טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קאכעדיגע האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?

קען זיין קענסט עס מקנה זיין פאר יענעם, און נאכדעם טובל'ן פאר יענעם אלס שליח, אבער ווילאנג ס'איז דיינס איז די כלי פטור פון טבילה, און אז ס'איז פטור העלפט נישט די טבילה אויף ווען ס'גייט חל זיין די חיוב טבילה ביי יענעם


פעלט נישט אויס קיין שליחות!!
אפילו אויב עס פאלט אריין אין מקוה איז גענוג
חכמת אדם כלל ע"ג
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אן אייער טאפ דארף מען טובל'ן? (מ'נוצט עס נאר פאר אייער מיט שאלעכץ, אבער די שאלעכץ זענען דאך לעכעריג)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

האב איך פשוט געדארפט גיין שאפינג אינעם אייגענעם קלאזעט, האב איך טאקע געפונען אין א שיעור כללי אויף הל' טבילת כלים וואס איך האב אמאל אפגעשריבן ממש די שאלה:
וראיתי מי שכתב דלפי"ז קדירה המיוחדת לבישול ביצים אין צריך טבילה כיון שאינו נוגע בהמאכל עצמו, אבל לכאורה אין הנידון דומה לראיה, דהא כתב הרשב"א דשפופרת הביצה עשויה נקבים נקבים, וכן מבואר בשו"ע יו"ד סי' ס"ו דשפופרת ביצה אינו קרוי כלי ע"ש, וכן יש לסמוך בזה על דברי החת"ס (להלן אות ט') שמצריך טבילה לכל הכלים אף שאינן נוגעין בהמאכל, ושפיר דמי לטבול הקדירה שמבשלין בו הביצים ולברך על טבילתו.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אויף נר מצוה מעסערלעך
knife.jpg
knife.jpg (60.36 KiB) געזען 2034 מאל

באישור? פארוואס נישט בהשגחת?
פארוואס שרייבען נישט די אנדערע השגחות אויף "אין צריכים טבילה" פראדוקטען "כשנקנה מחות יהודי" ?
פארוואס נישט די זעלבע השגחה ווי זיינע אנדערע פראדוקטען?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קיקיון האט געשריבן:אויף נר מצוה מעסערלעך
knife.jpg

באישור? פארוואס נישט בהשגחת?
פארוואס שרייבען נישט די אנדערע השגחות אויף "אין צריכים טבילה" פראדוקטען "כשנקנה מחות יהודי" ?
פארוואס נישט די זעלבע השגחה ווי זיינע אנדערע פראדוקטען?

א. קוקט אויס אז זיי האבן נישט קיין משגיח דארט, נאר ס'געהערט פאר זיי נאך פארן ייצור, נאר ס'האט א אישור פונעם בי"ד.
ב. קוקט אויס אז זיי פארקויפן נישט זייערע זאכן אין גוי'שע געשעפטן.
ג. כנ"ל א, מן הסתם נישט קיין השגחה, נאר א הסכמה אז ס'דארף נישט קיין טבילה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

אוראייניקל האט געשריבן:א. קוקט אויס אז זיי האבן נישט קיין משגיח דארט, נאר ס'געהערט פאר זיי נאך פארן ייצור, נאר ס'האט א אישור פונעם בי"ד.
ב. קוקט אויס אז זיי פארקויפן נישט זייערע זאכן אין גוי'שע געשעפטן.
ג. כנ"ל א, מן הסתם נישט קיין השגחה, נאר א הסכמה אז ס'דארף נישט קיין טבילה.

און נר מצוה פארקויפט יא?
וועלכער גוי איז אינטערעסירט אין מעסערס געסטעפמט MEAT DAIRY PAREVE ?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געשיקטער האט געשריבן:און נר מצוה פארקויפט יא?
וועלכער גוי איז אינטערעסירט אין מעסערס געסטעפמט MEAT DAIRY PAREVE ?

