טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יש בו האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אויב מ'טובל'ט א כלי וואס איז האלב אייזן און האלב פלאסטיק, דארף מען איינטינקן די גאנצע כלי אדער נאר די חלק וואס איז אייזן?

אויב ס'קומט צו וואסער צו די גאנצע אייזן פון אלע זייטן, איז גענוג צו טובל'ן נאר די אייזן, אויב נישט, דארף מען טובל'ן די גאנצע כלי

דארט ווי די אייזן איז מחובר צום פלאסטיק קומט נישט צו וואסער.

אזוי ווי ס'קומט אבער נישט צו דארט קיין עסען אויך נישט, דארף מען עס נישט צונעמען
מאך עס זיכער מיט א דיין

סא דארף מען טובל'ן די גאנצע אויף איינמאל, אינקלאדינג די פלאסטישע חלק

הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער האט מיר געפסקנט אז א כלי וואס איז מחובר מיט א ווייער ברויך מען אויך טובלן די גאנצע ווייער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך האב לעצטנס געקויפט א קאפי מאשין, מען האט מיר געגעבן צוויי עצות, אדער געבן במתנה פאר א גוי און צוריקבארגן וואס דעמאלטס איז עס נישט מחוייב ווייל ס'באלאנגט פארן גוי, אדער שיקן צו א אידישער בעל מלאכה וואס זאל עס צונעמען און צוריק צאמשטעלן דעמאלטס איז עס פטור ווייל א איד האט עס געמאכט, ס'דארף אבער דייקא זיין א מלאכת אומן. כ'האב געטון די ערשטע עצה מיט די גויטע, זי האט געהאט קיין מושג וואס איך וויל פון איר...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווען הייסט עס שוין א מלאכת אומן?

כ'קען כמעט א יעדע אפפלייענס אויפשרויפן אין צוריק צוזאמענשטעלן מיט עטליכע געווענליכע טולס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ביסטו אן אומן!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

farshlufen האט געשריבן:ווען הייסט עס שוין א מלאכת אומן?

כ'קען כמעט א יעדע אפפלייענס אויפשרויפן אין צוריק צוזאמענשטעלן מיט עטליכע געווענליכע טולס.

איר וואלט געקענט מסדר זיין א keurig מאשין פאר מיר?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?

שבט הלוי - חלק ב - ווזנר, שמואל בן יוסף צבי - HebrewBooks.org ID# 1412 page 93.jpg
שבט הלוי - חלק ב - ווזנר, שמואל בן יוסף צבי - HebrewBooks.org ID# 1412 page 93.jpg (700.65 KiB) געזען 3421 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?

ניין! ווייל יעדע כלי האט א השתמשות ווען ס'איז נישט אריינגעפלאגט אויך. די מאשין האט קיין שום אנדערע השתמשות נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט. מ'קען עס ניטאמאל נעמען צום טיש אדער אנגיסן ווען ס'איז נישט מחובר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער שבט הלוי רעדט פון א טשייניק וואס מ'קען געהעריג נוצן אפי' ס'איז נישט אריינגעפלאגט.. מיט דער מאשין קענסטו גארנישט טון אויסער עס פסח'דיג מאכן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

א אינטרעסאנטע חידוש בין איך געוואר געווארן!!

אויב קויף איך א מתנה פאר איינעם, אין איך טובל עס אין סטאר, איז לויט כמה פוסקים, די מקבל מתנה מחויב נאכאמאל צו טובל'ן, ווייל וויבאלד די קונה האט עס נישט געקויפט פאר השתמשות, איז ער פטור פון טבילה ווילאנג ס'איז אין זיין רשות, ממילא איז זיין טבילה נישט קיין טבילה, און די מקבל דארף עס גיין טובל'ן
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?

קען זיין קענסט עס מקנה זיין פאר יענעם, און נאכדעם טובל'ן פאר יענעם אלס שליח, אבער ווילאנג ס'איז דיינס איז די כלי פטור פון טבילה, און אז ס'איז פטור העלפט נישט די טבילה אויף ווען ס'גייט חל זיין די חיוב טבילה ביי יענעם
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א keurig דארף לויט רוב פוסקים נישט קיין טבילה ווייל מען קען גארנישט טון דערמיט נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט אינעם אוטליט, אנדערש ווי סתם א טשייניק וואס מ'קען עס ברענגן צום טיש אנצוגיסן די כוסות. ממילא האט עס א דין פון מחובר לקרקע נישט קיין דין כלי.

אהא הייסט אז יעדע זאך וואס האט א outlet דארף מען נישט טובל'ן?

