעיר (וויאזוי שרייבט ער נישט).
וועט צושטעלן טעקס און אנדערע פינאנציעלע אינסענטיווס פאר מענטשן זיך צו האלטן געזונט און נישט איבערוואגיג.
וועט שאפן א נייע פעדעראלע פראגראם צו העלפן בירגער אויסמיידן מעדיקל בענקראפסי אויב זענען זיי געווען מער ווייניגער געזונט לויט זייער עלטער בעפאר די קראנקהייט אדער מעדיצינישע עקסידענט האט זיי באטראפן.
אנטוויקלען און פארשפרייטן סייענס און טעכנאלאגיע צו עלימינירן אלע דיסעביליטיס אין מענטשן וואס האבן זיי. טוישן די דיסעביליטי געזעצן צו שטופן מענטשן צו אדאפטירן די ערפינדונגען. דיסעביליטי וועלפעיר וועט געשניטן ווערן פון די וואס זענען נישט גרייט צו אדרעסירן זייערע באגרעניצונגען מיט די נייע טעכניקן.
צוברעכן די FDA אין צוויי. דראמאטיש סטרימליינען די יעצטיגע פונקציעס און רעדוצירן רעגולאציעס און טיים פרעימס פאר דראג און מעדיקל דעווייסעס שאפער. די צווייטע חלק פונעם FDA וועט זיין אסאך קלענער און געשטעלט באזונדער צוצוהעלפן דאס שאפן עקספערימענטל מעדיצין פאר די געפערליך קראנקע מיט ווייניגער טעסטינג.
וועט דערקלערן די נאציאנאלע געזונטהייט מיסיע אויסצומעקן נישט נאר אלע קראנקהייטן נאר אויך פארעלטערונג.
אימיגראנטן:
יענג וועט צושטעלן מער געלט צו פארזיכערן דעם גרעניץ, צושטעלן מער געלט פאר די Customs Enforcement, אינוועסטירן אין טעכנאלאגיעס ווי סענסארס (אויף דער ערד און די לופטן) און ווידיאו טורעמס, צושטעלן באדי קעמרעס פאר אלע אגענטן ביים גרעניץ, פארבעסערן דעם עקאלאגישן מצב פונעם Rio Grande (וואס דינט אויך אלס נאטורליכע גרעניץ ווען עס פליסט ריכטיג), וועט צושטעלן מער פאר די asylum court system עס זאל קענען בעסער פונקציאנירן און נישט זיין אזויפיל אונטערשטעליג (וואס ברענגט "קאראוואנען"), און ארבעטן מיטן מעקסיקאנער רעגירונג אויף דעם אלעם און קעגן קארטעלס.
(אויך דער פרידאם דיווידענד וועט שטארק אפשוואכן אומלעגאלע אימיגראציע, ווייל אומלעגאלע אימיגראנטן וועלן צאלן העכערע פרייזן אבער פארלירן די מעגליכקייט צו באקומען דאס געלט)
צוצוציען די בעסטע טאלאנט פון איבער די וועלט, וועט ער פארברייטערן די H-1B און F-1 וויזא פראגראמען צו לאזן די טאלאנטפולסטע ארבעטער און בעסטע סטודענטן צו בלייבן דא פערמענאנט. סטודענטן וואס באקומען א graduate degree אדער מער וועלן באקומען א גרין קארד.
נאכן פארזיכערן דעם גרעניץ און דראסטיש רעדוצירן אומלעגאלע אימיגראציע, וועט ער צושטעלן א וועג פאר די וואס זענען שוין דא ארויסצוקומען פון באהעלטעניש. די נייע סארט פערמענאנט רעזידענטס וועלן קענען ארבעטן און בלייבן אין לאנד, בתנאי אז זיי צאלן זייערע שטייערן און ווערן נישט באשולדיגט אין א פעלאוני. זיי וועלן בלייבן אין דעם סטאטוס 18 יאר, אזוי לאנג ווי עס נעמט א פריש געבוירענעם צו ווערן א פולשטענדיגע בירגער. פירן א שטארקע אינפארמעישאן קאמפיין אלע אימיגראנטן זאלן וויסן פון דעם אויסוועג, און דערנאך דעפארטירן אלע וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן.
שטיצט דעם DREAM act פאר קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן אין אמעריקע.
זאלטען שטיצט כמעט אפענע גרעניצן, צוזאמען מיט פארשטערקערטע פאליציי קרעפטן, AI facial recognition, דראונס, און tracking devices זיכער צו מאכן אז די אומגעווינטשענע עלעמענטן בלייבן אינדרויסן אדער ווערן דעפארטירט.
אלע אימיגראנטן וועלן דארפן איינלייגן פינף טויזנט דאלער ווען זיי קומען אריין, זיי וועלן עס צוריקבאקומען נאך דריי יאר אויב איז אלעס געווען כשורה. במשך די דריי יאר וועלן זיי זיין אויף פראבע, און טעכנאלאגיע וועט מעגליך גענוצט ווערן זיי נאכצוגיין און זען וואס זיי טוען. די וואס ברעכן געזעצן וועט זייער געלט גענוצט ווערן זיי צו דעפארטירן.
