קאכעדיגע האט געשריבן:חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?
קען זיין קענסט עס מקנה זיין פאר יענעם, און נאכדעם טובל'ן פאר יענעם אלס שליח, אבער ווילאנג ס'איז דיינס איז די כלי פטור פון טבילה, און אז ס'איז פטור העלפט נישט די טבילה אויף ווען ס'גייט חל זיין די חיוב טבילה ביי יענעם
פעלט נישט אויס קיין שליחות!!
אפילו אויב עס פאלט אריין אין מקוה איז גענוג
חכמת אדם כלל ע"ג