כ'ווייס נישט, אבער ס'קען זיין גוי'שע געשעפטן וואס זוכן אידישע קונים, אדער אויף אנליין וכדו'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געשיקטער האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:א. קוקט אויס אז זיי האבן נישט קיין משגיח דארט, נאר ס'געהערט פאר זיי נאך פארן ייצור, נאר ס'האט א אישור פונעם בי"ד.
ב. קוקט אויס אז זיי פארקויפן נישט זייערע זאכן אין גוי'שע געשעפטן.
ג. כנ"ל א, מן הסתם נישט קיין השגחה, נאר א הסכמה אז ס'דארף נישט קיין טבילה.

און נר מצוה פארקויפט יא?
וועלכער גוי איז אינטערעסירט אין מעסערס געסטעפמט MEAT DAIRY PAREVE ?

אסאך גוי'אישע געשעפטן באנדלען מיט אידישע ווארע, מיינסט אז נאר כשר'ס ווייסן זיי וואו מ'טרעפט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מפי השמועה אז ער האט צוריק געקויפט א לאט וואס ער האט פארקויפט פאר COSTCO
לפי הוראת ???
זעט אויס אז דער פזמון "כשנקנה בחנות יהודי" איז נישט געווען אויף דעם אריגינעלען לעיבעל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צוריקגעקויפט?

זיי צאלן פאר אייטעמס איידער זיי פארקויפן עס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

טיקען טאעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:מפי השמועה אז ער האט צוריק געקויפט RECALLED א לאט וואס ער האט פארקויפט פאר COSTCO
לפי הוראת ???
זעט אויס אז דער פזמון "כשנקנה בחנות יהודי" איז נישט געווען אויף דעם אריגינעלען לעיבעל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

א קלאץ קושיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וכאן הקלאץ שואל
פארוואס שטייט נישט דער זעלבער נוסח אויף אנדערע פראדוקטען למשל אלימוניום בעקעלעך
============

Rabbi Zvi Goldberg האט געשריבן:
KEILIM.gif
KEILIM.gif (100.41 KiB) געזען 1940 מאל

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: א קלאץ קושיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

קיקיון האט געשריבן:וכאן הקלאץ שואל
פארוואס שטייט נישט דער זעלבער נוסח אויף אנדערע פראדוקטען למשל אלימוניום בעקעלעך
============

Rabbi Zvi Goldberg האט געשריבן:
KEILIM.gif


סא די שאלה איז צו די נוסח העלפט אפילו, כשנקנה בחנות יהודי, וויאזוי ווייסט מען אז עס איז קיינמאל נישט געווען בבעלות גוי, צו ערגעץ אויפן וועג איז עס געווען אין די הענט פון א גוישע דיסטריביוטער?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: א קלאץ קושיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דממה דקה האט געשריבן:סא די שאלה איז צו די נוסח העלפט אפילו, כשנקנה בחנות יהודי, וויאזוי ווייסט מען אז עס איז קיינמאל נישט געווען בבעלות גוי, צו ערגעץ אויפן וועג איז עס געווען אין די הענט פון א גוישע דיסטריביוטער?

גיב א קוק וואס הרב גאלדבערג איז מציע
A possible solution would be that the label should state, “Certified when purchased directly from a store listed on the letter of certification”. Each store owner would then be given a letter of certification listing all stores which are authorized, and the letter could be updated from time to time with current information.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: א קלאץ קושיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

קיקיון האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:סא די שאלה איז צו די נוסח העלפט אפילו, כשנקנה בחנות יהודי, וויאזוי ווייסט מען אז עס איז קיינמאל נישט געווען בבעלות גוי, צו ערגעץ אויפן וועג איז עס געווען אין די הענט פון א גוישע דיסטריביוטער?

גיב א קוק וואס הרב גאלדבערג איז מציע
A possible solution would be that the label should state, “Certified when purchased directly from a store listed on the letter of certification”. Each store owner would then be given a letter of certification listing all stores which are authorized, and the letter could be updated from time to time with current information.