דאס גרעניץ וועט באוואכט ווערן מיט דראונס וואס זעען אין די פינסטער, א virtual wall צווישן אמעריקע און מעקסיקא, Facial recognition וועט אויפכאפן אויב איז דער יעניגער אויף די ליסטע פון קרימינאלן. אימיגראנטן וועלן נאר מעגן אריבערגיין אין דעזיגנירטע פלעצער.
אימיגראנטן וועלן דארפן קענען בעיסיק ענגליש און רעספעקטירן אמעריקאנע מנהגים.
נארישקייט:
יענג - פולע רעכטן.
(זע
דא פארוואס עס שטערט מיר ווייניגער ווי פון א צווייטע דעמאקראט)
זאלטען?
חוקי רציחה:
יענג פארשטייט ביידע זייטן, אבער האלט אז די פרוי דארף האבן די לעצטע באשלוס. די בעסטע איז עצות צו פארמיידן די סארט סיטואציעס מתחילה.
(זע
דארט פארוואס דאס איז אנדערש ווי א געווענליכע דעמאקראט, און אז יענג וועט פארמינערן די רציחות מער ווי דער גרעסטער אנטי חוקי רציחה פרעזידענט אין היסטאריע)
זאלטען וועט צושטעלן א דריטע אפציע אינעם דילעמא דורך אנטוויקלען טעכנאלאגיע וואס וועט איבערנעמען די אויפגאבע.
(קוקט אויס זייער א גוטע פלאן אויף פאפיר, אבער איך ווייס נישט ווי גוט עס וועט ארבעטן קוקנדיג אויף ווייטער, תן לחכם)
גאן קאנטראל:
יענג וועט באהאנדלען גאנס ווי וועהיקלס, וואו מען דארף האבן העכערע לייסענס צו דרייוון א טראק ווי א קאר, נישט שווארץ-ווייס. אויך ספעציעלע קלאסן.
וועט איינפירן א לימיט וויפיל געווער מען קען איינקויפן במשך א געוויסע צייט, און א cooling-off period צו רעדוצירן אימפולסיווע קריים און זעלבסטמארד.
קויפער וועלן דארפן צושטעלן א באווייז אז זיי האבן א gun locker, וואס וועט זיין טעקס דידאקטעבל.
concealed carry געזעצן וועט בלייבן פאר די סטעיטס צו באשטימען.
לייגן אחריות אויף די וואס האבן פארקויפט א גאן אומלעגאל פאר די קריים וואס איז געטון געווארן דערמיט.
שאפן פעדעראל סעיפטי גיידליינס פאר גאן מאנופעקטשורס און דיסטריביוטערס, אזויווי פאר קארס.
אינוועסטירן אין smart gun טעכנאלאגיע, וואס לאזן נאר די בעלים פונעם גאן שיסן, און צושטעלן אינסענטיווס אויפצוטוישן די אלטע גאנס.
די שטערקערע מענטאל העלט אינפאסטרוקטור (ווי אויבן דערמאנט) וועט גענוצט ווערן צו אידענטיפיצירן און היילן מענטשן מיט פראבלעמען.
צושטעלן מער פאנדינג פאר פארשידענע פראגראמען און האטליינס קעגן זעלבסטמארד.
הייסן די CDC צו ריסוירטשן גאן ווייעלענס.
איבעראל וואו גאנס ווערט פארקויפט וועט דארפן פארשפרייט ווערן אינפארמאציע וויאזוי זיך צו העלפן מיט מענטל פראבלעמען און זיך ארויסדרייען פון זעלבסטמארד.
איינפירן מיינדפולנעס פראגראמען אין שולעס און תפיסות, אזעלכע וואס זענען אויפגעוויזן געווארן צו רעדוצירן ווייעלענס.
אינוועסטירן צו לערנען פאליציי דע-עסקעלעישאן טעכניקן אין סיטואציעס וואס נעמען אריין געווער.
(דאס איז נאר א סעמפל, בעיקר פון די געדאנקען מיט וואס ער איז אייגנארטיג. דער גאנצער פלאן איז זייער לאנג. אויך באזונדערע געדאנקען צו רעדוצירן האס און דאמעסטיק טעראריזם)
זאלטען וועט אריינשטעלן אין פובליק פלעצער דראונס, AI סקענערס, ראבאטן און אנדערע טעכנאלאגיע צו כאפן קרימינאלן בעפאר זיי פירן אויס זייער שאדן. דאס וועט לאזן גאן אייגנטומער מיט זייערע רעכטן און באשיצן די וואס האבן מורא פון די גאנס.
ווערט שוין צו לאנג, המשך וועט אפשר נאכקומען. און א דערמאנונג:
Yang2020 האט געשריבן:יענג'ס פאליסי אויף יעדע איינע פון די איז מער ניואנסד און קאלירפול ווי געווענליך, נישט קיין שווארץ-ווייס פרא-אנטי. און זאלטען'ס גלייב איך זענען אויך אומגעווענליך (איך גיי יעצט נאכקוקן בשעת'ן שרייבן). גיי איך נישט טון גערעכטיגקייט צו זייערע פאזיציעס מיטן שרייבן קורץ.