ניין! ווייל יעדע כלי האט א השתמשות ווען ס'איז נישט אריינגעפלאגט אויך. די מאשין האט קיין שום אנדערע השתמשות נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט. מ'קען עס ניטאמאל נעמען צום טיש אדער אנגיסן ווען ס'איז נישט מחובר.

וואס קען מען טון מיט א טאוסטער ווען סיז נישט אריינגעפלאגט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לאזן די ברויט ליגן דארט זיך אפקילן ביז מ'וועט עס קענען עסן.

אויב וועסטו זאגו די זעלבע זאך איז ביים קאפי מאשין איז נישט אזוי, ווייל דארט וואו די וואסער ליגט ביזן נעקסטן קאווע איז פלעסטיק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

אויב קען איינער פון די חברים דא אהערשטעלן א קורצע הלכה למעשה טעוועלע פאר הל' טבילת כלים און עס צושפרייטען ביי די כלים מקוואות וואלט געווען א געוואלדיגע אויפטוה צענדליגע מאל האב איך שוין געטראפן מענטשען שטיין און פרעגן:
דאס דארף מען טובל'ן ?
דארף מען מאכן א ברכה ?
סטיקער שאלות ? וכדו'.
כל המזכין את הרבים אין חטא בא על ידו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יעקב זרח האט געשריבן:הלכה למעשה טעוועלע

לעצטענס ארויסגעקומען דורך "משנת יונתן" אונטער הרה"ג בנציון שטראסער דומ"ץ נייטרא ב.פ.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

nmi האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:אויב ס'קומט צו וואסער צו די גאנצע אייזן פון אלע זייטן, איז גענוג צו טובל'ן נאר די אייזן, אויב נישט, דארף מען טובל'ן די גאנצע כלי

דארט ווי די אייזן איז מחובר צום פלאסטיק קומט נישט צו וואסער.

אזוי ווי ס'קומט אבער נישט צו דארט קיין עסען אויך נישט, דארף מען עס נישט צונעמען
מאך עס זיכער מיט א דיין

סא דארף מען טובל'ן די גאנצע אויף איינמאל, אינקלאדינג די פלאסטישע חלק

הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער האט מיר געפסקנט אז א כלי וואס איז מחובר מיט א ווייער ברויך מען אויך טובלן די גאנצע ווייער.

אין קובץ מבית לוי שטייט אז סיי דער מנחת יצחק און סיי די שבט הלוי האבן גע'פסק'נט אז מ'דארף נישט טובל'ען דעם ווייער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב לעצטנס געקויפט א קאפי מאשין, מען האט מיר געגעבן צוויי עצות, אדער געבן במתנה פאר א גוי און צוריקבארגן וואס דעמאלטס איז עס נישט מחוייב ווייל ס'באלאנגט פארן גוי, אדער שיקן צו א אידישער בעל מלאכה וואס זאל עס צונעמען און צוריק צאמשטעלן דעמאלטס איז עס פטור ווייל א איד האט עס געמאכט, ס'דארף אבער דייקא זיין א מלאכת אומן. כ'האב געטון די ערשטע עצה מיט די גויטע, זי האט געהאט קיין מושג וואס איך וויל פון איר...

די עצה דינט נאר אויף א קארצ-טערמיניגע צייט, ס'העלפט נישט אויף עס אזוי צו לאזן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב לעצטנס געקויפט א קאפי מאשין, מען האט מיר געגעבן צוויי עצות, אדער געבן במתנה פאר א גוי און צוריקבארגן וואס דעמאלטס איז עס נישט מחוייב ווייל ס'באלאנגט פארן גוי, אדער שיקן צו א אידישער בעל מלאכה וואס זאל עס צונעמען און צוריק צאמשטעלן דעמאלטס איז עס פטור ווייל א איד האט עס געמאכט, ס'דארף אבער דייקא זיין א מלאכת אומן. כ'האב געטון די ערשטע עצה מיט די גויטע, זי האט געהאט קיין מושג וואס איך וויל פון איר...