נישט אויפגעפאסט, גראדע צו קאמפליצירט פאר פשוטע מענטשן.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

למעשה קען איינער אפשר אויסרעכענען וויפיל השגחות איז דא וואס געבן אויף בעקעלעך? איז דא א חילוק אין די סטאנדארטן?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איך פארשטיי אז יא אבער איך פרעג עניוועיז צו ברויך מען טובל'ן די גראטעס (שעלווס) פון אן אויבן?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

א Keurig מאשין דארף מען טויבלען?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

Amazing האט געשריבן:א Keurig מאשין דארף מען טויבלען?

ראה כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... lit=Keurig
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

איך האב געפרעגט א דיין פארגאנגענעם ערב ראש השנה אוסף עס מען דארף טאקע נישט טובל׳ן די מעסערס פון נר מצוה, האט ער געזאגט אז אויב מאכט מען עס אין טשיינע איז נישט במציאות אז מען זאל עס נישט דארפן טובל׳ן, און נאך צוגעגעבן א שטיקל פסק וואס גייט מיר אן צו אריינכאפן א מצוה און קויפן עפעס וואס מען דארף מלכתחילה טובל׳ן.
איבער בעקעלעך האט ער געזאגט אז וויבאלד עס איז אנגענומען אלס א דיספאזעבעל זאך, מען ווארפט עס אוועק נאך איין מאל ניצן, במילה קען מען מיקל זיין, אבער פונדעסטוועגן ביי אים אינדערהיים פירט ער זיך יא צו טובל׳ן אויך די בעקעלעך.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:א Keurig מאשין דארף מען טויבלען?

ראה כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... lit=Keurig

יישר כח!
זיין ברענגן דארט התירים פון הגאון ר' אשר ווייס און פון הגאון הרב בעלסקי ז"ל
איז דא עפעס הוראות בנושא זה פון די היימישע מורי הוראות?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

Amazing האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:א Keurig מאשין דארף מען טויבלען?

ראה כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... lit=Keurig

יישר כח!
זיין ברענגן דארט התירים פון הגאון ר' אשר ווייס און פון הגאון הרב בעלסקי ז"ל
איז דא עפעס הוראות בנושא זה פון די היימישע מורי הוראות?

רבי יחזקאל רוטה אין רבי פישעלע זצ’’ל האבען אויכעט מתיר געווען !
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

בעקעלעך וואס צריך טבילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אין די געשעפטן דרייען זיך בעקעלעך אין דערויף געשריבן
ח.פ. אינו צריך טבילה
נישט קלאר וואס די ציל פון די קאמפעני איז , אפשר טראכט ער אז קיינער ווייסט נישט וואס ח.פ. מיינט

ח.פ. מיינט לכאורה חד פעמי אין דער קאמפעני שרייבט אז אינו צריך טבילה אויב מען ניצט עס נישט איבער
לדעתי איז עס א שטארקע עוולה , בשעת ווען גאר אסאך בעקעלעך דארפן באמת נישט טבילה אזוינס צו שרייבן און צומישן קוסטומערס
יא , יעדער ווייסט אז חד פעמי דארף נישט טבילה…
אפשר זאל די פירמע פון טעפ אויך שרייבן חפ אינו צריך טבילה
בערקע באטשי
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:03 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקע באטשי »

ווייסט איינער צו מ’דארף טבל’ן א ביהמ’’’ד פערקאלעטאר די גרויסע!
במציאות קען זיך עס צוברעכן פין טבל’ן
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

בערקע באטשי האט געשריבן:ווייסט איינער צו מ’דארף טבל’ן א ביהמ’’’ד פערקאלעטאר די גרויסע!
במציאות קען זיך עס צוברעכן פין טבל’ן

א גויאישע מעניופעקטשער? וואָס איז די צד אַז נישׁט?
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”