קלארשטעלונג פון די הנהלה בנוגע וואס איז ערלויבט צו שטעלן אין דעם אשכול און וואס נישט:
◄ ווייז ספוילער
ליידער מאכט זיך כסדר אז געוויסע אויסגאבעס פרובירן צו שיקן א מעסעדזש צו א צד שכנגד מיט אראפרייסערישע קעפלעך, און וויבאלד מיר פארמאגן דא אן אשכול וואס ערלויבט ארויפצושטעלן דעקלעך, קומט אויס אז טעמעס וועלכע זענען בעצם פארבאטן ביי אונז, ווערן אריינגעשטופט פון אן הינטער טירל.
מיר האבן שוין פרובירט צו מעקן, שוין פרובירט צו לאזן - אונטער'ן לעגיטימען אויסרייד פון "מיר נעמען נישט קיין אחריות אויפ'ן תוכן ה'דעקל", אבער מיר שפירן אז מען מוז מאכן א שטיקל קלארע פאליסי דערוועגן.
אשר על כן, מהיום והלאה וועט גילטן דער פאלגנדער כלל:
1. א דעקל וואס פראפאגאנדירט אייגענע לייסטונגען און שטעלונגען (אפילו מיט זעלבסט פאבריצירטע פאקטן), אן אראפרייסן א צווייטן, וועט טאלערירט ווערן
2. א דעקל וואס רייסט אראפ א צווייטן, וועט אראפגענומען ווערן (בעסער געזאגט: זאל מען בכלל נישט ארויפשטעלן - סיידן מען פארמעקט די פראוואצירנדע ווערטער)
3. וויבאלד הא גופא קען זיין מוטל בספק, רעזערווירט די הנהלה די רעכט אליינס צו באשליסן וועלכע דעקל פאלט אין וועלכע קאטעגאריע
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן
הרב אליעזר ראזען: 54 יאר הצלה! --- א סעודת הודאה און מסיבת הכרת הטוב אין ערע פונעם איקאנישן, בארימטן עסקן און עמוד הצלת נפשות בדורינו, לעגענדארער הרב החסיד ר' הערשל וועבער, מייסד "חברה הצלה", מיט דער באטייליגונג פון פילע פון די ערשטע מיטגלידער אינערהאלב דעם ערשטן דור פון הצלה וואלונטירן, וויקלט אויף די 54-יעריגע "הצלה" געשיכטע --- לאנגיעריגער עסקן און פריער הצלה מיטגליד הרה"ח ר' אברהם יצחק אבראהאם שילדערט
מנחם גאלד: א נייע לעבן ביי די 60 יאר! --- געוועזענער ארעסטאנט און בעל-תשובה ר׳ אברהם בעין קערט זיך צוריק נאכ'ן אפזיצן פרישע 100 טעג צווישן די תפיסה מויערן "אלס מתנה פון גוטן באשעפער"
א. שמילאוויטש: צאתכם לשלום אין סאטמאר --- אן איבערלעבעניש בחוצות עיר וויליאמסבורג ביים גרויסן מעמד ״צאתכם לשלום״ לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א אויפ'ן וועג צום גרויסארטיגן מסע הקודש קיין ארה"ק
זונדל שאלאמאן: לוינט זיך צו ווערן א 'ראביי' פאר א סענדוויטש? --- בן מנחם: אידישע חפצים אין א מאריאט האטעל אין מאראקא? --- חיים שמעלקא׳ס: ווער האט דא פארקירט זיין קאר? --- פינחס האפמאן: טשוירטשיל'ס שפילצייג געשעפט --- עכטע נייעס: א טעלעפאן קאל פון אוקריינע --- הרב ש.י. וואזנער: ער איז נישט נארמאל --- הרב שבתי פריעד: געפּלאצטע באלאנען --- ישעי׳ ווייספעלד: דער קאנסאלטענט דארף א קאנסאלטענט --- אליהו יואל גליק: א דאנק פאר די בלומען! --- יוסי געשטעטנער: געדאנקען פונעם טראמפּ מיטאג --- און נאך!
מי כעמך האט געשריבן:כ'טראכט צו קויפן איינע פון די פיקטשער בוקס פון די נסיעה ווער דעקט עס די בעסטע?
איוועלט
האסט מסתמא נישט געזען אז כ'האב געפרעגט 'פיקטשער בוקס'
גווענדלעך וועט די וואך מאכן די בעסטע ארבעט, איך האב עס טאקע געקויפט און ס'איז פיין.
אבער קען זיין אז די "איד" וועט מאכן א פיינע ארבעט און די בילדער אפטיילונג (אזוי ווי זיי האבן געטון פאריגע וואך, ווען זיי האבן געמאכט א בעסערע ארבעט ווי די פיקטשער בוקס) אויב אזוי מיין איך איז א שאד די געלט צו קויפן די פיקטשער בוק'ס