איך גלייב נישט עס מען דארף דווקא א בעל מלאכה די עיקר איז אז מען זאל עס צונעמען אויף א ערענסטע אופן וואס מאכט אז די כלי זאל מער נישט קענען ארבעטען אזוי און נישט סתם אויפשרויפען א פאר סקרוס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

נישט ריכטיג אין פתחי תשובה תחילת סי' ק''כ וואס איז די מקור פארן היתר שטייט מעשה אומן דווקא.
קוק אין שבט הלוי ח''י סי' קכ''ח שס''ל להחמיר שאינו מועיל קולקול הכלי בכלל . אבער רוב אחרונים נעמען יא אן די פתחי תשובה בשם בינת אדם להלכה
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

זעט אויס פון דאס וואס דו האסט געברענגט אז איך בין טאקע גערעכט ער זאגט נישט אז אן אומן דארף עס טון נאר די פעולה דארף זיין א מעשה אומן און עס איז מסתבר אז עס זאל נישט זיין קיין חילוק ווער עס טוט עס נאר די עיקר איז אז עס זאל זיין א מעשה אומן און אז די כלי זאל זיין נישט ראוי צו נוצן בשעת עס איז צונומען
קען זיין אפילו לויט די שבט הלוי ביי א קאווע מאשין וואס איז דא נאך א פאר סיבות פארוואס מען זאל עס בכלל נישט דארפען טובלן אז מען קען זיך פארלאזען אויף דעם. עכ"פ מיין דיין האט מיך געזאגט אז איך קען טון די עצה ווען איך האב אים געפרעגט אויף מיין Keurig
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

די לשון פון פתחי תשובה איז.
שינקוב בהם נקב גדול כדי שיתבטל מתורת כלי ואז יתקן אומן ישראל, עכ"ד

אין די בינת אדם אזוי אויך אין ב''י בשם הר''ם שמשם יצא דינו של הבינת אדם שטייט שניקבה בכדי טהרתה. ממילא דארף עס א קולקול וואס וואלט געהאלפן ביי הלכות טומאה אז ס'זאל בטל ווערן מתורת כלי אז ס'זאל נישט מקבל טמאה זיין.....

די גדר דערפון פרעג א דיין
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

עציץ נקוב האט געשריבן:זעט אויס פון דאס וואס דו האסט געברענגט אז איך בין טאקע גערעכט ער זאגט נישט אז אן אומן דארף עס טון נאר די פעולה דארף זיין א מעשה אומן און עס איז מסתבר אז עס זאל נישט זיין קיין חילוק ווער עס טוט עס נאר די עיקר איז אז עס זאל זיין א מעשה אומן און אז די כלי זאל זיין נישט ראוי צו נוצן בשעת עס איז צונומען
קען זיין אפילו לויט די שבט הלוי ביי א קאווע מאשין וואס איז דא נאך א פאר סיבות פארוואס מען זאל עס בכלל נישט דארפען טובלן אז מען קען זיך פארלאזען אויף דעם. עכ"פ מיין דיין האט מיך געזאגט אז איך קען טון די עצה ווען איך האב אים געפרעגט אויף מיין Keurig

די קאווע מאשין איז לויט אסאך פוסקים א מחובר לקרקע און נישט קיין כלי, וויבאלד עס האט נישט קיין שום נוצן נאר ווען ס'איז אריינגעפלאגט. אנדערש ווי א געווענליכער הייס וואסער קעסל (וואס אויף דעם איז אויך א מחלו' הפוסקים, אבער רוב נעמען אן אז ס'איז א כלי) וואס מ'קען כאטש נעמען צום טיש אנצופילן די כוסות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב לעצטנס געקויפט א קאפי מאשין, מען האט מיר געגעבן צוויי עצות, אדער געבן במתנה פאר א גוי און צוריקבארגן וואס דעמאלטס איז עס נישט מחוייב ווייל ס'באלאנגט פארן גוי, אדער שיקן צו א אידישער בעל מלאכה וואס זאל עס צונעמען און צוריק צאמשטעלן דעמאלטס איז עס פטור ווייל א איד האט עס געמאכט, ס'דארף אבער דייקא זיין א מלאכת אומן. כ'האב געטון די ערשטע עצה מיט די גויטע, זי האט געהאט קיין מושג וואס איך וויל פון איר...

דאס איזאן עצה וואס מ'נוצט בשעת הדחק, ר' עקיבא אייגר פסקנט אז מקען זיך אויף דעם נישט פארלאזן לזמן מרובא.
רוב וועלט האט אנגענומען דעם חידושדיגע פסק פון די הרב בעלסקי ז"ל אז טבילת כלים איז א חובת גברא, והא ראיה אז א מאכל ווערט נישט אסור כתוצאה פון נוצען א כלי וואס איזנישט ג'טובל'ט געווארען, דעריבער ווען סאיז דא א כלי וואס קען נישט ווערען גע'טובל'ט דארף עסנישט קיין טבילה, מה עוד אז מ'קען זיךפארלאזן אויף פארשידענעאנדערע צירופין ווי למשל ר' משה פיינשטיין'ס חידוש אז כלים וואס זענען איינגעפלאגט קען זיין אז ס'הייסט מחובר לקרקע, ויש עוד הרבהמה להוסיף.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”